קופת "עזב תעזב" בק"ק סאטמאר לנצרכי ע"י קרונה

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: Re:

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מארטש 25, 2020 5:49 pm

דריידל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ר' בערל האט רעכט, אבער דאס קען נישט ארבייטן ווען מ'קען נאר קויפן פון דריי סטארס.

פארוואס נישט?
איך שטעל מיך פאר אז ס'איז אויך אויסגעארבעט אן אפמאך מיט די בעלי בתים פון די געשעפטן זיי זאלן געבן אן הנחה. ווען איינער גייט צאלן מיט די וואטשער לאמיר זאגן טויזענט דאללער, וועט די געשעפט אייגענטומער איינמאנען בלויז 75% פון די קופה (נאר א משל).


כ'פארשטיי נישט די גרויסע תורה
מ'פרעגט דעם איד ביים אויספילן די אפליקאציע, ביי וועלכע געשעפט ווילסטו איינקויפן, און מ'לייגט אים דארט אריין א קרעדיט, ס'גייט נישט זיין צען טויזנט פער סטאר, די סטאר וועט עס זייער גערן לייגן. און ער האט שוין באקומען "נאך אן אקאונט" אויף די פיוטשער הו נאויס. איך בין געבליבן איינקויפן גאנץ אפט אין א געשעפט וואס כ'האב אמאל געניצט צום ערשטן מאל צוליב א חשבון
ער קען נאכדעם רופן אויפן טעלעפאן אדער שיקן זיין אייניקל וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: קופת "עזב תעזב" בק"ק סאטמאר לנצרכי ע"י קרונה

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מארטש 25, 2020 7:26 pm

דריידל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:האט דען יעדער וויליאמסבורגער איינוואוינער אן אקאונט ביי איינע פון די דריי?

מ'דארף נישט קיין אקאונט. מ'גייט אגיין קויפן און מ'צאלט מיט די וואטשער

דו האסט פארלוירן טרעק אויף דעם שמועס. זע צו וואס ער באציט זיך.
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
הערשקא
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: קופת "עזב תעזב" בק"ק סאטמאר לנצרכי ע"י קרונה

תגובהדורך הערשקא » מיטוואך מארטש 25, 2020 8:16 pm

ווי איך פארשטיי גייט עס אזוי,
מען באקומט א וואטשער פין $500
די גייסט צו איינע פון די דריי אויבען דערמאנטע געשעפטן,
קויפסט איין ביז $500 אויפן חשבון,
אויב די ארדער קומט אן צו אינטער $500 דאן גייט די רעשט אריין אין דיין גראסערי אקאונט, און אויב האסטי נאך נישט קיין אקאונט אין איינע פון די געשעפטן, קענסטי אויפן פלאץ עפענען (עפ"ר), און זעה זיי ווייטער צי נוצן ווען דיין פרנסה וועט צוריק ברייט ווערן אי"ה.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מטעמים, שדה ורוד, שתקן און 20 געסט