כרחם אב על בנים, אבער וואס איז רחם אליין?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

כרחם אב על בנים, אבער וואס איז רחם אליין?

תגובהדורך איינס » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:09 pm

מ׳דערציילט אויף נאפאליאן (אויף וועם אויב נישט אויף איהם?...) אז ביי איינע פון די מלחמות אויף די רוסישע פראנטן האט ער זיך דערזעהן אז דער רוסישער בער איז צו איינגעגעסן און מ׳קען איהם נישט ברעכן. ער האט געוואוסט אז ער ס׳איז איהם נישט געבליבן צו סאך צייט זיך צו קענען אויפהאלטן אויפן פראנט, האט ער מחליט געווען זיך אריינשמאגלן מיט א באגלייטער איינער פון זיינע גענעראלן און זעהן פון אינעווייניג וואס דער מצב איז אויף די צווייטע זייט און קענען מחליט זיין וואס מען טוט ווייטער.

דער באגלייטער האט זיך פארשטעלט ווי א רוסישער גענעראל און נאפאליאן איז געווען זיין שלאק שמש. שטילערהייט אינמיטן נאכט האבן זיך די צוויי דורכגעשמוגלט דורך דעם אפלויף סיסטעם, נו וואו הערט מען נייעס? ביי אידן אין מקוה און ביי די רוסן אין שענק.
זעצן זיי זיך אריין אינעם שענק מיט א גלעזל וואדקע און הערן זיך צו צום שמועס, די זעלנער זענען דארט געזעצן אנגעגעסן און דעפרעסט פונעם מצב, און זיך אפגערעדט אז אויב גייט אן די מלחמה נאך א טאג צוויי גייט מען פאלירן. צופרידינערהייט נעמט נאפאליאן נאך א שלוק פונעם גלעזל און גרייט זיך צו פארלאזן דעם פלאץ.
אבער מיטאמאל רופט זיך אן איינע פון די רוסישע סאלדאטן פאר זיין קאלעגער: זעהסט דארט דעם באדינער? איך שווער מיר ביי מיין בארד אז דאס איז נאפאליאן, איך האב איהם איינמאל געזעהן ביי איינע פון זיינע פאראדן און דאס מוז זיין איהם!
דער באגלייטער האט זיך נישט פאלוירן און זיך אנגערופן צו נאפאליאן: גיידזשע ברענג מיר נאך א טרינק!
נאפאליאן הייבט זיך אויף און פילט איהם אן א גלעזל און אויפן וועג מאכט ער א שלעכטן דריי און דער גלעזל צופיצלט זיך אויפן פלאר, מיטשלעפנדיג איהם אריין אינעם פאדל.
דער ״גענעראל״ געבט זיך א הייב אויף און לאזט אראפ פארן נאפאליאן א פראסק פארן באדינער איינס און אזעלכעס באגלייט מיט זאפטיגע רוסישע קללות אז ס׳האט אפגעהילכט אין גאנצן שענקל.
רופן זיך אן די סאלדאטן דארט: עה, דאס איז נישט נאפאליאן!

נאפאליאן איז ארויס און געמוטיגט זיין מיליטער און טאקע אין א טאג צוויי האט ער איינגענומען און ארויס מיט נאך א געווינס.

דארף מען דאך באלוינען דעם סאלדאט וואס האט געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און געוויזן קוראדזש, מה שאלתך וינתן לך, בעט און באקום דיין באלוין.
דער סאלדאט איז געווען אין א גוטע מאד אין מתוך זחיחות הדעת רופט ער זיך אן: איך וואלט געוואלט פילן ווי אזוי דער קעניג האט געפילט בשעת ער האט געהערט אז מ׳האט איהם געפאקט!
נאפאליאן איז געווארן רויט און בלוי, אזוי?! א מחוצף אין עזות פנים!!! שליידערט איהם אריין אין תפיסה!
נאך פאר וואס ווען טרעפט ער זיך שוין ביים משפט און נידון למות. מגרייט אן דעם גרדום און מ׳נעמט איהם שוין צום תלוייה,
שטייט ער דארט אויבן אן קיין חיות, האלב טויט נאר פון דעם מחשבה אז אנשטאט צו שטיין יעצט ברומו של עולם איז ער א טריט אוועק פון זיין לעצטע מינוט

די שטריק ווערט שוין געבינדן ארום זיין האלז..... האלט! קומט א געשריי, נאפאליאן גייט צו צום סאלדאט און זאגט איהם: אזוי האב איך דעמאלטס געפילט!
ער האט זיך אנטשולדיגט און איהם געגעבן צו פארשטיין, אז כדי צו ערפילן זיין וואונט האט ער געמיזט איהם אריינלייגן אין דעם מצב, ווייל ממסביר זיין דעם טעם מיתה קען מען נישט ממוז דאס אליין פילן.
_ _ _

כרחם אב על בנים כן תרחם ה׳ עלינו!
מ׳האלט און איין בעטן אם כבנים רחמינו, כרחם אב על בנים כן תרחמינו, אבער צומאל בעט מען פאר גאר עפעס אנדערש ווי די כונה פון די תפלה אליין, און נישט ווייל מלייגט נישט צו כונה נאר ווייל מ׳ווייסט נישט בכלל וואס מיינט כרחם אב על בנים.

קלאר האט דאס ארויס געברענגט חברינו דא
טשיפקא האט געשריבן:נעכטן, ארום זיבן אזייגער, נאך א שווערע טאג ארבעט, טרעף איך זיך ענדליך ביים טיר פון מיין היים-זיס-היים.
און אזוי ביים טיר, ווארט מיר אפ מיין פערצן חדשים'דיגער מוישי, פריש געבאדן, דער צאמי איז שוין אין מויל, און יא, אויך זיין באליבטע בערעלע איינגעקלאמערט אין זיין האנט.
איך בייג מיר אראפ, איך נעם אים ארום מיט די ליבשאפט פון א טאטע, איך האלז אים, קוש אים, און איך זאג אים אריין אין אויער; מוישי, טאטי האט דיך ליב.
ער קוקט מיר אן מיט זיינע צועפנטע אויגעלעך, ער פארשטייט נישט קיין ווארט.
מוישי, איך האב דיך זייער שטארק ליייייייייייייייב.
און מוישי קוקט מיר ווייטער אן מיט די זעלבע מידע אויגן.
מוישי, די ביסט טאטיס בערעלע, טאטי האט אזוי שטארק ליב מוישי אזוי ווי מוישי האט ליב די בערעלע.
א פונק פון פארשטענדעניש זעט זיך אן און זיינע אויגן.


און אביסל אנדערש קען מען דאס ארויס ברענגען אז ווען מ׳בעט זיך ביי אונזער טאטע כן תרחם ה׳ עלינו פארשטייען מיר בכלל נישט וואס מיר בעטן, אונז בעטן איהם אזוי ווי איך האב רחמנות אויף מיין קינד אזוי האב רחמנות אויף אונז. ס׳איז בערך ווי דער קליינער מוישי זאגט פאר זיין טאטע: אזוי ווי איך האב רחמנות אויף מיין בערעלע אזוי האב רחמנות אויף מיר.
ער פארשטייט נישט בכלל אז זיין טאטעס רחמנות איז סאך סאך טיפער און העכער ווי די רחמנות פון מוישי על בערעלו.

אבער איינער וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם מיתה, וועט מען קיינמאל נישט קענען געבן צו פארשטיין ווי אזוי פילט דאס. וויפל מ׳וועט פראבירן מסביר זיין וועט מען נישט קענען אנקומען צום פינטל און זאגן: אזוי פילט דאס. און אזוי יעדע געפיל און זאך כדי צו וויסן וואס דאס איז דארף מען דארט זיין. און אז מיר ווייסן נישט וואס מיינט רחם אב על בנים, ווי אזוי בעטן מיר ״כ״רחם אב על בנים.

האט מען אונז פארשפארט יעצט טווענטי-פאור-סעווען צוזאמען מיט די קינדער, די קשר ווערט שטערקער, די ליבשאפט ווערט טיפער און מיר קענען זיך הייבן אביסל און ארויף גיין א מדריגה צו פארשטיין וואס מיינט רחם אב על בנים.

און יעצט קען מען בעטן כרחם אב על בנים כן תרחם ה׳ עלינו!

כרחם אב כרחם אב על בנים,
כן תרחם ה׳ עלינו,
כרחם אב כרחם אב על בנים,
כן תרחם ה׳ עלינו

רחמנות! רחמנות! טאטעניו רחמנות!
ווי א טאטע אויף זיין קינד האט רחמנות!
רחמנות! רחמנות! מיט דיין מידה פון רחמנות!
ביסט דאך אונזער טאטניו האב רחמנות!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: כרחם אב על בנים, אבער וואס איז רחם אליין?

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:46 pm

שיינע געדאנק

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: כרחם אב על בנים, אבער וואס איז רחם אליין?

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:07 pm

שיין


צוריק צו “קאראנא וויירוס”