רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3308
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re:

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:01 am

בר דעת האט געשריבן:פון ווי גייען זיי וויסן וופיל קינדער מען האט? דאכט זיך מיר אז עס שטייט נישט אויסגערכענט אויף די טעקס רעטוירן.

אויף א LOW INCOME טעקס ריטוירן באצאלען זיי נישט פאר אלע קינדער, ווייל די חשבון וואס זיי צאלען איז נאר ביז דריי DEPENDENTS, אבער מען לייגט אלע נעמען און DOB. אויף געווענליכע אינקאם, קריגט מען א ביסן פאר יעדעס קינד
בוי זיך זעלבסט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:01 am

כאפצעם האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן: ער אנערקענט אז די דאזיגע פראוויזיע קען מיט די צייט פירן מענטשן צו בלייבן אינדערהיים ווי איידער צו זוכן ארבעט

איז די סעיף נישט בלויז אויף די נעקסטע 4 חדשים פונעם יעצטיגן קריזיס?

ריכטיג די קריטיק איז אבער געווען אז געוויסע וועלן זיך צוריקהאלטן פון זוכן ארבעט ביז דאן זייענדיג אויף די בענעפיטן

הגם איך גלייב אז א מענטש מיט אביסל שכל וועלכע זוכט עכט צו זיין אין די ארבעסטקראפט און ווייסט אז צו טרעפן א פאסיגע ארבעט קען געדויערן וועט נישט אפזאגן א ארבעט געלעגנהייט אין דריי מאנאטן ארום אויב זיין ווארטן באדיט אז ער וועט פארלירן יענע ארבעט פארשלאג אבער דאך וועט עס יא אויסמאכן פאר אסאך ביליגערע סארט ארבעטער וועלכע קען טרעפן די זעלבע סארט ארבעט אין יר מאנאטן ארום ווי אין דריי מאנאטן ארום און פארדינען דארט ווייניגער ווי די בענעפיטן און אזעלכע וועלן זיך נישט יאגן פאר מען מוז און דערווייל זיצן אויף דיר רעגירונג קאסע אנשטאט טרעפן א דזשאב

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:23 am

@הבל ווי האלט דעם ביל האט שוין רעביצין פעלאסי געמאלדן וואס זי פלאנט?

איז ערווארטעט אז סגייט דורכגיין היינט און קאנגרעס אדער מגייט זיך נאך אמפערן?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:29 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:@הבל ווי האלט דעם ביל האט שוין רעביצין פעלאסי געמאלדן וואס זי פלאנט?

איז ערווארטעט אז סגייט דורכגיין היינט און קאנגרעס אדער מגייט זיך נאך אמפערן?

עס הייסט אז מארגן אינדערפרי גייט עס אריבערגיין
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:29 am

וויאזוי גייט ארבעטען די פעדערעל אנעמלוימענט? דארף מען פיילן קודם מיט די סטעיט? און די געלט וועט קומען דורך די סטעיט, אדער א עקסטרע סיסטעם.

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:32 am

וואס ווארט מען ביז מארגן? פארוואס נישט היינט?
#פוילע געזעצגעבער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:54 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:וואס ווארט מען ביז מארגן? פארוואס נישט היינט?
#פוילע געזעצגעבער

די קאנגרעס פירערשאפט שפורט ווי זיי מוזן גיבן פאר מעמבערס 24 שעה "איבערצוקוקן" דעם ביל ווייל עס שמעקט נישט פאר מעמבערס צו שטימען בלינדערהייט אויף א ביל וועמענס דעטאלן (אנגעבליך) זיי ווייסן נישט

נאך די אבאמאקעיר געזעץ איז פעלאוסי געקומען אונטער קריטיק פארן יאגן צו שטימען אויפן ביל בעפאר מען קען עס געהעריג איבערגיין

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:33 am

פאלגענד זענען פארשידענע דעטאלן איבער די ביל און מער אינפארמאציע איבער די געלט וואס גייט געשיקט ווערן דירעקט פאר אמעריקאנער. עס גייט געגעבן ווערן 400 מיליאן דאלאר ארויס צו העלפן די פעדעראלע וואלן איבערקומען קאראנע-פראבלעמען; עס בלאקירט פארקלאזשערס און עוויקשאנס אויף פראפערטיס ווי די פעדעראלע רעגירונג שטיצט אינטער די מארטגעדזש; עס סוספענדירט פעדעראלע סטודענט לאון פעימענט פאר 6 חדשים און נעמט אראפ די אינטרעסט; עס געט מיליאנאן דאלארן פאר סטעיטס פאר פּאָסט און ערלי-וואטינג; עס געט 25 ביליאן דאלאר אין פרישע געלטער פאר פוד סטעמפס און ענליכע פראגראמאן; און 150 ביליאן דאלאר פאר סטעיטס און לאקאלע רעגירונגן. די געלטער וואס אמעריקאנער גייען באקומען אין טאש וועט זיין באזירט אויף די איינקונפט וואס זיי האבן באריכטעט פאריגע יאר, אדער צוויי יאר צוריק פאר די וועלכע האבן נישט געפיילט די 2019 ריטורנס.

#קאלמע
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
טאקע?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:08 pm

Re: קמחא דפסחא ביל פון טראמפ איז אריבער! 2400 ביז 8000 פאר משפחות (1200 פער עדאלט 500 פער קינד)

תגובהדורך טאקע? » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:35 am


וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:42 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:וואס ווארט מען ביז מארגן? פארוואס נישט היינט?
#פוילע געזעצגעבער

גוט מארגן....

נעכטן אינעם סענאט, האט מען עפעס אויך געווארט זייער לאנג אינעם נאכט אריין, ביזדערווייל שטייען אפאר מעמבערס און פלאפלען פאר פייער און וואסער צום קעמרא אריין..
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:44 pm

וויאזוי ארבעט טאקע די אנעמפלוימענט בענעפיטן, דארף מען ברענגען באווייזן אז מען האט דיר טאקע געפייערט, און ביסט נישט אליינס געגאנגען?

נקודהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך נקודהלע » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:49 pm

אויב האב איך נאכנישט געפיילט 2019 און 2018 (און 2017) טעקס ריטורין, וועל איך עס באקומען?
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה

j718
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך j718 » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:53 pm

נקודהלע האט געשריבן:אויב האב איך נאכנישט געפיילט 2019 און 2018 (און 2017) טעקס ריטורין, וועל איך עס באקומען?

גא״מ
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע: א דאנק קנעפל אנקעטע

והיתם נקיים
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

תגובהדורך והיתם נקיים » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:55 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:ווייסט איינער וואס ס׳טוצעך מיט סיטיזענס אבארד?


לכאורה וועלן זיי אויך באקומען די $1,200 פער עדאלט + 500 פער קינד, אזוי לאנג ווי זיי האבן א גילטיגע סאושעל סעקיוריטי נומער און וועלן פיילן/האבן געפיילט א פעדעראלע טעקס רעטוירן פאר 2018 אדער 2019.

אזויווי די געלטער קען מען באקומען אפילו מען האט גארנישט פארדינט, וועט מען עס בפשטות אויך קענען באקומען אויב מען האט געקלעימט די FEIE (פאָרעם 2555) וואס אין אזא פאל קען מען נישט באקומען די טשיילד טעקס קרעדיט.

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2690
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:59 pm

דארף מען עפעס טוהן צו באקומען די געלט? ווי געבן באנק אינפארמאציע
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:19 pm

ברעיקינג: פעלאוסי זאגט אז מ'האט נאכנישט געזען די ענדע, און זי פלאנט צו אינדראסירן א פערטע ריליעף ביל.
מיט מער דירעקט פעימענטס.


די פעדעראלע גאוו. גייט פראדוצירן מער באנקנאטן יעצט פארן 2B$ פלאן?
וואס האסטו אויפגעטוען?
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:34 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:ברעיקינג: פעלאוסי זאגט אז מ'האט נאכנישט געזען די ענדע, און זי פלאנט צו אינדראסירן א פערטע ריליעף ביל.
מיט מער דירעקט פעימענטס.


די פעדעראלע גאוו. גייט פראדוצירן מער באנקנאטן יעצט פארן 2B$ פלאן?
וואס האסטו אויפגעטוען?

ווי איך האב פארשטאנען איז נישט די רעדע פאר מער טשעקלעך פאר אלגעמיינע מענטשן
איינע פון די זאכן וואס זי וויל יא איז העכערן סנעפ
קאנגרעס מינאריטעט פירער מעקארטי איז אבער נישט גרייט מאמענטאל צו רעדן פון א פאזע פיר נאר וויל זעהן אויב די ערשטע דריי זענען גענוג

זעהער
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך זעהער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:47 pm

הייסט עס אז דערווייל וויל קאנגרעס נישט באשטעטיגען די ביל?

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5256
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך eller » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:50 pm

לויט די סענאט ביל,
וועלכע פארטיי גייט פארדינען דערפון ????
איינער געדענקט נאך אז ס'איז דא צוויי פארטייען וואס רייסן זיך ארום ???
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

KMW
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך KMW » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:53 pm


א גולם
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:54 pm

איינער קען ארלעדיגן א באטעל קראנע פאר פעלאוסי ??

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:00 pm

א גולם האט געשריבן:איינער קען ארלעדיגן א באטעל קראנע פאר פעלאוסי ??

:shock: :roll: :shock:
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:01 pm

eller האט געשריבן:לויט די סענאט ביל,
וועלכע פארטיי גייט פארדינען דערפון ????
איינער געדענקט נאך אז ס'איז דא צוויי פארטייען וואס רייסן זיך ארום ???

יא יא עפעס געדענק איך.. ווי אזוי האט עס נאר געהייסן?!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:02 pm

צל עובר האט געשריבן:
וואס יא? די דעמאקראטן האבן אויסגעקעמפט אז זיי זאלן זיך לעתיד מוזן מער רעכענען מיט די קאסטומערס אויף אסאך זאכן.
.

אה דאס איז עפעס!!!!! לאמיר האפען

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:02 pm

מישט נישט צאם.
פעלאוסי איז גרייט צו פעסן דיע בילל.

זי גייט נאר נאך ארויפברענגען נאכאיינס נאכדעם.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: IMBZ, Porfavor, Toyota, אזוי וויל איך, אלי' מקוה יוד, באריכט, דברים אלו, חלה, מה שמו, מטעמים און 41 געסט