שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג מארטש 29, 2020 11:02 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:אמאל געהערט אז סאיז נישט אזוי גוט צי ציילען

אויף לעבעדיגע האב איך געהערט צוליב עה"ר, אבער טויטע????

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג מארטש 29, 2020 11:04 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
האסט א געהעריגע מקור אז די היימישע טשאפלס זענען ממש איבערגעפילט?

להוי ידוע, איך האב נישט קיין שום אגענדע , איך וויל פשוט זייער שטארק אז די וואס מאכן עס אוועק זאלן זיין גערעכט, און עס זאלן ח''ו נישט זיין גרויסע נומערן פון נפטרים.

יא עס פארט ארום מעסיזשעס פון די טשאפלס אז ר"ל

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 29, 2020 11:50 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:וואס מיינט פרעצעדענטלאז?

האסט א געהעריגע מקור אז די היימישע טשאפלס זענען ממש איבערגעפילט?

גיי צו די ברוך דיין האמת אשכול, צייל וויפיל נפטרים איז געווען פון ראש השנה ביז שושן פורים, און וויפיל עס איז געווען פון שושן פורים ביז יעצט.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג מארטש 29, 2020 11:56 pm

יואל שרייבער האט געשריבן: האסט א געהעריגע מקור אז די היימישע טשאפלס זענען ממש איבערגעפילט?

להוי ידוע, איך האב נישט קיין שום אגענדע , איך וויל פשוט זייער שטארק אז די וואס מאכן עס אוועק זאלן זיין גערעכט, און עס זאלן ח''ו נישט זיין גרויסע נומערן פון נפטרים.

די קליפס פון היינט אין טשאפעל האבן אזוי געוויזן, און די בד"ה אשכול צייגט אויך אזוי. אפי' נישט יעדער גייט פון קאראנע, איז עס גאר אסאך פאר א געווענליכע טאג.

ר' איד
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך ר' איד » מאנטאג מארטש 30, 2020 3:22 am

יואל שרייבער האט געשריבן:להוי ידוע, איך האב נישט קיין שום אגענדע , איך וויל פשוט זייער שטארק אז די וואס מאכן עס אוועק זאלן זיין גערעכט, און עס זאלן ח''ו נישט זיין גרויסע נומערן פון נפטרים.

הממ..
וואס איז די חילוק צווישען "איך האב נישט קיין אגענדע" צו "איך וויל פשוט זייער שטארק"

זעירא
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך זעירא » מאנטאג מארטש 30, 2020 6:35 am

אדם הראשון האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אדם הראשון האט געשריבן:זייט וויסן אז עס איז נאר ערלויבט אריינצושרייבן נפטרים וואס עס איז "אפציעל" באשטעטיגט דורך קראנטע ערטער ווי משפחה וכ"ו אז זיי זענען אוועק פון קרונה.
בשורות טובות!

---------------------

וואס מיינט אפיציעל באשטעטיגט? ווען א אנאנימע ניק אויף אייוועלט שרייבט קלאר אז ער האט געהערט פון משפּחה?

איך מיין מען זאל צושרייבן א מקור אויף יעדע זאך, עס זענען דא עטליכע טראסטבארע היימישע נייעס קוועלער , צב''ש די גרויסע צייטונגען און קול מבשר, אזוי אויך געציילטע וועבזייטלעך וואס יעדער ווייסט זענען קראנט .

גא"מ. יעדער ווייסט וואס "קראנט" מיינט.
אסאך פון די נפטרים וואס "דער איד" האט דערמאנט אין די אשכול זאגן די בני משפחה אז מען ווייזט נישט צי זיי זענען אוועק פון דעם. און קיינער גייט נישט וויסן. אזא נאמען קומט נישט צו דערמאנען דא.

מצד שני, האב איך געהערט פון א קרוב מיינע וואס זיין זיידע איז ל"ע אוועק לעצטע וואך, אין די משפחה לייקענט שטיין אין ביין אז ס'האט געהאט עפעס צוטוהן מיט קאראונע, און ער זאגט מיר בסוד סודות אז זיי ווייסן פאר 99% אז ס'איז יא דאס, נאר זיי דארפן יעצט נישט יעדן'ס דעה, "מ'וואלט גדארפט מער אכטונג געבן' 'ער האט נישט געדארפט פארן' וכדו', לייקענען זיי מכל וכל...

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג מארטש 30, 2020 9:23 am

אוי מרייסט שטיקער פון אונז! יא סמיינט אונז! מקען נישט און מטאר נישט זיך מאכן אומוויסענד און ווי כאילו ״כהער מיך נישט צו צו קיין נעגאטיווע נייעס״
דער אייבערשטער וויל אז די זאלסט עס יא הערן! ער וויל דיין הארץ זאל כאפן א ציפ! שפיר עס אין אלע דיינע ביינער!

דריי דיך נישט ארום שלום עלי נפשי, ספעלט מיר גארנישט, כגיי אן געהעריג מיט מקוה און א מנין, עפעס אויסטערליש קומט דא פאר! דו כאפסט נאכנישט? נאדיר נאך א פראסק! אוטשש! סטוט וויי!!!! טאטע מיר האבן געזינדיגט!

קרית יואל האט ווי אויסגעמיטן די מלאך המוות אין א וואך פון אזעלכע בשורות איוב אבער כיוון שניתן למשחית להשחית אינו מבחין בין טוב לרע
צענדליגע חשובע אידן פון קרית יואל ליגן יעצט על ערד דוי און ווארטן פאר א ישועה שלימה מן השמיים

עורו ישינים משינתכם! נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל השם
שטייט נישט דרכיך אדער דרכי נאר דרכינו
ירמי׳ הנביא זאגט פאר די אידן: לאמיר אלע צוזאמען תשובה טוהן, זאג נישט וואס יענער דארף מתקן זיין, טול קורה מבין עיניך! אונז אלע דארף מיר מתקן אונזערע מעשים, און צוזאמען כאיש אחד בלב אחד

די מלאך המות האט נישט איבערגעהיפט קיין שום שיכט און קרייז פון כלל ישראל , יעדער איינער לפי מצבו ובמקום שהוא האט עפעס וואס אונזער טאטע אין הימל ערווארט פון אונז
לאמיר עס טוהן יעצט ווילאנג מיר קענען נאך
ו

אוי אוי טאטע האב שוין רחמנות
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך נקודהלע » מאנטאג מארטש 30, 2020 9:59 am

ר' איד האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:להוי ידוע, איך האב נישט קיין שום אגענדע , איך וויל פשוט זייער שטארק אז די וואס מאכן עס אוועק זאלן זיין גערעכט, און עס זאלן ח''ו נישט זיין גרויסע נומערן פון נפטרים.

הממ..
וואס איז די חילוק צווישען "איך האב נישט קיין אגענדע" צו "איך וויל פשוט זייער שטארק"

איך האב פארשטאנען פון זיינע ווערטער, אז ער האפט זייער שטארק אז די מצב איז בעסער ווי ס'איז, נישט אז ער זיכט עס אוועק צו מאכן, אזוי ווי אונז אלע האפן... משא"כ אמאל איז דא איינער מיט אן אגענדע וואס גייט ארום און זיכט אלע תירוצים אבי צו שטופן זיין אגענגדע.

אגב איך פיל ווי סאיז דא גענוג טענה'רייען אשכולות, דא איז אביסל אום סענסעטיוו וואס טוט זיך דא... וואלט געדארפט ווערן געמעקט די אלע תגובות (מיינס אויך) און לאזן די אשכול בלויז פאר נעמען, אבער כ'פארשטיי אז ס'וועט זיין א פראבלעם אז ס'וועט זיין אסאך נעמען וואס מענשן גייען זיך ווילן טענה'נען איבער זיי פון וואס זיי זענען אוועק... ווייס איך נישט וואס צו זאגן... האסט אן עצה?
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך קעדילעק » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:20 am

עס חידוש'ט מיך אז ר' מעכל ראזנפעלד ע"ה איז נישט אויף די ליסטע, ער איז געווארן געטעסט פאזיטיוו (כידוע, ומפי אחד מקרובי המשפחה)..

אויך איז דא א איד וואס איך גיי נישט שרייבן זיין נאמען, ער האט געהאט ערנסטע סימפטאמס פון קאראנע, און דערנאך איז עס געגאנגען צום הארץ און אוועק, זיין איידעם האט מיר געזאגט תיכף אז עס איז געווען קאראנע, נאך א קורצע צייט האט זיך אנגעהויבן א מאסיווער געלייקענעכץ פון די משפחה, מחמת נארישע סיבות, גיי פארשטיי עס..

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך אדם הראשון » מאנטאג מארטש 30, 2020 1:40 pm

הרב אהרן הערש קליינמאן ז"ל -60 ב"פ
--------------------------
ר' מרדכי גורארי' ע"ה - חב"ד 73
-------------------------
ר' צבי יודא שמידט ע"ה - ב"פ 70
------------------------
ר' יוסף יצחק גרוסמן ע"ה - ב"פ 65
-----------------------
ר' מרדכי זאב הלברשטאם ע"ה - ב"פ 42
----------------------
ר' יצחק בעניש ע"ה - ב"פ 50
--------------------------
הרה"ח ר' אהרן שווארטץ ע"ה - ק"י 62
-------------------------
הרב ישראל מנחם ראזענבערג ז"ל - ב"פ 70
-----------------------
מרת פערל וויזעל ע"ה - א"י 94
---------------------
ר' נחמן מארגן ע"ה -לאס אנגעלעס 65
--------------------
ר' אברהם מערלין ע"ה - לאנדן 61
-------------------
הרה"ח דוד מאיר יאקאב ע"ה - ב"פ
------------------
הרה"ח ר' ספרא שפילמאן ע"ה- וומס"ג 75

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך אדם הראשון » מאנטאג מארטש 30, 2020 1:44 pm

ר' בנימין אבראמאוויטש ע"ה - ב"פ 42
לעצט פאראכטן דורך אדם הראשון אום מאנטאג מארטש 30, 2020 5:56 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

קליין
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2016 7:02 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך קליין » מאנטאג מארטש 30, 2020 3:34 pm

מיכאל פיטמאן,
לעיקוואד,
39, ניין קינדערלעך,

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך אדם הראשון » מאנטאג מארטש 30, 2020 5:58 pm

ר' יוסל טשאפניק ע"ה - לעיקוואד 69

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך יודל קליין » מאנטאג מארטש 30, 2020 8:43 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:
אדמו"ר מאסטראוו קאלאשין זצ"ל האט קלאר נישט געהאט קיין שום שייכות מיט וויירוס

נישט קלאר. ער האט זיכער געהאט די סימפטאמען, כך שמעתי פון אן אייניקל.

ער האט קלאר נישט געהאט די סימפטאמען, הצלה איז געוועהן ביי איהם א נאכט פריער און זיי האבן איהם אונטערזוכט און געזאגט אז ער האט נישט קיין איינס פון די קאראנא סימפטאמען.
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מארטש 31, 2020 12:18 am

געהערט פון א זוהן אז נידריגע פיבער האט ער יא געהאט

---
אבער אייגנטליך, למאי נפקא מינה?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך לייפציק » דינסטאג מארטש 31, 2020 12:37 am

קרייסלער האט געשריבן:אוי מרייסט שטיקער פון אונז! יא סמיינט אונז! מקען נישט און מטאר נישט זיך מאכן אומוויסענד און ווי כאילו ״כהער מיך נישט צו צו קיין נעגאטיווע נייעס״
דער אייבערשטער וויל אז די זאלסט עס יא הערן! ער וויל דיין הארץ זאל כאפן א ציפ! שפיר עס אין אלע דיינע ביינער!

דריי דיך נישט ארום שלום עלי נפשי, ספעלט מיר גארנישט, כגיי אן געהעריג מיט בעקערי און רעסטאראנט, און סושי געשעפט, עפעס אויסטערליש קומט דא פאר! דו כאפסט נאכנישט? נאדיר נאך א פראסק! אוטשש! סטוט וויי!!!! טאטע מיר האבן געזינדיגט!

קרית יואל האט ווי אויסגעמיטן די מלאך המוות אין א וואך פון אזעלכע בשורות איוב אבער כיוון שניתן למשחית להשחית אינו מבחין בין טוב לרע
צענדליגע חשובע אידן פון קרית יואל ליגן יעצט על ערד דוי און ווארטן פאר א ישועה שלימה מן השמיים

עורו ישינים משינתכם! נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל השם
שטייט נישט דרכיך אדער דרכי נאר דרכינו
ירמי׳ הנביא זאגט פאר די אידן: לאמיר אלע צוזאמען תשובה טוהן, זאג נישט וואס יענער דארף מתקן זיין, טול קורה מבין עיניך! אונז אלע דארף מיר מתקן אונזערע מעשים, און צוזאמען כאיש אחד בלב אחד

די מלאך המות האט נישט איבערגעהיפט קיין שום שיכט און קרייז פון כלל ישראל , יעדער איינער לפי מצבו ובמקום שהוא האט עפעס וואס אונזער טאטע אין הימל ערווארט פון אונז
לאמיר עס טוהן יעצט ווילאנג מיר קענען נאך
ו

אוי אוי טאטע האב שוין רחמנות

שטארק!

חיים יצחק
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך חיים יצחק » דינסטאג מארטש 31, 2020 1:10 am

פראביר איך דא צו פארשטיין פארוואס עס פעלט אויס אזא וויכטיגע"ר אשכול ????? איז נישט גענוג די ברוך דין האמת אשכול???? אפשר עפענען א אשכול אויף אלע אידן וואס זענען אוועק פון הויעך בלוט דרוק???.
סתם אנזייען כאאס און פאניק !!! אדער סתם טענה'רייען ווי "ער האט יא געהאט פיבער נישט געהאט" איך האב אליינס געהערט פון זיין שכן'ס בעיביסיטער אז ער האט געהוסט וכו." סטאפטס מיט די נאנסענס !!
שוין דא דא אשכולת מיט אלע מיני נעמען לישועתך קיותי השם, השם לישועתך קיותי...

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך גם זה יעבור » דינסטאג מארטש 31, 2020 3:14 am

הרב החסיד ותיק וחסיד ידען נפלא בתורת החסידות מוה"ר יעקב שמואל ב"ר אלטר אהרן פרייליך ע"ה

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג מארטש 31, 2020 7:54 pm

א פחד

אוועטאר
שרייב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך שרייב » דינסטאג מארטש 31, 2020 8:43 pm

ר' יחיאל לעבעוויטש
ממאנסי-וויזניץ
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

השגחה פרטית וואס האט פאסירט היינט ביים טשאפעל

תגובהדורך Growth hacker » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:01 am

היינט פאסירט ביי די לויה פון א שטילע יוד ר משה בן עמרם (גרינואלד)ע"ה דער יוד איז געווען א בעל חסד און א בורח מן הכבוד בחייו וואס איז נעבעך פלוצלינג נפטר געווארן פון די שרעקליכע מגיפה ה"י, מען האט געריפן נאנטע משפחה קינדער און אייניקלעך און מען האט מודיע געווען אז 10 פוקטליך איז די לוויה,  מען האט געזאגט פסוקי תהילים,  די קינדער האבן זיך געזעגענט און קורצע ווערטער,  ווען מען האט גענדיגט קל מלא רחמים  האט איינער פון די חברה קדישא געגעבן א קוק אריין און זיך אנטשולדיגט אז מען האט  געמאכט א טעות און די מענטש איז נישט זייער  זיידע ...  האט מען איבערגעמאכט די לוויה מיט זייער זיידע און איילעניש, שטעלט זיך ארויס וואס דא האט פאסירט אז די ערשטע יוד איז געווען אן עלענדע יוד ל"ע,  א ריכטיגע מת מצווה אן משפחה, צוליב די גרויסע יאגעניש און אזוי פול נפטרים ל"ע האט מען אויסגעמישט און די עלענדע יוד האט זוכה געווען צו האבן א לוויה מיט מנין און אזוי ווי די מנהג, קדיש און קל מלא רחמים, וואס און אזא מצב  וואלט ער קיינמאל נישט געהאט, זעהט נאר ווי אזוי אלעס ווערט געפירט פון הימל בהשגחה פרטית, און אפילו אזא פרט ווי האבן מנין ביי א לוויה פירט מען צו פון הימל אזא אומפארשטענדליכע טעות. און לאמיר אלע האפן צום אייבערשטען אז ער זאל שוין רחמנות האבן און אוועקנעמען די קרענק פון יודישע קינדער.

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך מוכר ספרים » מיטוואך אפריל 01, 2020 2:15 am

חיים יצחק האט געשריבן:פראביר איך דא צו פארשטיין פארוואס עס פעלט אויס אזא וויכטיגע"ר אשכול ????? איז נישט גענוג די ברוך דין האמת אשכול???? אפשר עפענען א אשכול אויף אלע אידן וואס זענען אוועק פון הויעך בלוט דרוק???.
סתם אנזייען כאאס און פאניק !!! אדער סתם טענה'רייען ווי "ער האט יא געהאט פיבער נישט געהאט" איך האב אליינס געהערט פון זיין שכן'ס בעיביסיטער אז ער האט געהוסט וכו." סטאפטס מיט די נאנסענס !!
שוין דא דא אשכולת מיט אלע מיני נעמען לישועתך קיותי השם, השם לישועתך קיותי...


ניין, כדי מ'זאל תשובה טון.
האסטו געהערט אזאנס

Union
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 05, 2020 3:39 pm

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך Union » מיטוואך אפריל 01, 2020 2:32 am

הרה״ח ר׳ ברוך אהרן בן הרה״ח ר׳ יעקב זילבערמאן ע״ה סופר סתם וגבאי בית המדרש סקווירא מאנטריאל רבות בשנים.

איז ליידער געפאלן א קרבן צו די קאראנע וויירוס אין אינגן עלטער פון 63 יאר!
ער איז לעצטע וואך אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד ווי די ציבור האט איינגעריסען און מעורר רחמים געווען אבער יעצט האט דער רבוש״ע אנדרעש געוואלט און ער האט ליידער אויסגעהויכערט די נשמה צום שאק פון די משפחה און נאנטע פריינט און די גאנצע משפחה.

זאל דאס שוין זיין די לעצטע קרבן! ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די!

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אפריל 01, 2020 2:40 am

מוכר ספרים האט געשריבן:
חיים יצחק האט געשריבן:פראביר איך דא צו פארשטיין פארוואס עס פעלט אויס אזא וויכטיגע"ר אשכול ????? איז נישט גענוג די ברוך דין האמת אשכול???? אפשר עפענען א אשכול אויף אלע אידן וואס זענען אוועק פון הויעך בלוט דרוק???.
סתם אנזייען כאאס און פאניק !!! אדער סתם טענה'רייען ווי "ער האט יא געהאט פיבער נישט געהאט" איך האב אליינס געהערט פון זיין שכן'ס בעיביסיטער אז ער האט געהוסט וכו." סטאפטס מיט די נאנסענס !!
שוין דא דא אשכולת מיט אלע מיני נעמען לישועתך קיותי השם, השם לישועתך קיותי...


ניין, כדי מ'זאל תשובה טון.
האסטו געהערט אזאנס

ממש דאס איז די ציל פון דעם אשכול?
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

ר' איד
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

תגובהדורך ר' איד » מיטוואך אפריל 01, 2020 3:31 am

איך פארשטיי באמת נישט,

פופצען אשכולות זיך ארום צוטענה'ן יא מקוה נישט מנין וכו', דאס פארשטייט ער,
אבער איין אשכול וואס קומט בסה"כ מעלדן נייעס ווי די מגיפה האלט רח"ל, דאס איז ממש איבעריג.

אתמהה


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אמונה פשוטה און 7 געסט