לאמיר רעדן תכלית

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

לאמיר רעדן תכלית

תגובהדורך איינס » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:50 am

שוי געהערט אלעס איבער קאראנע, ווערטלעך, אנשרעקענישן און בארואיגן,
אבער תכלית וואס טוט מען, למעשה זענען מיר איינגשעפארט אינדערהיים מיט די קינדער אויפן קאפ און אונטער די פיס.

איך האב שוין געטרייט אלעס
קאלירן און מאלן,
שפילן און פייטן,
שרייען און לאכן,
לערנען און נישט לערנען,
אריינגיין און ארויס גיין,
קלינען און שמוציג מאכן און נאכאמאל קלינען.

איך זעה מיר נאך צוויי טעג אז אויב דאס ציהט אן נאך איין טאג גיי איך... איך ווייס אליין נישט, ווייל איך האב שוין אלעס געטוהן, אויך אראפ פון זינען, צוריק ארויף און נאכאמאל אראפ.

איך פראביר טראכן פון א למעשהדיגע פלאן, איך קען אבער נישט אויפקומען מיט עפעס ממשות׳דיג.
מאכן א שיעור מיט מיין אינגל אין משניות און ענדיגן א מסכתא ביז די קריזיס ענדיגט זיך, א גוטע איידיע פאר 5 מינוט אויפן זייגער.
שפילן מיט דער קליינער איז גוט פאר 3 מינוט.
פארשפילן די קינדער העלפט נאר 1 מינוט.

תכלית למעשה ווער קען אויפקומען מיט א געוויסע פלאן, עפעס א איידיע וואס מ׳קען אנהייבן ארבעטן צו דאס דעוועלעפן אויף א געוויסע מהלך.

אבער ערנסט גערעדט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
הייליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

תגובהדורך הייליג » דינסטאג מארטש 24, 2020 12:17 pm

איינס האט געשריבן:אבער ערנסט גערעדט.


די כלל אין די זאכען איז א סקעדשעל
א זייגער ווען מען שטטייט אויף און ווען מען טוט אלעס
פארשטייט זיך אז זאכען קענען זיך רוקען פונעם סדר אבער מען דארף האבען א געוויסע פרעים וויאזוי מען טוט אלעס
צום ענין איך האב אמאל געהערט א גדול בישראל האט געזאגט אז ער האט קיינמאל נישט קיין איבריג צייט ווייל ער שטעלט אויס זיין סדר היום מיט א סדר פאר 25 שעה דערפאר איז ער שטענדיג פארנומען
דאס קען זיין א עצה צו מאכען א סדר פון נאך איינס אדער מער זאכען ווי מען פלאנט צו טוען
און יא מאך א שיעור אין משניות מיט דיינע קינדער פאר 5 מינוט (די ציעל איז נישט דווקא ענדיגן א מס וואס דאס קוקט אויס שווער און עס מאכט פויל אנצוהייבן נאר לערנען אין א סדר און מען ענדיגט ממילא) און נאכדעם א מעשה פאר נאך 5 מינוט אבער אין א סיסטעם יעצט טוט מען דאס און יעצט דאס חומש רש"י וכדומה מאך א חדר אינדערהיים מיט ריסעס אינמיטן און לאנטש וכדומה
אויב ווייסטו נישט וואס מען טוט אין חדר (געדענקסט שוין נישט פרעג דיינע קינדער די פונטקליכע סדר זיי וועלן זיך פרייען אז דו ביסט אינטרעסירט)

אביונה
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: לאמיר רעדן תכלית

תגובהדורך אביונה » דינסטאג מארטש 24, 2020 12:20 pm

א פראבלעם וואס כמעט גאנץ כלל ישראל מוטשעט זיך דערמיט...
צרת רבים חצי נחמה..

מער פון דעם קעניך נישט העלפן..., אדרבא, כ'לייד אויך פונם זעלבן פראבלעם...

[וואסערע עצה וועסט אויפקומען... דארפן דאך די קליינע אויך מיטשפילן...]
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

א גולם
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: לאמיר רעדן תכלית

תגובהדורך א גולם » דינסטאג מארטש 24, 2020 1:31 pm

מדארף זען צומאכן מיט די קינדער פיזיקעל עקסירסייז (זיצן אין מאכן ארטס & קרעפטס איז נישט אזוי איי איי יאיי) מקען שפילן מיוזיק טשיערס, איך צינד אן מיוזיק און לערען זיי אויס צו מאכן העד-סטענד / טאמבעלסוס וכד'

Newegg
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 28, 2018 1:39 pm

Re: לאמיר רעדן תכלית

תגובהדורך Newegg » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:28 am

א גולם האט געשריבן:מדארף זען צומאכן מיט די קינדער פיזיקעל עקסירסייז (זיצן אין מאכן ארטס & קרעפטס איז נישט אזוי איי איי יאיי) מקען שפילן מיוזיק טשיערס, איך צינד אן מיוזיק און לערען זיי אויס צו מאכן העד-סטענד / טאמבעלסוס וכד'

אויב איך קען נישט, וויאזוי לערנט מען אויס פאר זיי?
I’m k9hora.

אוועטאר
הייליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: לאמיר רעדן תכלית

תגובהדורך הייליג » מיטוואך מארטש 25, 2020 12:21 pm

גיבט א קוק דא
viewtopic.php?f=104&t=41907


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: great, Growth hacker, Volunteer, Williamsburg, אביונה, אזוי וויל איך, איסר האטלקי, הויעך, להודיע, מאירים, פארקלאצט און 53 געסט