סימנים אויף די גאולה

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג מארטש 31, 2020 11:22 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:סימנים אויף די גאולה? ביאת המשיח איז פון די י״ג עקרי האמונה. מ׳קען גראדע מליץ זיין דערויף.

דער רמב״ם אין שמונה פרקים ברענגט אז דאס וואס שטייט פון חז״ל יחזיק באמונה יתירה, וואס ס׳טייטש יתירה? אנדערש פון די חכמים און חוקרים וועלכע זיכן צו ברענגן ראיות און הוכחות צו הנהגות הבורא.. איז דער ריכטיגער אמונה דייקא אהן ראיות. אונזערע קליינע מוחות זענען זייער מוגבל און עס קען ח״ו אויפקומען קשיות מיט דעם וואס מ׳זיכט הוכחות. מיר מיזן גלייבן מיט אמונה פשוטה.

האבעך אמאל געהערט פונעם פה מפיק מרגליות הרה״ג ר׳ יוסף חיים גרינוואלד שליט״א, ער האט עס נאכגעברענגט פון איינע פון די פריעדיגע צדיקים. ביי סתם מצוות איז יתירה נישט אויסגעהאלטן. אויב שפילט מען מיטן חיצוניות גרעסער ווי דאס פנימיות.. איז דער מצווה פאלטש. דער עיקר איז די פנימיות. וואס דען, ביי אמונה איז דער דין אנדערש. מ׳קען פראווען א ברייטע אמונה, אפילו דער חיצוניות איז גרעסער פונעם פנימיות. אפילו מ׳שפירט א שוואכקייט אינעם אמונה ח״ו, זאל מען אויסשרייען אני מאמין באמונה שלימה וכו׳.. און דאס וועט אים נאר העלפן צוקומען צו די ריכטיגע אמונה.

בעצם ווייזט דער קאראנע גארנישט. און מיר ברויכן נישט קיין סימנים צו די גאולה. אויב וואלט דער באשעפער געוויסט אז מ׳קען אויסשפילן דעם סיסטעם, און געוואויר ווערן פון א וויירוס ווען די גאולה שלימה גייט זיין, וואלט נישט אויסגעפעלט די שכינה זאל נסתלק ווערן פון יעקב אבינו ביים בענטשן די שבטים. מ׳וועט דאך סייווי אויסגעפונען. וואס דען, מ׳פראוועט אמונה יתירה.

מ׳שטייט דאך אבער יא אין חודש ניסן. בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל.. דאס יא, ס׳איז דאך א גמרא.

שטארק
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:11 am

סימנים ארויף סימנים אראפ, אן עת פקוד איז יעצט זיכער לאמיר געבן די נאך איין קליינע שטופ, לאזן א טרער ביי די פילע ברכות פון שמ''ע וואס בעטן אויף די גאולה, אביסל מער אינזינען האבן ביים בענטשן ובנה ירושלים עיר הקודש במהרה בימינו אמן
(מדברי הרב שלעזינגער פאריגע וואך)
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:19 am

הרה''ק ר''נ מברסלב האט אמאל געזאגט: משיח וועט איינעמען די וועלט אן קיין שאס פולווער.
די גאנצע וועלט איז פאראלעזירט און הילפלאז קעגן דעם אייבערשטן אן קיין שאס פולווער!

צופרידן
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:21 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך צופרידן » מיטוואך אפריל 01, 2020 6:42 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מ׳שטייט דאך אבער יא אין חודש ניסן. בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל.. דאס יא, ס׳איז דאך א גמרא.

"בניסן עתידין לגאל" = גימטריה "תשפ".

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך אפריל 01, 2020 11:30 am

צופרידן האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מ׳שטייט דאך אבער יא אין חודש ניסן. בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל.. דאס יא, ס׳איז דאך א גמרא.

"בניסן עתידין לגאל" = גימטריה "תשפ".

אויב קען מען אראפנעמען און צולייגן אותיות ווען מ'וויל האב איך דיר רמזים פאר עני אקעיזשן..

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך אפריל 01, 2020 11:35 am

פון די פערנץ מיידל חלום האט מען שוין גערעדט?
כ'מיין אז מ'זאל עפענען א עקסטערע אשכול פון חלומות מיט קאראנא...

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך א גולם » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:13 pm

ניס קראכער האט געשריבן:פון די פערנץ מיידל חלום האט מען שוין גערעדט?
כ'מיין אז מ'זאל עפענען א עקסטערע אשכול פון חלומות מיט קאראנא...


הייב אן!! וואס די מעשה ?

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:43 pm

געטראכט היינט ביים דאווענען (ביי מיר אין שטוב) אז אויב משיח קומט נאך היינט קען מען נאך מקריב זיין די קרבן פסח בזמנו (דהיינו נאכן זיך רייניגען מיטען פרה אדומה). אויב נישט וועט מען מוזען די יאר מאכן פסח שני. (אי נמי טומאה הותרה בציבור)(און לויט אסאך מפרשים ווען משיח וועט קומען וועט אוטומאטיש ווערן ר"ח ניסן)
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:44 pm

צופרידן האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מ׳שטייט דאך אבער יא אין חודש ניסן. בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל.. דאס יא, ס׳איז דאך א גמרא.

"בניסן עתידין לגאל" = גימטריה "תשפ".

"בניסן עתידין להגאל" = גימטריה "תשפ"ה".

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:47 pm

אחת ואחת האט געשריבן:געטראכט היינט ביים דאווענען (ביי מיר אין שטוב) אז אויב משיח קומט נאך היינט קען מען נאך מקריב זיין די קרבן פסח בזמנו (דהיינו נאכן זיך רייניגען מיטען פרה אדומה). אויב נישט וועט מען מוזען די יאר מאכן פסח שני. (אי נמי טומאה הותרה בציבור)(און לויט אסאך מפרשים ווען משיח וועט קומען וועט אוטומאטיש ווערן ר"ח ניסן)

כגון?

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2915
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך לייטער » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:51 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
צופרידן האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מ׳שטייט דאך אבער יא אין חודש ניסן. בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל.. דאס יא, ס׳איז דאך א גמרא.

"בניסן עתידין לגאל" = גימטריה "תשפ".

"בניסן עתידין להגאל" = גימטריה "תשפ"ה".

ה'( אלפים )תש''פ
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re:

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:55 pm

כא כא כא האט געשריבן:סימנים ארויף סימנים אראפ, אן עת פקוד איז יעצט זיכער לאמיר געבן די נאך איין קליינע שטופ, לאזן א טרער ביי די פילע ברכות פון שמ''ע וואס בעטן אויף די גאולה, אביסל מער אינזינען האבן ביים בענטשן ובנה ירושלים עיר הקודש במהרה בימינו אמן
(מדברי הרב שלעזינגער פאריגע וואך)

טוב ה' לכל האט געשריבן:הרה''ק ר''נ מברסלב האט אמאל געזאגט: משיח וועט איינעמען די וועלט אן קיין שאס פולווער.
די גאנצע וועלט איז פאראלעזירט און הילפלאז קעגן דעם אייבערשטן אן קיין שאס פולווער!

;l;p-
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך אפריל 01, 2020 1:43 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
צופרידן האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מ׳שטייט דאך אבער יא אין חודש ניסן. בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל.. דאס יא, ס׳איז דאך א גמרא.

"בניסן עתידין לגאל" = גימטריה "תשפ".

"בניסן עתידין להגאל" = גימטריה "תשפ"ה".

דאכט זיך ס'שטייט ליגאל, 790

א פיין שמועס
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm
פארבינד זיך:

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך א פיין שמועס » מיטוואך אפריל 01, 2020 2:28 pm

סנהדרין צח, א.
----------------
היום אם בקולו תשמעו [תהלים צו, ה]

רבי יהושע בן לוי אשכח לאליהו, דהוי קיימי אפיתחא דמערתא דרבי שמעון בן יוחאי .

... אמר ליה: אימת אתי משיח? אמר ליה: זיל שייליה לדידיה.

... אזל לגביה , אמר ליה [רבי יהושע למשיח]: שלום עליך רבי ומורי! אמר ליה שלום עליך בר ליואי [בן לוי].

אמר ליה: לאימת אתי מר? אמר ליה: היום.

אתא לגבי אליהו. אמר ליה: מאי אמר לך? ...אמר ליה: שקורי קא שקר בי [הוא שיקר לי] דאמר לי היום אתינא, ולא אתא [הוא אמר לי 'היום אני בא' ולא בא]!

אמר ליה: הכי אמר לך: היום - אם בקולו [של הקב"ה] תשמעו.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך אפריל 01, 2020 3:26 pm

ר' יענקל מילער (לרפו"ש) זאגט: אלעמאל פאר משיח קומט, געשעען אזעלכע זאכן...

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

רמז על הגאולה

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אפריל 01, 2020 3:28 pm

האב איך היינט בהשגחה פרטית געליינט א פלא'דיגע מעשה וואס איך האב געזען דערין א געוואלדיגע רמז:

די הייליגע גר''א שרייבט אז עס וועט זיין 70 יאר חבלי משיח, קעגן די זיבעציג ווערטער פון למנצח יעננו ה' ביום צרה, וואס דער קאפיטל ווייזט כידוע אויף חבלי לידה און אויף די שבעין קלין וואס א יולדת שרייט, און דערנאך וועט משיח קומען.
און בריסקער רב, הגרי''ז, האט געזאגט, שלא כדרכו, אין זיינע צייטן אז מען איז שוין אין די זיבעציג יאר! אויב אזוי איז ערגעץ יעצט איז שוין גאר נאנט.

האב איך געטראכט אביסל איבער דער קאפיטל, זיכער איז דארט דא רמזים אויף די גאולה, זעה איז אז די לעצטע ווארט איז 'קראנו', דאס איז די לעצטע פינטל פון די גאולה, ווי רי''מ שעכטער און נאך גרויסע אידן האבן שוין מרמז געווען אז עס האט א שייכות מיט דער ווארט.
זאל שוין טאקע זיין די גאולה דורכדעם.

און בעצם, די גאנצע קאפיטל איז מרמז אויף דער מצב און בכלל אויף די גאולה און מען קען אסאך ארויסנעמען אויף למעשה:
בגבורות ישע ימינו, דורך גבורות און דינים קומט די גרויסע ישועה און חסד. אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלקינו נזכיר המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, די גאנצע וועלט איז פארלוירן און מען פרובירט אלעס און עס איז כמעט נישט דא וואס צו טון, די עיקר איז אז מען לויפט צום אייבערשטן און מען פארלאזט זיך נאר אויף אים און מען שרייט צום אייבערשטן ווי א יולדת פארן לידה, און דאן -
ה' הושיעה, המלך יעננו ביום קראנו, אין די טאג פון קאראנע וועט אונז דער אייבערשטער העלפן, און אויך כפשוטו אז מען דארף רופן דעם אייבערשטן און דאס איז די איינציגסטע עצה יעצט, און דאס וועט ברענגען די גאולה, דער אייבערשטער וויל יעצט בעיקר דאס, מיר זאלן אנערקענען אז עס איז גארנישט דא חוץ פון אים, ער נעמט צו אלע בתי מדרשים און מקוואות, יעדע סיסטעם, יעדע זאך אויף וואס מען קען זיך פארלאזן, יעדע רוהיגקייט וואס מען האט שטענדיג, און נאר לויפן צו אים וואס דאס איז די גרעסטע תענוג. ועוד ועוד.

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אפריל 01, 2020 3:45 pm

און פאר די אלע וואס מאכן עס אוועק, איז באמת קען מען אוודאי גארנישט זאגן פאר זיכער, און מען טאר נישט, עס הייסט א בחינה פון דחיקת השעה, אבער צוויי נקודות דערויף:

א', די גמרא איז פיל מיט סימנים אויף די גאולה, די גמרא זאגט נאר אז מחשבי קיצין - צו זאגן אז אין יענע יאר וועט עס זיכער זיין, דאס מעג מען נישט, אבער סימנים וואס מען זעט צו זאגן אז דאס האט מיט די גאולה, דאס מעג מען און אדרבה, די גמרא אליין זאגט מערערע.

ב', משיח וועט סייווי קומען, צו יעצט צו קומענדיגע יאר צו צען יאר ארום (ח''ו), אבער ער וועט קומען איין מאל, יעדן טאג קען עס פאסירן, און אויב נישט וועסטו גיין פון די וועלט כדרך כל האדם, נו, אויב אזוי דארפסטו דאך ממילא תשובה טון, וואס איז א חילוק ווען, איין מאל וועט עס פאסירן און עס וועט אנקומען די טאג בלי שום ספק, און מען דארף יעדן תשובה טון כאילו מארגן קומט משיח אדער אז מארגן גייט מען, ווי די משנה זאגט אונז 'שוב יום אחד לפני מיתתך'.
ממילא דארף מען שטענדיג תשובה טון און די בעש''ט זאגט אז יעדן טאג שיקט דער אייבערשטער רמזים פאר יעדן אידן - בת קול יוצאת מהר חורב שובו בנים שובבים, נאר דאס איז זיכער אז דער אייבערשטער שיקט יעצט מער רמזים ווי אלץ, און מען דארף עס נעמען כראוי בשמחה ובטוב לב ובאהבה, אלעס איז השגחה פרטית און רמזים אונז צו מקרב זיין צום אייבערשטן, דארף מען עס נעמען ערנסט און בעטן דעם אייבערשטן אונז זאלן וויסן וואס ער וויל פון אונז און עס טאקע טון.

און לאמיר נישט זיין ווי דאס וואס דוד המלך רופט אן א סוס און פרד:
אשכילך ואורך בדרך זו תלך איעצה עליך עיני - דער אייבערשטער שיינט אריין פאר יעדן און איז מרמז מיט די אויגן רמזים זיך צו צוריקקערן צו אים יעדער אין זיינע זאכן, אל תהיו כסוס כפרד אין הבין - זיי נישט ווי א פערד וואס פארשטייט נישט אויפן ווינק, וואס דאן - רבים מכאובים לרשע - באקומט ער אסאך מכאובים ווייל מען דארף אים טויזענט מאל אויפוועקן און מרמז זיין ביז ער פארשטייט, והבוטח בה' חסד יסובבנו - און דער וואס לויפט גלייך צום אייבערשטן און כאפט די רמז נעמט אים ארום די חסד ווייל ער איז ביים אייבערשטן, שמחו בה'!!

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך nmi » מיטוואך אפריל 01, 2020 3:55 pm

און ס'אחז אויך גוט צוגעדענקן די מעשה מיטן מיטן הייליגן ישמח משה, ער האט אמאל געזאגט אז די בית המקדש איז שוין געווען כמעט פארטיג און ס'איז געקומען א גרויסע בעל עבירה און עס קאליע געמאכט ר"ל. לאמיר נישט פארדארבן לאמיר נאר פארעכטן און טון צו די זאך.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך אפריל 01, 2020 3:58 pm

ס'איז כדאי אריינצוקוקן אין מסכת שבת סוף פון די דריי און צוואנציגסטע פרק

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך אפריל 01, 2020 5:31 pm

nmi האט געשריבן:און ס'אחז אויך גוט צוגעדענקן די מעשה מיטן מיטן הייליגן ישמח משה, ער האט אמאל געזאגט אז די בית המקדש איז שוין געווען כמעט פארטיג און ס'איז געקומען א גרויסע בעל עבירה און עס קאליע געמאכט ר"ל. לאמיר נישט פארדארבן לאמיר נאר פארעכטן און טון צו די זאך.


די מעשה איז געווען מיט'ן צאנזער רב, כמבואר בספר ויואל משה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

קושטא
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך קושטא » מיטוואך אפריל 01, 2020 7:21 pm

א גולם האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:פון די פערנץ מיידל חלום האט מען שוין גערעדט?
כ'מיין אז מ'זאל עפענען א עקסטערע אשכול פון חלומות מיט קאראנא...


הייב אן!! וואס די מעשה ?
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אפריל 01, 2020 7:33 pm

איך נעם נישט קיין אחריות אויף מיינע ווערטער, איך האב עס בלויז געהערט אזוי בערך, אז דאס קינד האט געחלומ'ט ווי די מאמע קומט איר אין חלום, און זאגט איר, אז פסח קומט משיח...
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך אפריל 01, 2020 8:47 pm

זייער אסאך קינדער האבן ענליכע חלומות
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך אפריל 01, 2020 8:50 pm

פעיק נוז האט געשריבן:איך נעם נישט קיין אחריות אויף מיינע ווערטער, איך האב עס בלויז געהערט אזוי בערך, אז דאס קינד האט געחלומ'ט ווי די מאמע קומט איר אין חלום, און זאגט איר, אז פסח קומט משיח...

https://www.yiddish24.com/interviews/12/16699
26:30

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

תגובהדורך יש בו » מיטוואך אפריל 01, 2020 9:46 pm

נאך איינער האט עפעס געהערט וועגען די שעפעלעך אין ארץ ישראל???
איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט