אני מאשים

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: אני מאשים

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 5:34 pm

הארמאניע האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:

עיקור שכחת
די סיבה פארן אפשפארען,
איז אז אינגע געזונטע זאלען נישט פארשפרייטען דעם וויירוס
ודו"ק

כאגעוואלט רעאגירן מיט די זעלבע... אזויווי כ'אב פריער דא געשריבן

גם לזה כיוונתי.

איך האב מער געמיינט די נקודה שבו, אז עס איז נישט דא אויף וואס זיך צו טענה'ן און ווארפן שטיינער ווען יעדער עגריעט איינער צום צווייטן.

איך קען נישט פסק'נען אויף למעשה, זינט איך בין נאך נישט קיין רב (ווער ווייסט, אפשר וועל איך נאך איין טאג ווערן), יעדער זאל טון נארמאלע אויסגעהאלטענע זאכן לויט ווי די דעת תורה זאגט.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 5:38 pm

דריידל האט געשריבן:זיכער פארשטיי איך א חילוק אבער נאר טאמער די שאנסן אז איינער זאל עס אריבערכאפן אי זייער קליין און אפילו ווען יא איז זייער א קליינע שאנס אז יענער זאל ווערן א חולה מסוכן. טאמער איז די מצב אזוי ביטער ווי מאנכע לייגן עס אראפ אזש אז די מנין גייער ווערן גאר רוצחים, איז קיין נפק"מ פון צען אדער הינדרעט.

זעהט אויס אז די האסט נישט קיין מידנסטע אנונג ווי אזוי די וויירוס ארבעט און קאפערירט

אבער אויב ווילסטו זעהן קוק רויף ארץ ישראל קעגן איטאליע און...און שוין, מדארף גארנישט מער, די מציאות איז אז די וואס האבן גענומען שריט האבן מצליח געווען אפצוהאלטן דעם פאשפרייטונג און די וואס האבן נישט גענומען שריט האלטן אינמיטן צאלן א פרייז


און פארן עצם שמועס דא כאפ איך נישט פארוואס דארף ווערן די נושא די מקוה דער דיין און די מנין

די אני מאשים איז אויף די וואס דרייען זיך און מאכן אפ מיט א ביטול די ערנסקייט פונעם מצב
יעדער גייט ארויס צו סאיז צום גראסערי צום מנין אדער צו כאפן לופט
די חילוק איז ווי אזוי מגייט די וואס האבן שכל געבן אכטונג און דאס וואס נישט פירן זיך ווי פראסטע רוצחים, אויב אידן האבן נישט קיין שום פראבלעים צו זיך דרייען אין גאס נאכן צוריק קומען פאזעטיוו מיטן קעראנע וויסט דאס אויף א נידערטראכטדיגער פרשוין, און אויף דעם איז די צעקה, אז געוויסע האלטן נישט ביים איינזעהן אז יא סאיז א שעת צרה און מדארף אכטונג געבן.
ער וואשט נישט זיין הענט ער היסט בקול רם ער גייט אין מקוה און ער דאוועט מיט ברייט מנין באגלייט מיט א ברייטן סניס צו ווייזן ער לאכט פון די אלע שטותים והבלים, ווארט נאר ווארט ווען זיין טאטע וועט ליגן אויפן קראנקן בעט, דעמאלטס וועט ער שוין אנדערש רעדן, אויך אויב זיין טאטע איז איבער די 100 און אויך אויב ער האט זיין מעדיקל קאנדישן איז נישט צו גוט, דעמאלטס וועט ער שוין מאכן קולות אויף יעדער וואס גייט אן א מאסק אז דו האסט געהרגט מיין טאטן.

ס׳איז דא זייער אסאך בפרט און שטאט וואס טוען ככל העולה על רוחם מיט א פאק פון טיזנטער תירוצים
אין מקוה גייט ער ווייל סהאט בליטש
אין בית מדרש ווייל זיין דיין לאזט
ער וואשט נישט די הענט ווייל ער איז יונג
און ער דריידט זיך אין גאס אויך נאך וואס זיין טעסט קומט צוריק פאזיטיוו, ווייל יעדער האט עני וועי קעראנע.

אני מאשים די אלע וואס מאכן אוועק די ערנסייט
אני מאשים די אלע וואס פאלגן נישט אויס אנווייזונגען
אני מאשים די אלע וואס האפן צום גוטן, און לכבוד דעם איגנארירט מען די מצב.
און אני מאשים די אלע שרייבער וואס זענען ביזי ווייזן זייער טיפשות (און צו מאל אני בתוכם)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך זזה » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 5:40 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/vxofu470j5l818h/%D7%A9%D7%95%D7%9E%D7%A8%D7%99%20%D7%94%D7%93%D7%AA.m4a?dl=0

Wow
ווער איז די רעדנער?
ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר פראצענט בחינם



https://www.my-bestgift.com

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 5:49 pm

שכח לכאורה און שכח טשאלענט ביידע פאר די שטארקע ווערטער

עס איז "לכאורה" די בעסטע "טשאלענט" וואס כ'האב נאר אמאל געגעסן...
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 5:54 pm

דער גאנצער שמועס האט מיך געגעבן א בעסערע הבנה אין 'כמה גדולים דברי חכמים... אני אקרא ולא אטה.'
ביי א זאך וואס איז שכיח,און מסור לרבים, איז דא איין אחריות אויס צו רעכנען וואס וועט געשעהן מיט דער וואס שטעלט זיך נישט צו, אדער דער וואס וועט בטעות דורך פאלן, ווייל ביי גענוק א גרויסן ציבור עס וועט זיכער געשעהן.
(בפרט לגבי מקוה הדברים אמורים, וואס איז בעצם נישט קיין שום סכנה, אבער אויב *יעדער* געזונטער חסידי'שער איד וועט גיין און מקוה איז אוממעגליך אז מען וועט זיך נישט אפט נישט צו שטעלן.)

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

Re: אני מאשים

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 6:00 pm

זעמיר נעכטן געווען אין בית המדרש צום יום תפילה, רוב עולם האט זיך צוגעשטעלט, געשטאנען יעדער ביי א עקסטערע טיש וכו'
אבער נאכן מיטהאלטן ווי איין איד הוסט אויף הויכע טענער פון אנהייב ביזן סוף בלי גוזמא, בינעך נישט צוריקגעגאנגען פאר מנחה מעריב.
איין וצדקתך אויבער חכם קען אנשטעקן 20 נארמאלע מענטשן און די אויבער חכמים זענען די סיבה פארוואס אלעס דארף זיין פארשלאסן.
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: http://indesign.toiglicher.com/

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 6:10 pm

יישר כח פאר אלע מגיבים. וליהוי ידוע אז היות איך בין א נוגע, האב איך נישט געמעקט אדער רעדאגירט קיין איין ווארט אין דעם אשכול.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך ביללער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 6:24 pm

לכאורה האט געשריבן:יישר כח פאר אלע מגיבים. וליהוי ידוע אז היות איך בין א נוגע, האב איך נישט געמעקט אדער רעדאגירט קיין איין ווארט אין דעם אשכול.

זייער שיין, נישט געטראכט ס'וועט בלייבן, שוין לכבוד דעם האב איך זעלבסט געמוזט מעקן מיין אני מאשים [וואס ווי ביי יעדן קומט עס פון זיין והי' כי יחם לבבו יעדער ביי זיין דרגה].

נקודהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך נקודהלע » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 6:25 pm

לכאורה האט געשריבן:יישר כח פאר אלע מגיבים. וליהוי ידוע אז היות איך בין א נוגע, האב איך נישט געמעקט אדער רעדאגירט קיין איין ווארט אין דעם אשכול.

;l;p- כ'האב הנאה פון דיין אויפריכטיגקייט.
און אויך האב איך הנאה געהאט פון דיינע ווערטער. יעדער מוז נעמען די מחלה און די באגרענוצגן זייער ערענסט, און נאר אזוי וועלן מיר בעז"ה אפשטעלן די אנשיקעניש

[size=]און אגב אלץ והייתם נקיים: איך נעם עס אויך זייער ערענסט! חוץ די מקוה וואס ווי געשריבן לאזט מיין דיין, פרוביר איך צו זיין ממש גאר שטארק אפגעהוטן, און ס'באדערט מיך אויך ווען מענשטן קומען אפפרעגן מיט פלו באבל מעשיות וכו', און בפרט מענשטן וואס טוען דאס ברבים. כאטש זיי זענען א מיעוט, איך שרייב נאר די ווערטער להוציא את עצמי פון די מענשטן וואס לאכן, און טאטשן זיך ווי גארנישט. מ'זאל נישט צוזאמשטעלן אז ווייל איך גיי אין מקוה מיינט אז איך האלט אז ס'נישט ערענסט, נאר אויף דעם פארלאז איך זיך אויף מיין דיין וואס איז מתיר.[/size]

אגב, אויב זענען די בחורים דארט ביים קארנער פון דיינע, לערן זיי אויס וואס מיינט סאשל דיסטאנסינג... ס'קען זיי בכלל צוניץ קומען אין לעבן... וואס גייט פאר? פארוואס זעט מען נאכאלץ אזעלכע ריזוגע קופעקס פון בחורים? (איך זע דאס נישט ביי די ערוואקסענע ע"פ רוב) איז דאס איבעראל אזוי?
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה

אביונה
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 6:28 pm

ביי די וועי,
איך האב יא געדאוונט מיט מנין כמעט יעדע תפלה עכ"פ ביז היינט [מקוה נישט]
ווי א טאג ס'גייט אדורך, באשטייט די מנין מער און מער פון בחורים'לעך, און ווייניגער און ווייניגער יונגעלייט.....

[פרעג מיך נישט וואס 'איך' האלט... מיין מיינונג טוישט זיך יעדן טאג..]
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך ביללער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 7:32 pm

אביונה האט געשריבן:ביי די וועי,
איך האב יא געדאוונט מיט מנין כמעט יעדע תפלה עכ"פ ביז היינט [מקוה נישט]
ווי א טאג ס'גייט אדורך, באשטייט די מנין מער און מער פון בחורים'לעך, און ווייניגער און ווייניגער יונגעלייט.....

[פרעג מיך נישט וואס 'איך' האלט... מיין מיינונג טוישט זיך יעדן טאג..]

ביסט נישט דער איינציגסטער איך זע זייער אסאך וואס האבן שוין אפאר מאל געטוישט, אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות, פונקט ווי קיינער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן וואו אונז האלט מיר יעצט, אזוי איז יעדן טאג טוישט זיך זאכן זייער שנעל, ס'איז שווער פאראויסצוזאגן זאכן, און מ'לאזט זיך דאך אויך נישט אנדרייען פון אלע ווילדע פאראויסשאצונגען, אבער אז
וואו ס'האלט ווייסט קיינער נישט קלאר צו סאך פרטים, סיי פון די התדבקות פונקטליך, די רפואות מיט די אימיוניטי, דאס העלפט אביסל לגבי דיני תורה אבער פשוט אז כפי המצב טוישט זיך די הנהגות.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 7:54 pm

  1. אני מאשים!
  2. אני מאשים!
  3. אני מאשים!
  4. אני מאשים!
  5. אני מאשים!
  6. אני מאשים!
  7. אני מאשים!
  8. אני מאשים!
  9. אני מאשים!
  10. אני מאשים!
  11. אני מאשים!
  12. אני מאשים!
  13. אני מאשים!
  14. אני מאשים!
  15. אני מאשים!
  16. אני מאשים!
  17. אני מאשים!
  18. אני מאשים!
  19. אני מאשים!
  20. אני מאשים!
  21. אני מאשים!

Screen Shot 2020-03-26 at 7.49.40 PM.png
Screen Shot 2020-03-26 at 7.49.40 PM.png (363.68 KiB) געזעהן 436 מאל


אבער דו יא דו, אויב פארשטייסטו אז דיר מיינט מען מיין אחך טאקע דו, פארענטפער אלעס
די ערשט איז וועגן זיין עלטער
דער צווייטער האט גערייכערט
דער דריטער וואלט עני וועי געווארן אנגעשטעקט פון זיין זון וואס גייט מיט מיר אין מקוה
דער פערטער האט זיל אייביג געמוטשעט
דער פיפטער האב איך געטראפן אין מקוה
דער זעקסטער וואלט דאך געשטארבן פון די פלו
און דארט שטייט אליין אז נאר ״אסאך״ פון די נפטרים זענען פון קעראנע
בקיצור נעם מיר נישט אויף א רייד מענטשן שטארבן יעדן טאג גארנישט מיט קעראנע איינגעפאקט
און איך שלום עלי נפשי!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 7:56 pm

האסט נאר געברענגט איין עמוד.
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 8:36 pm

זייער שטארק די גאנצע אשכול דא, איך האף אבער אז עס וועט אויפוועקן מענטשן וואס האבן זיך נישט אויפגעוועקט ביז יעצט..
ווייל ביזדערווייל איז פארקערט אין די בית מדרש אין מיין געגנט, איז ביז 2 טעג צוריק געווען שטיל און פארשפארט, אבער אין די לעצטע 2 טעג קומט שוין פאר מנימים דא און דארט.. שאַ...
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

עס איז בכלל נישט קיין ווערטל

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 8:41 pm

אינטערוויו: דר. אבי ראזענבערג, פאטאלאגיסט און פראפעסאר אין דזשאן האפקינס אוניווערסיטי שפיטאל, דרייט זיך צווישן די קראנקע חולים אנגעשטעקט מיט קאראנע וויירוס. ער זאגט אז די מחלה איז בכלל נישט קיין ווערטל און אז מען וועט נישט בלייבן אינדערהיים קען עס חלילה אנזיין ערנסטע חורבנות השם ירחם
https://www.yiddish24.com/cat/12
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

למען ה' בלייבט אינדערהיים!

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 8:42 pm

אינטערוויו: ר' אהרן שמעלצער פון רפואה וחסד אין מאנטרעאל ווארענט: שפיטעלער לויפן אויס פון בעטן, אידן גייען ליידער אוועק פון די וועלט צוליב די קאראנע וויירוס, למען ה' בלייבט אינדערהיים!
https://www.yiddish24.com/cat/12
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: עס איז בכלל נישט קיין ווערטל

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:12 pm

לעכטל האט געשריבן:אינטערוויו: דר. אבי ראזענבערג, פאטאלאגיסט און פראפעסאר אין דזשאן האפקינס אוניווערסיטי שפיטאל, דרייט זיך צווישן די קראנקע חולים אנגעשטעקט מיט קאראנע וויירוס. ער זאגט אז די מחלה איז בכלל נישט קיין ווערטל און אז מען וועט נישט בלייבן אינדערהיים קען עס חלילה אנזיין ערנסטע חורבנות השם ירחם
https://www.yiddish24.com/cat/12

די שרעק איז אז ״הכתובת נמצאת על הקיר״
איטאליע שרייט אז זיי האבן אזוי געווען א חודש צוריק, די בילדער וואס קומט יעצט אריין פון דארט כאפט א שרעק. און דא ״האפט״ מען אז דא וועט דאס נישט געשעהן
אפילו יעצט ווען סהייבט אן און מזעהט אז סאיז אין זייער פיס טריט איז נאך א מענטשן וואס זאגן:נע סתם א אנשרקעניש.

איך זאג נישט מזאל אריינגיין אין פאניק אבער עטליס אויספאלגן וואס מהייסט אונז. די רעגולאציעס האבן א געוויסע חשבון אז מיט אייבערשטנס הילף זאל דאס אפהאלטן די פארשפרייטונג, און די וואס וועלן יא באקומען וועט מען קענען באהאנדלען.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך עציץ נקוב » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:17 pm

ביללער האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:ביי די וועי,
איך האב יא געדאוונט מיט מנין כמעט יעדע תפלה עכ"פ ביז היינט [מקוה נישט]
ווי א טאג ס'גייט אדורך, באשטייט די מנין מער און מער פון בחורים'לעך, און ווייניגער און ווייניגער יונגעלייט.....

[פרעג מיך נישט וואס 'איך' האלט... מיין מיינונג טוישט זיך יעדן טאג..]

ביסט נישט דער איינציגסטער איך זע זייער אסאך וואס האבן שוין אפאר מאל געטוישט, אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות, פונקט ווי קיינער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן וואו אונז האלט מיר יעצט, אזוי איז יעדן טאג טוישט זיך זאכן זייער שנעל, ס'איז שווער פאראויסצוזאגן זאכן, און מ'לאזט זיך דאך אויך נישט אנדרייען פון אלע ווילדע פאראויסשאצונגען, אבער אז
וואו ס'האלט ווייסט קיינער נישט קלאר צו סאך פרטים, סיי פון די התדבקות פונקטליך, די רפואות מיט די אימיוניטי, דאס העלפט אביסל לגבי דיני תורה אבער פשוט אז כפי המצב טוישט זיך די הנהגות.

ניין מען האט יא פאראויסגעזאגט, אז דו האסט נישט געוואלט הערן קענסטו נישט יעצט קומען זאגן אז מען האט זיך נישט געקענט פארשטעלן קיינער בעט נישט פון דיך זיך פארצושטעלן ווען דו פארשטייסט בכלל נישט צו דעם (און רופט זיך נאך דיין) דיין חיוב איז צו טון און גלייבן די מומחים און זיי האבן יא דאס געזאגט

בכלל מענטשן זאלן ברענגן פון רבנים הלכות אבער צו א זאך איז א סכנה זאל מען נאר ברענגן פון דאקטורים
און עס איז קלאר אויב וואלט מען מער געוואטשט וואלטן אפאר פון די היימישע אידן וואס זענען געשטארבן נאך דא געווען
לעצט פאראכטן דורך עציץ נקוב אום דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך ליידיג גייער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:21 pm

ביללער האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי פארשטאנען די אונגערישע אידן, ווען די פליטים פון פוילן זענען געקומען שרייען אז מ'פארברענט אידן רח"ל, ס'איז געווען אסאך באקוועמער צו לאכן דערפון, מ'האט זיי אנגערופן "וואנזיניגע", א טייל האבן געכאפט מכות אויך, און מ'האט זיי אפגעלאכט אין די גאסן, ס'האט אויסגעקוקט ווי אייוועלט דארטן..

ווער סע קען שרייבן אז אין אונגארן האט מען געלאכט ווייסט גארנישט וועגן די קריג צו זאגן

ווען די רבי ר'ברוכ'ל איז געגאנגען שרייען און פאפירן האט מען איהם געזאגט רבי אז איהר דארפט געלט וועט מען אייך געבן אבער עס פעהלט נישט אויס מגזם צו זיין.

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך ביללער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:37 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:ביי די וועי,
איך האב יא געדאוונט מיט מנין כמעט יעדע תפלה עכ"פ ביז היינט [מקוה נישט]
ווי א טאג ס'גייט אדורך, באשטייט די מנין מער און מער פון בחורים'לעך, און ווייניגער און ווייניגער יונגעלייט.....

[פרעג מיך נישט וואס 'איך' האלט... מיין מיינונג טוישט זיך יעדן טאג..]

ביסט נישט דער איינציגסטער איך זע זייער אסאך וואס האבן שוין אפאר מאל געטוישט, אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות, פונקט ווי קיינער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן וואו אונז האלט מיר יעצט, אזוי איז יעדן טאג טוישט זיך זאכן זייער שנעל, ס'איז שווער פאראויסצוזאגן זאכן, און מ'לאזט זיך דאך אויך נישט אנדרייען פון אלע ווילדע פאראויסשאצונגען, אבער אז
וואו ס'האלט ווייסט קיינער נישט קלאר צו סאך פרטים, סיי פון די התדבקות פונקטליך, די רפואות מיט די אימיוניטי, דאס העלפט אביסל לגבי דיני תורה אבער פשוט אז כפי המצב טוישט זיך די הנהגות.

ניין מען האט יא פאראויסגעזאגט, אז דו האסט נישט געוואלט הערן קענסטו נישט יעצט קומען זאגן אז מען האט זיך נישט געקענט פארשטעלן קיינער בעט נישט פון דיך זיך פארצושטעלן ווען דו פארשטייסט בכלל נישט צו דעם (און רופט זיך נאך דיין) דיין חיוב איז צו טון און גלייבן די מומחים און זיי האבן יא דאס געזאגט

בכלל מענטשן זאלן ברענגן פון רבנים הלכות אבער צו א זאך איז א סכנה זאל מען נאר ברענגן פון דאקטורים
און עס איז קלאר אויב וואלט מען מער געוואטשט וואלטן אפאר פון די היימישע אידן וואס זענען געשטארבן נאך דא געווען

חלילה צו זאגן נישט פאלגן רבנים.
קלאר אז מ'פאלגט מער רבנים וואלט געווען ווייניגער אומגליקן.

burich
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 27, 2019 11:44 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך burich » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:03 pm

איך פארשטיי נישט וואס עס גייט פאר די וויירוס איז מסוכן פאר יונגע מענטשן?

מחשב
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:13 pm

burich האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס עס גייט פאר די וויירוס איז מסוכן פאר יונגע מענטשן?


ס'קען זיין מסוכן.

מער פון דעם איז אבער אז די יונגע געזונטע פארשפרייטן עס צו נישט געזונטע/עלטערע.
הוי מחשב...

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:14 pm

burich האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס עס גייט פאר די וויירוס איז מסוכן פאר יונגע מענטשן?

נישט גאהר אבער א היבש ביסל מער ווי מען האט געמיינט. מער פון 14% פון יונגע חברה (20-44) דארפן אריין אין שפיטאהל אין פון 2% ביז 4% דארף מען ICU.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:15 pm

פראצענט פון?
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

נקודהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך נקודהלע » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:17 pm

מחשב האט געשריבן:
burich האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס עס גייט פאר די וויירוס איז מסוכן פאר יונגע מענטשן?


ס'קען זיין מסוכן.

מער פון דעם איז אבער אז די יונגע געזונטע פארשפרייטן עס צו נישט געזונטע/עלטערע.

דער וואס איז נעבעך אוועק אין מאנסי איז געווען א אינגע (39) געזונטע מענטש. ל"ע. (מפי השמועה)
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט