sheetrock האט געשריבן:זעהער האט געשריבן:אהובים האט געשריבן:זעהער האט געשריבן:חול המועד לכאורה מעג מען ווייל ס’איז א דבר האבוד
איך בין נישט קיין רב אבער לויט ווי איך פארשטיי איז דאס בכלל נישט קיין
ארבעט אז עס זאל זיין בכלל א שאלה.
פיילן פאר די וועכנטליכע בענעפיטס איז א מלאכה שלא לצורך המועד וואס איז לכאורה אסור. מ’קען עס אבער מתיר זיין אלס מניעת הריווח וכו’
וויפול כוחות קאסט עס דיר צו פיילן די וועכענטליכע אנעמפלוימענט?
ס’האט גארנישט מיט כח איינגעלייגט. ס’האט מיט טון א מלאכה. (אנצינדען א לעקטער שבת קאסט אויך נישט קיין כח)
בעצם טאר מען נישט טוהן קיין שום מלאכה חול המועד פונקט ווי יום טוב חוץ אויב ס’איז לצורך המועד. דאס הייסט, מ’דארף האבן עפעס א ניצן דערפין אין חול המועד. דעריבער, איז א שאלה לגבי אונעימפלוימענט וואס איז נישט לצורך המועד. ס’איז אבער דא א היתר פון מניעת הריווח, דאס הייסט, אז אויב מ’וועט נישט פיילן קען מען נישט באקומען די געלט פון די וואך. (ס’דא וואס האלטן אז ס’איז נישט קיין מניעת הריווח צוליב וואס מ’קען בעיקדעיטן נאך יום טוב)