בלאט 1 פון 1

לאמיר אויסניצן די געלעגענהייט

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2020 8:26 am
דורך שמאלציג
לאמיר אויסניצן די געלעגענהייט
איט איז וואט איט איז, זאגט מען,
יעצט האמיר די ברירה, אדער אראפגיין פון זינען אדער ארויסקומען ווי א שטארקע ליעדער.

געדעקט, דיין ווייב און קינדער וועלן א גאנץ לעבן געדענקן ווי אזוי טאטי האט זיך אויפגעפירט אין די צייט פון קאראנע.

עצות און טיפס

יעצט קענסטו ווייזן פאר דיינע קינדער וואס מיינט דאווענען, יא, פשוט דאווענען, נישט פאר יענעם נישט פאר די שוהל, פשוט דאווענען פאר'ן אויבערשטען

יעצט קענסטו אריינבאקן אמת'ע אמונה און בטחון, ווייל מ'קוקט ארויס אויף דעם

יעצט קענסטו אין 2 מינוט אויפטוען וואס א צווייט מאל וואלט גענומען חדשים

נעם יעדעס קינד פאר א שמועס פון 5-10 מינוט, קען ווערן צוטיילט צווישן די טעג
א פריוואטע שמועס, פרעג אים/איר, ווי אזוי פילסטו? די ווייסט טאטי איז מתפלל פאר דיר. די ווייסט דער אייבערשטער הערט דיך אויס.
זאג א קורצע חיזוק ווארט

אויך פאר די ווייב, א פריוואטע אפענע שמועס, אויב האסטו עס נאכנישט געטוען.
און אז די רעדסט שוין פריוואט ווארף אריין א גוט ווארט, זאג למשל, וואו, די ביסט עסט א שטארקע כאראקטער, די קענסט הענדלן א גאנצע משפחה אינדערהיים, + וואשן וועש + צושטעלן צו עסן+ + + און די האלסט דיך אזוי רואיג, וואו,,,. קארג נישט קיין דיבורים
די וועסט נישט גלייבן וואס די וועסט אויפטוען,
די משפחה וועט ווערן שטערקער, די לופט אין הויז רואיגער, יארן שפעטער וועלן זיי רעדן דערפון.

זאג יעדן טאג א קורצע חיזוק ווארט, וועסט נישט גלייבן ווי שטארק מ'קוקט ארויס אויף דעם

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2020 9:09 am
דורך לעכטל
זייער שיין שמאלציג!

Re: לאמיר אויסניצן די געלעגענהייט

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2020 9:10 am
דורך שׁעמעדיגער
;l;p- ;l;p-. שטארק

Re: לאמיר אויסניצן די געלעגענהייט

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2020 10:18 am
דורך נפש׳ל
איך האב מיך אראפ געזעצט מיט מיינע קינדער, און דראמאטיש פארציילט.......פ' בראשית,

פשוט און פראסט אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט וכו'

כ'האב זיי געגעבן א משל, אז ווען זיי מאכן א ארט, אין חדר/ סקול,
דער אייבערשטער האט אויך געמאכט א ארט.....

ס'איז געווען מורא'דיג אינטערעסאנט ווי אזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט,

ס'האט אויסגעזעהן ווי זיי האבן דאס נאך קיינמאל נישט געהערט......

גיי ווייס...

אפשר וועגן פ' בראשית איז נישטא געהעריג קיין חדר/ סקול