קריטישע רוף: רעיט די קראנטהייט פון אייערע באריכטן!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

קריטישע רוף: רעיט די קראנטהייט פון אייערע באריכטן!

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:58 am

רבותי! אין די איצטיגע מצב איז אייוועלט א גאר וויכטיגע קוואל פאר נייעס, עצות און הילף. דעריבער איז א געוואלדיגע אחריות ווען מען לייגט ארויף באריכטן צו מאכן זיכער אז דאס איז קראנט. עס ווערן געשריבן אזויפיל רומער'ס און אזופיל נישט ריכטיגע נייעס, וואס קען ברענגן געוואלדיגע שאדן.
צב"ש מען שרייבט מען אז איינער האט גענומען די מעדעצין און ס'האט נישט געהאלפן נאר ערגער געמאכט, אזא באריכט האלט אפ אנדערע פון דאס נעמען. אויב באריכט מען דאס בשם אומ-קראנטע מקורות איז א שפיל מיטן לעבן! ווידער איז דא באריכטן איבער אידן אין שווערע מצבים, וואס אויב איז דאס נישט ריכטיג, ברענגט דאס איבעריגע פחדים און פאניק ביים ציבור.
עס איז דא א רייץ צו באריכטן נייעס, און ס'איז טאקע וויכטיג צו אינפארמירן דעם ציבור, אבער דאס דארף געטוהן ווערן מיט אן אחריות און אויסגעהאלטן.

על כן טייערע ברודער, לאמיר מאכן אזא 'טרענד', אז אין די תקופה זאל יעדער וואס באריכטעט דא א נייעס, צושרייבן צום סוף א נומער אדער עפעס אן אנדערע סימן וואס זאל צייגן ווי קראנט דאס איז. מען זאל קענען וויסן צו דאס איז בלויז שמועות, וואט'סעפ, אדער 100% קאנפירמד.

ווער עס קען זאל ביטע אויפקומען מיט א פאסיגע און גרינגע סימן פאר דעם, און מיר וועלן זיך אלע האלטן דערצו.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קריטישע רוף: רעיט די קראנטהייט פון אייערע באריכטן!

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:02 am

* מפי השמועה, כלל נישט קראנט.

** נראין הדברים/ א מקור אבער נישט גאר קראנט.

*** פארלעסליכע מקור.

**** ערשטהאנטיג.
הוי מחשב...

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: קריטישע רוף: רעיט די קראנטהייט פון אייערע באריכטן!

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:10 am

מען קען נישט אליין רעיטן די אייגענע ווערטער, מען דארף פשוט שרייבן די פאקטן.

איך האב געהערט שמועסן.
איך האב געליינט דא (לינק).
איך האב געהערט פון די בעל המעשה.
וכדומה.

אזוי קען יעדע ליינער אליין מחליט זיין וואס ער וויל מקבל זיין פון וועלכע ניק, און ווי שטארק ער וויל זיך פארלאזן דערויף.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2856
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קריטישע רוף: רעיט די קראנטהייט פון אייערע באריכטן!

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:14 am

איך גלייב נישט ס'גייט ארבעטן.

**


צוריק צו “קאראנא וויירוס”