טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך קעדילעק » מיטוואך מארטש 25, 2020 5:22 pm

דו פרובירסט צו מאכן דעמעדזש קאנטראל, אבער מאכסט א שוואכע ארבעט..

אינטערעסאנט אז פאליס האט געשריגן "גאו האום ענד דאונט ספרעד די וויירוס." אנשטאט צו זאגן דאונט וועיק אפ יור נעיבארס.. איך האב שוין באקומען פון דארט און פון נאך איין פלאץ אסאך גרוסן, פארדריי נישט דעם קאפ, מ'דארף עס פעיסן און זיין נארמאלע מענטשן, נישט זיך אויפפירן ווי איגנאראנטן און נאכדעם וויינען מיט געמאכטע קארקאדיל טרערן..

נ.ב. און צו דער זעלבער צייט טוה איך מיט די העסכטע טענער פארדאמען די מוסרים וואס מסר'ן אידן, עס קומט נאר נישט אהער לגבי די נאכלעסיגע און איגנאראנטע אויפפירונג פון אזעלכע םפעלער, ווען פאליציי פארטרייבט, הייב פיס און גיי, גיב נישט קיין שטאף פאר די אומות העולם און פאר די היימישע שונאי ישראל!..
לעצט פאראכטן דורך קעדילעק אום מיטוואך מארטש 25, 2020 5:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך קעדילעק » מיטוואך מארטש 25, 2020 5:27 pm

קאל 911 און פרעג זיי, דער פאקט אז פאליציי שיקט ארויס און מ'מאכט פורים פון זיי, דאס שפילט אריין פאר די רשעים אין די הענט אריין, דערנאך קען מען וויינען און שעלטן מיט "עכט היימישע" קללות.. ענדערש נוצט שכל און טראכט וואס דו טוסט ווי דארפן ליידן און שעלטן ווען איינער ברענגט ארויף די אמת וואס גייט פאר!..
לעצט פאראכטן דורך קעדילעק אום מיטוואך מארטש 25, 2020 5:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך קעדילעק » מיטוואך מארטש 25, 2020 5:35 pm

אביסל נידערן די טענער, שבת ויקה"פ גייט אריין אין די היסטאריע ביכער וויאזוי די תפילות זענען פארגעקומען און אפגעראכטן געווארן, אין פארטשעס און חצירות, צווישן הייזער און אויף די פלאכע בעקיארדס, עס איז געווען הערליך און שיין, עס האט אפאר גרויסע מעלות, עס איז גרינג צו זיין אפגעזונדערט גענוג ווייט נישט צו מזכה זיין אנדערע אידן מיט קיין קרונות, יעדער ברענגט זיך דעם אייגענעם סידור, און ועל כולם איז עס "מאוד נעלמה מעיני כל חי", אין לך יפה מן הצניעות, דאס דארף מען טון אגאנצע וואך אין יעדע גאס וואס איז שייך אדער מעגליך, שחרית מנחה און מעריב, עד ירחם ה' ויבטל את רוע הגזירות..

אפשר פארקערט
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

תגובהדורך אפשר פארקערט » מיטוואך מארטש 25, 2020 5:38 pm

אז די וועסט מיר זאגען ווי אזוי מען לייגט ארויף א פיקטשער וועל איך דיר לייגען פון פארק ווי אויפגעריגט דער עולם איז

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מארטש 25, 2020 5:43 pm

איך קען דיר ווייזן, אבער וואס ווילסטו ארויסברענגען, מיט'ן ווייזן אז דער עולם איז אויפגערעגט?
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מארטש 25, 2020 5:55 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:אזוי ווי כ'האב געזען פאריגע וואך אז די היץ איז העכער ווי מיין טערמאסטאט פארנעמט האב איך אפגעפיצט פון דא
למעשה האב איך געטראכט עפעס פאר אייוועלט.
אפשר קען מען מאכן א "שמועסן אשכול" ערגעץ ווי סזאל שטיין מיט ריזיגע רויטע אותיות פון אלע זייטן קיינער זאל "גארנישט" אראפנעמען פון דא למעשה, און מענטשן זאלן זיך קענען אויסשמועסן און אויס'טענה'ן ווי עלטערע באזעסענע לויטע, אלע צדדים פון יעדע נושא לכאן ולכאן דזשאסט לשם שמועסן.
ס'וועט האבן ריזיגע דערמאנונגען אז עס איז גארנישט מחייב יעדער דארף אלעס פאלגן זיינע רבנים דאקטוירים וכו' וכו'
וואס האלט דער עולם?

(מ׳האט אנגעזאגט נישט שטיין נאענט צו די זיידעס..)

קודם כל שלום עליכם, וואס מאכט מען? וויזוי גייט עס אין קווארטיין?

הער אויס, אין פרידנס צייטן וואלט עס געווען א גוטער פלאן, דער פראבלעם איז אבער, און מיין עקספיריענס מיטן קאראנע איז דאס. אויב עפענט מען א ווינקל מיט א מנין מצומצום, בלויז פאר שמועסן פאר די וועלכע שפירן גוט... זענען אלץ פארהאן די אויבער חכמים וועלכע פארשטייען נישט קיין אידיש, און וועלן אפילו מיט הויעכע טעמפעטשור אריינקומען אין יענע אשכול און אנשטעקן יעדעם.

אשע״כ, סטעי סעיף. בלייבט׳זשע ווי איר זענט און מאכט נישט קיין חילל ה׳.

שכח צדיקל געווענליך קום עך צוריק ווען כ'פארליר דעם כח המעצר, סא ס'געשעט פון צייט צו צייט.
דער אמת איז אז נאכדעם וואס כ'האב אראפגעריסן די אנטווערפענע קהלה פאר'ן צולאזן דאס אפשטעלן שחיטה כפרות וכו' האב איך שטארק חרטה געהאט און מיך אונטערגענומען איך גיי נישט דא זיין מער, נאר איינמאל בינעך זייער נערוועז געווען עפעס צו וויסן כ'האב מורא געהאט מיינס אן אייניקל איז ערגעץ אריין געכאפט אין א מעשה, כ'בין געקומען קוקן די נייעס, און געזען גאר עפעס אנדערש און געענטפערט ווייל כ'האב נישט געקענט צוריק האלטן דאס מויל ... (פינגער)
שוין שטיי ווייט פון נערוועזע מענטשן
דיסקלעימער: כ'בין נאנכניש זעכציג און גיי ב"ה ארויס לעגאל
לעצט פאראכטן דורך lebediger berel אום מיטוואך מארטש 25, 2020 6:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אשדוד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך אשדוד » מיטוואך מארטש 25, 2020 6:00 pm

להודיע האט געשריבן:
אגעין, נישטא קיין שום סייענטיפישע אדער מעדיצינישע באווייז אז גיין אין מקוה פארשפרייט דעם וויירוס, אפילו די משרד הבריאות פון די ציונים האבן געלייגט מקוה אויפ'ן לעצטן פלאץ מיט א נישטיגע איין פראצענט.

די שר הבריאות איז א חסידישע איד יעקב ליצמן, איז עס נישט אפילו זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט מקוה ,ביבי האט יא געוואלט עס זאל זיין צוגעמאכט און ליצמן האט געפייט אז מזאל עס עפענען
און סדא אין די פרייע מידיע וואס טענה'ן אז ליצמן פעלטשט די פראצענטן פון די מקוואות און שולן און באמת איז עס מער

מצה בעקערי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך מצה בעקערי » מיטוואך מארטש 25, 2020 6:32 pm

מחנך האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:איך קוק דא צו די דיקאסיעס שוין א לאנגע צייט, איך האלט זיך איין מיט קייטען נישט צו מגיב זיין, מ'קען צופלאצט ווערן ווי מענטשן שטופן אן אגענדע בו בפרק וואס צענדליגער רבנים מובהקים האבן ארויסגעשריבן און אויסעגערופען זיער מיינונג ברבים, צוזאמען מיט דאקטוירים און הצלה און אלע געזונט עקספערטס, זענען דא מענטשן וואס קענען בעסער לערנען ווי זיי, פארשטייען בעסער ווי זיי עד כדי כך צו קענען עפענעען אן אשכול מיט אזא עקלדיגע קעפל, כאילו די רבנים זענען קלים ורקים און קאלטע אידן, די עכטע ערליכע און חסידישע זענען 2-3 ניקס וואס זיצן שטופן דעם טאג אויף אינטערנעט, און זיי וועלן זאגן וואס די תורה וויל און דא אויף די אינטערנעט וועט געהערט די ריינע דעת תורה פון די עכטע ערליכע חסידישע אידן - ניקס,
0

אין אז מען רופט רבנים סטראשן אז זיי זאלן צימאכן, ווערסטו נישט ציפלאצט

אז אידן פאלגן זייערע אייגענע רבנים אין מען רופט זיי אן רוצחים, ווערסטו נישט ציפלאצט

אז אידן פירן זיך ווי רוב רבנים האבן אליין געטון, אין מען רופט זיי אן רוצחים ווערסטו נישט ציפלאצט

כמעט אלע בריון פין די רבנים שטייט אז מען איז פטור צי דאווענען מיט מנין, נישט אז מען טאר נישט, אין ניטאמאל אז מען דארף זיין אפגעריקט, נאר עלטערע זאלן נישט גיין אין בית המדרש, אין סאיז דא געניג רבנים וואס האלטן אז אפילו עלטערע מעגען,

איך האב נאך נישט געהערט פון קיין איין רב אדער רבי וואס מ'האט געסטראשעט אז ער מוז צומאכן זיין ביהמ"ד, איך האב שוין יא געהערט פון מער ווי איין רב וואס האט מדעת קדשו דעת תורה פארמאכט זיין שול.

איך האב נישט אנגערופן קיינעם קיין רוצחים ווייל מ'פאלגט א רב, איך האב אבער יא צוגעזען מעשי רציחה גראדע, איך ווייס פון אידן וואס זענען שוין אין בית החיים ליידער, און אנדערע וואס זענען קריטיש אין שפיטאל, און אנדערע וואס זענען קראנק אינדערהיים צוליב די נאכלעסיגקייט פון אנדערע, וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען קיל אדער גאר פרום [איך רעדט נישט פון רבנים, איך רעדט פון אויבער חכמים],

איך האב דא צאמגעליינט אזויפיל געבאקענע מעשיות און שקרים, אז איך ווער שוין נישט באנומען פון סתם לופט וואס ניקס בלאזן, ספעשעל מיט די כלומרש'טע סטראשערייען.

לאמיר אלע גיין מתפלל זיין יעצט כאיש אחד בלב אחד צום רבוש"ע, און אויס'פועל'ן די ישועה תיכף ומיד ממש!

i know from a ruv in willi that shomrim or someone in the name of shomrim left him very dirty msg why he left his bihm"d open shabbs

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך מארטש 25, 2020 6:37 pm

אפגעזען די צדדים אין די דעבאטע צו ס'איז אויסגהאלטן מנינים א.א.וו. און אפגעזען צו אונזער קאמיוניטי פירט זיך יא אדער נישט אויף די זעלבע פארזיכטיג ווי די אלגעמיינע גאס, האב איך געקענט אקוראט פאראויסזען גענוי וויאזוי חסידישע אידן ווערן באשולדיגט אין פארשפרייטן די וויירוס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מיטוואך מארטש 25, 2020 6:41 pm

היטשינער האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:ווי קומט דעס אין דעי אשכול
יא ב"ה די היימישע עולם בכלל דרייט זיך אין בית המדרש און נישט אין בארס
נישט קיין שאלה אז רוב היימישע מענטשן האבן עס באקןמען און בית המדרש פאר מען האט געמאכט גיידליינס עס איז פשוט אזוי דארט קומט מען זעך צוזאם
עס זאג גארנישט לגבי יעצט גיין און שול ווען עס קומט נאך די תקנות

ווער רעדט פון רוב היימישע מענטשן?
פון גאנץ מדינת ישראל האבן עס די מערסטע באקומען אין בימ"ד, מער ווי אין באר וכדו',
נעם נאר איו באטראכט אז די 'היימישע ציבור' אין גאנץ א"י איז נישט קיין 10%, אין דא רעדט מען אז 24% פון אלע קאראנע קראנקע אין א"י האבן עס באקומן אין בית מדרש!

פאר דיר און פאר אלע אידן וואס האבן זיך שטארק געפרייט צו זען די פראצענטן נעכטן, היינט איז ארויסגעקומען אין די מידיע אין א"י אז די אלע נומערן וואס איז נעכטן געשטאנען איז אויסגעזויגן פון פינגער! דורך א שרייבער א שונא דת (אדער אפשר א היימישע פארעטער וואס האט אים עס צוגעשיקט.....)!

אויב אזוי, פארוואס האט ער נישט געקענט שרייבן 40 פראמענט פון מקוה?

דער אמת איז אז דאס איז די אפ'גע'חשבון'ט פון די אפיציעלע נומערן פון דער געזונטהייט מינעסטעריום, וואס איז אינטער די פירערשאפט פון איינער פון אגודה פארטיי.

אבער, את האמת ממי שאמרו, דער רב הראשי הרב לאו איז היינט שארף ארויס געקומען קעגן די באשלוס צי פארשלוסן שוהלן, ער טענה'ט אז די הויכע אנגעשטעקטע אין בתי כנסת קומען פון פולע פורים מסיבות וואס זענען אפגעראכטן געווארן אין שוהלן.
לכל מקום שגלו ישראל גלתה שכינה עמהם...
גלו לביתם גלתה שכינה עימהם!

אביונה
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך אביונה » מיטוואך מארטש 25, 2020 6:42 pm

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
היטשינער האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:ווי קומט דעס אין דעי אשכול
יא ב"ה די היימישע עולם בכלל דרייט זיך אין בית המדרש און נישט אין בארס
נישט קיין שאלה אז רוב היימישע מענטשן האבן עס באקןמען און בית המדרש פאר מען האט געמאכט גיידליינס עס איז פשוט אזוי דארט קומט מען זעך צוזאם
עס זאג גארנישט לגבי יעצט גיין און שול ווען עס קומט נאך די תקנות

ווער רעדט פון רוב היימישע מענטשן?
פון גאנץ מדינת ישראל האבן עס די מערסטע באקומען אין בימ"ד, מער ווי אין באר וכדו',
נעם נאר איו באטראכט אז די 'היימישע ציבור' אין גאנץ א"י איז נישט קיין 10%, אין דא רעדט מען אז 24% פון אלע קאראנע קראנקע אין א"י האבן עס באקומן אין בית מדרש!

פאר דיר און פאר אלע אידן וואס האבן זיך שטארק געפרייט צו זען די פראצענטן נעכטן, היינט איז ארויסגעקומען אין די מידיע אין א"י אז די אלע נומערן וואס איז נעכטן געשטאנען איז אויסגעזויגן פון פינגער! דורך א שרייבער א שונא דת (אדער אפשר א היימישע פארעטער וואס האט אים עס צוגעשיקט.....)!

אויב אזוי, פארוואס האט ער נישט געקענט שרייבן 40 פראמענט פון מקוה?.

מעגליך אז יענער איז אזא פינף און זיבעציגער, ער ווייסט נעבעך נישט וואס איז דאס א 'מקוה'?......
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

א גוטן יונה
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך א גוטן יונה » מיטוואך מארטש 25, 2020 6:55 pm

farshlufen האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:סהאט דא איינער א הו"א אז גיין אין מקוה פארשפרייט נישט די וויירוס?

ס'פארשפרייט זיך נישט אין א מקוה

סיי בגשמיות (גענומען פון א באריכט פון די CDC)
20200325_185101.jpg
20200325_185101.jpg (165.36 KiB) געזעהן 451 מאל

און סיי ברוחניות (דברי ישראל - מאדזיץ פר' שמיני, והדברים ידועים מכל הספה"ק וכידוע בשם הבעש"ט אך לא מצאתי עכשיו המקור)
19747-1.jpg
19747-1.jpg (529.9 KiB) געזעהן 451 מאל
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מיטוואך מארטש 25, 2020 6:59 pm

זעירא האט געשריבן:
היטשינער האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:ווי קומט דעס אין דעי אשכול
יא ב"ה די היימישע עולם בכלל דרייט זיך אין בית המדרש און נישט אין בארס
נישט קיין שאלה אז רוב היימישע מענטשן האבן עס באקןמען און בית המדרש פאר מען האט געמאכט גיידליינס עס איז פשוט אזוי דארט קומט מען זעך צוזאם
עס זאג גארנישט לגבי יעצט גיין און שול ווען עס קומט נאך די תקנות

ווער רעדט פון רוב היימישע מענטשן?
פון גאנץ מדינת ישראל האבן עס די מערסטע באקומען אין בימ"ד, מער ווי אין באר וכדו',
נעם נאר איו באטראכט אז די 'היימישע ציבור' אין גאנץ א"י איז נישט קיין 10%, אין דא רעדט מען אז 24% פון אלע קאראנע קראנקע אין א"י האבן עס באקומן אין בית מדרש!

פאר דיר און פאר אלע אידן וואס האבן זיך שטארק געפרייט צו זען די פראצענטן נעכטן, היינט איז ארויסגעקומען אין די מידיע אין א"י אז די אלע נומערן וואס איז נעכטן געשטאנען איז אויסגעזויגן פון פינגער! דורך א שרייבער א שונא דת (אדער אפשר א היימישע פארעטער וואס האט אים עס צוגעשיקט.....)!

מקור???
יעך האב אליין געערט די 'אלע נומערן וואס איז נעכטן געשטאנען' אויף די אפיציעלע 'קאראונע האט-ליין' פון משרד הבריאות.
דא האט איר דעם נאמבער: 972-4374-9099+ 'שמעו ותחי נפשכם'...

אייזיק גפן
לפי הגרף שפורסם על ידי משרד הבריאות

די נעכטיגע פרסומים אז שוהלן ווערט מען די מערסטע אנגעשטעקט איז בייעסד, ווייל ער האט אריינגערעכענט אלע רעליגיעזע צוועקן אין איין קאטאגאריע.

די פארוויילונגס ערטער האט ער אבער צעטיילט.

אויב אבער רעכנט מען אריין אלע פארוויילונגס ערטער אין איין קאטאגאריע קומט עס אויס העכער 40 פראצענט
לכל מקום שגלו ישראל גלתה שכינה עמהם...
גלו לביתם גלתה שכינה עימהם!

א פיין שמועס
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm
פארבינד זיך:

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך א פיין שמועס » מיטוואך מארטש 25, 2020 7:08 pm

א גוטן יונה האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:סהאט דא איינער א הו"א אז גיין אין מקוה פארשפרייט נישט די וויירוס?

ס'פארשפרייט זיך נישט אין א מקוה

סיי בגשמיות (גענומען פון א באריכט פון די CDC)
20200325_185101.jpg

און סיי ברוחניות (דברי ישראל - מאדזיץ פר' שמיני, והדברים ידועים מכל הספה"ק וכידוע בשם הבעש"ט אך לא מצאתי עכשיו המקור)
19747-1.jpg

די פראבלעם איז נישט די מקוה גופא נאר אלעס ארום. ווי מען טוט זיך אן, שויער וכו'

א פיין שמועס
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm
פארבינד זיך:

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך א פיין שמועס » מיטוואך מארטש 25, 2020 7:14 pm

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ס'נאך דא פלאץ אונטערן שירעם פאר מיר?..

אלזא, דער עולם איז פארנומען מיט 'רעגולאציעס', צו די רעגולאציעס ערלויבן יא בתי מדרשים און מקוואות אדער נישט. און איך שטיי און איך ברעך מיר קאפ, ווי קומט רעגולאציעס אריין דא?! באשעפער אין הימל! איז דאס א גזירת עירין אז אויב מ'פאלגט די רעגולאציעס קען מען נישט קראנק ווערן?! איז פשוט דא א מחלוקה צווישן די CDC און די לאקאלע רעגירונגען צו דער וועג ווי אזוי מ'איז באשיצט פון די וויירוס איז דורכ'ן פארמיידן צוזאמענקומען פון 50 מענטשן ווי די לאקאלע רעגירונג זאגט, אדער גאר 10 מענטשן ווי דער ווייסע הויז רעקאמענדירט?! וואס איז דאס מיט אונז? עס איז פשוט מאד אז די אלע רעגולאציעס איז סך הכל די החלטה פון די רעגירונג וויפיל צו באגרעניצען די מאסן, און אז זיי באשלוסן אז זיי האלטן נישט ביים באגרעניצן מער פון וויפיל זיי באגרעניצן איז דאס א ראי' אז דאס וואס זיי ערלויבן יא איז נישט שעדליך? און מיר טארן שוין נישט מער מחמיר זיין דערויף?!

יעצט לאמיר קלאר מאכן נאך איין זאך. איז דא איינער מחולק אז מאכן א מנין צווישן 10 אינגע מענטשן קען גורם זיין צו הרג'נען א מענטש? יא אדער ניין? עס פארשטייט יעדער אז אפילו מ'גיימיר אננעמען אז יעדער איינער פון די מנין איז געזונט, זיי און זייערער פרויען און קינדער, איז דען נישט פשוט אז סוף כל סוף אויב די וויירוס פארשפרייט זיך קען עס אנקומען אויך צו אלטע/קראנקע מענטשן? און עס פארשפרייט זיך אין ביהמ"ד אפילו עס איז נאר דא 10 מענטשן, און אפילו יעדער איז אויסגעשפרייט 10 פיס ווייט איינער פונעם צווייטן, ווייל, עפענט דען נישט יעדער אויף מיט זיין האנט די זעלבע טיר? (חוץ מאכן א מנין אויפן פארטש, וואס דאס מעג מען, און דארף מען לכאורה מאכן). האט דא איינער א הו"א אז גיין אין מקוה פארשפרייט נישט די וויירוס? און דריי מיר נישט קיין קאפ אז די סידיסי זאגט אז עס איז נישטא קיין פראף אז א שווימינג פאל קען פארשפרייטן די וויירוס, ווייל א מקוה איז אנדערש, צוליב די גיין אריין און ארויס, און זיך זעצן אויף די זעלבע בענק, וכו, וכו'...

נמצא, אויב אזוי, אז דער איינציגסטער זאך וואס איז קובע איז בלויז "הלכה", אונזער תורה. און די שאלה דארף גיין אזוי: "וויפיל זענען מיר מחיוב אדער נישט מחיוב צו טוען, פאר וועלכע דרגא אין מעגליכקייט, אז א צווייטער איד זאל נישט אומקומען?...", אויב זענען די שאנסן 0.01, ס'הייסט, אויב מאכן א קליינע מנין ברענגט א שאנס איינס פון הונדערט (דהיינו, אז אויב ס'וועט זיין הונדערט בתי מדרשים וועט איינס גורם זיין אז...) אז א איד זאל שטארבן, מעג מען / מוז מען עס מאכן, אדער טאר מען נישט? דאס איז דער שאלה, און אויף דעם דארף זיין דער וויכוח. צו דאס איז א ענין פון שיקול הדעת, אדער איז דא א קלארע הלכה אויף דעם, ווייס איך נישט. מ'ברויך זיך זעצן לערנען. אבער קודם לאמיר זיין קלאר וואס די שאלה איז. און במחילת הכבוד פון אלע לומדים דא, מיינעך אז קיינער באפאסט זיך נישט מיט די עכטע שאלה. און דאס באלאנגט פאר מורי הוראה צו ענטפערן.

סך הכל, לאזט ארויס די ערליכע חסידישע אידן געמויזעכטץ פון דא, אונזער תורה איז נישט געבויעט אויף בלויזע הרגשים. און יא, דער פוסטאק וואס שרייעט אז די מנינים זענען שעדליך איז גערעכט! אבער פאר דעם וואס ער גייט בונטעווען דערקעגן אן א דעת תורה איז ער אן אויסווארף. דער פרומטשיגער וואס לאכט זיך אויס פון די גאנצער קאראונע, ווייל עס איז כלל נישט אזוי שעדליך, נאר פאר אלטע וכו'.. איז אויך בעצם גערעכט! אבער פאר דעם וואס ער גייט דאווענען מיט מנין אין זיין בעקיארד אן א דעת תורה באזירט אויף די אמת'ע פאקטן איז ער א נבל ברשות התורה.

#שלא_ימצאו_הלכה_ברורה_במקום_אחד
---

יעצט צו דער צדיק וואס גייט מיר פרעגן וואס איז די פלו אנדערש, איז מיין תירוץ דערויף: איך ווייס נישט! אדרבה, זאגט איר מיר דער גדר פון די הלכה, וואס מעג מען יא, און וואס מעג מען נישט? וויפיל מענטשן מעג מען הרג'נען, און וויפיל נישט? יישר כח.

דא איז מיין ארגינעלע תגובה. הרב 'פארשלאפן' האט ציטירט א פערטל פאראגראף, ויצא העגל הזה.

איר זעט מיר אויס צו זיין א קלוגער איד, נו, אפשר זענט איר מברר די גדרים, קאראנע, פלו, פארקילאכטס, פארן אין א שיף\עראפלאן אדער אפילו א קאר. ספק ספיקא פון פיקו''נ.

בלייב אינדערהיים עד יעבור זעם. פינטל.

א גוטן יונה
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך א גוטן יונה » מיטוואך מארטש 25, 2020 7:26 pm

א פיין שמועס האט געשריבן:
א גוטן יונה האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:סהאט דא איינער א הו"א אז גיין אין מקוה פארשפרייט נישט די וויירוס?

ס'פארשפרייט זיך נישט אין א מקוה

סיי בגשמיות (גענומען פון א באריכט פון די CDC)
20200325_185101.jpg

און סיי ברוחניות (דברי ישראל - מאדזיץ פר' שמיני, והדברים ידועים מכל הספה"ק וכידוע בשם הבעש"ט אך לא מצאתי עכשיו המקור)
19747-1.jpg

די פראבלעם איז נישט די מקוה גופא נאר אלעס ארום. ווי מען טוט זיך אן, שויער וכו'

אז מ'גלייבט באמת אז א מקוה שאדט נישט, שאדט עס נישט!
כנלענ"ד, ממעג חולק זיין... און יעדער זאל טוען ווי אזוי ער פארשטייט באמת די ענין עפ"י תורה ועפ"י חק המדינה
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

מחשב
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך מחשב » מיטוואך מארטש 25, 2020 7:39 pm

אונזער תורה איז נישט קיין נלענ"ד אהער נלענ"ד אהין... און מ'טוט נישט ווי אזוי מ'פארשטייט, נאר מ'פרעגט א דיין.
הוי מחשב...

א גוטן יונה
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

תגובהדורך א גוטן יונה » מיטוואך מארטש 25, 2020 7:48 pm

נא, אדרבה פרעגט נאר א דיין... קר"י דיין גייט יעדן טאג אין מקוה... וכו' וכו'
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

מחשב
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך מחשב » מיטוואך מארטש 25, 2020 7:50 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קענסטו בשום אופן אנערקענען אז דער וואס שטייט מיט 10 מענטשן אין איין צימער, יעדער אפגעריקט פון 6 ביז 10 פיס, קיינער מיט קאראנע צייכענעס.. איז דאס זעלבע פארזיכערט ווי דער וואס איז פארבינדן אינטערן דאכענע שבעת ימים שנית.

נישט ממש. אויב איינער געט א היס, און ער וואקט ווייטער, און א צווייטער גייט דארט דורך, קען ער דאס כאפן ביז א דריי שעה נאך וואס דער ערשטער איז אוועקגעגאנגען. אפגערעדט אויב מ'כאפט אן די הענטל פון די טיר, סידור, וכדו'. וואס דער וויירוס קען דארט בלייבן דארט פאר גאר לאנג.

לגבי די מקוה.. ווידער, צום הונדערסטן מאל. אויב קומט מען אלעס נאך זענען די נושא כלים ארום די טבילה אויך נישט קיין פראבלעם, בעת וואס אלע פונעם ערשטן גרופע קללות זענען פארלוירן פאר פאניק, אז אפילו יענע מקוה ווי מען האט אריינגעלאזט נאר ביז 10 מענטשן, יעדער אויף א באזונדערע באנק, יעדער מיט אייגענע קראקס.. האט מען אויך פארשלאסן.

איה"נ, און לייג צו אז מ'כאפט נישט אן די רעילינג, און מ'הוסט נישט, און מ'סניזט נישט... וכו', וכו'..
הוי מחשב...

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך קונדיטון » מיטוואך מארטש 25, 2020 7:52 pm

א גוטן יונה האט געשריבן:
א פיין שמועס האט געשריבן:
א גוטן יונה האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:סהאט דא איינער א הו"א אז גיין אין מקוה פארשפרייט נישט די וויירוס?

ס'פארשפרייט זיך נישט אין א מקוה

סיי בגשמיות (גענומען פון א באריכט פון די CDC)
20200325_185101.jpg

און סיי ברוחניות (דברי ישראל - מאדזיץ פר' שמיני, והדברים ידועים מכל הספה"ק וכידוע בשם הבעש"ט אך לא מצאתי עכשיו המקור)
19747-1.jpg

די פראבלעם איז נישט די מקוה גופא נאר אלעס ארום. ווי מען טוט זיך אן, שויער וכו'

אז מ'גלייבט באמת אז א מקוה שאדט נישט, שאדט עס נישט!
כנלענ"ד, ממעג חולק זיין... און יעדער זאל טוען ווי אזוי ער פארשטייט באמת די ענין עפ"י תורה ועפ"י חק המדינה

זינט עס איז נישט באקאנט ווער איר זענט וואלטן מיר זיך נישט פארלאזט אויף אייער ענ״ד ווען סאיז נוגע טויזענט דאלער, און אוודאי ווען מען רעדט פון די געזונט וואס עס איז דא א ספעציעלע חיוב פון ונשמרתם ״מאוד״ דארף מען האבן אביסל קאמען סענס און פארשטיין אז א מקוה איז צוזאמענגעשטעלט פון פארשידענע באשטאנדטיילן אויסער די בור הטבילה.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

תגובהדורך מחשב » מיטוואך מארטש 25, 2020 7:53 pm

א גוטן יונה האט געשריבן:נא, אדרבה פרעגט נאר א דיין... קר"י דיין גייט יעדן טאג אין מקוה... וכו' וכו'

וואס ער טוט פאר זיך איז נישט קיין ראי'. און אויב ער זאגט טאקע אז מ'זאל גיין עפ"י הלכה, דעמאלטס ביזטו גערעכט.
הוי מחשב...

קאפ און אקסל
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

תגובהדורך קאפ און אקסל » מיטוואך מארטש 25, 2020 8:01 pm

מחשב האט געשריבן:
א גוטן יונה האט געשריבן:נא, אדרבה פרעגט נאר א דיין... קר"י דיין גייט יעדן טאג אין מקוה... וכו' וכו'

וואס ער טוט פאר זיך איז נישט קיין ראי'. און אויב ער זאגט טאקע אז מ'זאל גיין עפ"י הלכה, דעמאלטס ביזטו גערעכט.

מעשה רב איז שוין אינמאל א ראיה.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך מארטש 25, 2020 8:05 pm

ברוך השם אז דער אשכול האט שוין די סימני טהרה און איז מוחזק אלס א כשר'ע בהמה!
מען איז אלעס מעלה גרה מער פון זיבן מאל!
און מען איז נאכאלץ צעטיילט אין צוויי!
אפי' יעדער זאגט מער ווייניגער דאס זעלבע!

אביונה
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

תגובהדורך אביונה » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:08 pm

סי'ז שוין פאריבער איבער א וואך נאכן פארשליסונג, מסר'ן, טעראריזרן, רוצח געשרייעריי.....
למעשה לעת עתה, איז נאך דא איינער ווער ס'באהאלט זיך נאך אונטער די דאכענע, און מיינט טאקע אז ער איז נאך באמת נישט געקומען במגע ובמשא מיט קיינעם וואס טראגט דעם וויירוס???.....
וואס איז די גע'טענה'עריי דא????
פון די קולות דא זעהט דא אויס ווי מ'שטופט ממש אריין מענטשן אין בור אריין בעל כרחם.......
רבותי, ווער ס'וויל נישט גיין אין מקוה, זאל גיין אין שויער אינדערהיים, און שוין....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

מחשב
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

תגובהדורך מחשב » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:13 pm

ר' אביונה, אונז קענען זיך די זעלבע העפטיג טענה'ן לגבי אישו משום חציו...
הוי מחשב...

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מטעמים, שדה ורוד, שתקן און 20 געסט