שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:22 pm

איך האב ג'הערט אז אויב איינער ווערט ל"ע אריינגעפירט אין שפיטאל, זאל ער זיכער מאכן מיטצונעמען, אלעס וואס ער וועט דארפן (טלית ותפילין, עסן, טרינקן, ספר, סעלפאון טשארשדזשער, אאז"וו) ווייל זיי לאזן נישט קיין וויזיטארס, און עס איז גאר שווער אריינצושיקן פעקלעך.
ווער עס האט נאך אינפארמאציע אדער טיפס זאל ביטע מעלדן דא לתועלת הציבור.
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום פרייטאג מארטש 27, 2020 1:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:23 pm

איז דאס אמת אז געוויסע שפיטעלער אין מאנהעטן נעמען נישט קיין פאציענטן פון ברוקלין?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך איפה פייביש » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:05 pm

איך האב א קרוב וואס איז געווען היינט אין שפיטאל אין מאנהעטן מיט א קינד נישט פאר קאראנא און ער זאגט אז עס איז געווען ליידיג ווי קיינמאל ביפאר!!!

אזאך וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געזען פון ווען ער איז אריין ביז מען האט גענומען א עקסערע פאר א פוס איז געווען אינטער א שעה!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:13 pm

איפה פייביש האט געשריבן:איך האב א קרוב וואס איז געווען היינט אין שפיטאל אין מאנהעטן מיט א קינד נישט פאר קאראנא און ער זאגט אז עס איז געווען ליידיג ווי קיינמאל ביפאר!!!

אזאך וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געזען פון ווען ער איז אריין ביז מען האט גענומען א עקסערע פאר א פוס איז געווען אינטער א שעה!

וועלכע שפיטאל?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך nmi » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:16 pm

וואדהאול שפיטאל קען מען נישט ניצן?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך איפה פייביש » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:19 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:איך האב א קרוב וואס איז געווען היינט אין שפיטאל אין מאנהעטן מיט א קינד נישט פאר קאראנא און ער זאגט אז עס איז געווען ליידיג ווי קיינמאל ביפאר!!!

אזאך וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געזען פון ווען ער איז אריין ביז מען האט גענומען א עקסערע פאר א פוס איז געווען אינטער א שעה!

וועלכע שפיטאל?

Bellevue

Clm
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך Clm » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:26 pm

איך האב א באקאנטען אין שפיטאל מיט קאראנא אויף א רעספירעטער, די מצב איז פחדים!!!! מען האט נישט קיין אנאג וואס טיט זיך מען קען נישט רעדען מיט קיינעם היינט נאכמיטאג האט מען ענדליך געריטשט עפעס א נורס פין די פלאהר זי האט נאר אזויפיל געוויסט אז די מצב האט זיך פארערגערט.... פחדים נוראים!!! מען האט פראבירט יעצט צי ריפען קאהן פין חיים מעדיקאל זי וועט פראבירען צי זעין וואס זי קאן טאהן!! דא האלט מען.... אה נאך איין זאך האט די נורס געוויסט אז די מעדיקעישען האט נישט געארבייט... וועלעכע דאס וויסט זי שוין נישט.. . רח'"ל וואס טיט מען מיט אים דארט? ה' יעזור!!!!!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:37 pm

קיינער איז נישט דארט מיט אים?
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך אביונה » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:39 pm

פעיק נוז האט געשריבן:קיינער איז נישט דארט מיט אים?

ער איז נישט קיין יחיד....
ליידער אסך אנ"ש זענען אין דעם זעלבן מצב..
אליינס אויף א רעספירעיטאר אן קיינעם!, און העכסטנס קריגט די משפחה א אפדעיט צוויי מאל א טאג, דאס אלעס.....
טאטע זיסע! רחם נא קהל עדת ישורון!!
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

Clm
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך Clm » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:41 pm

פעיק נוז האט געשריבן:קיינער איז נישט דארט מיט אים?

ניין מען לאזט נישט אריין

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:48 pm

און ווער קען פארזיכערן אז מען ווירטשאפט גארנישט אן דארט אין שפיטאל אז די מעדיקעישן "זאל נישט ארבעטן"?!....
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

Clm
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך Clm » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:50 pm

פעיק נוז האט געשריבן:און ווער קען פארזיכערן אז מען ווירטשאפט גארנישט אן דארט אין שפיטאל אז די מעדיקעישן "זאל נישט ארבעטן"?!....

נא ווער טאקע?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:52 pm

רח"ל
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך לייטער » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:58 pm

עטליסט געוויסע האספיטאלס
ביים האבן א קינד לאזט מען נישט אריין די מאן, און מען ווארפט ארויס די קימפעטארין נאך אפאר שעה

מענטשן וואס נעמען ל''ע קימוא טריטמענטס קענען נישט קימען מיט קיין באגלייטערס

בעל מנוחה
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך בעל מנוחה » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:02 pm

Clm האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:און ווער קען פארזיכערן אז מען ווירטשאפט גארנישט אן דארט אין שפיטאל אז די מעדיקעישן "זאל נישט ארבעטן"?!....

נא ווער טאקע?


ווי געווענדליך!
נאר יעצט קען משפחה אדער עסקנים גארנישט טון ווייל מען לאזט קיינעם נישט אריין

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:07 pm

עס איז זייער א דקות'דיגע החלטה אבער מ'מוז אויך נעמען אין באטראכט אז אנצוקומען אין שפיטאל יעצט איז א סכנה נוראה, מ'דארף תיכף ווען מ'הייבט אן שפירן שלעכט זען וואס מ'קען טון צו באקומען דאקטוירישע באהאנדלונג און פרובירן אז מ'זאל נישט קומען צו א מצב אז די הצלה זאל דארפן אריין פירן. רוב נפטרים איז נישט פון די מחלה נאר פון די שפיטאל
די היימישע ראשי הציבור מוזן טרעפן א וועג צו שיקן די היימישע מענטשן צו א שפיטאל וואס מען קען זיך אומקוקן געהעריג וואס זיי טוען דארט, , א גרויסער דאקטער אין לעיקוואד איז מייעץ מ'זאל זוכן א וועג אביסל אוועק פון ניו יארק, מ'דארף זיך אריין לייגן דערין און אז מען וויל טרעפט מען, אפילו ביז צוויי דריי שעה אוועק, ס'איז ווערט די וועג און די צייט אין רובא דרובא פעלער.
דאס איז יעצט די חובת השעה
די סיבה פארוואס סאיז אזוי געפערליך אין ניו יארק וועט מען דעבאטירן שפעטער יעצט דארף מען זען וואס מ'קען למעשה טון צו ראטעווען אידן.
לעצט פאראכטן דורך lebediger berel אום מיטוואך מארטש 25, 2020 11:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:08 pm

קען מען אריינקומען מיט נעמען פון שפיטעלער?
וויאזוי איז NYU?
וויאזוי איז מיימאנידיס?
מט. סיניי?
זאל דער עולם וויסן אביסל וואס עס טוט זיך.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:09 pm

לייטער האט געשריבן:עטליסט געוויסע האספיטאלס
ביים האבן א קינד לאזט מען נישט אריין די מאן, און מען ווארפט ארויס די קימפעטארין נאך אפאר שעה

אלע שפיטעלער אונטער די 'ניו יארק פרעסביטעריען' גרופע (קאלאמביע, קארנעלל ועוד) און פון די 'מאונט סיני' גרופע (מאונט סיני, רוזעוועלט, בית ישראל ועוד).

די צוויי גרופעס האבן עס דערווייל געמאלדן.

מאונט סיני זאגט אז זיי וועלן בקרוב האבן אן אינסטענט קאראנע טעסט וואס וועט האבן ריזאלטס אונטער א שעה. ווען מען קומט למשל האבן א קינד וועלן זיי טעסטן די מאן ביים אריינקומען, און אויב עס איז נעגאטיוו וועט ער קענען געהעריג אריינגיין.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Mt. Sinai

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:18 pm

Visitor Policy
As of March 24, due to the escalating COVID-19 emergency, we are prohibiting all visitors across the Mount Sinai Health System, including visitors to the emergency departments, inpatient units (including Labor and Delivery), ambulatory sites and other facilities.

There are limited policy exceptions for HEALTHY visitors, including:

Pediatrics and Pediatrics ED: One healthy visitor.

NICU: One healthy adult visitor for the duration of the hospitalization, no rotation.

End of Life situations: One healthy visitor and they may have a limit of one visitor per 24 hour period.

Only healthy visitors are permitted and must follow the strict COVID-19 Safety Guidelines. If a visitor shows any symptoms, staff should politely ask them to leave and provide them with follow-up information.

For unique situations where a manager feels an exception to the above policy should made, they should speak to their supervisor.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:29 am

נישטא קיין הצלה, קיין מעדיקל עדווייזערס, נישט קיין עסקנים און שוויצערס! אין לנו על מי להשען! אלא על אבינו שבשמים!

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:44 am

lebediger berel האט געשריבן:עס איז זייער א דקות'דיגע החלטה אבער מ'מוז אויך נעמען אין באטראכט אז אנצוקומען אין שפיטאל יעצט איז א סכנה נוראה, מ'דארף תיכף ווען מ'הייבט אן שפירן שלעכט זען וואס מ'קען טון צו באקומען דאקטוירישע באהאנדלונג און פרובירן אז מ'זאל נישט קומען צו א מצב אז די הצלה זאל דארפן אריין פירן. רוב נפטרים איז נישט פון די מחלה נאר פון די שפיטאל
די היימישע ראשי הציבור מוזן טרעפן א וועג צו שיקן די היימישע מענטשן צו א שפיטאל וואס מען קען זיך אומקוקן געהעריג וואס זיי טוען דארט, , א גרויסער דאקטער אין לעיקוואד איז מייעץ מ'זאל זוכן א וועג אביסל אוועק פון ניו יארק, מ'דארף זיך אריין לייגן דערין און אז מען וויל טרעפט מען, אפילו ביז צוויי דריי שעה אוועק, ס'איז ווערט די וועג און די צייט אין רובא דרובא פעלער.
דאס איז יעצט די חובת השעה
די סיבה פארוואס סאיז אזוי געפערליך אין ניו יארק וועט מען דעבאטירן שפעטער יעצט דארף מען זען וואס מ'קען למעשה טון צו ראטעווען אידן.

מוראדיגע ווערטער,
מדארף זיין קריעטעוו צי העלפען אידען אין די אייבישטער וועט אודאי העלפען

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:47 am

געווען אין ב"פ א היימישע שפיטאל 100 יאר צירוק פאר אזאלכע מצבים (קען זיין פון דעם איז געווארען שפעטער מיימאנעדיס)
אפשר מאכט מען עפעס פאר צייטווייליג פאר אנדערע עמערזשענסיס ווי מקען גיין אריין אין ארויס עפעס דארף מען אויסארבעטען לאמער האפען אז סוועט נישט אויספעלען בעז"ה

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:50 am

בכלל מענטשען וועלען וויסען אז מגייט קעיר נעמען פון זיי וועלען זיי זיך האלטען געזונטער און דע צייטען בפרט עלטערע מענטשען

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:08 am

פעיק נוז האט געשריבן:רח"ל

די מצב איז אסאך ערגער, ואכמ"ל. מ'שטאפט אן מיט מעדיצינען און ווייטאמינען, מ'קען נישט ארויסגיין אין ביה"כ ווייל ס'נישטא גענוג נורסעס. ס'איז איום ונורא וואס ס'קומט פאר דא ביי אונז אין ניו יארק סיטי.

ועל כולם, איז נישטא פון וואו צו הערן קיין שום באריכטן.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: שפיטעלער - אייערע עקספיריענסעס לאור דעם מצב

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 8:37 am

קודם כל דארף מען וויסן אז "נאטורליך" איך רעד שוין נישט פון עפ"י תורה, עפ"י חסידות וחובת הלבבות
אבער השי"ת האט אריין געלייגט אין די נאטור אסאך חוקי התורה כפי חכמתו ית' ווען יא און ווען נישט (עכ"פ נחזור לענינינו) נאטורליך מוז מען האבן ווייניג סטרעס און אסאך שלאף מיט א גוטע מוט צו קענען בייקומען אטאקעס אויף די אימיון סיסטעם.
אויך קענען עלטערע שוואכערע לייט באקומען הארץ אטאקעס נאר פון הערן אז זיי האבן אדער זיי קענען מעגליך האבן די וויירוס.
איך האב אנגעפאנגען צו שרייבן דערפון אנפאנג אבער יעצט "מוז" מען שרייבן אפילו געוויסע קטני הדעת וועלן שרייען מאכסט קאלט.
מען מוז אנפאנגען צו זאגן פאר די עלטערע און שוואכערע אז אפילו אויב מען האט די וויירוס וועט מען אי"ה געזונט ווערן - די פאטאליטעט ראטע איז בערך אזוי הויעך ווי די ראטע פון געווינען די נייטרא ראפעל (נאר א ווערטל, כ'מיין צו זאגן אז פון די עלטערע וואס האבן יא געכאפט די וויירוס וועלן לכה"פ 95 פראצענט דאס איבערלעבן, מסתמא מער, עכ"פ אזויפיל אמונה בטחון און זיכערקייט דארף ער האבן אז ער וועט זיין פון די 95 פראצענט, דאס דארף מען אריין לייגן אין די מוחות ווי מער מ'קען.
און איינמאל זיי פאלגן אויס די אנווייזונגען דארף מען אנפאנגען אריין לייגן גוטמוטיגקייט רואיקייט און צופרידנקייט אין די עלטערע מענטשן וויפיל ס'גייט.
און פון די אנדערע זייט אויב קומט פראבלעמען מ'הייבט אן צו פילן שוואך דארפן די משפחה און ארומיגע אנפאנגען צוטון כל טצדקי שבעולם מ'זאל זיך היילן ווי פריער נישט צו דארפן אנקומען צום שפיטאל. צום ערשט פארבינדט אייך מיטן פאציענטס דאקטער, און נאכדעם פרובירן אלע אנדערע מעגליכע רפואות צב"ש דר. זאלענקא וכו' איי דער גאווערנאר לאזט נישט, איך ווייס אין ניו דזשוירזי געט מען עס פאר די וואס זענען שוין חרוב קראנק (אבער מיט א מינוט צו שפעט פרעג אמעריקע פארווואס זיי זענען אזוי משוגע) מען דארף האלטן א אויג צו די אנדערע אינפעקשאנס פארלאנגען נישט תיכף אנטיביאטיק וכו'
נאכדעם וואס דער פאציענט "מוז" רופן הצלה, זאל מען טראכטן מיט ישוב הדעת צו שפיטאל איז דער איינציגער לייזונג און מ'מוז טאקע גיין, פארשטייט זיך אז ווען מ'מוז מוז מען אבער נאר אויב מ'מוז טאקע.
דערווייל האט זיך נאך קיינער נישט אנגערופן מיט א מהלך וויאזוי מ'קלויבט דא פראקטיש א שפיטאל, איך האב יא גערופן עטליכע באקאנטע דאקטוירעם צו קיינעם האב איך נישט געקענט רעדן נאר צו איין גרויסן דאקטער פון לעיקוואד און ער האט מיר געזאגט דאס וואס כ'האב געשריבן אויבן אז מ'דארף און מ'קען אויב מ'וויל ארבעטן שווער דערויפ אויסשטעלן א מהלך צו שיקן רובא דרובא קאראנא פאציענטן צו גוטע שפיטעלער ארויס פון ניו יארק סיטי עריע.
למעשה דערווייל אויב גייט מען אין שפיטאל אין די סיטי, נאכן אויסוועלן די בעסטע לפי המצב נישט סתם כאפן, ווייס איך נישט וואס מ'קען זאגן פארן חולה מער ווי זיך מחזק צו זיין מיט אמת'ע דברי אמונה ובטחון און שטאקרע חיזוק יעדער לפי וואס מ'קען ווייל בגשמיות איז ער שוין דעאמאלטס אויף גרויסע צרות נישט אזוי שטארק ווי פון די מחלה ווי פון די אומשטענדן וכו', און מיט חיזוק אמונה ובטחון קען די אומשטענדן זיין בעסער, און ווירקען אויפן מענטש, און מ'דארף איינרייסן עקסטער ביי תהלים פאר יעדן וואס גייט אריין אין שפיטאל אפילו דער מצב איז כמעשה, ווייל דאס איז דער פאקט
איך וואלט אנגעטראגן יעדער וואס גייט אין שפיטאל אויב איז מען נאך בכח זיך צו אנכאפן אין די טענקיוהאשעם מהלך
און אזוי ווי מ'האט געשריבן אז סאיז נישטא קיין עסקנים וכו', במקום שאין אנשים השתדל להיות איש ס'איז דא דער פלאץ פאר ענערגישע מענטשן אריין צו טאנצן און אנפאנגען צו טון צו דער זאך, מאכן ריסערטש און קוקן ווי מ'קען גיין און אויסארבעטן א מהלך!
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “קאראנא וויירוס”