רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 25, 2020 2:20 pm

גרעהעם זאגט אז ער האפט אז די פראבלעם אין טעקסט אין די פראוויזיע פון די ארבעטסלאזע אינשורענס בענעפיטן איז טאקע בלויז אן גרייז און קען ווערן פאראכטן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך מארטש 25, 2020 2:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 25, 2020 2:22 pm

לויט ווי איך פארשטיי איז די עראר טאקע די נקודה וואס איך האב אדרעסירט אינדערפרי
איך האב געשריבן אז איך גלויב נישט אז מען גייט קענען באקומען 900 א וואך נאכן פארלירן א דזשאב אויב אויפן דזשאב האט מען געמאכט ווינציגער
אויב פארשטיי איך גוט שטייט אין די טעקסט אז מען גייט יא קענען באקומען די פוטעל בענעפיטן אפילו אויב מען האט פארדינט ווייניגער אויפן דזשאב און די סענאטארן זאגן מיט רעכט אז אין אזא פאל וועט עס אנטמוטיגן פולע פון ווידער זוכן ארבעט אויף די קומענדיגע פיר מאנאטן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 25, 2020 2:25 pm

זיי זאגן אז ביז א שטונדע וועלן זיי וויסן מער אויב עס איז טאקע אן אומשולדיגע גרייז וואס גייט ווערן פארראכטן אדער איז עס דירעקט געשריבן געווארן אין אזא וועג און וועט פירן צו פרישע לעצט מינוטיגע שלאכטן

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מארטש 25, 2020 2:28 pm

איך גלייב די דעמאקראטן חלש'ן סזאל זיין הויכע אנעמפלוימענט נומערן טעמפארערי בשעת די וואל סיזאן, ס'וועט זיך פשוט נישט לוינען צו גיין ארבעטן
און אויב איינער וועט וועלן נעמען א ארבעטער וועט ער מוזן צאלן זייער הויעך סזאל זיך יענעם לוינען צו ארבעטן וועלן אלע פרייזן אויך שטייגן.
דזשאוי ביידענס שענסטער חלום.
און נאכדעם קומט ער אריין און ראטעוועט אמעריקע, יעדער מוז גיין ארבעטן און פרייזן פאלן ווייל ארבעטער קענען שוין נישט בעטן אזוי סאך,
די דעמאקראטנס שענסטער חלום
אז מ'לעבט דערלעבט מען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 25, 2020 2:28 pm

פלארידא ריק סקאט אויך אנגעשלאסן אין די גרופע

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מארטש 25, 2020 2:37 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:איינער קען מסביר זיין פארוואס אירליינס וואס זענען פון די רייכסטע קאמפאניס באקומען אזוי סאך גרינע?

דו ווייסט אדער דו טראכסט? אין נארמאלע אומשטעדן פארלירן אסאך עירליינס געלט טעגליך, כל שכן יעצט ווען זיי צאלן טייערע רענט אויף צענדליגער עראפלאנען וואס פארן נישט.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5254
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך eller » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:01 pm

א הויפט פראגע.
פון ווי נעמט מען די געלט ????
גייט דאס נאר פון בארגן ? אדער ס'האט ארויסגעוואקסן א בוים פון 2 טריליען דאללער....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אביסל טיפער
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:04 pm

eller האט געשריבן:א הויפט פראגע.
פון ווי נעמט מען די געלט ????
גייט דאס נאר פון בארגן ? אדער ס'האט ארויסגעוואקסן א בוים פון 2 טריליען דאללער....

בערני סענדערס וואלט געענטפערט. האלב פון העכערע טעקסעס אין האלב וועט די רעגירונג באצאלן!
תורה איז די בעסטע סחורה

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:17 pm

eller האט געשריבן:א הויפט פראגע.
פון ווי נעמט מען די געלט ????
גייט דאס נאר פון בארגן ? אדער ס'האט ארויסגעוואקסן א בוים פון 2 טריליען דאללער....

ביי נעקסטע דעמאקראטישע פרעזידענט וועלן די ריפאבליקאנער ארבעטן אויף באצאלן, יעצט פרעגט מען נישט די קשיות.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:26 pm

eller האט געשריבן:א הויפט פראגע.
פון ווי נעמט מען די געלט ????
גייט דאס נאר פון בארגן ? אדער ס'האט ארויסגעוואקסן א בוים פון 2 טריליען דאללער....

וואס הייסט פון ווי? א הלוואה פון טשיינע..
נאכדעם גייט טראמפ זאגען דו האסט געשיקט דעם וויירוס דארפסטו באצאלען דערפאר. נידער מיטען חוב.
#די ארט אוו די דיעל#

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:32 pm

הכל הבל האט געשריבן:דירעקטע סובסודיעס פאר עירליינס (נישט בלויז הלוואות)
די ביל זאגט אז עס זאל ווערן עקסקלוסיוו געווידמעט פאר געהאלט און בענעפיטן
25 ביליאן פאר עיר קעריערס, 4 ביליאן פאר קארגא קעריערס, 3 ביליאן פאר עירליין קאנטראקטארס


איך פארשטיי נישט פארוואס די עירליינס דארפן באקומען געלט, דער עולם האט געקענסעלט טיקעטס, און זיי האבן פאר רוב מענטשען נישט צוריק געגעבן געלט נאר א קרעדיט.

זאג א גוטס
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm
לאקאציע: אין קוואראטין - אווי יעדער...

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:33 pm

סארקאזי האט געשריבן:
eller האט געשריבן:א הויפט פראגע.
פון ווי נעמט מען די געלט ????
גייט דאס נאר פון בארגן ? אדער ס'האט ארויסגעוואקסן א בוים פון 2 טריליען דאללער....

וואס הייסט פון ווי? א הלוואה פון טשיינע..
נאכדעם גייט טראמפ זאגען דו האסט געשיקט דעם וויירוס דארפסטו באצאלען דערפאר. נידער מיטען חוב.
#די ארט אוו די דיעל#


:lol:
באלאנגט אין 'א שמייכל מיט קאראנע'...
קען זיין איך חלום - אבער איך שלאף ניט!
הגאון רי"ש כהנמאן זצ"ל מ'פוניבז'

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:38 pm

קאנגרעס פירער האבן זיך ביז איצט געפארכט אז אמאש וועט שטערן די ביל פון ווערן אויפגעברענגט אין איינשטימיגע קאנסענס און געפלאנט עס ארויפצוברענגן אלץ א וואויס וואוט
איצט זאגט קארטעז אז זי איז אפן צום געדאנק פון צוואונגען קאנגרעסלייט זיך אומצוקערן קיין וואשינגטאן און שטימען אויפן געהעריגן שטייגער אויב עס וועט זיך אויספעלן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:39 pm

סיניארס אויף סאושעל סעקיוריטי און אזעלכע אן קיין איינקופט גייען אויך קענען באקומען די 1200 דאלער טשעקלעך

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:46 pm

נאך שייך עפעס צו טוהן צו העכערן די סכום וויפיל מען גייט באקימען? באמת פון ווי דארף איינער וואס האט עכט פארלוירן זיין דשאב לעבן פון 1200 דאלער?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:48 pm

דממה דקה האט געשריבן:נאך שייך עפעס צו טוהן צו העכערן די סכום וויפיל מען גייט באקימען? באמת פון ווי דארף איינער וואס האט עכט פארלוירן זיין דשאב לעבן פון 1200 דאלער?

עכט פארלוירן גייט קענען באקומען ביז 900 א וואך פאר 4 מאנאטן

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:51 pm

וואס וויל בערני יעצט? ער לייגט פיסלעך?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:53 pm

הויבט אן ווערן לעבעדיג
בערני סטראשעט אז אויב גרעהעם און זייין קליקע ווערן נישט לויז פון די ארבעטסלאזע אינשורענס פראוויזיע גייט ער זה לעומת זה אנהויבן א בלאקאדא און פארלאנגען מער טוישונגען צו די 500 ביליאן דאלער פאנד פאר הלוואות פאר קארפארעישאנס

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:54 pm

עפעס זעה איך פון דער טיימס אז נאר ווער עס איז שוין אויפגעסעט דיירעקט דעפאזיט אינפא מיט די IRS וועט זעהן די געלט שנעל. אנדערע קען עס נעמען ביז 4 חדשים צו זעהן ס'געלט.

הבל, ווייסט עפעס דערפון?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 25, 2020 3:56 pm

אריבער אין די הויז וועט אמאש טראץ זיין אומצופרידנהייט נישט בלאקירן די ביל נאכן אנערקענען אז עווענטועל וועט עס סיי ווי דורכגיין און ער וועט עס בלויז אויפהאלטן צייטוויליג

ירנן
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך ירנן » מיטוואך מארטש 25, 2020 4:00 pm

אמאש?
שרייב זיך איין צו פארדינן געלט ביי איינקויפן איר פארדינט 10$ פאר מער אין אישי
Home Depot - Staples - eBay - Amazon - Target -BestBuy - Lowe's - Walmart

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 25, 2020 4:04 pm

ירנן האט געשריבן:אמאש?

יא

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך מארטש 25, 2020 4:16 pm

בס"ד

די ערשטע מענטש מיט עקספיריענס וואס זאגט אז די עקאנאמישע ליידן וועלן זיין אסאך ווייניגער ווי געראכטן. אין איין שורה, אז די אימפעקט איז ווי א מעכטיגע האריקעין, א מאסיווע שאק פאר'ן סיסטעם, אבער בכלל בכלל נישט אזא פארנעם ווי די תר"פ דעפרעסיע וואס האט זיך געצויגן צוועלף יאר. ער האלט די עקאנאמיע וועט צוריק שפרינגען גרויס שנעלער ווי די ריעל עסטעיט קראך.
Former Federal Reserve Chairman Ben Bernanke said the economic impact from the coronavirus outbreak in the United States is closer to a natural disaster than a "1930s-style depression.”

“The Great Depression, for one thing, lasted 12 years. It came from human problems, monetary and financial shocks that hit the system, hit the global system,” Bernanke said Wednesday on CNBC's "Squawk Box."

Bernanke explained that unlike the man-made trend seen in the Great Depression, the coronavirus pandemic is a sudden blow that impacts the way the average person participates in the economy.

“This has some of the same feel, some of the feel of panic, some of the feel of volatility you’re talking about. But it’s much closer to a major snowstorm or a natural disaster than it is to a classic 1930s-style depression. So, it’s quite different. Different tools are necessary,” he added.

Bernanke, who oversaw the Fed's response to the financial crisis in the late 2000s, noted that no fiscal policy will ease an economic blow “if we don’t get the public health right.”

“I think the public health issue is the most important one,” he said. “If we can get that straight, then we know how to get the economy working again. Monetary and fiscal policy can do their thing. And we won’t have anything like the extended downturn we saw in — even I don’t think in the Great Recession much less the Great Depression of the '30s.”


The former Fed chairman's remarks came hours after the White House and Senate leaders struck a deal on an approximately $2 trillion stimulus package to shore up key areas of the economy.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך מארטש 25, 2020 4:20 pm

וואס טוט זיך מיט א קליינע קארפערעישן וואס קען נישט אנגיין אין די איצטיגע טעג מיט די ארבעט, וועט אויך באקומען עקסטער געלט ווי א ארבעטער וואס האט נישט קיין ארבעט?
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך מארטש 25, 2020 4:21 pm

נקדימון האט געשריבן:עפעס זעה איך פון דער טיימס אז נאר ווער עס איז שוין אויפגעסעט דיירעקט דעפאזיט אינפא מיט די IRS וועט זעהן די געלט שנעל. אנדערע קען עס נעמען ביז 4 חדשים צו זעהן ס'געלט.

הבל, ווייסט עפעס דערפון?


וואס מיינט דירעקט דיפאזיט? די וואס באקומען געלט ביי טעקס ריטוירן דירעקט אין באנק?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, Programming, בילדער, גוט זאגער, הרב אבא האלבערשטאם, טוב ה' לכל, יענקעל משה, ליינער, לעכטל, מומחה יוחס, נו שוין און 97 געסט