המעריב ערבים האט געשריבן:Chai+1 האט געשריבן:המעריב ערבים האט געשריבן:כוואוין אין ניו יארק אבער כפלעיג ארבעטן אין ניו דזערסי 2 טעג א וואך אין פארדינט ווייניגער פון $504, לכבוד דעים פלעיג איך באקומען אונעפלוימענט פון ניו יארק פאר די איבריגע טעג וואס מיין דזאב אין ניו יארק האט מיר נישט אויפגענומען א דאנק קערונה.
למעשה האב איך פארלורען מיין 2 טעג א וואך דזאב אין ניו דזערסי.
ווי דארף איך יעצט פארלאנגען אונעפלוימענט ? ווייטער אין ניו יארק אדער ניו דזערסי אדער ביידע ?
איר האט לכתחילה געדארפט פיילן אין NJ, נישט NY. יעצט אז איר האט שוין אן אפענע קלעים אין NY מיזט איר ווייטער פיילן אין NY- עפענען א קלעים אין אנדערע סטעיטס ווען מען האט שוין איין אפן ערגעץ אנדערש איז בדוק ומנסה אז זיי זאלן שרייען פראוד אין צימאכן ביידע...
כהאב פארשטאנען אז ווי באלט די אפגעזאגטע אופפער/דזאב איז אין ניו יארק ברויך עך פיילען אין נ״י. מיין ניו דזערסי דזאב איז ווייטער אנגעגאנגען.
יעצט אז סאיז אזוי, ברויך איך איינעם מודיע זיין די פאדריסליכע טעות ?
האבעך עפעס דערלייגט אדער פארדינט מיטען פיילען אין ניו יארק אנשטאטס ניו דזערסי ?
יישר כוח הרב חי+1 פאר אייער שטענדיגע הילף
לויטן געזעץ דארף מען אפלייען אין די סטעיט ווי מען האט W2 wages, אפילו אויב ס'איז פאר אן אנדערע סיבה.
יעצט אז איר האט שוין א קלעים לאז עס לויפן- ס'איז נישט עק וועלט אין זיי גייען גארנישט טוהן פון זייער זייט.
אויב איר האט דערלייגט ווענט זיך.
אייער NY קלעים רעכנט נישט אריין אייער NJ W2, איז קען זיין איר וואלט באקומען מער פאר די W2 wages, אויך איז די סכום וואס מען באקומט א וואך העכער אין NJ ווי אין NY. די איינציגסטע מעלה פון NY איז אז סוף כל סוף באקומט די עולם backpay, אבער און NJ איז די מצב 10 מאל ערגער אין רוב עולם האט נאכנישט באקומען backpay.