לעקם ישרירות שבלב!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

לעקם ישרירות שבלב!

תגובהדורך איינס » זונטאג מארטש 22, 2020 10:42 pm

״פליז פליז מוישי גיי אריין״ וויינט די שוועסטערל מיט א היסטערישן געוויין.
״ליבע מוישעלע״ בעט זיך די מאמע ״טוה דאס נישט, מיין טייערער ס׳איז א סכנה״

די גאנעצע גאס שטייט פארגאפט פארן מחזה וואס דארט גייט פאר דער צעווילדיוויטער מוישי האט מחליט געווען אז ס׳איז א פאסיגע צייט צו מאכן לעבעדיג אין שטעיטל און ווען די מאמע איז ארויס איינקויפן עפעעס איז ער ארויס אויפן פארטש און... איינס צוויי שטייט ער מיט ביידע פיס אויף די צווייטע זייט פונעם געיט בין שמים וארץ, נתון לחסדיו פון זיין נארישן מח ער זאל זין נישט פארלאזן צופיל אויף זיין כח און... אן קיין און, לאמיר נישט פותח זיין פה לשטן.

די מאמע בעט, די שוועסטער יאמערט, און דער גרויסער ברודער סטראשעט.
אבער הוא בשלו, און ער לייגט נאך צו אז קיינער זאל זיך נישט וואגן ארויף צו קומען ווייל דעמאלטס וועט ער ווייזן וואס ער קען! ער טענהט שוין לאנג אז ער קען גוט טאנצן, נו אפשר יעצט וועט זיין די געלעגנהייט צו פראוון, און נאך במעמד קהל רב.

און מיטאמאל קומט דער טאטע צופליען, ער מאכט דעם חשבון איינס צוויי, ער פאטראכט זיך א מינוט, און יא ער ווייסט וואס צו טוהן.
ער ברענגט אהער א אייזערנעם טישל און צו דער זייט א אייזערנעם שטעקן, און מיטן פולן מאכט געבט ער א זעץ ויבקע הארץ מקול המכה! און ער זאגט: דו גייסט אראפ פון דארט!
נאך פאר וואס ווען איז ער שוין און די צווייטע זייט ווען זיין מאמע לויפט ארויף איהם ארומנעמען און בארוהגן דעם מצב.

אמר ר' אלכסנדרי אמר ר' יהושע בן לוי לא נבראו רעמים אלא לפשוט עקמומית שבלב שנאמר והאלהים עשה שייראו מלפניו!
ס׳געבט א דינער, ס׳כאפט א ציטער, און די אלע קרומקייטן ווערן גראד!
ס׳איז נישט מיט קיין שכל אדער א הסבר, נאר ווען דער טאטע קומט און ווייזט מאכט און שטארקייט דערשרקעט זיך דער קליינער און דעמאלטס קען מען רעדן צו איהם.

וואס געשעהט אבער ווען דארט אויבן שטייט נישט קיין קליין אינגל נאר א ערוואקסענער, איהם העלפט נישט קיין דינערן און בליצן קולות און ברקים ער קען די אלע זאכן ער ווייסט ווי אזוי ס׳ארבעט ער דערשרעקט זיך נישט, פאר איהם דארף מען קומען פון די אנדער זייט, פאר איהם דארף מען גיין און אביסל מעקם זיין די ישרירות שבלב!
מ׳ווייזט איהם עפעס וואס ער פארשטייט נישט, און מלערנט איהם אז יא כאטש ער ווייסט אלעס און קען אלעס איז נאך דא זאכן וואס זיי עקזיסטירן און דו ווייסט נישט ווי אזוי זיי ארבעטן, דו ווייסט נישט ווי אזוי מ׳מאכט דאס.

משה רבינו שטייט ביים סנה און פרעגט: והם לא יאמינו לי.
ענטפערט איהם דער אייבערשטער: מאך פון א שטעקן א שלענג, פון א האנט קרעציג און פון וואסער בלוט למען יאמינו כי נראה אליך ה׳.
וואס פארא שייכות האט איינס מיטן צווייטן, ווייל דו קענסט מאכן פון א שטעקן א שלאנג איז דאס א ראיה אז נראה אליך ה׳?
ווייל דיין האנט ווערט קרעציגט אדער דו דרייסט איבער וואסער צו בלוט דארף איך דיר יעצט גלייבן אלעס וואס גייט ארויס פון מויל?

קען זיין אז די כונה איז אז די אידן האבן געוואסט אז ס׳קומט א גואל און זיי האבן געווארט אויף דעם, אבער משה רבינו זאגט פארן באשעפער:
דו זאגסט מיר לך ואספת את זקני ישראל ואמרת אלהם ה׳ אלקי אבתיכם נראה אלי לאמר פקד פקדתי אתכם ואת העשוי לכם במצרים. אבער ווען איך קום צו די אידן וועלן זיי אנהייבן מאכן חשבונות, דו קומסט זאגן העשוי לכם במצרים דו ביזט דען דא געווען? דו האסט דען געליטן?
והם לא יאמינו לי, ס׳גייט נישט שטומען אויפן בוק, דער ישרות הלב וועט נישט לאזן גלייבן.

זאגט איהם דער באשעפער ווייז זיי אז נישט אלעס פארשטייען זיי, נישט אייביג ווען דו זעהסט עפעס ווייזטו וואס שטייט אונטער דעם, נישט אייביג ווען סטומט דיר נישט איז דאס נישט.
שטומט דיר דען אז א שטעקן ווערט א שלאנג? לויט דיין בוק קען דען בכלל ווערן א שטעקן א שלאנג? ניין, און נאכאלטס זעה ווי ס׳געשעט און זעה איין אז דו פארשטייסט נישט אלעס און דו קענסט נישט אלעס.

דריידט זיך א וועלט פון כוחי ועוצם ידי, אלעס ווייסט מען אלעס פארשטייט מען. אפילו ווי אזוי דער דינער געשעהט ווייזט מען פונקטליך און ווי אזוי.
מ׳גייט אין גאס און פלוצלים געבט א דינער אבער נישט סתם נאר דאס הארץ סקיפט א ביט, אבער דער שרעק איז נישט מער פו ןאיין סעקנד, נאכדעם איז אלעס צוריק צום אלטן. יא יא דער דינער איז געשעהן ווייל צוויי וואלקענעס האבן זיך אריינגעשטויסן און ווייל אזוי און אזי, אבער נישט מיר מיינט מען.

היינט העלפט שוין נישט קיין רעמים ליישר עקמימיות שבלב, די הארץ איז צו גראד, דאסמאל דארף מען אביסל ווייזן פארן מענטש אז ניין ס׳איז אויך דא קרומע זאכן, קרום אין דיינע אויגן. לערן דיר אויס אז דו ביסט א קליינער גארנישט, דו וייסט נישט, דו קענסט נישט, דו ביסט נישט!

קאראנע למה באה? לעקם ישרירות שבלב!

_ _ _

מיין של״ס תורה ביי מיר אין שול׳כל בהשתתפות מיין ווייב און קינדער. א מעמד וואס פלעגט פארקומען נאר אונטערן אב מאד ערב תשעה באב שחל בשבת און איז נהפך לששון בחודש אדר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: לעקם ישרירות שבלב!

תגובהדורך נודניק » זונטאג מארטש 22, 2020 10:58 pm

מורא׳דיג!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: לעקם ישרירות שבלב!

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג מארטש 22, 2020 10:59 pm

שיינע תורה

פארשעי חסיד
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:14 pm

Re: לעקם ישרירות שבלב!

תגובהדורך פארשעי חסיד » זונטאג מארטש 22, 2020 11:04 pm

געוואלדיג!! שכוח פאר מיטטיילן

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3590
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: לעקם ישרירות שבלב!

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג מארטש 22, 2020 11:06 pm

זייער פיין
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: לעקם ישרירות שבלב!

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג מארטש 22, 2020 11:14 pm

זייער שיין, הרב 'אחד'!

אגב, די גמרא רעדט נאר פון רעמים -- דינערן. פארוואס זאגט נישט די גמרא 'לא נבראו ברקים' -- בליצן?

די בליצן איז דאך פשוט אז זי איז א וויכטיגע חלק פון די בריאה, ווייל די מעכטיגע עלעקטראנישע שאק וואס די בליצן גיבן ארויס ברעכט אויף די ניטראגען (Nitrogen) מאלעקיולס וואס זיצן אין די אטמאספערע, וואס זיי מאכן אז די תבואה זאל וואקסן. (די ערד קען נאר מאכן וואקסן ווען זי איז איינגעזאפט מיט ניטראגען.) און אויב עס בליצן נישט ווען די פעלדער ווערן באנעצט מיט רעגן, ברויך מען שטעלן אייגן-געמאכטע פערטילייזער פאטענטן וואס איז פיל טייערער און קאסט געלט און כח.

ווידעראום די דינערן קוקט דאך אױס פארן פליישיגן אויג אז זיי זענען איבעריג. דערפאר זאגן חז"ל לא נבראו רעמים וכו'.

ליכא מידי דלא רמיזא.

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג מארטש 22, 2020 11:30 pm

מונאוויטש האט געשריבן:זייער שיין, הרב 'אחד'!

אגב, די גמרא רעדט נאר פון רעמים -- דינערן. פארוואס זאגט נישט די גמרא 'לא נבראו ברקים' -- בליצן?

די בליצן איז דאך פשוט אז זי איז א וויכטיגע חלק פון די בריאה, ווייל די מעכטיגע עלעקטראנישע שאק וואס די בליצן גיבן ארויס ברעכט אויף די ניטראגען (Nitrogen) מאלעקיולס וואס זיצן אין די אטמאספערע, וואס זיי מאכן אז די תבואה זאל וואקסן. (די ערד קען נאר מאכן וואקסן ווען זי איז איינגעזאפט מיט ניטראגען.) און אויב עס בליצן נישט ווען די פעלדער ווערן באנעצט מיט רעגן, ברויך מען שטעלן אייגן-געמאכטע פערטילייזער פאטענטן וואס איז פיל טייערער און קאסט געלט און כח.

ווידעראום די דינערן קוקט דאך אױס פארן פליישיגן אויג אז זיי זענען איבעריג. דערפאר זאגן חז"ל לא נבראו רעמים וכו'.

ליכא מידי דלא רמיזא.

אזוי שרייבט דער מהרש״א אויפן פלאץ
אז ביי רעמים זעהט מען נישט קיין שום זאך סזאל זיין א נוצן פאר די וועלט און דערפאר זאגט די גמרא שנבראו ליישר עקמימות שבלב
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: לעקם ישרירות שבלב!

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג מארטש 22, 2020 11:31 pm

יש"כ. איך געדענק נישט וואו איך האב עס געזעהן.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סטיטשינער און 16 געסט