פאלעסיידס האט געשריבן:חושב מחשבות... האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:חושב, מען קען נישט אריינגעבן אין קארט א פארלאנג אז משפחה זאלן קענען מיטגיין מיט שוץ קליידער?
ניין.
שוין געשריבען אויבען די עולם ווייסט נישט אז אין א עפידעמיע גייט אן אסאך אנדערע כללים (אסאך מאל פאר גוטע סיבות)
אין אונז מוז מער ארבעטען אקארדענגלי צי דע מצב און מקען זיכער אסאך אויפטון דע זאכען וועלען נישט געשען אויף סאושעל מידיא נאר אונטער פארמאכטע טירען זייער זייער פראפעשינעל פונקט ווי די פארשטייסט אז די גאווערמענט גייט נישט פירען זייערע מיטונגען אויף א וואטסעפ גרופ אדער אפי דא אויף אייוועלט, די אייבישטער זאל אפהיטען אויב יא
און איך וויל דערמאנען פאר די מנהלים בשעת א אנגייענדע קריזס איז א מוראדיגע אחריות צי לאזען דער עולם רעדען אם מלה בסלע שתיקה בשתים, נאכדעם קען מען פלוישען וואס מוויל, עטס זאלטץ ענדערש אפשפארען א תגובה פאר א טאג צוויי אדער פאר מער אויב האט עטס איין הוה מינה ספק ספיקא אז סקען שאטען פאר א איד ח"ו בכה ובכה,
איך וואלט רעקאמענדירט אז עטס זאלטס עפענען א אשכול ווי נאר הצלה דאקטורים אנשי שם קענען רעדען מיט זייער נאמען אין מזאל נישט חו אריינרעדען אפי צי פרעגען שאלות
אין אפי איין אשכול ווי מקען אראפלייגען אויף א קאנסטראקטיווע וועג אויסצישמועסען די אפדעיטס אינפא פון אלע זייטען,
אין יעצט בנוגע שפיטעלער די איינציגסטע זאך וואס מקען יעצט טון איז רעדען צי די שטאטישע טאטעס אויף א נארמאלע וועג מען זאל אריינלייגען ווידיא אין יעדע איינציגסטע צימער כדי מען זאל זיך שפעטער קענען לערנען דערפון, אין יעדע משפחה צי פאציענט זאל קענען קלעימען שפעטער אז זיי דארפען עס והמבין יבין
הרב פאלעסיידס איך קען ווען רעדן און רעדן און רעדן.. פון די טיפסטע טיפענישן פון מיין הארץ וועל איך דיך נישט קענען גענוג ענטפערן..
די רעאליטעט פון א משפחה מיטגליד וואס איז נישט געזינט.. די נעבעכדיקייט פונעם חולה.. די אביוז און נעגלעקט פון די שפיטעלער ה"י...
זיי זעהען צו יעדן טאג יציאות נשמות.. דאס איז פאר זיי א גארנישט!!
זיי גייט נישט וואס די חולה מיינט פאר דיר!!
שיין העמיר אויסזעהן ווען מיר וועלן זיך פארלאזן אויף די א"ג "אנשי שם"...
פון וועמען איז באשטאנען די יודנראט אין די ווארשעווע געטאו? (כמיין נישט די צושטעל.. כמיין בעיקר די
נקודה)
אלע האבן אינטערעסן אין חשבונות.. אלע זוכן צו בלייבן גוט מיט די אפישלס טראצדעם וואס זיי געבן אונז צו עסן שטרוי און לאזן אונז איבער ביים טאפן א וואנט... אלעס בכדי צו זיין גוט מיט זיי כדי זיי צו האבן אין צייט פון קריזיס...
איי, יעצט איז דאך די קריזיס!!!
איז דאך הוברר הדבר למפרע אז מרעדט דא פון פריוואטע אינטערעסן! פרעג איך דיר, אויף זיי פארלאזטו זיך???? אתמהה!!
ווער האט זיי דען בכלל געמאכט פאר "אנשי שם" אין די פירסט פלעיס? זיי אליין!!
מיט וואס איז א פשוטער מענטש ווייניגער ווי עפעס אן אטענשן סיקער וועלכע האט נאך נישט אויסגעוואקסן זיין כיתה א' בליצערס??
בקיצור כבוד הרב, כווייס דיר נישט וואס צו זאגן.. אבער לאז דיך אפ פון עסקנים, זיי וועט מען רופן צו די פיקטשערס מיט די פלעקס און מיר וועלן ווייטער אנגיין מיטן לעבן וויפיל ס'שייך..
איה"נ אז ישיבה וואורלד און די בארא פארקע ערוועלטע מתנחלים זענען דאס ארגסטע... אבער אינעם יעצטיגן מצב של פיקוח נפש "מוז" מען איבערדרייען עולם ומלואה פאר די איזאלירטע חולים!! און ווער סאיז נאר בייהילפיג צו איבערדרייען די וועלט איז וועלקאם... און ניין!! אונזערע עסקנים זאלן טאקע בלייבן שטיל און אנהאלטן זייערע קשרים....
ביטע טראכט נישט אזויפיל און שרייב אינטער די פעטיציע און פארשפרייט די לינק
http://chng.it/VHX8WBpVSc
האט א חלק אין הצלת נפשות ממש!!