וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך קעדילעק » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:12 pm

איך זעה נאכנישט אזא אשכול, וואס איז אפשר די וויכטיגסטע אין די טעג.

איך רעד צו מיר, ווער עס וויל קען אויסהערן..

דער מצב יעצט, נישט קיין חילוק מיט וועלכע ברילן מ'קוקט עס אן, איז עס א מצב וואס אונזער דור האט נאכנישט מיטגעלעבט, עס איז גאר היסטאריש מכמה טעמים, צי די אנשטעקיגקייט פון די ווירוס ה"י, צי דאס פארמאכן חדרים און שולן, די וויסטעניש אויף די גאסן, און די מחדרים אימה פון אינעווייניג, ווער רעדט נאך פון די קרבנות וואס דאס האט ליידער געקאסט, זאל השי"ת שוין היילן אלע חולי ישראל און מבטל זיין דעם פגע ומחלה במהרה אמן..

א ווינק פון הימל!
דאס איז א קלארע ווינק און אויפפאדערונג, די גדולי ישראל שרייען אז מ'פאדערט פון הימל א ערנסטער "שפרו מעשיכם", מ'האט געטיילט שלעק, און מיר מוזן פארשטיין וואס מ'רעדט צו אונז, ווי אויך שרייען פיל גדולי ישראל, און עס שפירט זיך אזוי אז דאס איז די הכנה און די התעוררות פאר משיח, ספעציעל אז דאס האט פאסירט אצינד "בין גאלוה לגאולה" בחדשי הגאלה, ערנסטע מענטשן בעלי דעת מאכן א חשבון הנפש און זענען זיך מקבל צו פרריכטן וואס זיי שפירן אז ער דארף א תיקון, יעדער ווייסט זיינע חולשות און וואו מ'דארף זיך טוישן און נעמען אין די הענט אריין, ע"כ בעט איך מ'זאל דא אריינשרייבן הצעות און פארשלאגן, און איך האב אויך צו האבן די זכיה און זיך פארבעסערן בלי"נ, און בזכות זה זאל די צרה אפגעטון ווערן אינגאנצן, און מיר זאלן קענען בלייבן בני חביבי צום טאטן אין הימל, וירחם עלינו, ויגאלנו בפדות נפשינו בב"א..

איך האב געקלערט פאר מיר וואס איך דארף זיך פארבעסערן און ארבעטן דערויף:
א. זיך פארבעסערן אין רעדן ביים דאווענען ווי אויך דברים בטלים בבית הכנסת, די גזירה ערלויבט נאר שטיין ווייט איינער פון צווייטן, און די שולן האט מען אפגעשפארט, עפעס א רמז דא..
ב. אחדות, די אופנים און פלעצער וואו מ'דאוונט איז פון אלע אידן און אלע שיכטן און קרייזן, שכנים וואס רעדן נישט איינער צום צווייטן (איז טאקע דא אזא זאך? איך האב געהערט אז יא..), אלע דאווענען אין זעלבן באהאלטענעם בונקער, גאס, הויף וכדומה..
ג. לשון הרע און דיבורים אסורים, יא, מ'שפארט איין דעם עולם ווי להבדיל ביי הלכות מצורע, צוויי מאל שבעת ימי הסגר, הלא דבר הוא, שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו, מצרעת נפשו..
ד. קדושה, שמירת עינים, יא, מ'האט פעסט אפגעטיילט דעם עולם, מ'האט אויך אפגעליידיגט די גאסן, יוסיף חכם וישמע לקח..
ה. חומרות אין טעכנאלאגיע, יעדער ווייסט, אפילו די וואס לייקענען עס און ווערן אויפגערעגט ווען מ'רעדט דערפון (אריינגערעכנט מיך), אבער ליידער איז דאס היינט לכאורה די גרעסטע נסיון, דארפן מיר זיך צולייגן שמירה און גדרים וסייגים, און השי"ת זאל מגדיר זיין און פארשליסן אלע פרעבלעמען..
ו. לימוד התורה, מ'האט אונז צוגענומען די בתי כנסיות ובתי מדרשות, א קלארע ווינק, מ'דארף ווייניגער צייט מבטל זיין מיט שטותים, און מער צייט אויף קביעות עתים לתורה..
ז. די זעלבע מיט מנין און זמן תפילה, מיר שפירן יעצט די פליק אין פנים ווען מ'האט עס אוועק גענומען, וויל איך זיך בלי"נ פארנעמען זיך צו פארבעסערן אי"ה..

לייגט צו רבותי אייער הארץ און געפילן, און שרייבט דא וועלכע קבלות טובות דער עולם נעמט זיך פאר אין די טעג, ויהא זכות הרבים תלוי בכם..

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך לפנות בוקר » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:44 pm

קבלתי עול מלכות שמים...
ווי סקולענע רבי שליט"א האט געזאגט ביי זיין טאטעס לויה, אז אידן זענען זיך אלעס מקבל, אויסער קבלת מלכות שמים......

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:18 pm

נישט רעדן ביין דאווענען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:27 pm

זיין בשמחה, אין מער ליעב האבן ה',
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:55 pm

נישט אזויפיל אנטלויפן פון זיך נאר זיין גרייט צו זיין אליינס מיטן אייבערשטן!
יעצט געט עס דער אייבערשטער בעל כרחך און אסאך מענטשן ווייסן נישט וויאזוי צו הענדלן דאס זיין אליינס מיט זיך און דעם אייבערשטן, מען ווייסט נישט וויאזוי צו זיין קוואראנטירט מיט אייבערשטן...
אבער יעצט זעט מען דער אייבערשטער וויל דאס, צומאל איז אפילו גיין אין בית המדרש צו לערנען און דאווענען אויך א וועג צו אנטלויפן פון פשוט זיין מיטן אייבערשטן... יעצט מוז מען בעל כרחך טראכטן 'פלעין' פון ווי מען האלט אויף דער וועלט און ווי האלט איך מיטן אייבערשטן וכו', און צו דאווען איך שחרית וועגן די סיסטעם וכו'.
איז לאמיר זיך אינטערנעמען אפאר מינוט א טאג, פינף צען מינוט וכל המרבה הרי זה משובח, מרצון עצמו צו זיין קוואראנטירט מיטן אייבערשטן, און רעדן צו אים, און מאכן אביסל א חשבון הנפש, דאנקן אויף די גוטס, תשובה טון אויף נישט גוטע מעשים, בעטן אויף ווייטער בגשמיות, און אויך ברוחניות וכו' וכו'.
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

מחשב
שר האלף
תגובות: 1684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:11 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:זיין בשמחה, אין מער ליעב האבן ה',


ס'איז נישט שייך צו ארבעטן אויף מער ליב צו האבן דעם אייבירשטן. מ'קען נישט אויפשטיין איין טאג און באשליסן "היינט האב איך מער ליב דעם אייבירשטן...", מ'קען יא ארבעטן צו מאכן צייט אין טאג אריינצוטראכטן אין די חסדים וואס דער באשעפער טוט מיט אונז (כמהלך האברבנאל ועוד), אדער/און אריינטראכטן אין דעם באשעפער'ס גרויסקייט (הרמב"ם ודעימיה).

און צו דעם קען מען אנקומען דורך מאכן התבודדות (נישט דוקא די ברסלב'ע סארט..), אדער מער אינזין האבן ביים דאווענען ביי די שטיקלעך וואס ברענגען ארויס די אויבן דערמאנטע, און אריינטראכטן בשעת מעשה. וכדומה.
הוי מחשב...

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:21 pm

אגב, וויל איך נאר דעמאנען צוויי זאכן וואס זענען ממש עיקרים אין אידישקייט, און פון די עיקר זאכן וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז, און ליידער צומאל פארגעסן מיר ליידער כמעט גענצליך דערפון, נישט ווייל מיר ווילן, נאר ווייל מיר זעהען אז סייווי פאלן מיר דורך, און מען קען נישט שלימות וכו' וכו', נאך און נאך טענות פון די יצר הרע.
און איך וויל נישט זאגן מען זאל זיך פארנעמען צו ווערן אין איין רגע אויסגעארבעט דערויף, איך וויל נאר דערמאנען אז עס איז דא אזא זאך, און מיר זאלן זיך אויפוועקן דערצו מיט רצונות און פרובירן כאטש די פיצקעלע וואס מען קען, עכ''פ אריינגיין אין די מלחמה דערפון, וויפיל מען וועט נאר פארלירן און דורכפאלן, לוינט זיך נאך אלץ פאר דער איין מאל וואס מיר וועל געווינען, און בעצם איז די עיקר וואס דער אייבערשטער וויל איז די מלחמה, און נישט די שלימות'דיגע נצחון.

דאס איז:
א) קדושה. שמירת עינים, שמירת המחשבה, ועוד ועוד באיסור ובהיתר ואכמ''ל. יעדער ווייסט ביי זיך ווי ער האלט, אין די זאכן וואס ווערן דערמאנט אין שו''ע אלץ די ערגסטע עבירה, און נאך אסאך נקודות דערין. וואס די ספה''ק שרייבן אז דאס איז די עיקר 'מלחמה' און נסיון אויף דער וועלט! איז כאטש גיי אריין אין די מלחמה! פרוביר וואס די קענסט, הכל ריווח לנצח נצחים!!

ב) תפלה בכונה. דאס איז נישט קיין עבודה און באנעס פאר ווער עס טוט עס, עס איז מעיקרא דדינא, און ווער רעדט שוין פון חסידישע אידן ווי דאס איז ממש די עיקרים.
און איך וויל נישט ברענגען קיין מאמרים און דיבורים און מראי מקומות, יעדער קען אליין זוכן, איך וועק נאר אויף אז עס איז דא אזא זאך אפילו אויב אונז זענען גאר ווייט דערפון, אבער כאטש וויסן דערפון און טון די פיצקעלע וואס מען קען, א פסוק בכונה, א ברכה אין שמו''ע בכונה, כאטש פרובירן צו אינזין און אויב די קאפ פליט אוועק, איז וואס קען מען טון, כאטש האט מען פרובירט, רחמנא לבא בעי, דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון יעדע ייגיעה פאר אים אפילו אויב מען האט נישט מצליח געווען! אבער כאטש ווען מען קומט אן טעגליך צום דאווענען, די דריי תפילות, זאל מען וויסן עכ''פ אז מען 'דארף' ווען דא יעצט פרובירן אינזין צו האבן, און טאקע ארויסכאפן וויפיל מען קען, און 'הכל ריווח'!!

דאס איז ענינים וואס מען דארף זיך דערמאנען, און אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין, ווייל דאס איז ממש די עיקר זאכן וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז אויף דער וועלט, און אז מען וועט בעטן און פרובירן די ביסל, וועט דער אייבערשטער אונז געבן די גאנצע!
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך קעדילעק » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:35 pm

שיינע הייליגע ווערטער פון אלע מגיבים..

איינער זאגט מיר אז ער האט זיך פארגענומען מער צו העלפן אין שטוב, זיצנדיג אינדערהיים אזוי לאנג זעט ער דאס ערשטע מאל וואס זיין ווייב טוט אלס און וואס זי גייט דןרך יעדן טאג..

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re:

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:37 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:אגב, וויל איך נאר דעמאנען צוויי זאכן וואס זענען ממש עיקרים אין אידישקייט, און פון די עיקר זאכן וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז, און ליידער צומאל פארגעסן מיר ליידער כמעט גענצליך דערפון, נישט ווייל מיר ווילן, נאר ווייל מיר זעהען אז סייווי פאלן מיר דורך, און מען קען נישט שלימות וכו' וכו', נאך און נאך טענות פון די יצר הרע.
און איך וויל נישט זאגן מען זאל זיך פארנעמען צו ווערן אין איין רגע אויסגעארבעט דערויף, איך וויל נאר דערמאנען אז עס איז דא אזא זאך, און מיר זאלן זיך אויפוועקן דערצו מיט רצונות און פרובירן כאטש די פיצקעלע וואס מען קען, עכ''פ אריינגיין אין די מלחמה דערפון, וויפיל מען וועט נאר פארלירן און דורכפאלן, לוינט זיך נאך אלץ פאר דער איין מאל וואס מיר וועל געווינען, און בעצם איז די עיקר וואס דער אייבערשטער וויל איז די מלחמה, און נישט די שלימות'דיגע נצחון.

דאס איז:
א) קדושה. שמירת עינים, שמירת המחשבה, ועוד ועוד באיסור ובהיתר ואכמ''ל. יעדער ווייסט ביי זיך ווי ער האלט, אין די זאכן וואס ווערן דערמאנט אין שו''ע אלץ די ערגסטע עבירה, און נאך אסאך נקודות דערין. וואס די ספה''ק שרייבן אז דאס איז די עיקר 'מלחמה' און נסיון אויף דער וועלט! איז כאטש גיי אריין אין די מלחמה! פרוביר וואס די קענסט, הכל ריווח לנצח נצחים!!

ב) תפלה בכונה. דאס איז נישט קיין עבודה און באנעס פאר ווער עס טוט עס, עס איז מעיקרא דדינא, און ווער רעדט שוין פון חסידישע אידן ווי דאס איז ממש די עיקרים.
און איך וויל נישט ברענגען קיין מאמרים און דיבורים און מראי מקומות, יעדער קען אליין זוכן, איך וועק נאר אויף אז עס איז דא אזא זאך אפילו אויב אונז זענען גאר ווייט דערפון, אבער כאטש וויסן דערפון און טון די פיצקעלע וואס מען קען, א פסוק בכונה, א ברכה אין שמו''ע בכונה, כאטש פרובירן צו אינזין און אויב די קאפ פליט אוועק, איז וואס קען מען טון, כאטש האט מען פרובירט, רחמנא לבא בעי, דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון יעדע ייגיעה פאר אים אפילו אויב מען האט נישט מצליח געווען! אבער כאטש ווען מען קומט אן טעגליך צום דאווענען, די דריי תפילות, זאל מען וויסן עכ''פ אז מען 'דארף' ווען דא יעצט פרובירן אינזין צו האבן, און טאקע ארויסכאפן וויפיל מען קען, און 'הכל ריווח'!!

דאס איז ענינים וואס מען דארף זיך דערמאנען, און אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין, ווייל דאס איז ממש די עיקר זאכן וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז אויף דער וועלט, און אז מען וועט בעטן און פרובירן די ביסל, וועט דער אייבערשטער אונז געבן די גאנצע!


זייערע חשוב אין טייער, אבער עיקר אידישקייט? סאיז דא שש מצות תמידיות,
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: Re:

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:51 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:אגב, וויל איך נאר דעמאנען צוויי זאכן וואס זענען ממש עיקרים אין אידישקייט, און פון די עיקר זאכן וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז, און ליידער צומאל פארגעסן מיר ליידער כמעט גענצליך דערפון, נישט ווייל מיר ווילן, נאר ווייל מיר זעהען אז סייווי פאלן מיר דורך, און מען קען נישט שלימות וכו' וכו', נאך און נאך טענות פון די יצר הרע.
א
דאס איז ענינים וואס מען דארף זיך דערמאנען, און אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין, ווייל דאס איז ממש די עיקר זאכן וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז אויף דער וועלט, און אז מען וועט בעטן און פרובירן די ביסל, וועט דער אייבערשטער אונז געבן די גאנצע!


זייערע חשוב אין טייער, אבער עיקר אידישקייט? סאיז דא שש מצות תמידיות,

יישר כח פארן מעיר זיין.

נו, דאס איז דאך ממש דאס. קדושה איז דאך טאקע איינס פון די זעקס. און תפלה איז דאך די יסוד האמונה, אז מען גלייבט אז אלעס מאכט דער אייבערשטער און נאר אים בעט מען און אים דאנקט מען וכו'. און אגב, יראה און אהבה איז אויך גאר נאנט צו תפלה און איינס דערמיט, איזהו עבודה שבלב זו תפלה, ואכמ''ל.

אבער באמת 'עיקר' האב איך געמיינט אז עס איז זאכן וואס זענען טאג טעגליכע מלחמות, און דער אייבערשטער וויל עס גאר שטארק פון אונז, והא ראיה - קוק ווי שווער עס איז און וואספארא מלחמה אין דער דור איז דא דערויף, און אזוי שטייט אין די ספרים הקדושים אז דאס זענען די עיקר פון דער דור. דעריבער איז עס א עיקר אין טאג טעגליכע עבודה און מלחמה וואס מיר דארפן געדענקן און פרובירן צו טון וואס מען קען.
ה' יזכני שנזכה לזה.
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך נעכטן » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:53 pm

טראכטן 1000 מאל פאר'ן שיקן א לא נתקבל פאר א אידיש קינד. מ'זעט ווי מ'האט אונז צוגענומען די ישיבות, הקב''ה האט אונז אלע געשיקט א לא נתקבל, דארף מען דערהערן דעם ווינק.
געשריבן דורך: נעכטן

מחשב
שר האלף
תגובות: 1684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:58 pm

נעכטן האט געשריבן:טראכטן 1000 מאל פאר'ן שיקן א לא נתקבל פאר א אידיש קינד. מ'זעט ווי מ'האט אונז צוגענומען די ישיבות, הקב''ה האט אונז אלע געשיקט א לא נתקבל, דארף מען דערהערן דעם ווינק.


איר זענט איינגעשטעלט אין די חינוך סיסטעם? אדער איר ווילט זיך פשוט ארויסדרייען פון זיך זעלבסט פארבעסערן?...

בלויז א וויץ.
הוי מחשב...

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך ספרים שטוב » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 5:08 pm

מער נזהר זיין אין שמירת עינים.

מער נזהר אין כבוד ביהמ"ד נישט צו רעדן ביים דאווענען, (א מאסק אויפן פנים).

נזהר זיין צו קומען אנהויב דאווענען, און נישט זיך מיטכאפן מיט קיין מנין. (ביי מיינע תפלות אינדערהיים בין איך אנוועזענד פון אנהויב ביזן סוף...)
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 7:49 pm

איך וויל זאגן דריי קורצע נקודות:
א) איך ווער ממש נתפעל פון דער אשכול, אידישע קינדער וועקן זיך אויף צום אייבערשטן אין זיין תורה הקדושה, דאס איז דאך די גרעסטע חידוש אין תש''פ!
א בחור נעמט זיך אינטער קבלות, נו, פארשטיי איך, אבער אינגעלייט... מי כעמך ישראל וואס ווען מען וועקט זיי אויף לויפן זיי גלייך צום אייבערשטן.

ב) ווען מען נעמט זיך אינטער א קבלה, איז די ערשטע זאך דארף מען א כלי דערפאר כידוע. די עיקר כלי איז 'תפלה', דאס הייסט, גלייך בעטן דעם אייבערשטן דערויף, ווייל מען קען זיך אינטערנעמען טויזענט מאל א זאך, אבער אן סייעתא דשמיא גייט גארנישט, אויך ברוחניות, ווי חז''ל זאגן אונז 'בכל יום יצרו של אדם מתגבר עליו ואלמלא הקב''ה בעוזרו אינו יכול לו'.
דעריבער, ווי נאר מען האט אן התעוררות אין געוויסע ענין יעצט און אייביג, זאל מען עס גלייך ארויסזאגן מיט די מויל פארן אייבערשטן אז מען וויל דאס טון און בעטן דערויף, האט מען שוין געמאכט א כלי.
ורמז לדבר, יהי חסדך ה' עלינו כ'אשר י'חלנו ל'ך, ר''ת כלי, יחול איז דאך תפלה, ויחל משה, לויט וויפיל מען דאווענט מאכט מען א כלי, און דאן חסדך ה' עלינו.

ג) ווען מען מאכט א קבלה, זאל עס נישט זיין אויף אן אופן פון קשה כארז, 'איך גיי קיינמאל נישט דורכפאלן, איך גיי דאס אייביג טון, דאס איז מיין זאך...' וכו' וכו'. נאר עס זאל זיין אויף אן אופן וואס חז''ל זאגן אונז 'לעולם יהא אדם רך כקנה', אז מען איז שוין גרייט אז מען גייט אפשר דורכפאלן, מען וועט זיך בייגן אזויווי א קנה ווען די ווינט קומט צו גיין, אבער תיכף דערנאך וועט מען אנהייבן פון ניי, מען וועט זיך אויפהייבן ווי א קנה הייבט זיך אויף תיכף ווען די ווינט גייט אריבער, און מען גייט נישט אויפגעבן ווייל מען איז דורכגעפאלן.

משא''כ די ארז, ער איז גאר שטארק, אבער ווען די ווינט צוברעכט אים קען ער זיך שוין נישט אויפהייבן ווייל ער איז שוין אפגעריסן פונעם שורש – אז מען גייט אריין אויף אן אופן ווי א קשה כארז, איך גיי עס דורכפירן און איך גיי מיך קיינמאל נישט ברעכן, דאן וועט מען זיכער אראפפאלן און זיך קיינמאל נישט קענען צוריק אויפהייבן.
זיי גרייט צו פאלן און נאכאמאל אויפהייבן, שבע יפול צדיק וקם! די עיקר איז אז מען איז אין די מלחמה און מען שלאגט זיך.
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

שטומפיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:45 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:קבלתי עול מלכות שמים...
ווי סקולענע רבי שליט"א האט געזאגט ביי זיין טאטעס לויה, אז אידן זענען זיך אלעס מקבל, אויסער קבלת מלכות שמים......

וכולם מקבלים עליהם עול מלכות שמים.....
אוי ווי געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג!

שטומפיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:50 pm

ס'איז מיך שווער צו טרעפן מעין הצרה וואס דער אייבערשטער וויל פון כלל ישראל, די גרויסע קעפ בינינו האבן שוין מעורר געווען אויף דעי ענינים.
איך האב מיך מקבל געווען אין אן ענין וואס איך ווייס אז "איך" דארף חיזוק. דעיס איז ברכת המזון (און אלע נאך ברכה'ס) בכוונה.
אוי ווי געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג!

Haklal
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:50 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:איך וויל זאגן דריי קורצע נקודות:
א) איך ווער ממש נתפעל פון דער אשכול, אידישע קינדער וועקן זיך אויף צום אייבערשטן אין זיין תורה הקדושה, דאס איז דאך די גרעסטע חידוש אין תש''פ!
א בחור נעמט זיך אינטער קבלות, נו, פארשטיי איך, אבער אינגעלייט... מי כעמך ישראל וואס ווען מען וועקט זיי אויף לויפן זיי גלייך צום אייבערשטן.

ב) ווען מען נעמט זיך אינטער א קבלה, איז די ערשטע זאך דארף מען א כלי דערפאר כידוע. די עיקר כלי איז 'תפלה', דאס הייסט, גלייך בעטן דעם אייבערשטן דערויף, ווייל מען קען זיך אינטערנעמען טויזענט מאל א זאך, אבער אן סייעתא דשמיא גייט גארנישט, אויך ברוחניות, ווי חז''ל זאגן אונז 'בכל יום יצרו של אדם מתגבר עליו ואלמלא הקב''ה בעוזרו אינו יכול לו'.
דעריבער, ווי נאר מען האט אן התעוררות אין געוויסע ענין יעצט און אייביג, זאל מען עס גלייך ארויסזאגן מיט די מויל פארן אייבערשטן אז מען וויל דאס טון און בעטן דערויף, האט מען שוין געמאכט א כלי.
ורמז לדבר, יהי חסדך ה' עלינו כ'אשר י'חלנו ל'ך, ר''ת כלי, יחול איז דאך תפלה, ויחל משה, לויט וויפיל מען דאווענט מאכט מען א כלי, און דאן חסדך ה' עלינו.

ג) ווען מען מאכט א קבלה, זאל עס נישט זיין אויף אן אופן פון קשה כארז, 'איך גיי קיינמאל נישט דורכפאלן, איך גיי דאס אייביג טון, דאס איז מיין זאך...' וכו' וכו'. נאר עס זאל זיין אויף אן אופן וואס חז''ל זאגן אונז 'לעולם יהא אדם רך כקנה', אז מען איז שוין גרייט אז מען גייט אפשר דורכפאלן, מען וועט זיך בייגן אזויווי א קנה ווען די ווינט קומט צו גיין, אבער תיכף דערנאך וועט מען אנהייבן פון ניי, מען וועט זיך אויפהייבן ווי א קנה הייבט זיך אויף תיכף ווען די ווינט גייט אריבער, און מען גייט נישט אויפגעבן ווייל מען איז דורכגעפאלן.

משא''כ די ארז, ער איז גאר שטארק, אבער ווען די ווינט צוברעכט אים קען ער זיך שוין נישט אויפהייבן ווייל ער איז שוין אפגעריסן פונעם שורש – אז מען גייט אריין אויף אן אופן ווי א קשה כארז, איך גיי עס דורכפירן און איך גיי מיך קיינמאל נישט ברעכן, דאן וועט מען זיכער אראפפאלן און זיך קיינמאל נישט קענען צוריק אויפהייבן.
זיי גרייט צו פאלן און נאכאמאל אויפהייבן, שבע יפול צדיק וקם! די עיקר איז אז מען איז אין די מלחמה און מען שלאגט זיך.

זייער זייער שטארק אין ריכטיג!

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך לפנות בוקר » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:30 pm

שטומפיג האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:קבלתי עול מלכות שמים...
ווי סקולענע רבי שליט"א האט געזאגט ביי זיין טאטעס לויה, אז אידן זענען זיך אלעס מקבל, אויסער קבלת מלכות שמים......

וכולם מקבלים עליהם עול מלכות שמים.....

מ'רעדט פון די מלאכים דארט...

געוואלטיג
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך געוואלטיג » פרייטאג מארטש 27, 2020 1:25 am

ווען מרעדט פון תפילה דארף מען מוסיף זיין אין ענין פון הודאה וואס איז א בעסערע סגולה ווי בעטן און ווי דער רמב"ן זאגט אז די תכלית הבריאה איז אז אידן זאלן לויבן השי"ת
און מדארף אנשטאט זיך אפרעדן אויף די צרות דאנקען השי"ת על כל נשימה ונשימה
און ווי צדיקים האבן געטייטשט "ועתה אמרת היטב" אז דו זאגסט סאיז גוט דאן "איטיב עמך" וועל איך דיר ווייזן וואס גוט מיינט!

שטומפיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך שטומפיג » פרייטאג מארטש 27, 2020 2:36 am

לפנות בוקר האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:קבלתי עול מלכות שמים...
ווי סקולענע רבי שליט"א האט געזאגט ביי זיין טאטעס לויה, אז אידן זענען זיך אלעס מקבל, אויסער קבלת מלכות שמים......

וכולם מקבלים עליהם עול מלכות שמים.....

מ'רעדט פון די מלאכים דארט...

אבער אזויטער געזאגט.
אוי ווי געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג!

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

סיפור פלא מהחוזה א'

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג מארטש 29, 2020 2:43 pm

דעם שבת האב איך בהשגחה פרטית געזען א פלא'דיגע מעשה וואס וועט זיין א תועלת דא נאכצוברענגען בעזהשי''ת, און מען דארף וויסן וויאזוי דאס צו נעמען לעובדא למעשה לקרב ולא לרחק:
הגה''ק ר' אשר זעליג מרגלית זצ''ל, האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון זיין רבי'ן דער בארנובער, הרה''ק ר' אברהם שמחה מבארנוב זי''ע, וואס האט עס אליין געהערט פון זיין זיידן הרה''ק ר' אליזער דזיקובער זי''ע, די בעל המעשה.

ר' אליעזר'ל איז געווען אויף א שבת מיט זיין טאטע דער ראפשיצער רב ביים הייליגן חוזה פון לובלין. אינמיטן די שבת טיש איז די חוזה אריין אין א דביקות פאר א לענגערע צייט און אסאך געקרעכצט, און ראפשיצער רב האט געזאגט פאר זיין זון ר' אליעזר'ל אז ער זאל גוט זיך צוהערן צו וואס די חוזה וועט יעצט זאגן.
ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער געזאגט אזוי: דער הייליגער בעש''ט האט אמאל געהאט א עליית נשמה, און ווען ער איז צוריקגעקומען האט ער געזאגט צו די חברייא קדישא אז ער האט געזען אין הימל ווי מלאכים בויען א ריזיגע טאפ, האט ער זיי געפרעגט וואס דאס איז, האבן זיי גענטפערט אז פאר משיח וועט קומען וועלן אראפקומען אויף די וועלט נשמות פון דור הפלגה – דאס איז מינות און כפירה, און נשמות פון דור המבול – דאס איז פריצות און פגם הברית, און פאר זיי בויעט מען דער גרויסער טאפ ווי דא וועט מען זיי אפקאכן פאר זייערע פגמים.
האט די חוזה אויסגעפירט 'די בעש''ט האט געזען דער חזיון בהעלם, אבער איך זעה דאס שוין בגלוי ווי עס קומען שוין יעצט אראפ די דאזיגע נשמות, און דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אז מען זאל קענען שטיין אין די גרויסע נסיונות וואס קומען אראפ אויף דער וועלט'.

דאס איז זייער א שרעקעדיגע מעשה, אבער למעשה קען מען ארויסנעמען דערפון שטארקע יסודות און התקרבות צום גוטן באשעפער.
דאס איז זיכער אז דער אייבערשטער וויל אונז נישט פייניגן ח''ו, נאר אז ער האט געמאכט די שרעקליכע נסיונות, איז זיכער דא עצות און דרכים וויאזוי עס צו דורכמאכן בשלום און ביישטיין די אלע נסיונות, און נישט נאר צדיקים און גאר ערליכע אידן, נאר יעדער איינער האט בחירה עס צו קענען דורכמאכן, ותורה לא בשמים הוא, בפיך ובלבבך לעשותו.
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

סיפור פלא מהחוזה ב'

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג מארטש 29, 2020 2:44 pm

די צוויי נסיונות וואס די חוזה האט געזאגט זענען קלאר די לעצטע נסיונות פאר משיח קומט ווי יעדער קען זען, און אונז האבן שוין פריער גערעדט דערפון, און בפרט קומט עס ארויס בגלוי ביי די אינטערנעט, וואס דאס פארשטייט יעדער אז דאס איז די לעצטע נסיון, וואס דארט איז די עיקר, די פגם אין קדושה כמובן, און די כפירות און מינות און ליצנות פון כל דבר שבקדושה ווי יעדער ווייסט.
אבער עס איז נישט נאר דארט, נאר ביי יעדן אין הארץ איז עס שייך, און עס איז טאקע פון די מצוות תמידיות ווי דערמאנט פריער.

קדושה איז דאך פשוט, יעדער ווייסט די נסיונות אויף טריט און שריט, בפרט פאר איינער וואס וויל זיך נאך אביסל היטן כפשוטו, ווייסט וואספארא נסיונות עס איז דא דערין טאג טעגליך מינוט מינוטליך...

אבער אויך די צווייטע טייל איבער מינות וכפירה, וואס צומאל קען א מענטש טראכטן אז דאס האט נישט מיט אים, אבער שוין ווי פריער דערמאנט איז דאס גאר שטארק שייך פאר יעדן איינעם, און עס איז אין טויזנטער פרטים און פרטי פרטים ווי יעדער קען זען ביי זיך.
מיר וועלן געבן איין דוגמא: די ענין פון פרנסה און השתדלות, וואס די הייליגע אור החכמה ברענגט אראפ דערויף וואס ער האט געהערט פון די הייליגע זלאטשובער מגיד, אז היינט איז תאוות ממון די גאנצע עבודה זרה! און ר''נ מברסלב איז אסאך מאריך דערויף, און מיר וועלן נאר נאכברענגען איין לשון איבער דעם:
''כי עיקר בחינת עבודה זרה הוא בחינת תאוות ממון וטרדת ומרירות הפרנסה, מה שהשטן והבעל דבר מפיל את כל אחד בדעתו לטבעיות, ורוצה להרחיקו מאמונת ההשגחה והרצון העליון, ומחמת זה דואג תמיד על ממון ופרנסה, וכל זה נמשך ומכפירות ברצון והשגחה שהם בחינת שמד ועבודה זרה, כי כל העבודות זרות תחובים בממון''.
עכ''פ, איז יעדע צופיל השתדלות, און בפרט דאגות אויף געלט, איז א בחינה פון כפירה און מינות. יעדער דארף טון השתדלות, אבער די דאגה און די טירדה, דאס איז איין שטיק חסרון אמונה וכו', און א בחינה פון כפירה און מינות און די עיקר נסיון פון דער דור. און מיר וועלן נישט מאריך זיין וויבאלד דאס איז א נושא פאר זיך די ענין פון תאוות ממון.
און נאך טויזנטער ענינים וואס יעדער קען ביי זיך בוחן זיין ווי עס פעלט אים אמת'ע אמונה, בפרט אז מען וויל אביסל אנהייבן צו לעבן מיטן אייבערשטן און זיין השגחה און תפלה, ווערט נולד טויזענטער קשיות און סתירות, און דאס האט יעדער איינער ביי זיך.

איז וואס יא? די עיקר איז טאקע אזויווי מען האט שוין גערעדט, אריינגיין דערין, די עיקר וואס דער אייבערשטער וועט אונז דן זיין איז נאר אויב מיר האבן נישט געוואלט און פרובירט און געבעטן דעם אייבערשטן דערויף, אבער די רגע א איד וויל און ער קומט צום אייבערשטן טאג טעגליך און בעט אים מיט א תמימות ער זאל אים העלפן, דאן וועט ער זוכה זיין צו באקומען די ריכטיגע זאכן וואס דער אייבערשטער וויל פון אים, און אפילו אויב נישט, האט ער כאטש געטון דאס זייניגע.
איינע פון די ערשטע זאכן וואס מען פרעגט דעם מענטש אויף יענער וועלט איז 'ציפית לישועה', דאס איז מרמז אויף יעדע זאך אין עבודת ה' אז מען פרעגט די מענטש צו ער האט כאטשיג געבענקט דערויף און געווארט אויף א ישועה פונעם אייבערשטן און כאטש געטון וואס ער קען!
למשל, אז א מענטש איז דורכגעפאלן די גאנצע טאג ח''ו ח''ו מיט ראיות אסורות, אבער ער האט עס נישט געוואלט באמת בפנימיות, און איין מאל האט ער אפילו זיך מתגבר געווען און אוועקגענומען זיינע אויגן מראות ברע, איז אויף יענע וועלט וועט דאס זיין די גרעסטע ראיה אז באמת האט ער גארנישט געוואלט, נאר געוואלט דעם אייבערשטן און צו טון זיין רצון, און מען וועט אים אינגאנצן אנדערש דן זיין, און ווי ר''ר זושא האט געזאגט 'עבירות אן קיין הענט און אן קיין פיס'.
און די זעלבע אין אמונה, אז מען קומט יעדן טאג צום אייבערשטן און מען רעדט צו אים אויף אידיש און מען פרובירט צו בעטן וואס מען דארף, און מען גיסט זיך אויס די הארץ, 'טוט' מען עכ''פ די אמונה, און אויב מען שפירט עס נישט, איז 'מה יעשה הבן', ער האט געטון זיינס, און מיט די צייט בויעט זיך אויף די אמונה, און מען הייבט אן סאך מער צו לעבן מיטן אייבערשטן אויף טריט און שריט, ווי יעדער וואס טוט דאס קען מעיד זיין.

און ביי די טעגליכע זיין 'קוואראנטירט' מיטן אייבערשטן, 'התבודדות' גערופן אויף לשון הקודש, (הגם איך האב נישט ליב עס צו רופן אזוי, ווייל עס מאכט עס אויסקוקן ווי א ברסלבע זאך... און באמת איז עס שייך פאר יעדן איד וואס גלייבט נאר אינעם אייבערשטן מקטן ועד גדול מרחוק ועד קרוב), קען מען דארט אריינלייגן אלעס, תשובה אויף די נישט גוטע מעשים, ארויסזאגן די גוטע רצונות און בעטן דעם אייבערשטן דערויף מיט א תמימות אז מיר זאלן שוין טון זיין רצון, בעטן אויף אלעס בגשמיות וואס מען דארף, זיך אויסגיסן די הארץ אויף די פראבלעמען ווי א קינד צו א גוטע טאטע וכדבר איש אל רעהו, סתם זיך אויסשמועסן מיטן באשעפער און זאגן וואס ליגט אויפן הארץ וואס דאס ברענגט גאר אסאך אריין די אמונה און די ידיעה אז דער אייבערשטער איז איבעראל און ווייסט אלעס און מאכט אלעס און ווייסט פונקטליך וואס עס טוט זיך מיט דיך, און נאך נאך יעדער כפי מצבו.
און מען דארף געדענקן אז מען דארף רעדן מיט א אמת וויפיל מען קען, נישט דוקא מיט הקדמות וואס מען גייט רעדן, נאר פשוט קומען צום אייבערשטן און רעדן וואס מען שפירט.

עכ''פ, אז א מענטש טוט די עצות פון די צדיקים, און פרובירט צו זיין א ערליכער איד, און וויל עכ''פ, און טוט וואס ער קען, ער גייט אריין בקשרי המלחמה, איז אפילו אויב ער פאלט דורך ח''ו, אבער ווילאנג ער גייט ווייטער און ער טוט תשובה און הייבט אן פון ניי, דאן וועט דער אייבערשטער, די בוחן לבות וכליות, זיכער אים דן זיין לפי דעם, און אים העלפן ער זאל טאקע אנקומען צו ווי ער דארף אנקומען, און ער וועט דורכגיין די וועלט בשלום ושלוה ברוחניות ובגשמיות.
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11967
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מארטש 29, 2020 3:10 pm

ברכת המזון אינעווייניג פרוביר איך שוין איבער א יאר ב"ה
יעצט אין ליכט פונעם קריזיס האבן מיר צוגעלייגט בל"נ "קריאת שמע שעל המטה" און "ברכת התורה" פון אינעווייניג
והמקום יהא בעזרינו
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך קעדילעק » זונטאג מארטש 29, 2020 6:05 pm

איך בין גערירט פון אלע תגובות דא, און באמת דארף מען זיך מתקן זיין אין אלע ענינים, ווי גדולי שיראל זאגן איז דאס די אנדייטונג אז משיח איז שוין ממש דא, און קיינער וויל נישט זיך טרעפן מיט שמוציגע פארשמירטע בגדים ווען ער קומט אן, מ'גיט אונז די געגלעגנהייט זיך גרייט צו מאכן..

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: וואס האב איך מיר מקבל געווען אין ליכט פון די שווערע צייט?

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג מארטש 29, 2020 7:44 pm

קעדילעק האט געשריבן:איך בין גערירט פון אלע תגובות דא, און באמת דארף מען זיך מתקן זיין אין אלע ענינים, ווי גדולי שיראל זאגן איז דאס די אנדייטונג אז משיח איז שוין ממש דא, און קיינער וויל נישט זיך טרעפן מיט שמוציגע פארשמירטע בגדים ווען ער קומט אן, מ'גיט אונז די געגלעגנהייט זיך גרייט צו מאכן..

מיר דארפן טאקע באדאנקן פאר הרב קעדילעק פארן עפענען אזא וויכטיגע תוכנ'דיגע אשכול, כמוהו ירבו באייוועלט...
דאס איז די וויכטיגסטע און דאס וועט בלייבן סוכ''ס פון אלעס, די נייעס וועט מען אפילו נישט געדענקן, אבער די עבודת ה' און קרבת אלקים וואס מען האט ארויסגענומען, דאס וועט בלייבן לנצח נצחים.

אגב, א רמז נפלא: קאראונ''ע איז בגימטריא 'משי''ח!!
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!


צוריק צו “קאראנא וויירוס”