אני מאשים

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

אני מאשים

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:37 pm

אוי לי אם אומר, אוי לי אם לא אומר, כלל ישראל איז דאך צוטיילט למחצה לשליש ולרביע, צווישן די רעכטדענקנדע וואס דערהערן דעם געבעט פון די אינסטאנצן, דאקטוירים און געטרייע חברה הצלה וואלונטירן, רבנים און עסקנים וכל מי אשר לו מח בקדקדו, און די וואס גייען מיט'ן קאפ אין וואנט אריין, הערן אויס וואנזיניגע האטליינס וואס באשולדיגן - צווישן אנדערע - די לימודים פון 'קאמען קאור' אדער דאס באנוץ פון סמארטפאונס אין די גאנצע מגיפה אדער די פאניק דערוועגן.

אבער השקט לא נוכל, בפרט ווען איך קען פערזענליך צופיל אידן וואס זענען שוין ליידער נסתלק געווארן די לעצטע פאר טעג, און אנדערע לרפו"ש וואס ראנגלען זיך אין שפיטאל מיט אלע סארט מאשינען ומכאובים רח"ל, השם ירפאם ברפו"ש בתוך שאר חולי ישראל ויסר ממנו כל נגע ומחלה ומגיפה בעגלא ובזמן קריב.

בתוך עמי אנכי יושבת, צווישן אנדערע אחינו בני ישראל האב איך אויפגענומען מיט גרויס צער און ווייטאג די אפשליסונג פון מקואות, שוהלן א.ד.ג., איך בין א טעגליכער מקוה גייער ב"ה, זעלטן וואס איך פארפאס א מקוה (אקוראט 3 יאר צוריק, דאנערשטאג ויקרא, האב איך אוועקגעשאנקן א ניר, און אלס רעזולטאט נישט געקענט גיין אפאר וואכן אין מקוה. אויך 5 יאר צוריק, ווען איך האב מיר ל"ע צובראכן א פוס, האב איך עטליכע וואכן פארפאסט א מקוה), אבער יעצט ליידער איז שוין איבער א וואך וואס איך האב נישט געזען דעם מקוה (כאטש עס איז אפן, ליידער. איבער דעם שפעטער).

איך דאווען אלע דריי תפילות טעגליך מיט מנין, רוב מאל בין איך דער בעל תפילה אין מיין מנין (עכ"פ ביי מנחה-מעריב, וואו איך האב ממש א קביעות), אבער יעצט האב איך שוין א וואך צייט געדאווענט אינדערהיים, אדער ביי א פראוויזארישע גאסן מנין וואס האט זיך צוזאמגעשטעלט פארנט פון מיין הויז.

וואס קום איך דא זאגן?

איך קום שרייען.

ב"ה איך האב נישט דעם נסיון, איך האב נישט קיין אייגענע שוהל און איך בין נישט דער גבאי אדער משמש פון א בית המדרש, אבער איך קום דא באשולדיגן די וואס האבן יא דעם נסיון און טוען עס נישט ביישטיין.

גדולי הרבנים האבן קלאר באפוילן נאך די פארגאנגענע וואך ארויסצולאזן די וואסער פון די מקואות, שטעלן שלעסער אויף די שוהלן, אין א פארזוך אפצושטעלן דעם פלייץ פון די מגיפה רח"ל. אנדערע זענען אבער קלוגער/פרומער אדער סתם נאאיוו און בת-היענה'דיג געשטימט, און לאזן דעם עולם קומען אין שוהל/מקוה כאילו לא הי'.

דאס איז א פירצה קורא לגנב. ווען איך וואלט געוואוסט אז יעדער איינער איז אין זעלבן פעקל, אלע שוהלן זענען פארמאכט און יעדער דאווענט ביחידות, וואלט איך רואיגער געדאווענט אינדערהיים און גענומען א טוש ווען נויטיג. יעצט אז איך ווייס אז ממש א שפאן אוועק טוהט זיך א מנינים צענטער און נאר איך זיץ אינדערהיים, מאכט זיך מיר שפירן אביסל ווי איך פארפאס עפעס, און גיבט מיר א דראנג זיך אריבערצוכאפן אויף מנחה-מעריב, און היינט בין איך אפילו אהין צו שחרית.

וואס האב איך געזען?

ביי מנחה מעריב טעגליך זעה איך עטליכע אידן וואס זענען גאנץ זיכער איבער די זעכציג (כ'בעט נישט קיינעמס געבורטסשיין, אבער איך שאץ אז זיי וואלטן געקענט זיין מיין פאטער, און איך בין שוין א בן ארבעים), און היינט - ראש חודש ניסן תש"פ - האב איך געזען אין בית המדרש א אינגערמאן וואס האט ליידער געהאט די ביטערע מחלה בלויז א קארגע יאר-צוויי צוריק. קוים וואס די פיאות זענען אים צוריקגעוואקסן און ער דרייט זיך אין שוהל כאילו מען האט נישט קלאר געווארנט אלע איבערלעבער פון די ביטערע מחלה "חבי עד יעבור זעם"!

וואס נאך האב איך געזען?

מ'האט קלאר געווארנט אז מען זאל נישט קושן דעם הייליגן ספר תורה. האב איך געזען ווי אינגערמאן פלוני גיבט א קוש פאר'ן ספר, און עטליכע סעקונדעס דערויף האט הבחור אלמוני געקושט אקוראט אויפ'ן זעלבן ארט. פרעג איך אייך "איז דאס אויסגעהאלטן? קען מען דאס פארשווייגן?"

ווען איך האב זיי דאס אפירגעהאלטן, האבן זיי געפרעגט מיט קעלבערנע אויגן 'וואס קען געשען? מיר זענען אלע ב"ה אינג און געזונט'. אינטערעסאנט, אז פונקט דער פאטער פון דעם בחור אלמוני שפירט זיך נישט גוט (וויאזוי ווייס איך דאס? כ'האב אים געזען שטיין ביים פענסטער פון שוהל, ב"ה ער האט געהאט גענוג שכל צו בלייבן אינדרויסן, אבער זיינע בחורים פירן דאס רעדל אין שוהל די לעצטע פאר טעג), דאס מיינט אז דער מענטעלע קען ח"ו זיין א גרמא בנזקין איבערצופירן פון איינעם צום צווייטן די מחלה המדבקת ל"ע, וכדי בזיון וקצף.

פארשטייט זיך אז די חברה דארט אין שוהל האבן שוין אלע אויסגעהערט דעם וואנזיניגן שמועס - וואס איז שוין ב"ה ארונטערגענומען געווארן פון קול מבשר - וואס טוהט בארואיגן דעם עולם אז 'ס'גארנישט אז עלטערע מענטשן גייען פון דער וועלט... מ'האט שוין געהערט אזאנס'. איינער פון די חכמים האט אפילו געוואוסט צו זאגן, אז כאטש קול מבשר האט דאס ארונטערגענומען, קען מען דאס הערן אויף די אנטי-וואקסין האטליינס, וואס לשיטתם איז דאס גאנצע איין גרויסע מאניפעסטאציע פון ווייס-איך-וועם אין בעפארברייטונג צו א וואקסין אי"ה.

איין חכם דארט פרעגט מיר "וואס קען פאסירן צו א 24 יעריגער געזונט און שטארקער מאן ווי מיר"? איך גיי אים נישט איבערשרעקן, אבער ליידער זעהט מען גענוג בקשו רחמים'ס פון מענטשן אין די דרייסיגער יארן אדער גאר קינדער.

איינער פון די בריחי התיכון פון דעם זעלבן בית המדרש, ליגט יעצט אין שפיטאל אויף א רעספערעיטאר ל"ע, זאל ער האבן א רפואה שלימה בקרוב בתושח"י. אבער דאס בית המדרש גייט ווייטער אן. אויף וועמענ'ס אחריות?

ביי מיר אין שטוב דרייט זיך דער פיבער פון איינעם צום צווייטן, איך האב דאס געהאט די פארגאנגענע וואך דינסטאג/מיטוואך, מיין בחור'ל דאנערשטאג/פרייטאג, מיין טאכטער נעכטן און היינט און מיין קליינטשיגער אויך, אבער נע.. עולם כמנהגו נוהג. ווילאנג די מקואות און שוהלן וועלן זיך נישט *עכט* אפשפארן וועט עולם-גולם (ואני בתוכם) ווייטער גיין, און דאס וועט חלילה ווייטער פארשפרייטן די מגיפה רח"ל, באופן מען זאל ליידער דארפן בלייבן איינגעשפארט ביז שבועות היל"ת.

יהי רצון אז די אחראים זאלן אנהייבן טראגן אחריות, און מיר אלע זאלן זיך עפענען די אויגן און איינזעהן אז מיט'ן פארמאכן די אויגן וועט דער פראבלעם נישט נעלם ווערן. אלע קראנקע זאלן האבן א רפואה שלימה בקרוב, און אלע געזונטע זאלן בלייבן געזונט און שטארק, ובקרוב נזכה לביאת משיח צדקינו - בניסן עתידין ליגאל - בב"א.
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:49 pm

שטארק

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך קעדילעק » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:58 pm

גאר גאר הייליג גערעכט, אבער ליידער קוקט אויס ווי מ'רעדט צום לאמפ! די וואס פארשטייען זענען באוואוסטזיניג און טוען דאס ריכטיגע, אבער א שיינע פאר אידעלעך דא קענען נעבעך נישט טראכטן גראד און נארמאל, ס'קוקט אויס ווי די קאראנע האט זיי ערנסט צוגעטרעטן..

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:00 pm

היינו דאמרי לאו עכברא גנב אלא חורא.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:06 pm

גאר שטארק לכאורה!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אני מאשים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:06 pm

אינטערעסאנט, קיינער האט נאכנישט מוחה געווען דא אז מען רייסט אונטער די רבנים וואס לאזן בכונה, יא 'בכונה' אפן זייערע שולן און מקואות
זעהט אויס נאר אין יענע אשכול מעג מען...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:07 pm

אה ברוך השם איינער עפענט ענדליך א אשכול צו מען זאלן יא אדער נישט דאווענען מיט מנין,

ערשטענס איך ווייס נישט פין איין רב אדער דיין וואס איך האלטן פין וואס איז מיר עפעס מחייב וואס דאווענט נישט מיט מנין, אין כמעט קיין איין רב האט נישט געשריבן אז מען זאל נישט דאווענען מיט מנין, נאר אז מען איז פטור צי דאאווענען. אין העכער 60 זאלן נישט

צווייטנס די ביזט איינגעשפארט אין דיין גאנצע משפחה פילט זיך נישט גיט, אין כמעט יעדען וואס איך קען אדער האט זיך נישט גיט געפילט אדער פילט זיך נישט גיט יעצט, במילא סאיז ווי מען שפארט צי די תפיסה נאכדעם וואס די גנב איז שוין אידרויסן
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך קעדילעק » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:12 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:אינטערעסאנט, קיינער האט נאכנישט מוחה געווען דא אז מען רייסט אונטער די רבנים וואס לאזן בכונה, יא 'בכונה' אפן זייערע שולן און מקואות
זעהט אויס נאר אין יענע אשכול מעג מען...


נו, כאפ די מצוה און זיי דו מוחה..

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אני מאשים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:17 pm

קעדילעק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:אינטערעסאנט, קיינער האט נאכנישט מוחה געווען דא אז מען רייסט אונטער די רבנים וואס לאזן בכונה, יא 'בכונה' אפן זייערע שולן און מקואות
זעהט אויס נאר אין יענע אשכול מעג מען...


נו, כאפ די מצוה און זיי דו מוחה..


מען טאר נישט אוועקנעמען די חזקה פון די מוחזקים...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
נקודהלע
שר האלפיים
תגובות: 2171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך נקודהלע » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:20 pm

לכאורה נישט...

גדולי הרבנים האבן קלאר באפוילן נאך די פארגאנגענע וואך ארויסצולאזן די וואסער פון די מקואות, שטעלן שלעסער אויף די שוהלן, אין א פארזוך אפצושטעלן דעם פלייץ פון די מגיפה רח"ל. אנדערע זענען אבער קלוגער/פרומער אדער סתם נאאיוו און בת-היענה'דיג געשטימט, און לאזן דעם עולם קומען אין שוהל/מקוה כאילו לא הי'.

אויב מיין גרויסע רב, יא א גדול בישראל, זאגט מיר: אויב דו פילסט גוט קענסטו גיין אין מקוה. פארוואס בין איך דער אויבער חכם? פארוואס בין איך דער בת היענה? אפשר מאכסטו נישט קיין כללים וואס יעדער האט צו טון, נאר יעדער זאל פאלגן זיין רב? איך הייס דיך נישט גיין אין מקוה, אבער דו האסט נישט קיין רעכט ארייצורעדן אין מיין מקוה.
כ'מאך נישט אוועק דיין פוינט אז ס'דא אויבער חכמים וואס טוען מער ווי זייערע רבנים לאזן, ס'קומט זיך זיי טאקע פעטש, אבער א רב וואס לאזט גיין אין מקוה, וואס איז מיט אים? ער איז אפשר אויך א רוצח?...

אגב, כ'קוק דיך זייער ארויף און כ'בין דיר מקנה אז דו האסט אוועקגעגעבן דיין ניר
לעצט פאראכטן דורך נקודהלע אום דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז דו מיינסט אז דיין זייט אין אמעריקאנער פאליטיק איז די גערעכטע, נעמסטו עס אביסל ערענסטער ווי די פירער פון דיין פארטיי...

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:26 pm

נקודהלע האט געשריבן:לכאורה נישט...

גדולי הרבנים האבן קלאר באפוילן נאך די פארגאנגענע וואך ארויסצולאזן די וואסער פון די מקואות, שטעלן שלעסער אויף די שוהלן, אין א פארזוך אפצושטעלן דעם פלייץ פון די מגיפה רח"ל. אנדערע זענען אבער קלוגער/פרומער אדער סתם נאאיוו און בת-היענה'דיג געשטימט, און לאזן דעם עולם קומען אין שוהל/מקוה כאילו לא הי'.

אויב מיין גרויסע רב, יא א גדול בישראל, זאגט מיר: אויב דו פילסט גוט קענסטו גיין אין מקוה.


ער קען זיך אויס בעניני רפואה?
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

אביונה
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:28 pm

איך האלט מיך יעצט איין פון שרייבן עפעס..
זאל די כבישת היצר מיינע, זיין לזכות פון אלע חולי ישראל וואס דארפן רפואות..
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

פרא-חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך פרא-חסיד » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:32 pm

ניכרין דברי אמת.

אוועטאר
נקודהלע
שר האלפיים
תגובות: 2171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך נקודהלע » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:35 pm

מחשב האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:לכאורה נישט...

גדולי הרבנים האבן קלאר באפוילן נאך די פארגאנגענע וואך ארויסצולאזן די וואסער פון די מקואות, שטעלן שלעסער אויף די שוהלן, אין א פארזוך אפצושטעלן דעם פלייץ פון די מגיפה רח"ל. אנדערע זענען אבער קלוגער/פרומער אדער סתם נאאיוו און בת-היענה'דיג געשטימט, און לאזן דעם עולם קומען אין שוהל/מקוה כאילו לא הי'.

אויב מיין גרויסע רב, יא א גדול בישראל, זאגט מיר: אויב דו פילסט גוט קענסטו גיין אין מקוה.


ער קען זיך אויס בעניני רפואה?

הל' רציחה קען ער זיכער, און אגב איך רעדט פון א דורך געטראכטע החלטה וואס איז געווארן אויסגעשמועסט דורך אפאר גרעסערע רבנים; עסקנים; און דאקטוירם, צוזאמען מיט די העלט דעפארטמענט און מ'האט עס אויסגעארבעט אז ס'זאל זיין די קלענסטע פראבלעם וואס שייך. (נישט יעדע שוהל קען דאס טון) [נאכאמאל, איך מעג ווייל מיין רב לאזט, און דו נישט אויב דיין רב לאזט נישט,] אבער פארוואס זאגן אז אלע רבנים האלטן אז מ'טאר נישט דאווענען מיט מנין אדער יעדע רעכדענקיגע מענשט ווייסט אז מ'טאר נישט גיין אין מקוה, ווען ס'איז דא רעכדענקיגע רבנים וואס לאזן "זייערע מעמבער" גיין. (אגב, ביי מיין שוהל הענגט טאקע א צעטיל אז אנדערע זאלן נישט ניצן די מקוה, און די שוהל איז פארמאכט פאר תפילות)
אז דו מיינסט אז דיין זייט אין אמעריקאנער פאליטיק איז די גערעכטע, נעמסטו עס אביסל ערענסטער ווי די פירער פון דיין פארטיי...

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:36 pm

פרא-חסיד האט געשריבן:ניכרין דברי אמת.


כהאב געוויסט אז איינער וועט איינזעהן אז דער אמת איז מיט מיר, אה האסט נישט מיך געמיינט אנטשולדינגט

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: אני מאשים

תגובהדורך שלמה מולכו » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:37 pm

רבותי וועקטס ענק אויף!!!!!!
viewtopic.php?p=2144030#p2144030

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:45 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:אה ברוך השם איינער עפענט ענדליך א אשכול צו מען זאלן יא אדער נישט דאווענען מיט מנין,

ערשטענס איך ווייס נישט פין איין רב אדער דיין וואס איך האלטן פין וואס איז מיר עפעס מחייב וואס דאווענט נישט מיט מנין, אין כמעט קיין איין רב האט נישט געשריבן אז מען זאל נישט דאווענען מיט מנין, נאר אז מען איז פטור צי דאאווענען. אין העכער 60 זאלן נישט

צווייטנס די ביזט איינגעשפארט אין דיין גאנצע משפחה פילט זיך נישט גיט, אין כמעט יעדען וואס איך קען אדער האט זיך נישט גיט געפילט אדער פילט זיך נישט גיט יעצט, במילא סאיז ווי מען שפארט צי די תפיסה נאכדעם וואס די גנב איז שוין אידרויסן

ביידע סאטמערע רבי'ס (העכער די זעכציג/זיבעציג) האבן געהאט מנין נעכטן ביי די יום תפילה. לכאורה האבן זיי יעדן טאג מנין, נאר די נעכטיגע מנין האט מען מפרסם געווען.
ס'איז א חוצפה צו שרייבן אן אשכול און ארונטעררייסן די מנין גייער, אין די צייט וואס גדולי הרבנים לאזן מפרסם זיין אז זיי דאווענען מיט מנין. ביסט ברוגז אז מאנכע שטייען נישט אפגעריקט? הונדערט פראצענט גערעכט, אבער מאך נישט די גאנצע מנין פאר רוצחים.
לעצט פאראכטן דורך דריידל אום דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:47 pm

נקודהלע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:לכאורה נישט...

גדולי הרבנים האבן קלאר באפוילן נאך די פארגאנגענע וואך ארויסצולאזן די וואסער פון די מקואות, שטעלן שלעסער אויף די שוהלן, אין א פארזוך אפצושטעלן דעם פלייץ פון די מגיפה רח"ל. אנדערע זענען אבער קלוגער/פרומער אדער סתם נאאיוו און בת-היענה'דיג געשטימט, און לאזן דעם עולם קומען אין שוהל/מקוה כאילו לא הי'.

אויב מיין גרויסע רב, יא א גדול בישראל, זאגט מיר: אויב דו פילסט גוט קענסטו גיין אין מקוה.


ער קען זיך אויס בעניני רפואה?

הל' רציחה קען ער זיכער, און אגב איך רעדט פון א דורך געטראכטע החלטה וואס איז געווארן אויסגעשמועסט דורך אפאר גרעסערע רבנים; עסקנים; און דאקטוירם, צוזאמען מיט די העלט דעפארטמענט און מ'האט עס אויסגעארבעט אז ס'זאל זיין די קלענסטע פראבלעם וואס שייך. (נישט יעדע שוהל קען דאס טון) [נאכאמאל, איך מעג ווייל מיין רב לאזט, און דו נישט אויב דיין רב לאזט נישט,] אבער פארוואס זאגן אז אלע רבנים האלטן אז מ'טאר נישט דאווענען מיט מנין אדער יעדע רעכדענקיגע מענשט ווייסט אז מ'טאר נישט גיין אין מקוה, ווען ס'איז דא רעכדענקיגע רבנים וואס לאזן "זייערע מעמבער" גיין. (אגב, ביי מיין שוהל הענגט טאקע א צעטיל אז אנדערע זאלן נישט ניצן די מקוה, און די שוהל איז פארמאכט פאר תפילות)


אויב אזוי, זענט איר גערעכט.
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:52 pm

דריידל האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:אה ברוך השם איינער עפענט ענדליך א אשכול צו מען זאלן יא אדער נישט דאווענען מיט מנין,

ערשטענס איך ווייס נישט פין איין רב אדער דיין וואס איך האלטן פין וואס איז מיר עפעס מחייב וואס דאווענט נישט מיט מנין, אין כמעט קיין איין רב האט נישט געשריבן אז מען זאל נישט דאווענען מיט מנין, נאר אז מען איז פטור צי דאאווענען. אין העכער 60 זאלן נישט

צווייטנס די ביזט איינגעשפארט אין דיין גאנצע משפחה פילט זיך נישט גיט, אין כמעט יעדען וואס איך קען אדער האט זיך נישט גיט געפילט אדער פילט זיך נישט גיט יעצט, במילא סאיז ווי מען שפארט צי די תפיסה נאכדעם וואס די גנב איז שוין אידרויסן

ביידע סאטמערע רבי'ס (העכער די זעכציג/זיבעציג) האבן געהאט מנין נעכטן ביי די יום תפילה. לכאורה האבן זיי יעדן טאג מנין, נאר די נעכטיגע מנין האט מען מפרסם געווען.
ס'איז א חוצפה צו שרייבן אן אשכול און ארונטעררייסן די מנין גייער, אין די צייט וואס גדולי הרבנים לאזן מפרסם זיין אז זיי דאווענען מיט מנין. ביסט ברוגז אז מאנכע שטייען נישט אפגעריקט? הונדערט פראצענט גערעכט, אבער מאך נישט די גאנצע מנין פאר רוצחים.

@לכאורה דאווענט אויך מיט די מנין פארנט פון זיין הויז. ער רעדט כלל נישט פון א פריוואטער מנין, נאר פון מנינים צענטער, אדער אן קיין פארזיכטיגקייט.
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך שניי באל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:01 pm

דריידל האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:אה ברוך השם איינער עפענט ענדליך א אשכול צו מען זאלן יא אדער נישט דאווענען מיט מנין,

ערשטענס איך ווייס נישט פין איין רב אדער דיין וואס איך האלטן פין וואס איז מיר עפעס מחייב וואס דאווענט נישט מיט מנין, אין כמעט קיין איין רב האט נישט געשריבן אז מען זאל נישט דאווענען מיט מנין, נאר אז מען איז פטור צי דאאווענען. אין העכער 60 זאלן נישט

צווייטנס די ביזט איינגעשפארט אין דיין גאנצע משפחה פילט זיך נישט גיט, אין כמעט יעדען וואס איך קען אדער האט זיך נישט גיט געפילט אדער פילט זיך נישט גיט יעצט, במילא סאיז ווי מען שפארט צי די תפיסה נאכדעם וואס די גנב איז שוין אידרויסן

ביידע סאטמערע רבי'ס (העכער די זעכציג/זיבעציג) האבן געהאט מנין נעכטן ביי די יום תפילה. לכאורה האבן זיי יעדן טאג מנין, נאר די נעכטיגע מנין האט מען מפרסם געווען.
ס'איז א חוצפה צו שרייבן אן אשכול און ארונטעררייסן די מנין גייער, אין די צייט וואס גדולי הרבנים לאזן מפרסם זיין אז זיי דאווענען מיט מנין. ביסט ברוגז אז מאנכע שטייען נישט אפגעריקט? הונדערט פראצענט גערעכט, אבער מאך נישט די גאנצע מנין פאר רוצחים.


ס'איז נישט קיין שום דמיון א מנין מצומצם אינדערהיים, יעדן טאג די זעלבע מענטשן, מיט א בית מדרש אפען פאר יעדען עובר ושב.

אגב, מהר"א האב איך פארשטאנען דאווענט אין א פריוואטע צימער, מיט א מנין אינדרויסן.

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

Re: אני מאשים

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:07 pm

א וויזניץ מאנסי אייניקל פארציילט מיר יעצט, ער איז געוועזן נעכטן נאכט ביי זיין זיידע פאר א שעה א האלב, אין במשך די קורצע צייט איז אריין געקומן פאון ריפען פון 7 (!!!) וויזניצע אידען פון שטאט מאנסי וואס זענען אין שפיטאל מיט קאראנע!

אויף איין געסעלע עישעל אין מאנסי זענען 3 אידען אין שפיטאל וואס זענען זקוקו לרחמי שמים מרובים!
צעקה בקול דממה דקה

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:11 pm

שניי באל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:אה ברוך השם איינער עפענט ענדליך א אשכול צו מען זאלן יא אדער נישט דאווענען מיט מנין,

ערשטענס איך ווייס נישט פין איין רב אדער דיין וואס איך האלטן פין וואס איז מיר עפעס מחייב וואס דאווענט נישט מיט מנין, אין כמעט קיין איין רב האט נישט געשריבן אז מען זאל נישט דאווענען מיט מנין, נאר אז מען איז פטור צי דאאווענען. אין העכער 60 זאלן נישט

צווייטנס די ביזט איינגעשפארט אין דיין גאנצע משפחה פילט זיך נישט גיט, אין כמעט יעדען וואס איך קען אדער האט זיך נישט גיט געפילט אדער פילט זיך נישט גיט יעצט, במילא סאיז ווי מען שפארט צי די תפיסה נאכדעם וואס די גנב איז שוין אידרויסן

ביידע סאטמערע רבי'ס (העכער די זעכציג/זיבעציג) האבן געהאט מנין נעכטן ביי די יום תפילה. לכאורה האבן זיי יעדן טאג מנין, נאר די נעכטיגע מנין האט מען מפרסם געווען.
ס'איז א חוצפה צו שרייבן אן אשכול און ארונטעררייסן די מנין גייער, אין די צייט וואס גדולי הרבנים לאזן מפרסם זיין אז זיי דאווענען מיט מנין. ביסט ברוגז אז מאנכע שטייען נישט אפגעריקט? הונדערט פראצענט גערעכט, אבער מאך נישט די גאנצע מנין פאר רוצחים.


ס'איז נישט קיין שום דמיון א מנין מצומצם אינדערהיים, יעדן טאג די זעלבע מענטשן, מיט א בית מדרש אפען פאר יעדען עובר ושב.

אגב, מהר"א האב איך פארשטאנען דאווענט אין א פריוואטע צימער, מיט א מנין אינדרויסן.

א מנין מצומצם יעדן טאג די זעלבע מענטשן איז א היתר פאר רציחה? מעג מען הרגנ'ן נאר צען מענטשן?

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: אני מאשים

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:15 pm


הארמאניע
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:19 pm

שכוח @לכאורה פאר די סענסיבל ווערטער.

סישרעקעדיג צו זעהן ווי דום אונזער עולם איז.

איינער דארף דא מסביר זיין פאר'ן עולם וואס איגעשען ביים צווייטן wave פין די 1918 עפידעמיע (דערווייל זאגט מען אז די יעצטיגע וויירוס טוט נישט מיוטעטן ב"ה). כ'ציטער פון טראכטן וואס דא קען געשען ווען די זקנים פאנגן אן פילן באקוועם צוריק ארויסצוגיין..אויב נאר איין יונגע מענטש כאפטעס הערשט איין טאג פארדעם...ה' ישמרנו

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

Re: אני מאשים

תגובהדורך שניי באל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:20 pm

דריידל האט געשריבן:
שניי באל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:אה ברוך השם איינער עפענט ענדליך א אשכול צו מען זאלן יא אדער נישט דאווענען מיט מנין,

ערשטענס איך ווייס נישט פין איין רב אדער דיין וואס איך האלטן פין וואס איז מיר עפעס מחייב וואס דאווענט נישט מיט מנין, אין כמעט קיין איין רב האט נישט געשריבן אז מען זאל נישט דאווענען מיט מנין, נאר אז מען איז פטור צי דאאווענען. אין העכער 60 זאלן נישט

צווייטנס די ביזט איינגעשפארט אין דיין גאנצע משפחה פילט זיך נישט גיט, אין כמעט יעדען וואס איך קען אדער האט זיך נישט גיט געפילט אדער פילט זיך נישט גיט יעצט, במילא סאיז ווי מען שפארט צי די תפיסה נאכדעם וואס די גנב איז שוין אידרויסן

ביידע סאטמערע רבי'ס (העכער די זעכציג/זיבעציג) האבן געהאט מנין נעכטן ביי די יום תפילה. לכאורה האבן זיי יעדן טאג מנין, נאר די נעכטיגע מנין האט מען מפרסם געווען.
ס'איז א חוצפה צו שרייבן אן אשכול און ארונטעררייסן די מנין גייער, אין די צייט וואס גדולי הרבנים לאזן מפרסם זיין אז זיי דאווענען מיט מנין. ביסט ברוגז אז מאנכע שטייען נישט אפגעריקט? הונדערט פראצענט גערעכט, אבער מאך נישט די גאנצע מנין פאר רוצחים.


ס'איז נישט קיין שום דמיון א מנין מצומצם אינדערהיים, יעדן טאג די זעלבע מענטשן, מיט א בית מדרש אפען פאר יעדען עובר ושב.

אגב, מהר"א האב איך פארשטאנען דאווענט אין א פריוואטע צימער, מיט א מנין אינדרויסן.

א מנין מצומצם יעדן טאג די זעלבע מענטשן איז א היתר פאר רציחה? מעג מען הרגנ'ן נאר צען מענטשן?


מאכסט'יך תמ'עוואטע, אדער פארשטייסט טאקע נישט?

די זעהסט נישט קיין חילוק פון א מנין מצומצם יעדן טאג די זעלבע יונגע מענטשן, און א שול וואס איז אפען לכל עובר ושב?


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מרבה חכמה און 6 געסט