עס איז נישט קיין גוזמא, די קינדער ווערן שוין צעפלאצט אינדערהיים פון שימל, די טאטע מאמע קראכן שוין פון לאנגווייליגקייט שוין נאכן לאנגן טאג וואס האט זיך אנגעהויבן מיטן דאווענען, געגעסן פרישטאג, פראווען טעלפאון חדר, געגעסן, ארטס ענד קרעפטס, געגעסן, קלעי, געגעסן, מאכן פסח׳דיג, געגעסן, געגעסן לאנטש, געגעסן, געשפילט הויף, געגעסן, חדר טעלפאון נאמבער 2.. אופס, ס׳איז נאך ביפאר 12׳ע!!...
שוין געפארן מיטן בייק פונעם קאך ביזן ביה״כ און צוריק, געגעסן, געשניטן פאפיר און אנגע׳גלודט דעם גאנצן דירה, געגעסן, טעלפאון חדר נאמבער 2, געגעסן, געגעסן סנעק למען השם, געגעסן, געשפילט ענגליש חדר, געגעסן, געשפילט סתם טויס, געגעסן, געגעסן נאכטמאל, געגעסן......
און דאס איז מדי יום ביומו.. און הערשט הייבט זיך עס אן.....!? עד כאן!!
איך סנעפּ!! איינס, צוויי, דריי..... קראך!!! קראך!!! קראך!!!


