בלאט 1 פון 1

ארבע מידות בהולכי ביהמ"ד - תפלה בציבור

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 3:23 am
דורך פרידן
לכתחלה גענפערט אין די ערליכע אידן אשכול עס האט זיך פארצויגן אין היות עס הערשט א שטיקל דור הפלגה און דעי נושא יעדער ענפערט אויף וואס די אנדערער האט נישט געזאגט לייג איך עס עקסטער

כלל וכלל האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:איך קוק דא צו די דיקאסיעס שוין א לאנגע צייט, איך האלט זיך איין מיט קייטען נישט צו מגיב זיין, מ'קען צופלאצט ווערן ווי מענטשן שטופן אן אגענדע בו בפרק וואס צענדליגער רבנים מובהקים האבן ארויסגעשריבן און אויסעגערופען זיער מיינונג ברבים, צוזאמען מיט דאקטוירים און הצלה און אלע געזונט עקספערטס, זענען דא מענטשן וואס קענען בעסער לערנען ווי זיי, פארשטייען בעסער ווי זיי עד כדי כך צו קענען עפענעען אן אשכול מיט אזא עקלדיגע קעפל, כאילו די רבנים זענען קלים ורקים און קאלטע אידן, די עכטע ערליכע און חסידישע זענען 2-3 ניקס וואס זיצן שטופן דעם טאג אויף אינטערנעט, און זיי וועלן זאגן וואס די תורה וויל און דא אויף די אינטערנעט וועט געהערט די ריינע דעת תורה פון די עכטע ערליכע חסידישע אידן - ניקס,


דו ביסט א שטיקל מתעבר על ריב לא לו

די לעצטע איך ווייס נישט וויפיל יאר איז דא א שטילע מלחמה'לע, א קאלטע קריג אזוי צו זאגן צווישן די - לאמיר זיי אנרופן - "פרידן אידן", און די א.ג. "באפערס".

עס איז נישט דא דאס פלאץ צו אריין גיין אין א אריכות איבער די 2 סארטן גרופעס, וואס עס טרייבט די קאנפראנטאציע צווישן זיי. אבער עס זעהט אויס ווי די באפערס האבן איצט א געלעגנהייט נקמה צו נעמען אין די גרופע וואס האט זיי פארטריבן פון - אדער אמווייניגסטנס ענג געמאכט זייערע טריט אין - די מעינסטרים בתי מדרשים, מיט די סמארטפאון'ס און וואס נישט.

איז כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו, צוליב די באטשד רעספאנס פון אונזער ציבור בכלליות צו דעם וויירוס בעת די באפערס זענען גראדע געווען אויף די ריכטיגע זייט פון די אישו, און צום סוף נאך אפאר טאג ווען די גאנצע עסטאבלישמענט איז (ענדליך) אראפ געקומען זייער שטארק אויף די פארקערטע זייט, איז דא דא אסאך עמאושענעל ענערזשי פון ביידע צדדים וואס דערקענט זיך אויף סאשעל מידיא, אויף די גאסן און אויף אייוועלט

אויב ביסטו נישט פערזענליך אינוועסטעד אין איינע פון די 2 צדדים, איז עס א ראנג אשכול. הענס, דער קעפל פונעם אשכול. און עס איז א שאד די צייט צו פרובירן צו האבן א לאגישע דיסקוסיע איבער די מעריטס פון איין צוגאנג איבער א אנדערע, ווייל עס איז א געפיל אישו.



וואט א תגיבה!! א שאד סאיז פארוואסערט געווארן דא

כמעט קיינעם מיינונג איז נישט בעיסד אויף די אמתע מציאות הדברים. פינטעל.

די באפער: איז פארשעמט איבערן יאר מיט זיין יודישקייט. ׳חילול השם׳ כלשונו הזך. יעדע ווארט און די מידיע וועגן/קעגן יודן נעמט אים ארויס פון די גלייזן. האט זירא סעלף עסטיעם, און אזא קאראנע איבערקערעניש גיבט אים שטאף! ׳אייביג זענען ענק קליגער?׳ ׳כשעם מיך צי זיין יוד׳ (כאילו דאס האט מיט די קאראנע סומאטוכע..)

דער פרומער האלט: אז ׳די עסקנים זענען צו און גוטן מיט דו פאלעטישענס׳ ׳עסקנים מיט סמארטפאונס האבן קאנטראל אויף די רבנים׳ און דער גייט טאן כל תצדקי שבעולם נישט צי ווערן קאנטראלירט דורך דו סמארטפאון עסקנים..

דער עסקן האלט: ׳אינזער עולם גייט נישט פארשטיין אחוץ אויב מ׳מאכט א מצב.׳ אינז מיז מיר ווייזן פארן גאווערנער׳ס אפיס אז מנעמט עס ערנסט׳ וכו..

ויצא העגל הזה. אז יעדער גארגעלט זיך מיט זיין ׳פאראויסבאשטימטע׳ מיינונג, און מווינדערט זיך פארוואס סטוט זיך א דור הפלגה און קיינער פארשטייט נישט..

הא
?? וואסיז די עצה פרעגסטו? אה.. #משיח_מעג_שוין_קימען.

אינטערסאנט אז מען ניצט מיין נאמען האב איך רעכט צו זאגן אז איך האב א פערטע מהלך

אמת עס האט אויסגעפעלט צו פארמאכן די מוסדות אין די שולן פשוט צו דריקען די סטאפ ברעיק סאיז צווישן פורים אין פסח עס איז געווען זייער שווער צו מאכן דעם עולם ערענסט איבער די סכנה בפרט אויף די אידן העכער 60 מען האט זיך נישט צוטון געמאכט קיין כי הוא זה און מיט רעכט כלל ישראל זיצט נישט אויף tv אין ביי היימישען עולם איז די נייעס געווען מצות און וויין בעקעטשעס אין שיך און מען האט "געמוזט" עפעס טוען דראסטיש דער עולם זאל זיך אויפוועקן און עס נעמען ערענסט
די שריט האט געהאלפן דער עולם האט זיך אויפגעוועקט פין שלאף און וואויל איז פאר די עסקנים און אישי הציבור וואס האבן דאס געטון

די סטעיטמענט איז געמאכט געווארן די עולם האט זיך אויפגעוועקט דאס נעמען צום נעקסט לעוועל (איך בין גוט אה איך קען זאגן נעקסט לעוועל ) דאס נאכגיין און אינפערסירן און שעלטן און רודפ׳ן וואס דאס האט שוין נישט מיט די עסקנים נאר מיט א קאליציע פין שקצים, סלאוס אין בעביס, טאטע לעלאוס, סטעטוס דרשנים, דאס איז שוין סתם ווייטאג אייטער פין אונזערע סעלף העיטינג דזשואס וואס לאווען די באשעפער

פאקט איינס, די שטאט לאזט האבן אפען שול׳ן וויפל מאל מען האט גערופן פאליס האבן זיי געלאזט ווילאנג מען האט געפאלגט די פארשריפטן

פאקט צוויי, די גויאישע געבעט הייזער זענען אויפן

פאקט דריי, הרה"ג ר׳ בנימין לאנדא און הרה"ג ר׳ הערשל אויש זענען אפען און דאס זאגט זייייייער זיייייער אסאך

פאקט פיר, אלע שולן וואס זענען אפען האבן א רבי רב אדער דיין בראש פונעם שול

יא די גרויסע קהלות דארפן און זאלן זיין פארמאכט ווייל עס איז נישט מעגליך צו האלטן אפען לויט ווי עס איז אויסגעהאלטען
און ווער עס זאגט אז שול מעג זיין אפען האט גארנישט געזאגט קעגן רבנים ווייל אלע שולן וואס זענען אפען האבן אויך רבנים ווילסט זאגן סאיז המחלוקת הפוסקים פיין איך הער , עס איז גראדע נישט אמת עס איז פשוט אנדערע מציאות גרויסע קהלות קענען נישט במיצאות קאנטראלען רוב קליינע שולן האבן נישט ווער עס זאל קאנטראלן און די מיד סייז שולן זענען טאקע דא וואס זענען אפען

יעצט נאך א קליינע נקודה מציאות איז עס הערשט א גרויס פאניק און גאס די וועלט איז צוזאם געשטעלט פין אסאך סארטן בריאים עס איז דא מענטשן וואס זענען במציאות מער דערשראקן פין וואס קומט פאר און עס איז דא מענטשן וואס טוען וואס מען פארלאנגט אבער זענען זייער רואיג דערוועגן דאס זענען נאטור׳ן אפי׳ די שולן וואס זענען אפען האבן ווייניגער מענטשן ווי נארמאל מענטשן לעבן אין א פחד

אבער אז איינער איז אין א פחד ווערט נאכנישט דער וואס איז נישט און א פחד א מחמיר און תפלה בציבור און מיקל בונשמרתם מאור ווילאנג ער פירט זיך ווי מען פארלאנגט פשוט אז ער איז נישט אזוי דערשראקן און האט מנין און א בית מדרש מיט א רב אויסגעהאלטן לויט די העלטע גיידליינס פארוואס זאל ער נישט גיין פאר אזא מענטש איז מורא׳דיג שווער נישט צו דאווענען מיט מנין אויב איז ער א ערלערכער אינגערמאן
ווייטער דער איד וואס האט פחד און עס איז דא פאר וואס און בתי מדרשים זענען פארמאכט איז נישט קיין מקיל און תפלה בציבור אין נישט מיין מחמיר און ונשמרתם פשוט ער דארף נישט און זאל נישט דאווענען מיט מנין פאר אים איז מוראדיג שווער ארויס צוגיין דאווענען ווען ער שפירט דערין א סכנה פאר אנדערע אויב איז א ערליכער אינגערמאן

ווייטער דעי ליידיג גייערס וואס זייער טאטע מאמע איז שוין דרייסיג יאר צירוק משוגע געווארן פין זיי האבן אינדערהיים אפי׳ ווען עס איז געווען חדר זאלן ווייטער שעלטן אויף וואטס עפפ עטס קענטס קראכן די באר זענען פארמאכט די קלאבס זענען פארמאכט די רעסטעראנטס זענען פארמאכט די שוויץ איז פארמאכט די געמבלינג איז פארמאכט און שולן זענען אפען אין אז עס געפעלט דיר נישט גיי ווי די שוואצע בארד ווערט געשניטן
און פונק ווי אין חדר האס׳טי אייביג געזוכט צו געפעלן די גאמי גיי לעק דיך יעצט צו אלע גוים כלל ישראל לאכט דיך אויס דעי גוי וואס די זוכסט צו געפעלן איז גראדע גאנץ מעגליך א אייניקל פין דיינע פארגייער 100 יאר צירוק אונז האב מיר אזאנע קרעציגע ווי דיר שוין איבער געלעבעט אונז זע מער דא און זיי זענען פארלוירן געגאנגען נעבעך
און ניין ביזט נישט קיין מסור נאר סתם א אנגעגעסענע נעבעך דיין איינציגע מקום אויף דעי וועלט ווי די האסט נאך בכלל א ווערט איז אויף דיין סטעטעס אין אגב גראד נאך לא תרצח שטייט לא תנאף

Re: ארבע מידות באדם

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 9:21 am
דורך הר גריזים
;l;p- זייער קלאר ארויסגעברענגט די מצב!

Re: ארבע מידות באדם

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 9:58 am
דורך א נייער
;l;p-
זייער גוט געזאגט.

Re: ארבע מידות באדם- תפלה בציבור

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 10:27 am
דורך עכט נאריש
פרידן האט געשריבן: ווייטער דעי ליידיג גייערס וואס זייער טאטע מאמע איז שוין דרייסיג יאר צירוק משוגע געווארן פין זיי האבן אינדערהיים אפי׳ ווען עס איז געווען חדר זאלן ווייטער שעלטן אויף וואטס עפפ עטס קענטס קראכן די באר זענען פארמאכט די קלאבס זענען פארמאכט די רעסטעראנטס זענען פארמאכט די שוויץ איז פארמאכט די געמבלינג איז פארמאכט און שולן זענען אפען אין אז עס געפעלט דיר נישט גיי ווי די שוואצע בארד ווערט געשניטן
און פונק ווי אין חדר האס׳טי אייביג געזוכט צו געפעלן די גאמי גיי לעק דיך יעצט צו אלע גוים כלל ישראל לאכט דיך אויס דעי גוי וואס די זוכסט צו געפעלן איז גראדע גאנץ מעגליך א אייניקל פין דיינע פארגייער 100 יאר צירוק אונז האב מיר אזאנע קרעציגע ווי דיר שוין איבער געלעבעט אונז זע מער דא און זיי זענען פארלוירן געגאנגען נעבעך
און ניין ביזט נישט קיין מסור נאר סתם א אנגעגעסענע נעבעך דיין איינציגע מקום אויף דעי וועלט ווי די האסט נאך בכלל א ווערט איז אויף דיין סטעטעס אין אגב גראד נאך לא תרצח שטייט לא תנאף


;l;p- ;l;p-

Re: ארבע מידות באדם- תפלה בציבור

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 10:36 am
דורך צו געזונט
The 8'th Note...
צו די אלע וואס פרעגן קיינמאל קיין רב אדער דיין...
דער וואס דאווענט קיינמאל מיט מנין, און איצט שלעפט ער יעדן מיט...
דער וואס איז אייביג פרומער פון זיין דיין/רב, און איצט איז זיין דיין/רב איינגערעדט פון אנדערע מענטשן. סיי אויב לאזט ער יא, אדער נישט דאווענען מיט מנין.

Re: ארבע מידות באדם- תפלה בציבור

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 10:40 am
דורך געריבענער סוחר
פרידן, האסטעס שיין מסדר געווען דבר דבר על אופנו, שכח.

Re: ארבע מידות באדם- תפלה בציבור

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 10:46 am
דורך אונגארישע הייזער
WOW פרידן!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p-

Re: ארבע מידות באדם- תפלה בציבור

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 11:14 am
דורך דברים אלו
געוואלדיג!!!!

Re: ארבע מידות באדם- תפלה בציבור

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 11:32 am
דורך הרבטייטעלבוים
נעבעך סאיז לייגער אמת אויך.

Re: ארבע מידות באדם- תפלה בציבור

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 12:07 pm
דורך ביללער
פרידן עז אלוועיס, הקהה את שיניו

Re: ארבע מידות בהולכי ביהמ"ד - תפלה בציבור

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2020 5:55 pm
דורך פרידן
שכח אלע באגריסערס דא און אין אישי