רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

ירנן
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך ירנן » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:03 pm

j718 האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:אויב האב איך נאכנישט געפיילט 2019 און 2018 (און 2017) טעקס ריטורין, וועל איך עס באקומען?

גא״מ

What If I Didn't File a Tax Return in 2018 or 2019?
Some people didn't file a tax return for 2018 or 2019 because their income didn't reach the filing requirement threshold—especially since the standard deduction was nearly doubled starting with the 2018 tax year. If the IRS doesn't have a 2018 or 2019 tax return with your name on it, it can pull information from a 2019 Form SSA-1099, Social Security Benefit Statement, or Form RRB-1099, Social Security Equivalent Benefit Statement, to calculate your stimulus check amount.

But what if you didn't receive Social Security or Railroad Retirement benefits in 2019? We don't know for sure yet what will happen in that situation (i.e., no 2018 or 2019 tax return, and no SSA-1099 or Form RRB-1099). However, at this point, there is a chance you might not get a stimulus check. If you're in this position, you might want to file a 2019 tax return quickly. You can file a return even if you're not getting a refund and you don't owe any tax. (For the 2008 stimulus checks, the IRS said to file a return showing just $1 of income and at least $1 of AGI even if you actually had no AGI.) If you get your return in before the IRS starts processing your stimulus payment, then you should get a check.

However, even if you don't get a check now, you won't lose out on the money—you'll just have to wait until next year to get it. The way the law is written, the checks that will be sent now are actually just advanced payments of a new refundable tax credit for the 2020 tax year. So, if you don't get a stimulus payment in 2020, you can claim it next year as a refund or reduction of the tax you owe if you file a 2020 tax return by April 15, 2021.

פיטום האט געשריבן:דארף מען עפעס טוהן צו באקומען די געלט? ווי געבן באנק אינפארמאציע

ניין! גייט לויט 19' אויב נישט געפיילט דעמאלט לויט 18' אויב צוגעמאכט די אקאנט וועט מען באקומען טשעק אדער דעביט קארד
שרייב זיך איין צו פארדינן געלט ביי איינקויפן איר פארדינט 10$ פאר מער אין אישי
Home Depot - Staples - eBay - Amazon - Target -BestBuy - Lowe's - Walmart

אל תדאג
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:32 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך אל תדאג » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:21 pm

ווייסט איינער אויב די 'קמחא דפסחא' גייט אויך פאר אמעריקאנער וואס וואוינען אין אויסלאנד און האבן געפיילט טעקס ריטורין?

והיתם נקיים
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

תגובהדורך והיתם נקיים » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:25 pm

אל תדאג האט געשריבן:ווייסט איינער אויב די 'קמחא דפסחא' גייט אויך פאר אמעריקאנער וואס וואוינען אין אויסלאנד און האבן געפיילט טעקס ריטורין?


והיתם נקיים האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:ווייסט איינער וואס ס׳טוצעך מיט סיטיזענס אבארד?


לכאורה וועלן זיי אויך באקומען די $1,200 פער עדאלט + 500 פער קינד, אזוי לאנג ווי זיי האבן א גילטיגע סאושעל סעקיוריטי נומער און וועלן פיילן/האבן געפיילט א פעדעראלע טעקס רעטוירן פאר 2018 אדער 2019.

אזויווי די געלטער קען מען באקומען אפילו מען האט גארנישט פארדינט, וועט מען עס בפשטות אויך קענען באקומען אויב מען האט געקלעימט די FEIE (פאָרעם 2555) וואס אין אזא פאל קען מען נישט באקומען די טשיילד טעקס קרעדיט.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:30 pm

כ'האב געפיילט טעקס ריטוירן, דארף איך עפעס טוהן עס צו באקומען, אויסער טשעקן טעגליך מיין באנק אקאונט?
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

ירנן
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך ירנן » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:36 pm

אביונה האט געשריבן:כ'האב געפיילט טעקס ריטוירן, דארף איך עפעס טוהן עס צו באקומען, אויסער טשעקן טעגליך מיין באנק אקאונט?

מ'גייט באקומען א בריוו 3 וואכען ארום, קענסט אנשטעלן א אלערט ווען סקומט אן דירעקט דיפאזיט זאלעס שיקן א אימעל. . .
שרייב זיך איין צו פארדינן געלט ביי איינקויפן איר פארדינט 10$ פאר מער אין אישי
Home Depot - Staples - eBay - Amazon - Target -BestBuy - Lowe's - Walmart

אביונה
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:40 pm

הייסט עס דארף איך גאר טשעקן די מעיל...
ווי האט דער סענדזשארזשער געטייטשט... אם אין קמח, אז סי'ז נישטא אין די "מעיל", אין תורה....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

zurich
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך zurich » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 3:05 pm

אז מען האט געפיילט נאר פאר 3 קינדער, איז נאך דא א וועג צו אפדעטען?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 4:11 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
meorer yesheinim האט געשריבן:
meorer yesheinim האט געשריבן:קענסט אפשר אהערברענגן די טעקסט פונעם נייעם ביל ?
אדער א לינק?


WHATS THE BILL NUMBER, WHERE CAN I SEE THE FULL TEXT?

דא האסטו א PDF פון די גאנצע ביל.

באמת הייסט עס H.R.748 דאס איז אן אלטער ביל וואס איז שוין אדורך אין די הויז, און יעצט האט מען דאס אינגאנצן געטוישט אין סענאט צו א הילף פעקל פאר די אמעריקאנער באפעלקערונג וואס ליידט פון די קאראנאוויירוס.

די סיבה פון די געים איז ווייל לויט די קאנסטיטוציע מוז זיך א באדזשעט ביל אנהויבן אין די האוז.

----------

עס איז נישט דוקא פעלאוסי'ס איידיע צו מאכן א פערטע ביל, מעקאנעל רעדט אויך פון דעם, אבער נאכנישט יעצט.

עס איז שוין דא דריי בילס.

די ערשטע, פון ניין ביליאן דאלער, ווען טראמפ האט געבעטן בלויז 2 אהאלב.

די צווייטע, פון איבער 50 ביליאן, וואס פעלאוסי האט פארהאנדלט מיט מענוטשין, און מעקאנעל האט עס דורכגעפירט כמות שהוא.

די דריטע איז די יעצטיגע צוויי טריליאן דאלערדיגע, וואס מעקאנעל האט קודם געהאנדלט מיט מענוטשין, נאכדעם אריינגענומען שומער, און ערשט נאכדעם פעלאוסי.

די פערדע וויל פעלאוסי אז מען זאל אנהייבן האנדלען מיט אלע פיר גרויסע, ווי זי רופט עס, אלע 4 קארנערס, דאס מיינט מעקאנעל מיט שומער, פעלאוסי און מעקארטי.

אין אנדערע נייעס איז היינט פעלאוסי געווארן אכציג יאר אלט למספרם.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

ab frid
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:16 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך ab frid » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 7:01 pm

unnamed (24).jpg
unnamed (24).jpg (36.25 KiB) געזעהן 873 מאל


קרעדיט: די צייטונג
ווערט פארענטפערט אלע פראגן אן אויסנאם!
די רעגירונג וועט צושיקן

טויזענטער צו יעדן

אמעריקאנער

מען האט זיך שוין ענדליך פארגליכן אין וואשינגטאן איבער דעם ריזיגן רעטונג פּראגראם וואס וועט דערגרייכן צו העכער צוויי טריליאן דאלאר, מיט די האפענונג צו ראטעווען אמעריקע פון א קאטאסטראפישע דעפּרעסיע, אבער פון א הויפּט אינטערעסע פאר יעדן אמעריקאנער איז דאס געלט וואס מען וועט צושיקן פאר יעדן איינעם, די טויזנטערס וואס וועלן אוודאי גוט קומען פאר די מענטשן, און אוודאי פאר אחינו בני ישראל ווען מען זארגט זיך ווי אזוי צו דעקן די קאסטן פון די צרכי החג.

דאנערשטאג האט מען געהערט אז א שטוינענדע 3.3 מיליאן אמעריקאנער האבן פאריגע וואך איינגעגעבן צום ערשטן מאל פאר אנאפּלוימענט בענעפיטן, און מען גלויבט אז מען וועט אויך אין די איצטיגע וואך האבן אן אויסטערלישע הויכע צאל נייע אפּליקאנטן, קען מען מיט דעם פארשטיין פארוואס עס איז אזוי קריטיש וויכטיג אז מען וועט אריינבאקומען דאס געלט פון די רעגירונג ביז אין א פּאר וואכן, וועט דאס אביסל ראטעווען דעם מצב.


פאלגענד איז א שטיקל אויפקלערונג ווי אזוי דאס וועט ארבעטן:

מען האט באשטעטיגט $1,200 פאר יעדן ערוואקסענעם, וואס האט א יערליכן איינקונפט נישט מער פון $75,000. אויב די רעדע איז פון א פּארפאלק וואס שיקט אריין א דזשוינט טעקס ריטוירן, איז די מאקסימום $150,000, וואס ווען מען האלט אונטער דעם מאקסימום מיינט דאס אז יעדער פון זיי באקומט באזונדער $1,200 פון די רעגירונג.

באזונדער וועט מען צושיקן נאך $500 פאר יעדן קינד ביז צו די 17 יאר.

אויב מען פארדינט מער פון $75,000, וועט מען שניידן דעם טשעק ביז צו די $99,000 איינקונפט א יאר (פּער אינדיווידועל). דער טשעק וועט זיין $5 ווינציגער פאר יעדע $100 וואס מען פארדינט מער ווי $75,000. דער ציל פון די טשעקס איז, ארויסצוהעלפן פאר די דורכשניטליכע אמעריקאנער, און נישט פאר די רייכסטע לייט.

אינדיווידועלע מענטשן וואס האבן אריינגעשיקט זייער טעקס ריטוירן אונטער די קאטעגאריע פון "העד אוו האוזהאלד", וואס דאס טרעפט זיך געווענליך ביי א טאטע אדער א מאמע וואס האט קינדער און דאס ווייב-מאן לעבט שוין נישט, איז אויך בארעכטיגט צו $1,200 ביז צו פארדינסטן פון $112,500 א יאר, און דערנאך שניידט מען די סומע ביז צו פארדינסטן פון $136,500.


ווי אזוי ווייסט די רעגירונג וואו צו שיקן דאס געלט?

אויב מען האט שוין אריינגעשיקט דעם טעקס ריטוירן פאר 19', וועט די איי. אר. עס. נוצן די "דירעקט דעפּאזיט" אינפארמאציע אויף דעם טעקס ריטוירן אריינצושיקן דאס געלט אין יענעם באנק אקאונט. אויב איר האט געשלאסן יענעם אקאונט אדער אז איר האט נישט אנגעגעבן א דירעקט דעפּאזיט אינפארמאציע, וועט מען אייך ארויסשיקן א טשעק.

אויב איר האט נאכנישט אריינגעשיקט דעם טעקס ריטוירן פאר 19', וועט מען נוצן דעם טעקס ריטוירן פון 18' און אזוי מאכן דעם חשבון צי מען איז בארעכטיגט צו א טשעק, און וויפיל, און וואו צו שיקן דאס געלט.

פאקטיש איז דער איינקונפט געוואנדן אויף וויפיל מען פארדינט אין איצטיגן קאלענדער יאר, 20', וואס אויב עמיצער האט געהאט מזל און איז נתעשר געווארן איצט, אז די פארדינסטן זענען געשטיגן העכער די פריער דערמאנטע מאקסימום פארדינסטן אויפ'ן יאר, וועט אזא מענטש מוזן צוריקצאלן די בענעפיטן ביים אויסשטעלן דעם טעקס ריטוירן פאר 20', וואס מיינט אז ער האט כאטש געהאט א פרייע הלוואה ביז אפּריל 15, 21'...

אן אנדערע "שווערע שאלה" איז, די וואס האבן פארדינט מער פונעם ערלויבטן מאקסימום אין 18' און 19', אבער האבן פארלוירן זייערע דזשאבס, זיי שטייען איצט אן פּרנסה. ליידער וועלן די מענטשן נישט קענען באקומען די טשעקס זאפארט, נאר זיי וועלן באקומען דעם ריבעיט ווען זיי וועלן אויסשטעלן זייער טרעקס ריטוירן פאר 20', כאטש עס איז מעגליך אז דער טרעזשורי דעפּארטמענט וועט יא אויפשטעלן עפּעס א פּראגראם פאר די נצרכים, וואס זיי זענען דאך ממש פון די קאטעגאריע פאר וועמען דער פּראגראם איז געצילט געווארן, צו ראטעווען זיי.


דארף מען צאלן שטייערן?

ניין, די ספּעציעלע "ריבעיט" איז פריי פון שטייערן.


ווען וועט דאס געלט אנהויבן קומען?

פּרעזידענט סעקרעטאר מינוטשין האט געשטעלט אלס א ציל אז דאס געלט זאל אנהויבן ארויסגעשיקט ווערן אין די וואך פון פּסח. דאס איז א שטארק-אמביציעזער ציל, און עס קען זיין אז עס וועט אביסל לענגער דויערן. מען געדענקט אז ווען די רעגירונג האט געשיקט טשעקס ביי דעם פינאנץ קריזיס אין 08', איז דאס געלט ארויסגעגאנגען אין "גרופּעס" און עס האט געדויערט ארום 8 וואכן פאר די לעצטע מענטשן צו באקומען די טשעקס.


וויפיל אמעריקאנער וועלן באקומען דאס געלט?

מען שאצט אז ארום 125 מיליאן אמעריקאנער וועלן באקומען געלט, וואס איז ארום 83 פּראצענט פון די שטייערצאלער.


ווער וועט נישט באקומען א טשעק?

די הויפּט קאטעגאריעס וואס זענען אויסגעשלאסן זענען די רייכע, אויסלענדער וואס האבן נישט קיין גרין קארד, און "דעפּענדענטס" וואס קענען פאררעכנט ווערן אויפ'ן טעקס ריטוירן פון עמיצן אנדערש.


וואס טוט זיך מיט מענטשן וואס באקומען סאשעל סעקיוריטי?

מענטשן וואס האבן סאשעל סעקיוריטי זענען אויך בארעכטיגט צו די ספּעציעלע געלטער ווי לאנג זייער פולער איינקונפט איז נישט מער פונעם מאקסימום. סאשעל סעקיוריטי געניסער וואס פארדינען זייער ווייניג און זענען פּטור פון אריינשיקן א טעקס ריטוירן, וועלן אויך באקומען דאס געלט ווייל ווען זיי באקומען דעם יערליכן סאשעל סעקיוריטי בענעפיט סטעיטמענט, האט דאך די פעדעראלע רעגירונג דעם חשבון פון זייערע איינקונפטן און מען וועט קענען אריינשיקן דאס געלט פאר זיי אזוי ווי מען שיקט זיי יעדן חודש די סאשעל סעקיוריטי.

מענטשן מיט דיסעביליטי זענען אויך בארעכטיגט צו דעם ספּעציעלן געלט.


וועט קומען נאך געלט זומער?

פילייכט. פּרעזידענט טראמפּ האט געזאגט אז ער האלט נישט ביים אויסשליסן אז מען זאל נאכאמאל טיילן טשעקס, אבער דאס וועט זיין בלויז אויב די עקאנאמיע וועט נאך אלץ אונטערהינקען ביז צום זומער און דאס זאל בארעכטיגן נאך טשעקס. פארשטייט זיך, אז דער פּרעזידענט וועט אויך נעמען אין חשבון ווי אזוי זיין ווידערערוויילונג קאמפּיין וועט דאן אויסזען, און דאס זעלבע וועט וואל חשבונות אויך דיקטירן ווי אזוי די סענאטארן און קאנגרעסלייט וועלן דאן האנדלען.

ביז דערווייל, האט הנאה פון דעם געלט וואס "דער רייכער פעטער פון וואשינגטאן" שיקט אייך צו לכבוד יו"ט...
Copyright © 2020 , All rights reserved.
www.tzeitung.com






This email was sent to
why did I get this? unsubscribe from this list update subscription preferences
News Report · 1281 49th St. · Brooklyn, NY 11219 · USA

איך שיהיה
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 05, 2016 3:56 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך איך שיהיה » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 7:07 pm

א קינד העכער 17 איז שוין בארעכטיגט פאר 1200?

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך פלאטשיגער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 8:43 pm

zurich האט געשריבן:אז מען האט געפיילט נאר פאר 3 קינדער, איז נאך דא א וועג צו אפדעטען?


האט'ס רחמנות אויף זיין ערשטע תגובה דא אויפן וועלטל... ובפרט ווייל מיר האבן דעם זעלבן שאלה...

כ'האב נאר אריינגעשטעלט אינעם ריטוירן די ערשטע 3 קינדער ווייל דאס האט אויסגעמאכט פארן ריפאנד.

איז דא וועג וויאזוי זיי וועלן וויסן און זיך רעכענען מיט די איבריגע? אדער זאל איך שנעל פיילן אן אמענדמענט?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11874
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:06 pm

הכל הבל האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן: ער אנערקענט אז די דאזיגע פראוויזיע קען מיט די צייט פירן מענטשן צו בלייבן אינדערהיים ווי איידער צו זוכן ארבעט

איז די סעיף נישט בלויז אויף די נעקסטע 4 חדשים פונעם יעצטיגן קריזיס?

ריכטיג די קריטיק איז אבער געווען אז געוויסע וועלן זיך צוריקהאלטן פון זוכן ארבעט ביז דאן זייענדיג אויף די בענעפיטן

הגם איך גלייב אז א מענטש מיט אביסל שכל וועלכע זוכט עכט צו זיין אין די ארבעסטקראפט און ווייסט אז צו טרעפן א פאסיגע ארבעט קען געדויערן וועט נישט אפזאגן א ארבעט געלעגנהייט אין דריי מאנאטן ארום אויב זיין ווארטן באדיט אז ער וועט פארלירן יענע ארבעט פארשלאג אבער דאך וועט עס יא אויסמאכן פאר אסאך ביליגערע סארט ארבעטער וועלכע קען טרעפן די זעלבע סארט ארבעט אין יר מאנאטן ארום ווי אין דריי מאנאטן ארום און פארדינען דארט ווייניגער ווי די בענעפיטן און אזעלכע וועלן זיך נישט יאגן פאר מען מוז און דערווייל זיצן אויף דיר רעגירונג קאסע אנשטאט טרעפן א דזשאב

כ'פארשטיי נישט, מ'דארף דאך זיין אפגעזינדערט, נו איז עס נישט בעסער נישט צו גיין ארבייטן?

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:10 pm

פלאטשיגער האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:אז מען האט געפיילט נאר פאר 3 קינדער, איז נאך דא א וועג צו אפדעטען?


האט'ס רחמנות אויף זיין ערשטע תגובה דא אויפן וועלטל... ובפרט ווייל מיר האבן דעם זעלבן שאלה...

כ'האב נאר אריינגעשטעלט אינעם ריטוירן די ערשטע 3 קינדער ווייל דאס האט אויסגעמאכט פארן ריפאנד.

איז דא וועג וויאזוי זיי וועלן וויסן און זיך רעכענען מיט די איבריגע? אדער זאל איך שנעל פיילן אן אמענדמענט?

גא''מ
אינעם ארטיקל פונעם צייטונג זעה עך עפעס. אז דעפענדענטס זענען נישט אריינגערעכענט.
איז מיין פראגע
צו דער פאטער באקומט יא פאר זיי.?
אדער ווייל דער זיידע האלט אים אויס (וכדומ') באקומט דער קינד גאר נישט.

nishtkushe
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:28 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך nishtkushe » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:12 pm

פלאטשיגער האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:אז מען האט געפיילט נאר פאר 3 קינדער, איז נאך דא א וועג צו אפדעטען?


האט'ס רחמנות אויף זיין ערשטע תגובה דא אויפן וועלטל... ובפרט ווייל מיר האבן דעם זעלבן שאלה...

כ'האב נאר אריינגעשטעלט אינעם ריטוירן די ערשטע 3 קינדער ווייל דאס האט אויסגעמאכט פארן ריפאנד.

איז דא וועג וויאזוי זיי וועלן וויסן און זיך רעכענען מיט די איבריגע? אדער זאל איך שנעל פיילן אן אמענדמענט?


מען גייט נישט פארלירן.ַאלעס איז בעיסד אויף די '20 ריטורן. עס איז סימפלי אן הלוואה ביז זיי באקומען אין '21 דיין '20 טעקס ריטורן. עס וועלן זיין מענטשן וואס האבן אסאך פארדינט אין 19 און 18, אבער אין 20 האבן זיי אלעס פארלוירן, זיי גייען באקומען זייער קימחא דפיסחא אין '21.

דאס זעלביגע מיט קינדער, עס גייט זיך אויסאיווענען שפעטער. אדער אמענדט דעם ריטורן עסעפ, קענט איר באקומען יעצט דעם טשעק.

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:23 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:וויאזוי גייט ארבעטען די פעדערעל אנעמלוימענט? דארף מען פיילן קודם מיט די סטעיט? און די געלט וועט קומען דורך די סטעיט, אדער א עקסטרע סיסטעם.


איינער ווייסט?

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך פלאטשיגער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:27 pm

nishtkushe האט געשריבן:דאס זעלביגע מיט קינדער, עס גייט זיך אויסאיווענען שפעטער. אדער אמענדט דעם ריטורן עסעפ, קענט איר באקומען יעצט דעם טשעק.


פארשטענדליך, מאכט סענס, און שטומט מיט אלע אנדערע תגובות.
א גרויסן שכח פארן נעמען די מיה און צייט צו ענטפערן!

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך דל גאה » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:45 pm

What if I am self employed but have no income now? Is this part if the bill?

I actually paid taxes for year 2019 and paid via eCheck, will they also make a direct wire into that account where the taxes were debited


Thank You All
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

nishtkushe
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:28 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך nishtkushe » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:03 pm

דל גאה האט געשריבן:What if I am self employed but have no income now? Is this part if the bill?

I actually paid taxes for year 2019 and paid via eCheck, will they also make a direct wire into that account where the taxes were debited


Thank You All


Yes. It will based on your '19 tax return, evening out in '21 for your '20 income. Assuming you're married and made less than 150K in '19 (or if '19 was not filed yet, based on '18), you'll get the full amount. $2400 for you as a couple and $500 per child under 17. If you iy"h become an OISHER , making more than 150K in '20 you'll have to pay back some of the money.

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך שניי באל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:25 pm

וואס טוט זיך מיט אמעריקאנע שטייערצאלער וואס וואוינען אין אויסלאנד?

אורך ימים אשביעהו
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך אורך ימים אשביעהו » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:43 pm

someone didn't filled tax return few years because no income and no children could file now to get the money?

אורך ימים אשביעהו
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך אורך ימים אשביעהו » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:44 pm

?what's about with a child born in 2020

ירנן
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך ירנן » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:44 pm

אורך ימים אשביעהו האט געשריבן:someone didn't filled tax return few years because no income and no children could file now to get the money?

קען E_FILEN פאר 19' אדער ווארטן ביז 21' און עס דעמאלט באקומען
שרייב זיך איין צו פארדינן געלט ביי איינקויפן איר פארדינט 10$ פאר מער אין אישי
Home Depot - Staples - eBay - Amazon - Target -BestBuy - Lowe's - Walmart

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך קיסריה » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:01 am

איך שיהיה האט געשריבן:א קינד העכער 17 איז שוין בארעכטיגט פאר 1200?


א קינד העכער 17, אויב ער האט געארבעט און האט געפיילט א טעקס ריטוירן, אין יארע 2019 - באקומט ער יעצט $1,200.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:38 am

למעשה בעטן סיי פעלאוסי און סיי מעקארטי אז מעמבערס וואס זענען געזונט און קענען באשטיין צו קומען און זיי מעגן לויט די רעגולאציעס, זאלן בעסער יא זיין מארגן 10:00 אין קאנגרעס, ווייל עס איז דא חכמים אויף די רעפאבליקאנער זייט מער מעגליך, אבער עס קען אויך זיין אויף די דעמאקראטישע זייט, וואס וועלן פארלאנגען א ראל קאל וואויט, און דאס צו קענען טון מוז מען האבן א קווארם פון רוב מעמבערס, דאס איז היינט 216.

עס איז ערווארטעט אז כמעט אלע רעפאבליקאנער און דעמאקראטן וועלן שטימען אויף יא.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re:

תגובהדורך Kollel » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:40 am

.
לעצט פאראכטן דורך Kollel אום פרייטאג מארטש 27, 2020 12:49 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט