האט איר די קאראנע וויירוס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט איר קאראנע די וויירוס

יא
19
12%
ניין
26
16%
שטארק מעגליך
83
51%
איך גיי מיך נישט אויסטשעקן
25
15%
אויסגעהיילט
10
6%
 
סך הכול שטימען: 163

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: האט איר די קאראנע וויירוס

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מארטש 25, 2020 6:56 pm

פסק הלכה פונעם טראק דרייווער:

בוידעם מיט חוח זענען פאזיטיוו אויף קאראנא.!!!!

דאנקט דעם באשעפער אז פסח גייט איר זיך שוין קענען ארומדרייען ממצרים גאלתנו לחירות אן קיין דאגה פון דאס פון פריש באקומען.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: האט איר די קאראנע וויירוס

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך מארטש 25, 2020 7:01 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:פסק הלכה פונעם טראק דרייווער:

בוידעם מיט חוח זענען פאזיטיוו אויף קאראנא.!!!!

דאנקט דעם באשעפער אז פסח גייט איר זיך שוין קענען ארומדרייען ממצרים גאלתנו לחירות אן קיין דאגה פון דאס פון פריש באקומען.

כ'פארשטיי אז דו ווילסט בעיקר ארויסגעבן א 'פסק הלכה' אז פסח גיי איך שוין זיין נעגאטיוו אויף קאראנע... וכשם שמסכימים כן בבי"ד של מטה כן יסכימו בבי"ד של מעלה.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: האט איר די קאראנע וויירוס

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אפריל 01, 2020 2:08 pm

איך האב פארלוירן די אפעטיט צו עסן. כ'בין אבער מסופק אויב דאב איז ח"ו א סימפטאם פון די וויירוס אדער איז עס צוליב די שווערע מצב פון אזויפיל צרות

א גוטן יונה
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: האט איר די קאראנע וויירוס

תגובהדורך א גוטן יונה » מיטוואך אפריל 01, 2020 2:13 pm

איך קלער אז אזוי ווי ס'איז שוין דורך א וואך צוויי פון ווען די וואלן דא האבן זיך אנגעהויבן, דארף מען אפשר מאכן פרישע וואלן, איך גלייב אסאך מענטשען וועלן שוין יעצט שטימען אנדערש ווי פאר צוויי וואכן צוריק.... וגם אני בתוכם...
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

Re: האט איר די קאראנע וויירוס

תגובהדורך אלטער » פרייטאג אפריל 03, 2020 2:22 am

איך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין, אבער צו שלעכט קען עס נישט זיין דא.

איז אזוי, סיז מיר זייער אינטערסאנט אז איך האב שוין גערעדט די לעצטע 2 -3 וואכן מיט מענטשן אויפן טעלעפוין וואס האבן געהאט אדער האבן קאראנע וואס איך בין ממש געשטאנען נעבן זיי און פארברענגט אינאיינעם שעה'ס... ביי איינעם איז דאס געווען 3 טעג בעפאר זיינע סימפטאמס זענען ארויס געקומען. איז מיר זייער אינטערסאנט פארוואס ביי מיר איז דאס ב"ה נישט ארויס געקומען??? נישט פאר מיר און נישט פארן בני בית.

פארוואס וויל איך וויסן?? וויל איך וויל וויסן אויב איך בין שוין אימיאנט דערצו און איך קען מיר שוין דרייען אין די גאסן.... ס'קען זיין אז איך האב עס געהאט אבער אן קיינע סימפטאמס??
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בפני נכתב, סטיטשינער, שתקן און 12 געסט