אני מאשים

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:38 pm

burich האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:עס איז אוממעגליך צו פארשפארן הערמעטיש יעדער מסוכן, בפרט וואס נישט יעדער מסוכן ווייסט אז ער איז מסוכן, און די ערפארונג פון אנדערע לענדער האט שוין קלאהר אויף געוויזן אז דער מהלך געלונגט נישט. אז יונגע וועלן ארויס גיין וועלן אלטע און שוואכע שטארבן.
און דער 90% פראצענט איז לכאורה נישט אמת, בפרט אינדרויסן פון ניו יארק איז עס זיכער היבש ווייניגער.


איך רעד דאך פון אוזערע היימישע געגענטער...... די % נעם איך פון דר זלענקא נאר ער זאגט דארטן די מעלה איז אז אזוי וועלן עס נישט אלע אלטע אידן האבן די זעלבע צייט וועט זיין גענוג רעספערעטארס סאו שפאראיין אלע אלטע און לאז ארויס די יונגע

זעלענקא איז נישט גערעכט, ער האט אויף דעם נישט קיין שום אויפווייז און עס איז נישט מסתבר.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אני מאשים

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:40 pm

גרשון האט געשריבן:
burich האט געשריבן:פון א ביס פון א מיסקיטו איז שוין אויך א מענטש געשטארבן איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט א מענטש זאל עס אנרופן מסוכן..... סימפל פון ווען דארף מען אנרופן א מחלה מסוכן?

שעמען זאלסטו דיך!

מען קען שוין נישט רעדן ווי נארמאלע מענטשן? ממש אזוי??? איך דערקען נישט מיינע פריינט..
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:40 pm

גוט געזאגט! לכאורה.

לייק פאר די קריעיטיוו קעפל

#J'accuse

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:45 pm

לכאורה, זייער גוט און ריכטיג געזאגט

ליידער איז נאך אלץ דא מאנכע וואס לאכן פון די גאנצע זאך, און מיינען אז זיי זענען קליגער פון אלע דאקטורים און הצלה לייט וואס זענען אויף די פראנט ליין און האלטן נעבעך מיט דעם ביטערען מצב.

burich
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 27, 2019 11:44 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך burich » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:50 pm

הסרפד האט געשריבן:
burich האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:עס איז אוממעגליך צו פארשפארן הערמעטיש יעדער מסוכן, בפרט וואס נישט יעדער מסוכן ווייסט אז ער איז מסוכן, און די ערפארונג פון אנדערע לענדער האט שוין קלאהר אויף געוויזן אז דער מהלך געלונגט נישט. אז יונגע וועלן ארויס גיין וועלן אלטע און שוואכע שטארבן.
און דער 90% פראצענט איז לכאורה נישט אמת, בפרט אינדרויסן פון ניו יארק איז עס זיכער היבש ווייניגער.


איך רעד דאך פון אוזערע היימישע געגענטער...... די % נעם איך פון דר זלענקא נאר ער זאגט דארטן די מעלה איז אז אזוי וועלן עס נישט אלע אלטע אידן האבן די זעלבע צייט וועט זיין גענוג רעספערעטארס סאו שפאראיין אלע אלטע און לאז ארויס די יונגע

זעלענקא איז נישט גערעכט, ער האט אויף דעם נישט קיין שום אויפווייז און עס איז נישט מסתבר.


צו דעי מענטשן וואס פארשטייען בעסער ווי זייער דאקטער רעד איך נישט

burich
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 27, 2019 11:44 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך burich » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:53 pm

burich האט געשריבן:
burich האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:
burich האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:וואס גייט מען זיך יעצט קריגן? אויף די ווארט טויטליך?... און אגב און דיין שאלה האסטו געפרעגט אויב ס'איז מסוכן, און די תירוץ איז יא, והא ראיה, אפי' ביי אונז חסידישע אידן איז שוין נעבעך איינער אוועק. ר"ל.


פון א ביס פון א מיסקיטו איז שוין אויך א מענטש געשטארבן איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט א מענטש זאל עס אנרופן מסוכן..... סימפל פון ווען דארף מען אנרופן א מחלה מסוכן?

אדרבה, ענטפער דו?
(א גרויסע % איז אין האספיטאל - נישט מסוכן!?, אסאך אינגע אויך - נישט מסוכן!?, אסאך עלטערע און קראנקע שטארבן דערפון - נישט מסכון!?, א חלק אינגע שטארבן אויך דערפון - נישט מסוכן!?, מענשטן ליגן אין בעט מיט גאר הויך פיווער און שוואכקייט - נישט מסוכן!?, ס'איז זייער אנשטעקיג - נישט מסוכן!? וואס איז יא מסוכן? ענטפער דו!)


רואיג! איך רעד יעצט אינגע שטארבן באלד גיימיר רעדן פון אלע אנדערע


לאמיר צוגיין גלייך צום פוינט מיין דאקטער זאגט מיר אז פאר אינגע איז עס נישט מסוכן סאו וואס וואלט שלעכט געווען ווען אלע עלטער 60 בלייבן אייגעשפארט עד יעבור הזעם אין די אינגע גייען יא ארויס ,די לאקדאהן מאכט דאך חרוב די וועלט ברוחניות בגשמיות פיזיש אין גייסטיש די עלטערע וועלן יעצט סייווי דארפן זיין איינגעשפארט ביז איך ווייס נישט כאטשיג מאך נישט חרוב די וועלט די אקאנאמי......... 90% אינגע האבן עס סייווי געהאט אדער האבן עס אדער גייען עס האבן מיט די אלע רעגולאציוס.......

קען איינער אריינקומען קלאר אין די סוגיא....... וואס צאלט מען פארוואס מען מאכט חרוב די וועלט פאר 10% אינגע וואס איז נישט מסוכן..............

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך איינס » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:32 am

גרשון האט געשריבן:זייער שיין לכאורה, ליידער ווייטאגליך.

ס'איז מיין ערשטע תגובה דער לעצטער וואך צייט אין דעם גאנצן פולמוס: ס'זענען קענטיג דא דריי סארטן מענטשן.

1. די וואס פאלגן די רעקאמענדאציע פון הצלה און פילע גרויסע רבנים צו בלייבן אינדערהיים, דאוונען ביחידות, און נישט גיין אין מקוה.

2. די וואס נפשם חשקה צו דאוונען בציבור און גיין אין מקוה און פירן זיך לויט'ן בפירוש'ן פסק פון זייער רב אז ס'איז מותר. זיי טוען אלעס וואס מעגליך זיך צו היטן, מאכן נישט קיין טאראראם, שטייען אפגערוקט פון אנדערע, קושן נישט דעם ס"ת, אא"וו.

3. מענטשן מיט אן אגענדע, געווענליך פון אנטי מעדעצין אדער פחדים וואס זיי פרובירן צו דערשטיקן, וואס האבן דערקלערט פון דער ערשטער מינוט אז ס'איז אלץ א מידיע שטורעם און א האוקס, און יעצט ווען דאס מציאות פאטשט אין פנים, פירן זיי א שם שמימ'דיגע מערכה צו ראטעווען כלל ישראל פון פאניק אטאקעס און מוחה זיין אויף די וואס לאזן נישט צו קיין מנינים.

איך בין פון דער ערשטער קאטעגאריע, און איך האב נישט קיין טענות אויף די וואס געהערן צו דער צווייטער. לדעתי האבן די רבנים געהייסן פארשפארן די שולן וויבאלד זיי האבן פארשטאנען אז ס'איז נישט במציאות אז עלטערע אידן וועלן נישט קומען און מ'זאל זיך פירן היגיעניש, ופשוט לכל, ממילא א יחיד וואס ווייסט קלאר אז ער שטעלט קיינעם נישט אין סכנה איז באמת נישט אזא גרויסע פראבלעם. איך פיר מיך ווי מיין רב וועלכער האט קלאר גע'פסק'נט אז תפלה ביחידות איז חשוב'ער ווי בציבור און דער רצון ה' איז אז מ'זאל נישט גיין אין מקוה.

בנוגע דער דריטער קאטעגאריע איז באמת נישט דא אפילו קיין סיבה צו רעדן. אן קיין צווייפל זענען די מענטשן מעוכרי עמינו - בשוגג אדער במזיד - און זענען עתיד ליתן את הדין אויף כאטש א צאל אידן וועלכע געפינען זיך ליידער על ערש דוי אדער ערגער ה"י. וויבאלד אבער זיי ווערן געפירט פון אן אגענדע, איז ברור כשמש אז זיי וועלן נישט טוישן זייער מיינונג. (חוץ אפשר אויב זיי ווערן געטריבן פון א דראנג צו דערשטיקן זייער פחד און זיי קענען עס מער נישט דערשטיקן. אזוי ווי עמיצער וואס האט מיר היינט צום ערשטן מאל ארויסגעזאגט אז דער ווירוס איז שרעקעדיג, נאכדעם וואס זיינס א קרוב איז ליידער אוועק.)

זייער זייער קלאר

שוין באמערקט עטליכע מאל אז ווען מקארנעט זיי פירן זיי דעם שמועס צו מקוה און מנין בעוד וואס דער עיקר טענה איז דירעקט אויפן הפקרות פון די סיריעל קילערס וואס דרייען זיך און טוען ככל העולה על רוחם.

אויף דעם וואס דו שרייבסט אז עתידי ליתן את הדין, זיי האלטן שוין לאנג אינמיטן.
יעדער טויטער איז די גילטי פילינג שטערקער, האפטנליך ביי סאם פוינט וועלן זיי זיך אויפוועקן.

אבער געוואלד געשריגן וויפל בלוט דארפן זיי טרינקען און וויפל מענטשן דארפן שטארבן אז ער זאל זיך אויף וועקן פון זיין זיסן חלום?!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך איינס » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:36 am

burich האט געשריבן:איך רעד דאך פון אוזערע היימישע געגענטער...... די % נעם איך פון דר זלענקא נאר ער זאגט דארטן די מעלה איז אז אזוי וועלן עס נישט אלע אלטע אידן האבן די זעלבע צייט וועט זיין גענוג רעספערעטארס סאו שפאראיין אלע אלטע און לאז ארויס די יונגע

הגע עצמך, יעצט ווען די מגיפה בודזשוועט אין לייגט טויטע רעכטס און לינקס, (גראדע רעכנט ער זיך נישט מיט קיין עידזשעס) שטייען נאך מענטשן און זענען דן מ׳מעג יא מ׳טאר נישט.
דאס איז שוין נאך די פראפערגאנדע און מצב וואס מהאט געטוען ארום דעם.
שטעל דיר פאר ווי אזוי וואלט אויזגעזעהן אן איינשפארן די יונגע וועלכע זקן ווואלט אריין אינדערהיים? קיין איינס!

ועוד ווען סוואלט געקומען די ריזאלטס אז ס׳איז מסוכן נאר פאר 25 טו 30 וואלסטו זיך איינגעפארט ווען אלע זענען אינדרויסן, אמת?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:53 am

גרשון האט געשריבן:
burich האט געשריבן:פון א ביס פון א מיסקיטו איז שוין אויך א מענטש געשטארבן איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט א מענטש זאל עס אנרופן מסוכן..... סימפל פון ווען דארף מען אנרופן א מחלה מסוכן?

שעמען זאלסטו דיך!

ער שעמט זיך בגדול, והא ראי' ער נעמט ארויס עפעס א פילגש ניק פאר די נאן-סענס דא.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך קאטאגאריש » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:57 am

איינס האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:זייער שיין לכאורה, ליידער ווייטאגליך.

ס'איז מיין ערשטע תגובה דער לעצטער וואך צייט אין דעם גאנצן פולמוס: ס'זענען קענטיג דא דריי סארטן מענטשן.

1. די וואס פאלגן די רעקאמענדאציע פון הצלה און פילע גרויסע רבנים צו בלייבן אינדערהיים, דאוונען ביחידות, און נישט גיין אין מקוה.

2. די וואס נפשם חשקה צו דאוונען בציבור און גיין אין מקוה און פירן זיך לויט'ן בפירוש'ן פסק פון זייער רב אז ס'איז מותר. זיי טוען אלעס וואס מעגליך זיך צו היטן, מאכן נישט קיין טאראראם, שטייען אפגערוקט פון אנדערע, קושן נישט דעם ס"ת, אא"וו.

3. מענטשן מיט אן אגענדע, געווענליך פון אנטי מעדעצין אדער פחדים וואס זיי פרובירן צו דערשטיקן, וואס האבן דערקלערט פון דער ערשטער מינוט אז ס'איז אלץ א מידיע שטורעם און א האוקס, און יעצט ווען דאס מציאות פאטשט אין פנים, פירן זיי א שם שמימ'דיגע מערכה צו ראטעווען כלל ישראל פון פאניק אטאקעס און מוחה זיין אויף די וואס לאזן נישט צו קיין מנינים.

איך בין פון דער ערשטער קאטעגאריע, און איך האב נישט קיין טענות אויף די וואס געהערן צו דער צווייטער. לדעתי האבן די רבנים געהייסן פארשפארן די שולן וויבאלד זיי האבן פארשטאנען אז ס'איז נישט במציאות אז עלטערע אידן וועלן נישט קומען און מ'זאל זיך פירן היגיעניש, ופשוט לכל, ממילא א יחיד וואס ווייסט קלאר אז ער שטעלט קיינעם נישט אין סכנה איז באמת נישט אזא גרויסע פראבלעם. איך פיר מיך ווי מיין רב וועלכער האט קלאר גע'פסק'נט אז תפלה ביחידות איז חשוב'ער ווי בציבור און דער רצון ה' איז אז מ'זאל נישט גיין אין מקוה.

בנוגע דער דריטער קאטעגאריע איז באמת נישט דא אפילו קיין סיבה צו רעדן. אן קיין צווייפל זענען די מענטשן מעוכרי עמינו - בשוגג אדער במזיד - און זענען עתיד ליתן את הדין אויף כאטש א צאל אידן וועלכע געפינען זיך ליידער על ערש דוי אדער ערגער ה"י. וויבאלד אבער זיי ווערן געפירט פון אן אגענדע, איז ברור כשמש אז זיי וועלן נישט טוישן זייער מיינונג. (חוץ אפשר אויב זיי ווערן געטריבן פון א דראנג צו דערשטיקן זייער פחד און זיי קענען עס מער נישט דערשטיקן. אזוי ווי עמיצער וואס האט מיר היינט צום ערשטן מאל ארויסגעזאגט אז דער ווירוס איז שרעקעדיג, נאכדעם וואס זיינס א קרוב איז ליידער אוועק.)

זייער זייער קלאר

שוין באמערקט עטליכע מאל אז ווען מקארנעט זיי פירן זיי דעם שמועס צו מקוה און מנין בעוד וואס דער עיקר טענה איז דירעקט אויפן הפקרות פון די סיריעל קילערס וואס דרייען זיך און טוען ככל העולה על רוחם.

אויף דעם וואס דו שרייבסט אז עתידי ליתן את הדין, זיי האלטן שוין לאנג אינמיטן.
יעדער טויטער איז די גילטי פילינג שטערקער, האפטנליך ביי סאם פוינט וועלן זיי זיך אויפוועקן.

אבער געוואלד געשריגן וויפל בלוט דארפן זיי טרינקען און וויפל מענטשן דארפן שטארבן אז ער זאל זיך אויף וועקן פון זיין זיסן חלום?!


די וואס דאווענען מעט מנין זענען סיריעל קילערס, אין דא וואס גייען אין ארבעט זענען?
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך אבן יקרה » פרייטאג מארטש 27, 2020 2:36 am

כ"ק אדמו"ר מסאסוב (קרית ישמח משה) שליט"א, בדברים נוקבים:

"לעולם היה מוטל על הרבנים החשובים להוציא פסק דין כזה במלוא כובד החריפות. לא רק מי שיש לו מכשיר שאינו כשר (סמארטפון) הוא פסול לעדות, אלא גם מי שיש לו חום גבוה או תסמינים אחרים מתסמיני הקורונה, או כל מי שציוו עליו שעליו לשבת בבידוד והוא מפר את הצו, הרי הוא פסול לעדות. כי הוא חשוד על הרציחה בפועל ממש... ובמיוחד אם הוא עושה זאת בשביל ה'פרומקייט' שלו, שהוא חייב לטבול במקווה למרות שהדבר אסור עליו... הלא גם תשעה קבין מטהרים את האדם ומקדשים אותו כמובא בגמרא ומניין לו העוז להחמיר ולסכן אחרים"

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך איינס » פרייטאג מארטש 27, 2020 8:57 am

קאטאגאריש האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:שוין באמערקט עטליכע מאל אז ווען מקארנעט זיי פירן זיי דעם שמועס צו מקוה און מנין בעוד וואס דער עיקר טענה איז דירעקט אויפן הפקרות פון די סיריעל קילערס וואס דרייען זיך און טוען ככל העולה על רוחם.

אויף דעם וואס דו שרייבסט אז עתידי ליתן את הדין, זיי האלטן שוין לאנג אינמיטן.
יעדער טויטער איז די גילטי פילינג שטערקער, האפטנליך ביי סאם פוינט וועלן זיי זיך אויפוועקן.

אבער געוואלד געשריגן וויפל בלוט דארפן זיי טרינקען און וויפל מענטשן דארפן שטארבן אז ער זאל זיך אויף וועקן פון זיין זיסן חלום?!


די וואס דאווענען מעט מנין זענען סיריעל קילערס, אין דא וואס גייען אין ארבעט זענען?


דו ביסט זייער קלוג און די ליינסט צווישן די שורות אבער זעהט אויס נאכנישט אזוי קלוג,
יא איך ארבעט אבער פון דערהיים.

אבער איך האב נישט געשריבן די וואס גייען דאווענען, איך האב געשריבן קעגן די סיריעל קילערס וואס פירן זיך מיט הפקרות, און שוין עטליכע מאל אויסגעקלארט.
שלעפן די שמועס ווי כאילו די טענה איז קעגן דאווענען מיט מנין קומט אויך פון גרויס קלוגשאפט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2371
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: אני מאשים

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג מארטש 27, 2020 9:21 am

לכבוד כבוד הידידים והחבירים דא און אין די גאנצע וועלט.

איך האלט מיך גאר שטארק אן צו שרייבן דא. געווענדליך, ווען איך פיהל passionate אויף א נושא, גיב איך זיך אסאך מער ארויס. אבער... באידנא דריתחא, קען מען געבן א שטעך פארן חבר, און איך וויל דאס נישט טוהן ממש ווען משיח שטייט דא שוין מאחורי כתלינו. און זאל מיין זיך איינהאלטן זיין א זכות פאר מיהר אויף א רפואה שלימה און פאר גאנץ כלל ישראל. איך האב שוין איבערגעבעטן דעהם עולם ברבים, און איך האף אז איהר האט מיך אלע מוחל געוועהן.

איך וויל דא מער נישט אריינגיין אין די נושא וועלעכע רב איז גערעכט, ווער דא איז גערעכט, וכו'. איך וויל נאר זאגן א פאר פאקטן, וואס איך מיין זענען די ריכטיגע פאקטן.

- קאראנא איז מסוכן ממש פאר איעדע יארגאנג, אפילו פאר אינגע מענטשען. נאר פאר עלטערע איז עס גאר שטארק מסוכן.

- עס איז א חיוב גמור מן התורה צו העלפען ראטעווען א איד, און ח"ו נישט גורם זיין ער זאל קראנק ווערן אדער שטארבן. סיי צו ער איז גאר אלט, סיי צו ער איז גאר אינג. סיי צו ער האט שוין אן existing condition סיי נישט.

- עס איז קלאהר אז א חלק מאנ"ש האבן נישט קיין אנונג וויאזוי די מחלה פארשפרייט זיך. איינער גיט א היס אויף א טיש, און א צווייטער אין שוהל קומט א פאר שעה שפעטער און כאפט עס אהן און כאפט אהן זיין נאז וואס קראצט איהם, כאפט מען עס אריבער.

- די רעגירונג זאגט שוין קלאהר אז מען טאר נישט קיין שום צאמקום.

- איך שרייב איצטער גארנישט וועגן מנין. איך לאז דאס פאר די רבנים. איך האב שוין געכאפט גענוג אין אישי אז איך זאל נישט זיין הייליגער פונעם פויבסט וכו'. מען דארף איצטער זיין אינגאנצן quarantined. דאס איז אריינגערעכענט גיין איינקויפן אין געשעפטן. מען מעג נאר גיין אין גראסערי, איינער פון די משפחה, מיט א מאסק, ווען מען מוז! מוז מיינט מען האט נישט וואס צו עסען. נישט אז מען דארף נאך זכר בונדליך פארן באטע.

- די וויכטיגסטע: די גאנצע איינשפארן איז נישט נאר איז איהר אינגערמאנטשיק זאל עס נישט כאפן. די געדאנק איז אז עס וועט "אויסשפרייטן" ווי שנעל די דיזיס פארשפרייט זיך, אזוי וועט די העלטה קעיר סיסטעם נישט ווערן איבערגעשטרענקט. די וואך פון פורים, האבן שוין דאקטוירים געווארענט מען זאל זיך אכטונג געבען. צוויי וואכן צירוק האבן דאקטוירים געזאגט אז אין איטאליע, נישט איראן, נישט כינע, נאר איטאליע, א גאר פארגעשריטענע מאדערענע לאנד, שטארבן מענטשען ווייל די health care system פאלט צאם, און זיי קענען איעדען העלפן. מען האט זיך געבעטן אז עס קומט אהער. מען האט נישט געפאלגט. ליידער ליידער איז מען געוועהן חכמים. מען האט אויסגעלאכט די וואס האבן נישט געוואלט געבען די הענט, וכו'. מען זעהט קלאהר אין לענדער וואס האבן גלייך גענומען שטרענגע שטריט האט עס געהאלפן.

רבוש"ע, זעה שוין אין די צער פון דיינע קינדערלעך, שטעל שוין אפ די מגיפה, ראטווע אונז אלע, הייל אונז אויס בגוף ובנפש, בביאת גואל צדק במהרה בימינו.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך נקודהלע » פרייטאג מארטש 27, 2020 9:39 am

איינס האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:שוין באמערקט עטליכע מאל אז ווען מקארנעט זיי פירן זיי דעם שמועס צו מקוה און מנין בעוד וואס דער עיקר טענה איז דירעקט אויפן הפקרות פון די סיריעל קילערס וואס דרייען זיך און טוען ככל העולה על רוחם.

אויף דעם וואס דו שרייבסט אז עתידי ליתן את הדין, זיי האלטן שוין לאנג אינמיטן.
יעדער טויטער איז די גילטי פילינג שטערקער, האפטנליך ביי סאם פוינט וועלן זיי זיך אויפוועקן.

אבער געוואלד געשריגן וויפל בלוט דארפן זיי טרינקען און וויפל מענטשן דארפן שטארבן אז ער זאל זיך אויף וועקן פון זיין זיסן חלום?!


די וואס דאווענען מעט מנין זענען סיריעל קילערס, אין דא וואס גייען אין ארבעט זענען?


דו ביסט זייער קלוג און די ליינסט צווישן די שורות אבער זעהט אויס נאכנישט אזוי קלוג,
יא איך ארבעט אבער פון דערהיים.

אבער איך האב נישט געשריבן די וואס גייען דאווענען, איך האב געשריבן קעגן די סיריעל קילערס וואס פירן זיך מיט הפקרות, און שוין עטליכע מאל אויסגעקלארט.
שלעפן די שמועס ווי כאילו די טענה איז קעגן דאווענען מיט מנין קומט אויך פון גרויס קלוגשאפט

הלואי ביסטו גערעכט, ס'איז יא דא דא אסאך וואס האבן טענות אויף די וואס כאפן זיך ארויס צו א מנין מצומצם און מער נישט, (מיט רשות פון א רב) און רופן זיי אן רוצחים.
אבער ביסט זיכער גערעכט אז ס'איז צייט מ'זאל זיך אויפוועקן, און די הלך ילך קען נישט און מעג נישט אנגיין ווי געהעריג.
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך נקודהלע » פרייטאג מארטש 27, 2020 9:43 am

burich האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:
burich האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:דער וואס איז נעבעך אוועק אין מאנסי איז געווען א אינגע (39) געזונטע מענטש. ל"ע. (מפי השמועה)

מפי קראנט


טויזענטער אינגע אידן האבן עס געהאט אין נאר איינער איז אוועק הייסט עס נישט טויטליך סארי

וואס גייט מען זיך יעצט קריגן? אויף די ווארט טויטליך?... און אגב און דיין שאלה האסטו געפרעגט אויב ס'איז מסוכן, און די תירוץ איז יא, והא ראיה, אפי' ביי אונז חסידישע אידן איז שוין נעבעך איינער אוועק. ר"ל.


פון א ביס פון א מיסקיטו איז שוין אויך א מענטש געשטארבן איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט א מענטש זאל עס אנרופן מסוכן..... סימפל פון ווען דארף מען אנרופן א מחלה מסוכן?

קאם אן - ביטע גיב מיר א נאמען פון א חסידישע איד וואס איז אוועק אין די לעצטע 10 יאר פון א מעסקיטאו... און געדענק: ער מעג נישט האבן קיין שום קאנדישן, דארף זיין אינטער 60, דארף זיין 100% אז ער איז אוועק פון דעם... יוא נא וואט: כ'נעם דיר אראפ די אלע ריסטריקשנס, ברענג מיר נאר א נאמען...
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך לייטער » פרייטאג מארטש 27, 2020 9:59 am

ע'' פ שולחן ערוך ע''פ תורה, על פי הלכה על פי ענין, על פי מנהג, מעג מען מצער זיין א בעל חי, בהמה ?
מעג א איד מצער זיין א צווייטע איד
מעג א איד גורם זיין אז א צווייטער איד זאל חלילה ליגן אין בעט פאר א וואך? אין איבערגעבן אינדערצווישן פאר נאך אידן און זיי פאר נאך( איינער קען אנשטעקן עטליכע און זיי נאך עטלעכע רח"ל ) ח''וו ה''י
מעג א איד גורם זיין צער פאר א צווייטע איד
מעג א איד גורם זיין ספק פיקוח נפש ה''י

געהערט נעכטן א מעשה אז הרה"ק ר' יענקל מפשעווארסק זצוק"ל איז געגאנגען מבקר חולי זיין א איד חול המועד סוכות די איד האט נישט געקענט ארויס גיין צי די סוכה און האט געפראוועט אינדערהיים די סעודת, די איד האט מכבד געווען הרה"ק ר יענקלע זצ"ל מיט עסן די רב האט געמאכט א ברכה חוץ לסוכה און טועם געווען
ביים ארויסגיין האט איינער געפרעגט פארוואס די רב האט געגעסן חוץ לסוכה
האט ער געענטפערט איך האב מיך מוסר נפש געווען אין די שווערע צייטן און קיינמאל נישט געטריקן אפילו א משהו חוץ לסוכה, אבער א קראנקע איד זאל האבן עגמת־נפש לכבוד מיך וועל איך טועם זיין חוץ לסוכה.( וואס על פי הלכה האט די רב געמעגט טועם זיין )

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך איינס » פרייטאג מארטש 27, 2020 10:33 am

burich האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:
burich האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:מפי קראנט


טויזענטער אינגע אידן האבן עס געהאט אין נאר איינער איז אוועק הייסט עס נישט טויטליך סארי

וואס גייט מען זיך יעצט קריגן? אויף די ווארט טויטליך?... און אגב און דיין שאלה האסטו געפרעגט אויב ס'איז מסוכן, און די תירוץ איז יא, והא ראיה, אפי' ביי אונז חסידישע אידן איז שוין נעבעך איינער אוועק. ר"ל.


פון א ביס פון א מיסקיטו איז שוין אויך א מענטש געשטארבן איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט א מענטש זאל עס אנרופן מסוכן..... סימפל פון ווען דארף מען אנרופן א מחלה מסוכן?

אדרבה זאג דו וואס רופסטו מסוכן
10 טויטע
15 טויטע
100 טויטע
אדער נאר ווען דיין טאטע איז צווישן די טויטע?

האעווער די נאמבער די געבסט, הייסט דאס סך הכל אז דיין געפיל שאקלט זיך נישט ביז א געוויסע פוינט,
אבער דעמאלטס דארפסטו איינזעהן אז דו ווערסט געשטופט פון געפיל און נישט פון שכל.

די לענדער וואס די טויטע איז אין די הונדערטערס זאגן אז זיי זענען געווען דארט וואו אונז זענען יעצט, וואס דארפסטו אז די טויטע זאלן דיר פראוון אז זיי קענען שטארבן?!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך איינס » פרייטאג מארטש 27, 2020 10:35 am

נקודהלע האט געשריבן:הלואי ביסטו גערעכט, ס'איז יא דא דא אסאך וואס האבן טענות אויף די וואס כאפן זיך ארויס צו א מנין מצומצם און מער נישט, (מיט רשות פון א רב) און רופן זיי אן רוצחים.
אבער ביסט זיכער גערעכט אז ס'איז צייט מ'זאל זיך אויפוועקן, און די הלך ילך קען נישט און מעג נישט אנגיין ווי געהעריג.


אלעס איז דא,
אבער די אני מאשים אשכול איז דירעקט פאר די הפקרות
ס׳איז דא וואס נעמען די מקוה און מנין צו זיין א נבל שלא ברשות התורה און זיך דעקן זייער גלייכגילטיגקייט פארן גאנצן מצב
(קוק די פתיחת האשכול)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך קאטאגאריש » פרייטאג מארטש 27, 2020 10:49 am

איינס האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:הלואי ביסטו גערעכט, ס'איז יא דא דא אסאך וואס האבן טענות אויף די וואס כאפן זיך ארויס צו א מנין מצומצם און מער נישט, (מיט רשות פון א רב) און רופן זיי אן רוצחים.
אבער ביסט זיכער גערעכט אז ס'איז צייט מ'זאל זיך אויפוועקן, און די הלך ילך קען נישט און מעג נישט אנגיין ווי געהעריג.


אלעס איז דא,
אבער די אני מאשים אשכול איז דירעקט פאר די הפקרות
ס׳איז דא וואס נעמען די מקוה און מנין צו זיין א נבל שלא ברשות התורה און זיך דעקן זייער גלייכגילטיגקייט פארן גאנצן מצב
(קוק די פתיחת האשכול)



וואס האט עס מיט הפקרות, אז איינער גייט אין גראסערי ווען ער האט נאך עסען אינדערהיים פאר היינט, אדער פאר מער ווי די מינימום צים לעבען, איז א רוצח לויט ענקער סברה,

ער קען אנשטעקן די גראסערי מאן וואס גייט אהיים שיקן אנגעשטעקטע זאכן צו די עלטערע איינגעשפארטע מענטשען
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך איינס » פרייטאג מארטש 27, 2020 11:01 am

קאטאגאריש האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:הלואי ביסטו גערעכט, ס'איז יא דא דא אסאך וואס האבן טענות אויף די וואס כאפן זיך ארויס צו א מנין מצומצם און מער נישט, (מיט רשות פון א רב) און רופן זיי אן רוצחים.
אבער ביסט זיכער גערעכט אז ס'איז צייט מ'זאל זיך אויפוועקן, און די הלך ילך קען נישט און מעג נישט אנגיין ווי געהעריג.

אלעס איז דא,
אבער די אני מאשים אשכול איז דירעקט פאר די הפקרות
ס׳איז דא וואס נעמען די מקוה און מנין צו זיין א נבל שלא ברשות התורה און זיך דעקן זייער גלייכגילטיגקייט פארן גאנצן מצב
(קוק די פתיחת האשכול)


וואס האט עס מיט הפקרות, אז איינער גייט אין גראסערי ווען ער האט נאך עסען אינדערהיים פאר היינט, אדער פאר מער ווי די מינימום צים לעבען, איז א רוצח לויט ענקער סברה,

ער קען אנשטעקן די גראסערי מאן וואס גייט אהיים שיקן אנגעשטעקטע זאכן צו די עלטערע איינגעשפארטע מענטשען

האב איך דיר שוין געשריבן אז זעהט אויס דו ביזט זייער זייער קלוג און מתוך חרפתא שבשתא

דו ווייסט בכלל ווי אזוי די וויירוס גייט אריבער פון איינעם צום צווייטן און וואס געשעהט ווען איינער געבט צום צווייטן?
דו האסט דאך קיין מידנסטע אנונג ווי אזוי די וויירוס ארבעט און פינקציאנירט
סא ווען סקומט צו אריינרעדן פשט אין די רעגעלאציעס גיי ליין קודם אביסל, אבער נאר אביסל, אויף וואס זענען געבעיסט די רעגולעישנס און נאכדעם וועט מען דעבעטירן ווער איז א רוצח און ווער נישט.

אבער נאכמאל איך האס נישט געזאגט אז גיין אין מקוה און דאווענען מיט מנין איז הפקרות.
לעצט פאראכטן דורך איינס אום פרייטאג מארטש 27, 2020 11:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » פרייטאג מארטש 27, 2020 11:08 am

IMG_20200327_075718_629.jpg
IMG_20200327_075718_629.jpg (205.71 KiB) געזעהן 477 מאל
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re:

תגובהדורך איינס » פרייטאג מארטש 27, 2020 11:11 am

לעכטל האט געשריבן:
IMG_20200327_075718_629.jpg

די קעפל דארף ווען ווערן געטוישט צו
קול דמי אחינו זועקים עלינו
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: Re:

תגובהדורך לעכטל » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:05 pm

איינס האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
IMG_20200327_075718_629.jpg

די קעפל דארף ווען ווערן געטוישט צו
קול דמי אחינו זועקים עלינו

ביסט שארף, אבער גערעכט!!!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

תשעט
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 3:07 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך תשעט » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:23 pm

באמת א שטארקע אשכול! בפרט אין א צייט וואס עס דרייט זיך ארום א שמועס פון א.קרויס וואס ברענגט ארויס(יא דאס איז כמעט וועס ער זאגט!)אז משטארבט נישט פון קאראנע! אין אז ער איז נאכגעגאנגען (וויפיל?) פעלער וואס מהאט געשמועסט שנפטרו מקאראנע וכו' וכו' (איך באציה מיך נישט צום מנין חלק)

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:36 pm

מען וואלט געדארפט צעפראסקען דעם מטורף וואס האט ארום געשיקט פאון קאלס נעכטן אנטקעגן די עסקנים ״וואס האבן אפגעשפארט די שולן מיט מקוואות״.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: lazy, שבתי און 40 געסט