טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

מחשב
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך מחשב » דינסטאג מארטש 24, 2020 9:05 pm

ס'נאך דא פלאץ אונטערן שירעם פאר מיר?..

אלזא, דער עולם איז פארנומען מיט 'רעגולאציעס', צו די רעגולאציעס ערלויבן יא בתי מדרשים און מקוואות אדער נישט. און איך שטיי און איך ברעך מיר קאפ, ווי קומט רעגולאציעס אריין דא?! באשעפער אין הימל! איז דאס א גזירת עירין אז אויב מ'פאלגט די רעגולאציעס קען מען נישט קראנק ווערן?! איז פשוט דא א מחלוקה צווישן די CDC און די לאקאלע רעגירונגען צו דער וועג ווי אזוי מ'איז באשיצט פון די וויירוס איז דורכ'ן פארמיידן צוזאמענקומען פון 50 מענטשן ווי די לאקאלע רעגירונג זאגט, אדער גאר 10 מענטשן ווי דער ווייסע הויז רעקאמענדירט?! וואס איז דאס מיט אונז? עס איז פשוט מאד אז די אלע רעגולאציעס איז סך הכל די החלטה פון די רעגירונג וויפיל צו באגרעניצען די מאסן, און אז זיי באשלוסן אז זיי האלטן נישט ביים באגרעניצן מער פון וויפיל זיי באגרעניצן איז דאס א ראי' אז דאס וואס זיי ערלויבן יא איז נישט שעדליך? און מיר טארן שוין נישט מער מחמיר זיין דערויף?!

יעצט לאמיר קלאר מאכן נאך איין זאך. איז דא איינער מחולק אז מאכן א מנין צווישן 10 אינגע מענטשן קען גורם זיין צו הרג'נען א מענטש? יא אדער ניין? עס פארשטייט יעדער אז אפילו מ'גיימיר אננעמען אז יעדער איינער פון די מנין איז געזונט, זיי און זייערער פרויען און קינדער, איז דען נישט פשוט אז סוף כל סוף אויב די וויירוס פארשפרייט זיך קען עס אנקומען אויך צו אלטע/קראנקע מענטשן? און עס פארשפרייט זיך אין ביהמ"ד אפילו עס איז נאר דא 10 מענטשן, און אפילו יעדער איז אויסגעשפרייט 10 פיס ווייט איינער פונעם צווייטן, ווייל, עפענט דען נישט יעדער אויף מיט זיין האנט די זעלבע טיר? (חוץ מאכן א מנין אויפן פארטש, וואס דאס מעג מען, און דארף מען לכאורה מאכן). האט דא איינער א הו"א אז גיין אין מקוה פארשפרייט נישט די וויירוס? און דריי מיר נישט קיין קאפ אז די סידיסי זאגט אז עס איז נישטא קיין פראף אז א שווימינג פאל קען פארשפרייטן די וויירוס, ווייל א מקוה איז אנדערש, צוליב די גיין אריין און ארויס, און זיך זעצן אויף די זעלבע בענק, וכו, וכו'...

נמצא, אויב אזוי, אז דער איינציגסטער זאך וואס איז קובע איז בלויז "הלכה", אונזער תורה. און די שאלה דארף גיין אזוי: "וויפיל זענען מיר מחיוב אדער נישט מחיוב צו טוען, פאר וועלכע דרגא אין מעגליכקייט, אז א צווייטער איד זאל נישט אומקומען?...", אויב זענען די שאנסן 0.01, ס'הייסט, אויב מאכן א קליינע מנין ברענגט א שאנס איינס פון הונדערט (דהיינו, אז אויב ס'וועט זיין הונדערט בתי מדרשים וועט איינס גורם זיין אז...) אז א איד זאל שטארבן, מעג מען / מוז מען עס מאכן, אדער טאר מען נישט? דאס איז דער שאלה, און אויף דעם דארף זיין דער וויכוח. צו דאס איז א ענין פון שיקול הדעת, אדער איז דא א קלארע הלכה אויף דעם, ווייס איך נישט. מ'ברויך זיך זעצן לערנען. אבער קודם לאמיר זיין קלאר וואס די שאלה איז. און במחילת הכבוד פון אלע לומדים דא, מיינעך אז קיינער באפאסט זיך נישט מיט די עכטע שאלה. און דאס באלאנגט פאר מורי הוראה צו ענטפערן.

סך הכל, לאזט ארויס די ערליכע חסידישע אידן געמויזעכטץ פון דא, אונזער תורה איז נישט געבויעט אויף בלויזע הרגשים. און יא, דער פוסטאק וואס שרייעט אז די מנינים זענען שעדליך איז גערעכט! אבער פאר דעם וואס ער גייט בונטעווען דערקעגן אן א דעת תורה איז ער אן אויסווארף. דער פרומטשיגער וואס לאכט זיך אויס פון די גאנצער קאראונע, ווייל עס איז כלל נישט אזוי שעדליך, נאר פאר אלטע וכו'.. איז אויך בעצם גערעכט! אבער פאר דעם וואס ער גייט דאווענען מיט מנין אין זיין בעקיארד אן א דעת תורה באזירט אויף די אמת'ע פאקטן איז ער א נבל ברשות התורה.

#שלא_ימצאו_הלכה_ברורה_במקום_אחד
---

יעצט צו דער צדיק וואס גייט מיר פרעגן וואס איז די פלו אנדערש, איז מיין תירוץ דערויף: איך ווייס נישט! אדרבה, זאגט איר מיר דער גדר פון די הלכה, וואס מעג מען יא, און וואס מעג מען נישט? וויפיל מענטשן מעג מען הרג'נען, און וויפיל נישט? יישר כח.
הוי מחשב...

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איינס » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:13 pm

שמו האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:ועל המזיק להרחיק את עצמו!!

וואס מיינט ועל המזיק להרחיק עצמו
ביי יעדע פלאו, זאל זיך גאנץ כלל ישראל איין שפארן, ווייל על המזיק להרחיק את עצמו?
צו איז דאס בכלל שייך? פרעג נאר דאקטורים וועסטו הערן אז נישט.

אויב וועט געשעהן אז סקען צוברענגען צו א מגיפה, וואס איז די שאלה?
אבער די מציאות איז אז א נארמאלער מענטש וואס באקומט די פלו וואטשט זיך און זיינע אריומיגע, מקען זעהן מיט א בליק אויפן נאז זעהט מען אז ער האט די פלו און מגעבט אכטונג, ועוד סגייט נישט אזוי שנעל אריבער פון איינעם צום צווייטן.

אבער אויף דיין עיקר שאלה צו על המזיק להרחיק את עצמו, פארשטיי איך בכלל נישט די שאלה א ודאי אז על המזיק להרחיק את עצמו, איז דע דא א הוא אמינא אז נישט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך להודיע » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:17 pm

זעירא האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:ווי קומט דעס אין דעי אשכול
יא ב"ה די היימישע עולם בכלל דרייט זיך אין בית המדרש און נישט אין בארס
נישט קיין שאלה אז רוב היימישע מענטשן האבן עס באקןמען און בית המדרש פאר מען האט געמאכט גיידליינס עס איז פשוט אזוי דארט קומט מען זעך צוזאם
עס זאג גארנישט לגבי יעצט גיין און שול ווען עס קומט נאך די תקנות

ווער רעדט פון רוב היימישע מענטשן?
פון גאנץ מדינת ישראל האבן עס די מערסטע באקומען אין בימ"ד, מער ווי אין באר וכדו',
נעם נאר איו באטראכט אז די 'היימישע ציבור' אין גאנץ א"י איז נישט קיין 10%, אין דא רעדט מען אז 24% פון אלע קאראנע קראנקע אין א"י האבן עס באקומן אין בית מדרש!


און אין מקוה האבן עס א נישטיגע 1 פראצענט באקומען. צייט צו עפענען צוריק די מקוואות מיט א גוטן סדר און נישט שטערן טהרה מישראל על לא דבר.

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:22 pm

בכלל פארשטיי איך נישט פון ווי די איזרעילי'ס ווייסן פונקטליך צו מען האט עס באקומען אין שוהל צו אין גראסערי? דער זעלבער מענטש וואס איז געגאנגען אין שוהל, איז א טאג פארדעם געווען אין גראסערי, און יתכן אז דארט האט ער עס באקומען.

זיי זענען ביי מיר ווייניגער באגלייבט ווי טשיינע
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך להודיע » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:32 pm

שמערלער האט געשריבן:אליעזר קרויס וואו זענען דתן און אבירם
https://www.yiddish24.com/miscellanies/118/16268


פיין פיין.

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך טרעוולער » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:33 pm

להודיע האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:ווי קומט דעס אין דעי אשכול
יא ב"ה די היימישע עולם בכלל דרייט זיך אין בית המדרש און נישט אין בארס
נישט קיין שאלה אז רוב היימישע מענטשן האבן עס באקןמען און בית המדרש פאר מען האט געמאכט גיידליינס עס איז פשוט אזוי דארט קומט מען זעך צוזאם
עס זאג גארנישט לגבי יעצט גיין און שול ווען עס קומט נאך די תקנות

ווער רעדט פון רוב היימישע מענטשן?
פון גאנץ מדינת ישראל האבן עס די מערסטע באקומען אין בימ"ד, מער ווי אין באר וכדו',
נעם נאר איו באטראכט אז די 'היימישע ציבור' אין גאנץ א"י איז נישט קיין 10%, אין דא רעדט מען אז 24% פון אלע קאראנע קראנקע אין א"י האבן עס באקומן אין בית מדרש!


און אין מקוה האבן עס א נישטיגע 1 פראצענט באקומען. צייט צו עפענען צוריק די מקוואות מיט א גוטן סדר און נישט שטערן טהרה מישראל על לא דבר.

גוגעל הדור זאגט אז 24% ישראלים גייען אין שול יעדן טאג.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך מארטש 25, 2020 12:01 am

מיללער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:.

די רבנים דאווענען מיט מנין, בעת וואס ער בעט און איז מתיר אלע אידן צו דאווענען ביחידות.



אפשר איז טאקע כדאי צו מאכן א רשימה פון חסידישע רבנים ודיינים אונטער די זעכציג וועלכע דאווענען טעגליך און שבת קודש ביחידות?

נגד תקנות המקום...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2521
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך מארטש 25, 2020 1:19 am

היינט ביניך געפארן מיט א טעקסי דא אין מאנסי, א לא-פאמיליע, אבער די דרייווער איז נישט געווען א טונקל הויטיגער, ענדערש סתם א ווייסע אמעריקאנער, (גיי ווייס וואס ער זוכט ביי לאפא...), געווען א געטוען מיט א ווייסע מאסקע ביזן העכערן נאניע, עכ"פ ער פרעגט מיר האסטו אפשר פראבירט רופן אנדערע טעקסי קאמפעניס? פרעג איך פארוואס, זאגט ער ווייל אסאך קאמפעניס זענען פארשפארט צוליב פחד פון די קאראנע.

פרעג איך דעם גוי, אם כן זאגזשע מיר וואסע פשט אז דו דרייווסט יא ארום, צו האסטו דען נישט מורא???

הערטס וואס דער 'גוי' האט מיר גענטפערט:
איך גלייב אין גאט און איך פארלאז מיך נאר אויף איהם. ווען עס וועט קומען די צייט ווען ער וועט מיר וועלן נעמען וועט ער מיר סייווי נעמען, עס וועט נישט העלפן גארנישט, מ'דארף אנגיין מיט די סדר היום און נישט משוגע ווערן, יא - צייגט ער מיר ביי די זייט פון זיין זיץ - איך נוץ סעניטייזער פאר מיינע הענט, און איך טראג א מאסקע, אבער מער פון דעם דארף איך נישט טוען.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך Programming » מיטוואך מארטש 25, 2020 1:32 am

Pastor again defies state order not to hold large gatherings. He says 1,000 people came to his church Sunday
By Daniel Burke, CNN Religion Editor
Updated 10:28 PM EDT, Tue March 24, 2020


(CNN)Remember the Louisiana pastor who defied the governor's order not to hold gatherings larger than 50 people?

He held services again on Sunday, and he plans to do so yet again on Tuesday night.

On Sunday, Pastor Tony Spell said, his Life Tabernacle Church in Baton Rouge drew about 1,000 people to its services, in part by busing people in from across five parishes.


On Tuesday evening, the pastor plans to hold services again, despite the governor's stay-at-home orders, a petition seeking his arrest and a flood of criticism from fellow Christians.

"If they close every door in this city, then I will close my doors," Spell told CNN on Tuesday. "But you can't say the retailers are essential but the church is not. That is a persecution of the faith."

Spell has told CNN he believes the pandemic is "politically motivated."

Pastor Tony Spell: "That is a persecution of the faith."
Pastor Tony Spell: "That is a persecution of the faith."
Chief Roger Corcoran of the Central Police Department in Baton Rouge told CNN that the "matter is under investigation."

Corcoran also disputed Spell's claim last week that the police department told the pastor that the National Guard would be brought in to disperse the church assembly.

"That was never told to the pastor by my officer," Corcoran said.

Spell stands by his account. A spokesman for the Louisiana National Guard said they have not been tasked with breaking up large gatherings.

The pastor says he's heard from the White House
As the novel coronavirus spreads across the world, nearly every faith group has closed its holy sites and houses of worship. But there remain a defiant few pastors and religious leaders who refuse to close their doors, accusing the government of overreach and imposing on their religious freedom.

Earlier in March, Lousiana Governor John Bel Edwards issued an emergency order barring gatherings of larger than 50 people to stop the spread of Covid-19.

On Sunday, Edwards went even further, asking residents statewide to only leave home for essential needs like shopping for food, going to the pharmacy or caring for a family member.

Louisiana has the fastest growth rate of coronavirus cases in the world, Edwards said during a news conference on Sunday, citing a University of Louisiana Lafayette study.


The governor's office did not respond to repeated requests from CNN for comment about Spell's church services. On Sunday, Edwards told CNN affiliate WVLA that he would "would urge that faith leaders and all faith leaders to heed this directive and not necessarily engage in mass gatherings where this coronavirus can spread."

Worshippers at Life Tabernacle Church on Sunday, March 22.
Worshippers at Life Tabernacle Church on Sunday, March 22.
For his part, Spell said he is following social distancing guidelines, including instructions from Washington. The pastor said someone from the White House -- he declined to say who -- called him last week.

The official, according to Spell, asked him to hold services outside, make his congregation stand six feet apart and prevent non-family members from touching.

According to the Washington Post, Spell spoke with Tony Perkins, president of the Family Research Council and a member of President Trump's informal body of evangelical advisers. A spokesman for Perkins said the conversation took place but that Perkins was not immediately available for comment.

In a statement, the White House said, "During this public health crisis, the Trump Administration has been extremely proactive in reaching out to leaders from the faith community, hosting several calls last week with more than 1,200 inter-faith leaders.

"The White House has strongly recommended that all Americans, including pastors, follow CDC guidelines by limiting groups to 10 people and practicing social distancing. President Trump encourages Americans of all religious backgrounds to do their part to stay healthy and stop the spread."

Despite criticism, Spell remains undeterred
A video of the Sunday service, posted on Spell's Facebook page, shows his congregation singing, praying, touching and otherwise worshiping in close proximity, mostly under a tent. The 1,000 congregants were spread across the church's seven buildings, Spell said.

The pastor said he's heard a flood of criticism from fellow Christians urging him to close his doors. Many, Spell said, cite Romans 13, the passage in which the Apostle Paul urges Christians to submit to "governing authorities." Others ask him to consider the greater good.

On Monday, the influential evangelical magazine Christianity Today published an editorial asking pastors and church leaders to consider the consequences of their actions.

"We are being asked temporarily to convene remotely, not to deny our faith or to cease worshiping God," said the editorial, which was co-written with Walter Kim, president of the National Association of Evangelicals.

Another image from Sunday's service in Baton Rouge.
Another image from Sunday's service in Baton Rouge.
"It is one thing to risk your own life in order to worship together in person," the editorial continued, "it is quite another to risk the lives of countless others, when so many churches are finding creative and compelling ways to carry on in worship and community from a distance."

An online petition from "The People of Greater Baton Rouge" asks that Edwards be arrested and charged with reckless endangerment.

Spell, though, remains undeterred.

The pastor told CNN that people been cured of HIV-AIDS and cancer at his worship services, which feature faith-healing, speaking in tongues and other spiritual hallmarks of Pentecostalism.

Asked what he would do if a member of his congregation contracted coronavirus, Spell shifted the blame.

"Did they contract it at Walmart or Target?" he asked. "They have more people in their parking lot than we get here in a week."

View on CNN

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך מארטש 25, 2020 1:35 am

כלל וכלל האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:איך קוק דא צו די דיקאסיעס שוין א לאנגע צייט, איך האלט זיך איין מיט קייטען נישט צו מגיב זיין, מ'קען צופלאצט ווערן ווי מענטשן שטופן אן אגענדע בו בפרק וואס צענדליגער רבנים מובהקים האבן ארויסגעשריבן און אויסעגערופען זיער מיינונג ברבים, צוזאמען מיט דאקטוירים און הצלה און אלע געזונט עקספערטס, זענען דא מענטשן וואס קענען בעסער לערנען ווי זיי, פארשטייען בעסער ווי זיי עד כדי כך צו קענען עפענעען אן אשכול מיט אזא עקלדיגע קעפל, כאילו די רבנים זענען קלים ורקים און קאלטע אידן, די עכטע ערליכע און חסידישע זענען 2-3 ניקס וואס זיצן שטופן דעם טאג אויף אינטערנעט, און זיי וועלן זאגן וואס די תורה וויל און דא אויף די אינטערנעט וועט געהערט די ריינע דעת תורה פון די עכטע ערליכע חסידישע אידן - ניקס,


דו ביסט א שטיקל מתעבר על ריב לא לו

די לעצטע איך ווייס נישט וויפיל יאר איז דא א שטילע מלחמה'לע, א קאלטע קריג אזוי צו זאגן צווישן די - לאמיר זיי אנרופן - "פרידן אידן", און די א.ג. "באפערס".

עס איז נישט דא דאס פלאץ צו אריין גיין אין א אריכות איבער די 2 סארטן גרופעס, וואס עס טרייבט די קאנפראנטאציע צווישן זיי. אבער עס זעהט אויס ווי די באפערס האבן איצט א געלעגנהייט נקמה צו נעמען אין די גרופע וואס האט זיי פארטריבן פון - אדער אמווייניגסטנס ענג געמאכט זייערע טריט אין - די מעינסטרים בתי מדרשים, מיט די סמארטפאון'ס און וואס נישט.

איז כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו, צוליב די באטשד רעספאנס פון אונזער ציבור בכלליות צו דעם וויירוס בעת די באפערס זענען גראדע געווען אויף די ריכטיגע זייט פון די אישו, און צום סוף נאך אפאר טאג ווען די גאנצע עסטאבלישמענט איז (ענדליך) אראפ געקומען זייער שטארק אויף די פארקערטע זייט, איז דא דא אסאך עמאושענעל ענערזשי פון ביידע צדדים וואס דערקענט זיך אויף סאשעל מידיא, אויף די גאסן און אויף אייוועלט

אויב ביסטו נישט פערזענליך אינוועסטעד אין איינע פון די 2 צדדים, איז עס א ראנג אשכול. הענס, דער קעפל פונעם אשכול. און עס איז א שאד די צייט צו פרובירן צו האבן א לאגישע דיסקוסיע איבער די מעריטס פון איין צוגאנג איבער א אנדערע, ווייל עס איז א געפיל אישו.



וואט א תגיבה!! א שאד סאיז פארוואסערט געווארן דא

כמעט קיינעם מיינונג איז נישט בעיסד אויף די אמתע מציאות הדברים. פינטעל.

די באפער: איז פארשעמט איבערן יאר מיט זיין יודישקייט. ׳חילול השם׳ כלשונו הזך. יעדע ווארט און די מידיע וועגן/קעגן יודן נעמט אים ארויס פון די גלייזן. האט זירא סעלף עסטיעם, און אזא קאראנע איבערקערעניש גיבט אים שטאף! ׳אייביג זענען ענק קליגער?׳ ׳כשעם מיך צי זיין יוד׳ (כאילו דאס האט מיט די קאראנע סומאטוכע..)

דער פרומער האלט: אז ׳די עסקנים זענען צו און גוטן מיט דו פאלעטישענס׳ ׳עסקנים מיט סמארטפאונס האבן קאנטראל אויף די רבנים׳ און דער גייט טאן כל תצדקי שבעולם נישט צי ווערן קאנטראלירט דורך דו סמארטפאון עסקנים..

דער עסקן האלט: ׳אינזער עולם גייט נישט פארשטיין אחוץ אויב מ׳מאכט א מצב.׳ אינז מיז מיר ווייזן פארן גאווערנער׳ס אפיס אז מנעמט עס ערנסט׳ וכו..

ויצא העגל הזה. אז יעדער גארגעלט זיך מיט זיין ׳פאראויסבאשטימטע׳ מיינונג, און מווינדערט זיך פארוואס סטוט זיך א דור הפלגה און קיינער פארשטייט נישט..

הא?? וואסיז די עצה פרעגסטו? אה.. #משיח_מעג_שוין_קימען.


די בעסטע און קלארסטע צוויי תגובות פונעם גאנצן הפלגה אשכול.

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך ביללער » מיטוואך מארטש 25, 2020 1:41 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:היינט ביניך געפארן מיט א טעקסי דא אין מאנסי, א לא-פאמיליע, אבער די דרייווער איז נישט געווען א טונקל הויטיגער, ענדערש סתם א ווייסע אמעריקאנער, (גיי ווייס וואס ער זוכט ביי לאפא...), געווען א געטוען מיט א ווייסע מאסקע ביזן העכערן נאניע, עכ"פ ער פרעגט מיר האסטו אפשר פראבירט רופן אנדערע טעקסי קאמפעניס? פרעג איך פארוואס, זאגט ער ווייל אסאך קאמפעניס זענען פארשפארט צוליב פחד פון די קאראנע.

פרעג איך דעם גוי, אם כן זאגזשע מיר וואסע פשט אז דו דרייווסט יא ארום, צו האסטו דען נישט מורא???

הערטס וואס דער 'גוי' האט מיר גענטפערט:
איך גלייב אין גאט און איך פארלאז מיך נאר אויף איהם. ווען עס וועט קומען די צייט ווען ער וועט מיר וועלן נעמען וועט ער מיר סייווי נעמען, עס וועט נישט העלפן גארנישט, מ'דארף אנגיין מיט די סדר היום און נישט משוגע ווערן, יא - צייגט ער מיר ביי די זייט פון זיין זיץ - איך נוץ סעניטייזער פאר מיינע הענט, און איך טראג א מאסקע, אבער מער פון דעם דארף איך נישט טוען.

אוי וויי בזיונות.. וואס אלע אידן וואלטן געדארפט לעבן דערמיט.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מארטש 25, 2020 2:07 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:סתם א קרישקעלע פאר 'ערליכע חסידישע אידן' :

א חבר מיינע וואס וואוינט אין וויליאמסבורג פארציילט מיר, פאריגע וואך סוף וואך האט זיין אידענע געקלינגען די רייניגערין (גויטע בלע"ז), פרעגן ווען זי קומט די וואך רייניגען די שטוב, ענטפערט זי פארוואונדערט, דו האסט נישט מורא? אלע אידן האבן מיך אפגעזאגט די וואך מחמת פחד פון קאראנע, ווי קען זיין דו רופסט מיר יא...

שפעטער האט זי פארציילט פאר יענעמס רעביצען, אז זי האט פארציילט פאר איר מאן אז די אידן רופן איר נישט די וואך מחמת פחד המגיפה, האט איר מאן איר צוריק געפרעגט פארוואונדערט, די פאלק וואס האט דורכגעלעבט צען מכות אין מצרים און נאך צרות און די אייבערשטער האט זיי אייביג געראטעוועט האבן מורא פון אזא וויירוס?


חושב מחשבות... האט געשריבן:היינט ביניך געפארן מיט א טעקסי דא אין מאנסי, א לא-פאמיליע, אבער די דרייווער איז נישט געווען א טונקל הויטיגער, ענדערש סתם א ווייסע אמעריקאנער, (גיי ווייס וואס ער זוכט ביי לאפא...), געווען א געטוען מיט א ווייסע מאסקע ביזן העכערן נאניע, עכ"פ ער פרעגט מיר האסטו אפשר פראבירט רופן אנדערע טעקסי קאמפעניס? פרעג איך פארוואס, זאגט ער ווייל אסאך קאמפעניס זענען פארשפארט צוליב פחד פון די קאראנע.

פרעג איך דעם גוי, אם כן זאגזשע מיר וואסע פשט אז דו דרייווסט יא ארום, צו האסטו דען נישט מורא???

הערטס וואס דער 'גוי' האט מיר גענטפערט:
איך גלייב אין גאט און איך פארלאז מיך נאר אויף איהם. ווען עס וועט קומען די צייט ווען ער וועט מיר וועלן נעמען וועט ער מיר סייווי נעמען, עס וועט נישט העלפן גארנישט, מ'דארף אנגיין מיט די סדר היום און נישט משוגע ווערן, יא - צייגט ער מיר ביי די זייט פון זיין זיץ - איך נוץ סעניטייזער פאר מיינע הענט, און איך טראג א מאסקע, אבער מער פון דעם דארף איך נישט טוען.

אינטערעסאנט וואו דו טרעפסט דיינע גויים...

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך קאטאגאריש » מיטוואך מארטש 25, 2020 2:52 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:געזונטער'הייט.

אבער איינער וואס האט געדאווענט מיט א אונטער-מנין, קען ער זאגן ער האט אויסגעפאלגט די רעגולאציעס? ווי אויך איז נישט געווען קיין עלטערע איד ביים מנין?

אויב ער קען עס זאגן, דען אקעי, אבער אויב נישט, א רוצח איז ער.

און די זעלבע, אויב נישט ערגער, איז מיט איינער וואס גייט אין גראסערי אן אויספאלגן די רעגולאציעס, אדער אויב געפינט זיך אן עלטערער איד אין גראסערי.

פארוואס זאל עס זיין ערגער?


אפילו די פאלגסט די רעגולאציעס, אין אפילו קיינער איז נישט אין גראסערי חוץ די איז עס ערגער ווי א ציזאמגעשטיפטע מנין אין בית המדרש, ווייל אין בית המדרש איז דער בן שישים א בעל בחירה אין ער קען בלייבן אינדערהיים,
אין גראסערי ווען די לייגסט ציריק די גרעפ זשוס ווייל די האסט באשלאסען אז איין איז געניג, קען עס א אלטע איד וואס איז שוין איינגעשפארט דריי וואכן באקימען אין זיין ארדער מיט דיין קאראנע
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך עציץ נקוב » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:09 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:היינט ביניך געפארן מיט א טעקסי דא אין מאנסי, א לא-פאמיליע, אבער די דרייווער איז נישט געווען א טונקל הויטיגער, ענדערש סתם א ווייסע אמעריקאנער, (גיי ווייס וואס ער זוכט ביי לאפא...), געווען א געטוען מיט א ווייסע מאסקע ביזן העכערן נאניע, עכ"פ ער פרעגט מיר האסטו אפשר פראבירט רופן אנדערע טעקסי קאמפעניס? פרעג איך פארוואס, זאגט ער ווייל אסאך קאמפעניס זענען פארשפארט צוליב פחד פון די קאראנע.

פרעג איך דעם גוי, אם כן זאגזשע מיר וואסע פשט אז דו דרייווסט יא ארום, צו האסטו דען נישט מורא???

הערטס וואס דער 'גוי' האט מיר גענטפערט:
איך גלייב אין גאט און איך פארלאז מיך נאר אויף איהם. ווען עס וועט קומען די צייט ווען ער וועט מיר וועלן נעמען וועט ער מיר סייווי נעמען, עס וועט נישט העלפן גארנישט, מ'דארף אנגיין מיט די סדר היום און נישט משוגע ווערן, יא - צייגט ער מיר ביי די זייט פון זיין זיץ - איך נוץ סעניטייזער פאר מיינע הענט, און איך טראג א מאסקע, אבער מער פון דעם דארף איך נישט טוען.

wow טאקע א דוגמה פון "א ערליכע חסידישע אידן"
ערענסט גערעדט דו נעמסט השקפה פון א גוי?
איך בין זיכער אז ער זאגט די זעלבע זאך ווען ער טאנצט אריין אין גאס מה שאין כן ביי אונז ווען די דאקטאר זאגט אז עס איז א סכנה זאגט מען נישט אזוי נאר מען טוט וואס די דאקטורים פארלאנגן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך קאטאגאריש » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:14 am

מחנך האט געשריבן:איך קוק דא צו די דיקאסיעס שוין א לאנגע צייט, איך האלט זיך איין מיט קייטען נישט צו מגיב זיין, מ'קען צופלאצט ווערן ווי מענטשן שטופן אן אגענדע בו בפרק וואס צענדליגער רבנים מובהקים האבן ארויסגעשריבן און אויסעגערופען זיער מיינונג ברבים, צוזאמען מיט דאקטוירים און הצלה און אלע געזונט עקספערטס, זענען דא מענטשן וואס קענען בעסער לערנען ווי זיי, פארשטייען בעסער ווי זיי עד כדי כך צו קענען עפענעען אן אשכול מיט אזא עקלדיגע קעפל, כאילו די רבנים זענען קלים ורקים און קאלטע אידן, די עכטע ערליכע און חסידישע זענען 2-3 ניקס וואס זיצן שטופן דעם טאג אויף אינטערנעט, און זיי וועלן זאגן וואס די תורה וויל און דא אויף די אינטערנעט וועט געהערט די ריינע דעת תורה פון די עכטע ערליכע חסידישע אידן - ניקס,
0

אין אז מען רופט רבנים סטראשן אז זיי זאלן צימאכן, ווערסטו נישט ציפלאצט

אז אידן פאלגן זייערע אייגענע רבנים אין מען רופט זיי אן רוצחים, ווערסטו נישט ציפלאצט

אז אידן פירן זיך ווי רוב רבנים האבן אליין געטון, אין מען רופט זיי אן רוצחים ווערסטו נישט ציפלאצט

כמעט אלע בריון פין די רבנים שטייט אז מען איז פטור צי דאווענען מיט מנין, נישט אז מען טאר נישט, אין ניטאמאל אז מען דארף זיין אפגעריקט, נאר עלטערע זאלן נישט גיין אין בית המדרש, אין סאיז דא געניג רבנים וואס האלטן אז אפילו עלטערע מעגען,
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מארטש 25, 2020 4:58 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נישט איך מיין, נאר כך שמעתי אז דאס האט די מערסטע אויפגערעגט בלומבורג.

בלומבערג?

זאל ער זיך בייזערן וואו לאנג ער וויל.

עטס האטס א פערזענליכע time machine? בלומבערג מאן דכר שמיה?

בלומבורג האט געשיקט צום ווייסן הויז רופן די רבנים.

שקר. טראמפ האט גערעדט מיט 1500 רעליגיעזר פירער איבער גאנץ אמעריקא.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מיטוואך מארטש 25, 2020 7:42 am

טראק דרייווער האט געשריבן:בכלל פארשטיי איך נישט פון ווי די איזרעילי'ס ווייסן פונקטליך צו מען האט עס באקומען אין שוהל צו אין גראסערי? דער זעלבער מענטש וואס איז געגאנגען אין שוהל, איז א טאג פארדעם געווען אין גראסערי, און יתכן אז דארט האט ער עס באקומען.

זיי זענען ביי מיר ווייניגער באגלייבט ווי טשיינע

בכלל נישט קיין קשיא, זייער פשוט

די סיסטעם ארבעט שוין זייט א חודש צוריק, אז יעדער אנגעשטעקטער ווערט אויסגעפרעגט ווי ער האט געוויילט אין די לעצטע צוויי וואכן.
דאס העלפט איינס אז ווער עס איז געווען נאענט צי די אנגעשטעקטע זאל וויסן און זיך איזאלירען.
צווייטנס, צי וויסן פון ווי יענער איז אנגעשטעקט געוארן, אזוי צי וויסן וועלכע געגענט איז מער אנגעשטעקט, און וואס מען דארף אפשפארן וויכטיגער וכדומה.

און מערסטנס פעלער ווייסן זיי יעדער אנגעשטעקטער ווער האט איהם אנגעשטעקט.

מען קען קוקן אין די וועב זייטל פון די געזונטהייט מינעסטעריום, און מען קען זעהן פונקטליך די רשימה פון פלעצער ווי צוויי טויזענט פאציענטן האבן זיך געדרייט.

אגב, איז אין ארץ ישראל ביז היינט רוב בתי מדרשים און מקוואות אפען געווען.
וואס עס גייט זיין פון היינט? די בתי מדרשים וועלן מוזן זיך אריבער ציען צי אפענע פלעצער, און מקוואות? נישט קלאר, לויט די רעפארט איז עס פון די ווייניגסטע מסוכן'דיגע פלעצער
לכל מקום שגלו ישראל גלתה שכינה עמהם...
גלו לביתם גלתה שכינה עימהם!

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך עציץ נקוב » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:14 am

שמערלער האט געשריבן:אליעזר קרויס וואו זענען דתן און אבירם
https://www.yiddish24.com/miscellanies/118/16268

ער זאגט גוט ווען ער רעדט פון דתן און אבירם
אבער ער הייבט אן מיט די אוועק מאכן די גאנצע קאראנא כאילו טויזענטער מענטשען זענען נישט באשטעטיגט איבער די וועלט געשטארבן דערפון
און אויך איז ער א שקרן לגבי צומאכן די גרויסע בתי מדרשים די גאווערנמענט האט עס צוגאמכט פאר די גאנצע מאסעריי איז צוגעגאנגן ווייל די עולם האט זיך בכלל נישט צוגעשטעלט אלעס איז געווען געהעריג ריזיגע מנינים און אזוי ווייטער
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:32 am

די בלומבערג חלק האבעך נישט קיין אהנונג פון ווי עס קומט, וואס מען ווייסט יא קלאר איז אז די קאומאו אדמיניסטראציע האט זיך אפגערעדט צו מייק פענס׳ס שטאב, וועלכע זענען אפציעל געשטעלט אויפן מצב.. אז ביי די חרידישע געגענטער גייט דאס לעבן אן געהעריג, בתי מדרשים ווירבלען, די מוסדות זענען אפן, מ׳מאכט חתונה׳ס וכדו׳.. דאס האט געברענגט די ווייסע הויז זאל זיך פארבינדן מיט די רבנים.

קאמאו האט זייער גוט געטאן, און נאכבעסער די ווייסע הויז. ס׳איז אמת געווען, און ער איז צוגעגאנגען דערצו מיט א פראדאקטיווע וועג, און די ווייסע הויז/רבנים קאנפרענס איז א קלוגע און שטארקע וועג צו שיקן א מעסעדזש. וכך הוי.

וויזוי קאמאו איז געווען באוויסט וואס דא טוט זיך? זייער פשוט, אונזערע לאקאל ערדזשענט קעיר צענטערן האבן עדוועטייזד אז מ׳קען קומען זיך טעסטן. אנשים נשים וטף האבן זיך געשטעלט אין די ליין.. וואס האט ווי פארשטענדליך דראסטיש געהויבן די ציפערן פון באשטעטיגטע אנגעשטעקטע. (די מסורת אויף די חתונות דעמאלטס.. כ׳בין נישט אזוי זעכער אז דאס האט געשפילט א ראלע ווייטער ארויס פון אונזערע לאקאלע פאליס און פייערלעשער.)

זיי קומט זיך פעטש פארן דאס טאן, פארט.. לאמיר זיין ריאליסטיק.. דער לאקדאון אויף די חרידישע געגענט איז געווען א מאסט. ס׳איז זייער פארשפרייטענד און זייער שעדליך פאר ע״פ רוב עלטערע און שוואכע, וואס איז א שיינע חלק פונעם חרידישן פאפולאציע. וכן, יעדער ווייסט שוין יעצט אז גאנץ אמעריקא איז טויט, ספעציעל ניו יארק. אויב וואלטן די בתי מדרשים, מקוואות, מוסדות וכו׳ נישט געווארן פארמאכט באצייטענס, וואלט דער חילל ה׳ געווען איום ונורא. א ק״וו פונעם שוין יא פארמאכטן ק״י פארגאנגענעם ערב שבת.

דער אייבישטער פירט זיין וועלט.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מיטוואך מארטש 25, 2020 10:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לאור המצב..

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22889
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:06 am

מחשב האט געשריבן:סהאט דא איינער א הו"א אז גיין אין מקוה פארשפרייט נישט די וויירוס?

כ'האב נישט קיין הוה אמינא אז עס פארשפרייט אדער שעדיגט א איד אפילו כמלוא נימא.

אדרבה, ס'היט ברוחניות ובגשמיות אים וזרעו אחריו.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:16 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די בלומבערג חלק האבעך נישט קיין אהנונג פון ווי עס קומט, וואס מען ווייסט יא קלאר איז אז די קאומאו אדמיניסטראציע האט זיך אפגערעדט צו מייק פענס׳ס שטאב, וועלכע זענען אפציעל געשטעלט אויפן מצב.. אז ביי די חרידישע געגענטער גייט דאס לעבן אן געהעריג, בתי מדרשים ווירבלען, די מוסדות זענען אפן, מ׳מאכט חתונה׳ס וכדו׳.. דאס האט געברענגט די ווייסע הויז זאל זיך פארבינדן מיט די רבנים..

מיין טעות, איך האב אויפגעמישט קאומא מיט בלומבורג....

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:35 am

זעירא האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:ווי קומט דעס אין דעי אשכול
יא ב"ה די היימישע עולם בכלל דרייט זיך אין בית המדרש און נישט אין בארס
נישט קיין שאלה אז רוב היימישע מענטשן האבן עס באקןמען און בית המדרש פאר מען האט געמאכט גיידליינס עס איז פשוט אזוי דארט קומט מען זעך צוזאם
עס זאג גארנישט לגבי יעצט גיין און שול ווען עס קומט נאך די תקנות

ווער רעדט פון רוב היימישע מענטשן?
פון גאנץ מדינת ישראל האבן עס די מערסטע באקומען אין בימ"ד, מער ווי אין באר וכדו',
נעם נאר איו באטראכט אז די 'היימישע ציבור' אין גאנץ א"י איז נישט קיין 10%, אין דא רעדט מען אז 24% פון אלע קאראנע קראנקע אין א"י האבן עס באקומן אין בית מדרש!

פאר דיר און פאר אלע אידן וואס האבן זיך שטארק געפרייט צו זען די פראצענטן נעכטן, היינט איז ארויסגעקומען אין די מידיע אין א"י אז די אלע נומערן וואס איז נעכטן געשטאנען איז אויסגעזויגן פון פינגער! דורך א שרייבער א שונא דת (אדער אפשר א היימישע פארעטער וואס האט אים עס צוגעשיקט.....)!
אין מקוה צו גיין, אפי' עס איז נישט ריין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.

זעירא
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך זעירא » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:50 am

היטשינער האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:ווי קומט דעס אין דעי אשכול
יא ב"ה די היימישע עולם בכלל דרייט זיך אין בית המדרש און נישט אין בארס
נישט קיין שאלה אז רוב היימישע מענטשן האבן עס באקןמען און בית המדרש פאר מען האט געמאכט גיידליינס עס איז פשוט אזוי דארט קומט מען זעך צוזאם
עס זאג גארנישט לגבי יעצט גיין און שול ווען עס קומט נאך די תקנות

ווער רעדט פון רוב היימישע מענטשן?
פון גאנץ מדינת ישראל האבן עס די מערסטע באקומען אין בימ"ד, מער ווי אין באר וכדו',
נעם נאר איו באטראכט אז די 'היימישע ציבור' אין גאנץ א"י איז נישט קיין 10%, אין דא רעדט מען אז 24% פון אלע קאראנע קראנקע אין א"י האבן עס באקומן אין בית מדרש!

פאר דיר און פאר אלע אידן וואס האבן זיך שטארק געפרייט צו זען די פראצענטן נעכטן, היינט איז ארויסגעקומען אין די מידיע אין א"י אז די אלע נומערן וואס איז נעכטן געשטאנען איז אויסגעזויגן פון פינגער! דורך א שרייבער א שונא דת (אדער אפשר א היימישע פארעטער וואס האט אים עס צוגעשיקט.....)!

מקור???
יעך האב אליין געערט די 'אלע נומערן וואס איז נעכטן געשטאנען' אויף די אפיציעלע 'קאראונע האט-ליין' פון משרד הבריאות.
דא האט איר דעם נאמבער: 972-4374-9099+ 'שמעו ותחי נפשכם'...

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך יש בו » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:03 am

זעירא האט געשריבן:
היטשינער האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:ווי קומט דעס אין דעי אשכול
יא ב"ה די היימישע עולם בכלל דרייט זיך אין בית המדרש און נישט אין בארס
נישט קיין שאלה אז רוב היימישע מענטשן האבן עס באקןמען און בית המדרש פאר מען האט געמאכט גיידליינס עס איז פשוט אזוי דארט קומט מען זעך צוזאם
עס זאג גארנישט לגבי יעצט גיין און שול ווען עס קומט נאך די תקנות

ווער רעדט פון רוב היימישע מענטשן?
פון גאנץ מדינת ישראל האבן עס די מערסטע באקומען אין בימ"ד, מער ווי אין באר וכדו',
נעם נאר איו באטראכט אז די 'היימישע ציבור' אין גאנץ א"י איז נישט קיין 10%, אין דא רעדט מען אז 24% פון אלע קאראנע קראנקע אין א"י האבן עס באקומן אין בית מדרש!

פאר דיר און פאר אלע אידן וואס האבן זיך שטארק געפרייט צו זען די פראצענטן נעכטן, היינט איז ארויסגעקומען אין די מידיע אין א"י אז די אלע נומערן וואס איז נעכטן געשטאנען איז אויסגעזויגן פון פינגער! דורך א שרייבער א שונא דת (אדער אפשר א היימישע פארעטער וואס האט אים עס צוגעשיקט.....)!

מקור???
יעך האב אליין געערט די 'אלע נומערן וואס איז נעכטן געשטאנען' אויף די אפיציעלע 'קאראונע האט-ליין' פון משרד הבריאות.
דא האט איר דעם נאמבער: 972-4374-9099+ 'שמעו ותחי נפשכם'...

איך גלייב זיי ביידע נישט,

ס'קומט מיר פאר ווי א פעלדמאן-לאנגזאם שפיל
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך מחנך » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:26 am

קאטאגאריש האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:איך קוק דא צו די דיקאסיעס שוין א לאנגע צייט, איך האלט זיך איין מיט קייטען נישט צו מגיב זיין, מ'קען צופלאצט ווערן ווי מענטשן שטופן אן אגענדע בו בפרק וואס צענדליגער רבנים מובהקים האבן ארויסגעשריבן און אויסעגערופען זיער מיינונג ברבים, צוזאמען מיט דאקטוירים און הצלה און אלע געזונט עקספערטס, זענען דא מענטשן וואס קענען בעסער לערנען ווי זיי, פארשטייען בעסער ווי זיי עד כדי כך צו קענען עפענעען אן אשכול מיט אזא עקלדיגע קעפל, כאילו די רבנים זענען קלים ורקים און קאלטע אידן, די עכטע ערליכע און חסידישע זענען 2-3 ניקס וואס זיצן שטופן דעם טאג אויף אינטערנעט, און זיי וועלן זאגן וואס די תורה וויל און דא אויף די אינטערנעט וועט געהערט די ריינע דעת תורה פון די עכטע ערליכע חסידישע אידן - ניקס,
0

אין אז מען רופט רבנים סטראשן אז זיי זאלן צימאכן, ווערסטו נישט ציפלאצט

אז אידן פאלגן זייערע אייגענע רבנים אין מען רופט זיי אן רוצחים, ווערסטו נישט ציפלאצט

אז אידן פירן זיך ווי רוב רבנים האבן אליין געטון, אין מען רופט זיי אן רוצחים ווערסטו נישט ציפלאצט

כמעט אלע בריון פין די רבנים שטייט אז מען איז פטור צי דאווענען מיט מנין, נישט אז מען טאר נישט, אין ניטאמאל אז מען דארף זיין אפגעריקט, נאר עלטערע זאלן נישט גיין אין בית המדרש, אין סאיז דא געניג רבנים וואס האלטן אז אפילו עלטערע מעגען,


איך האב נאך נישט געהערט פון קיין איין רב אדער רבי וואס מ'האט געסטראשעט אז ער מוז צומאכן זיין ביהמ"ד, איך האב שוין יא געהערט פון מער ווי איין רב וואס האט מדעת קדשו דעת תורה פארמאכט זיין שול.

איך האב נישט אנגערופן קיינעם קיין רוצחים ווייל מ'פאלגט א רב, איך האב אבער יא צוגעזען מעשי רציחה גראדע, איך ווייס פון אידן וואס זענען שוין אין בית החיים ליידער, און אנדערע וואס זענען קריטיש אין שפיטאל, און אנדערע וואס זענען קראנק אינדערהיים צוליב די נאכלעסיגקייט פון אנדערע, וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען קיל אדער גאר פרום [איך רעדט נישט פון רבנים, איך רעדט פון אויבער חכמים],

איך האב דא צאמגעליינט אזויפיל געבאקענע מעשיות און שקרים, אז איך ווער שוין נישט באנומען פון סתם לופט וואס ניקס בלאזן, ספעשעל מיט די כלומרש'טע סטראשערייען.

לאמיר אלע גיין מתפלל זיין יעצט כאיש אחד בלב אחד צום רבוש"ע, און אויס'פועל'ן די ישועה תיכף ומיד ממש!


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חבצלת השרון, סטיטשינער, פלעטבוש, שתקן און 22 געסט