טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די פאררעטער

תגובהדורך נשמת השכל » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:16 pm

לב בשר האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:געהערט פון א מורה הוראה וועלעכע דאווענט מיט מנין אין זיין ביהמ"ד וועלעכע ער האט אליינס געהייסן אפשפארן, און ווען מען האט אים געפרעגט דערויף האט ער גענטפערט: איך האלט נישט אז מען דארף פארשפארן דאס ביהמ"ד נאר מר. ........ האט מיך געצווינגען דערצו!

איך האלט מ׳האט נישט געדארפט צומאכן די בתי מדרשים. אבער דיין כ״ז די שרייבסט נישט קיין נאמען, איז דיין תגובה ווערטלאז.

און בו בזמן איך שרייב יא א נאמען איז יענעמס לעבן ווערטלאז.......
נישט דיינע געפילן ברענגען דיר דיינע פראבלעמען, נאר די בלינדע אמונה אין דיינע געפילן ברענגען דיר דיינע פראבלעמען!

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: Re:

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:17 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
ווער רעדט יעצט פון שטאטישע באאמטע? מ'רעדט יעצט פון רבנים.

והוא נותנת, אויב דער גוי פארשטייט אז די לעבנסוויכטיגע געברויכן קען מען נישט אוועקנעמען פונעם מענטש, מעגסטו אלס איד פארשטיין די זעלבע לגבי אידישע געברויכן. פארשטייט זיך ווילאנג ס'איז אויף אן אפגעהיטענע וועג.

אפגעהיטענע וועג... דו ווייסט אליין אז ביי אידן איז נישט שייך אפגעהיטן. קריאת התורה איז נישט קיין 6 פיס אפגערוקט אין קיין שום מנין.

און דער וואס גייט אין גראסערי קויפן א קאווע שטייט יא אין די ליין זעקס פיס אפגערוקט?

קיין איין נארמאלע מענטש גייט נישט איצטער אין גראסערי נאר צו קויפן א קאווע.

פאר וועם דען זענען אלע אייז קריעם סטארס און עפעטייזונג סטארס אפן?

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: די פאררעטער

תגובהדורך לב בשר » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:19 pm

נשמת השכל האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:געהערט פון א מורה הוראה וועלעכע דאווענט מיט מנין אין זיין ביהמ"ד וועלעכע ער האט אליינס געהייסן אפשפארן, און ווען מען האט אים געפרעגט דערויף האט ער גענטפערט: איך האלט נישט אז מען דארף פארשפארן דאס ביהמ"ד נאר מר. ........ האט מיך געצווינגען דערצו!

איך האלט מ׳האט נישט געדארפט צומאכן די בתי מדרשים. אבער דיין כ״ז די שרייבסט נישט קיין נאמען, איז דיין תגובה ווערטלאז.

און בו בזמן איך שרייב יא א נאמען איז יענעמס לעבן ווערטלאז.......

כ׳זאג נישט זאלסט שרייבן א נאמען ווען ס׳איז נישט ניחא פאר יענעם, אבער די תגובה איז ווערטלאז.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: Re:

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:32 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אידישע געדאנקען האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:אויף קול מבשר זאגט איינער אזוי ברמיזה אז מען ברויך טרייבן די עולם מיט פאליציי אין די זעלבע צייט זאגט ער אז ער גייט נאר צופרי אין גראסערי קויפן א קאווע
ווייל
ער דארף זיך ליפטערן
היפאקריט


די זעלבע רבנים וואס הייסן דאווענען אינדערהיים הייסן ארויסגיין זיך אויסליפטערן, ווייל ביידע פעלט אויס פאר'ן געזונט צו די יעצטיגע צייט.

אבער אז מ'הערט נישט צו וואס די רבנים זאגן ווייסט מען עס נישט און מ'שרייט היפאקריט...

גארנישט געהערט איבער דעם באפעל פון רבנים זיך אויסצולופטערן!

און דו קענסט נישט פארשטיין אז ס'איז פארהאן אידן וואס זייער מקוה און מנין איז זיי וויכטיגער צום לעבן ווי פאר יענעם זיין קאווע?

ווער איז שולדיג אז די האסט נישט געהערט,

קלארע הוראות פון די שטאטישע באאמטע אז מען זאל יא גיין שפאצירען, אבער אפגעזונדערט,
פארשטייט זיך אז מיט די אייגענע משפחה מעג מען אויך,
ווי אויך איז נישט קיין שום פראבלעם ארויסצונעמען די משפחה מיט די קארס/סובערבען באפער,
ואדרבה עס איז שטארק רעקאמאנדירט

ווער רעדט יעצט פון שטאטישע באאמטע? מ'רעדט יעצט פון רבנים.

והוא נותנת, אויב דער גוי פארשטייט אז די לעבנסוויכטיגע געברויכן קען מען נישט אוועקנעמען פונעם מענטש, מעגסטו אלס איד פארשטיין די זעלבע לגבי אידישע געברויכן. פארשטייט זיך ווילאנג ס'איז אויף אן אפגעהיטענע וועג.

1) די רבנים, שטאטישע באאמטע, דאקטורים/הצלה, זענען אלע אויף די זעלבע פעידזש היינט צוטאגס
2) ארויסגיין פריוואט שפאצירען אויף ליידיגע גאסען איז נישט קיין סכנה פון אריבערכאפען,
משא"כ CLOSE CONTACT
ווי למשל דאווענען צוזאמען, SHOPPING צוזאמען
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

Re: די פאררעטער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:49 pm

אינטערעסאנטע זאך האט מיר איינע אויפגעמערקט,

מיין טייערער שכן וואס זיצט ערב ובוקר וצהריים אויף וואטסעפ וכדו' ארומלאכענדיג און טרעטנדיג בשאט נפש אויף די ג' חמורות, איז מיר עפעס פרום געווארן אויף דער עלטער! מען דארף פאלגן רבנים!

אה.. ווייל ער איז מער אינפראמירט.... ער ווייסט ווי ריכטיג ס'איז דאס וואס די רבנים שרייען יעצט....
שעפעלע, ווען מיין רבי זאגט אז זיין אויף וואטסעפ מיינט עובר זיין אויף די הארבסטע פון די הארבסטע ביסטו אויך 'גוט אינפארמירט' ווי ריכטיג ער זאגט, סאם האו רייבסטו לצנות פון די אלע פאנאטיקער, וואר?? נישט געבלאקט דיין וואטסעפ דערווייל, ריכטיג??

נישט אז ער איז נישט גערעכט אז מען דארף פאלגן, אבער ביידעוועי, דיין ארומשיקן בילדער און קליפס דורכן יאר וואס פארשעמען מענטשן איז אויך א ענין פון רציחה, נאך מער ווי ווען איינער גייט ארויס מיט א צל של ספק אז ער האט קאראנע און קען אפשר אנשטעקן א אלטן איד (וואס טאר נישט זיין אויפן גאס) וואס האט א 10 פראצענט שאנס צו ווערן האספיטיליזירט וגו', און וואלטסט ווען געמעגט פאלגן דיין רב אין אלגעמיין אויך, נישט נאר צו באשמוצן דיינע ברידער
לעצט פאראכטן דורך זופ מיט קניידל אום מאנטאג מארטש 23, 2020 5:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: די פאררעטער

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:53 pm

וואס האט איינס מיטן צווייטן?
מען טאר נישט האבן וואטסאפ, און איך האב טאקע נישט. און איך האב קיינמאהל נישט געהאט אפילו ווען איך האב נאך געהאט א סמארטפאון.
מען טאר נישט מסר'ן. אמת ויציב. קוק ווי איך האב אייביג באשריגן די קצה המחנה אידן.
אבער נאכאמאהל, מען מוז און מען דארף זיך היטן! עס איז א חיוב גמור!!!
מען קען דא מיינען אז נאר אויסגעפליקטע בערד, געוועזענע חסידים האלטן אז מען דארף פאלגן רבנים. איי מין, קאם אן...
נאך איין נקודה... ארויסגיין אויפן גאס און אהנשטעקן אן עלטערע (אדער אינגע) מענטש איז גארנישט קיין צל ספק. ווי לעבט דער עולם דא אויף אייוועלט? אין א הייל? אונזערע דאקטוירים האבן זיך געבעטן צוויי וואכן ציורק מען זאל שוין מאכן א גאנצע quarantine אז עס זאל נישט געשעהן וואס עס איז שוין געשעהן אין איטאליע. האט מען זיך אויסגעלאכט.
לעצט פאראכטן דורך Kosher Travel אום מאנטאג מארטש 23, 2020 4:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די פאררעטער

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:54 pm

דאס איז חוץ פון דעם וואס עס הייבט זיך בכלל נישט אן! די חברה זענען בכלל נישט מער אינפארמירט, עס איז שקר די גאנצע טאלקינג פוינט!
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: די פאררעטער

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:56 pm

איך האב נישט קיין וואטס עפפ ב"ה און אויך נישט קיין סמארטפאון, וואס דארף איך האלטן, אז מ'האט געצווינגען די רבנים אדער אז אלעס דארף זיין פארמאכט? איינער קען מיך ביטע אפדעיטן??

איך בין נישט אינפארמירט געווארן וויאזוי די 2 האבן שייכות.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די פאררעטער

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:57 pm

Kosher Travel האט געשריבן:וואס האט איינס מיטן צווייטן?
מען טאר נישט האבן וואטסאפ, און איך האב טאקע נישט. און איך האב קיינמאהל נישט געהאט אפילו ווען איך האב נאך געהאט א סמארטפאון.
מען טאר נישט מסר'ן. אמת ויציב. קוק ווי איך האב אייביג באשריגן די קצה המחנה אידן.
אבער נאכאמאהל, מען מוז און מען דארף זיך היטן! עס איז א חיוב גמור!!!
מען קען דא מיינען אז נאר אויסגעפליקטע בערד, געוועזענע חסידים האלטן אז מען דארף פאלגן רבנים. איי מין, קאם אן...

ווער רעדט פון דיר? פארוואס דארפסטו דיר א גאנצן צייט אויסשליסן, מען רעדט פון די פון וועם מען רעדט און נישט פון אזעלכע ווי דו.
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די פאררעטער

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:59 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב נישט קיין וואטס עפפ ב"ה און אויך נישט קיין סמארטפאון, וואס דארף איך האלטן, אז מ'האט געצווינגען די רבנים אדער אז אלעס דארף זיין פארמאכט? איינער קען מיך ביטע אפדעיטן??

איך בין נישט אינפארמירט געווארן וויאזוי די 2 האבן שייכות.

קלאר אז מען האט שטארק געפרעשורט די רבנים, און די פרעשור איז נישט געקומען פון ערליכע אידן, נאר פון די "מער אינפארמירטע" אידן...

און בנוגע פאלגן, דארף מען לכאורה פאלגן זיין רב, רבי, דיין וואס ער נוצט פאר זיינע אנדערע שאלות.
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום מאנטאג מארטש 23, 2020 5:01 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

אביסל טיפער
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

Re: די פאררעטער

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:00 pm

זופ מיט קניידל האט געשריבן:אינטערעסאנטע זאך האט מיר איינע אויפגעמערקט,

מיין טייערער שכן וואס זיצט ערב ובוקר וצהריים אויף וואטסעפ וכדו' ארומלאכענדיג און טרעטנדיג בשאט נפש אויף די ג' חמורות, איז מיר עפעס פרום געווארן אויף דער עלטער! מען דארף פאלגן רבנים!

אה.. ווייל ער איז מער אינפראמירט.... ער ווייסט ווי ריכטיג ס'איז דאס וואס די רבנים שרייען יעצט....
שעפעלע, ווען מיין רבי זאגט אז זיין אויף וואטסעפ מיינט עובר זיין אויף די הארבסטע פון די הארבסטע ביסטו אויך 'גוט אינפארמירט' ווי ריכטיג ער זאגט, סאם האו רייבסטו לצנות פון די אלע פאנאטיקער, וואר?? נישט געבלאקט דיין וואטסעפ דערווייל, ריכטיג??

און ביידעוועי, דיין ארומשיקן בילדער און קליפס דורכן יאר וואס פארשעמען מענטשן איז אויך א ענין פון רציחה, נאך מער ווי ווען איינער גייט ארויס מיט א צל של ספק אז ער האט קאראנע און קען אפשר אנשטעקן א אלטן איד (וואס טאר נישט זיין אויפן גאס) וואס האט א 10 פראצענט שאנס צו ווערן האספיטיליזירט וגו',

גוט געשריבן נאר זאג עס ארויס קלאר. ווען עס קומט צי גיין דאווענען אין בית המדרש מיט מנין אין גיין אין מקווה שרייט ער אז מען דארף פאלגן רבנים. אבער פארמאכן וואטסעפפ דאס נישט! וד"ל
תורה איז די בעסטע סחורה

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: די פאררעטער

תגובהדורך מחנך » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:02 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב נישט קיין וואטס עפפ ב"ה און אויך נישט קיין סמארטפאון, וואס דארף איך האלטן, אז מ'האט געצווינגען די רבנים אדער אז אלעס דארף זיין פארמאכט? איינער קען מיך ביטע אפדעיטן??

איך בין נישט אינפארמירט געווארן וויאזוי די 2 האבן שייכות.

קלאר אז מען האט שטארק געפרעשורט די רבנים, און די פרעשור איז נישט געקומען פון ערליכע אידן, נאר פון די "מער אינפארמירטע" אידן...


קלאר אז נישט! א גאנצע ווינט געווארן אז אינטערנעט שרייבערס גייען אראפמאלן רבנים ווי קאוערדס וואס לאזן זיך אונטערדרוקען פון אפאר "אינפארמירטע" מענטשען, שוין לאנג נישט געווען אזא בזיון התורה ווי דעס, און די קומען נאך מיט א מכלומרש'ט פרומע לבוש, ס'ברענט זיי פשוט די מנין און מקוה, חרפה און א בושה!

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: די פאררעטער

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:04 pm

Kodak האט געשריבן:סתם להבין וואס גייט פאהר, דיע מענטשען וואס ווערען צדיקים ווען מ'קען מאכען א סקאפ, נעבען מיר וואינט איינער וואס דאווענט אין זעלבע שיל, ער דאווענט קיינמאל נישט מיט מנין, אפילו ביי מיסטעיק, ער קומט שפעט, קאכט אין פעליטיק פארען דאוונען, אינדערוואכען כאפט ער זיך מיט די לעצטע חצות - נאך חצות, דאווענט שמונה עשרה ווען די חזן איז שוין ביי אשרי אדער עלינו, שבת קומט ער אריין ביי נשמת, און דאווענט שמונה עשרה ווען מי'ליינט שוין, און דיע פרייטיק קלינגט ער מיך אויב איך וויל צישטיין צי א מנין שבת ביי א שכן אין דיינינג ראם, ווייל סי'גייט איהם אין לעבען די מנין, כ'אב געזגאט אז סי'איז א סכנה, זאגט ער דו ביסט אוכעט פון די אויפגיקלערטע? מי'דארף האבען מסירות נפש פאר מנין!!!

אזוי קוקען אויס היפעקריטען, פליצלינג דארף מען מסירות נפש פאר א זאך ווואס ער ווייס נישט וויזוי מי'טיט דעיס אפילו....... מוסר נפש זיין אנדערע....

און מאידך גיסא כאפ א בליק אויף די אלע וואס מסר'ן, זיי גייען ארום אין אלע שאפפינג צענטערן יעצט ווען קאראנע בוזשעוועט, זיי 'קויפן קאוועס' אין אלע אנגעשטאפטע גראסערי'ס.

אבער מנין, ביי מנין ווערן זיי פרום, דא ווערן זיי מאן דאמרים און די רבנים'ס פארטרעטער, אויב שטערט זיי אזוי די וויירוס דאן פארוואס זיצן זיי נישט אינדערהיים? פארוואס גייען זיי פונקט אזוי ארום ווי די אנדערע, דער גייט פאר מנין, און דער גייט כאפן די וועלכע דאווענען מיט מנין.

ביידע זענען ראנג, אבער דער וועלכער זוכט צו דאווענען מיט מנין איז מער פארשטענדליך, ווייל פארוואס זאל ער קויפן די דיעות פון די וואטסעפפערס וואס שרייען אויף אים ווען ער זעט אז זיי אליין האלטן נישט איין וואס זיי זאגן?

מנין שאדט נישט, צען מענטשן שאדט.

דעריבער טאר דער וואטסעפער נישט גיין אין די מאלל אדער 'קויפן א קאווע' און דער מעסיגער אידל טאר נישט דאווענען מיט מנין (אויב זיין רב האט אזוי געפסק'נט).

ווען וועט זיך דער עולם אויסלערנען צו מחלק זיין?
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: די פאררעטער

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:06 pm

מחנך האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב נישט קיין וואטס עפפ ב"ה און אויך נישט קיין סמארטפאון, וואס דארף איך האלטן, אז מ'האט געצווינגען די רבנים אדער אז אלעס דארף זיין פארמאכט? איינער קען מיך ביטע אפדעיטן??

איך בין נישט אינפארמירט געווארן וויאזוי די 2 האבן שייכות.

קלאר אז מען האט שטארק געפרעשורט די רבנים, און די פרעשור איז נישט געקומען פון ערליכע אידן, נאר פון די "מער אינפארמירטע" אידן...


קלאר אז נישט! א גאנצע ווינט געווארן אז אינטערנעט שרייבערס גייען אראפמאלן רבנים ווי קאוערדס וואס לאזן זיך אונטערדרוקען פון אפאר "אינפארמירטע" מענטשען, שוין לאנג נישט געווען אזא בזיון התורה ווי דעס, און די קומען נאך מיט א מכלומרש'ט פרומע לבוש, ס'ברענט זיי פשוט די מנין און מקוה, חרפה און א בושה!

און דיר ברענט דיין רב'ס כבוד?

יא, די רבנים ליידן פון פרעשור, סיי פון 'מער אינפארמד' פרומע און סיי פון 'מער אינפארמד' וואטסעפפערס.

אויב ווייסטו נישט דערפון ביסטו ווארשיינליך נישט קיין חסיד.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אביסל טיפער
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

Re: די פאררעטער

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:11 pm

עס איז דא אין מיין די געגנט א בית המדרש ווי דארטן איז דא א שטיקל חדר. אין זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו נעמען קינדער וואס איינער פון זייער משפחה האט קלארע סימפטאנס אין די מענטשן וואס פירן עס זענען די זעלבע וואס האבן אייביג א פראבלעם אז רבנים זענען אינטערגעקויפט מען רעד זיי איין אין אזוי ווייטער. אזוי קוקען זיי זאל זיך די וויירוס פארשפרייטן זאלן אלע ווערן אנגעשטעקט אונז פארשטייען בעסער!
תורה איז די בעסטע סחורה

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: די פאררעטער

תגובהדורך מחנך » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:12 pm

האסט גארנישט פארענטפערט, במחילת כבודך, דו באשטעטיגסט נאר מיינע ווערטער, אראפמאלן אז דעת תורה און רבנים זענען גארנישט, און דאס וועט לאזן אן אפעקט ליידער אויף ווייטער אויך, איך דארף אננעמען וואס אייוועלט שרייבערס זאגען, אבער וואס די רבנים זאגען און שרייבען טאר מען נישט מקבל זיין, ווייל אפאר צייט שטופערס אויף אייוועלט האבען בפירוש געזאגט אז ....

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: די פאררעטער

תגובהדורך א מחי' » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:13 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:אונז האב מיר נאך היינט געדאווענט ב"ה אין א פריוואטע שול מיט א קנאפע מנין, ב"ה געווען זייער א דערהויבענעם דאווענען.
איין גוט ווארט געהערט פון איינע פון די בחורים וואס האבן מיט געדאווענט, "אז אין די יעצטיגע טעג איז ב"ה אלע מנינים אין די בתי מדרשים נאר פון יודן אן קיין סמארט פאונס"

מיין טעגליכע מנין באשטייט פון רוב סמארטפאונס, ליידער.

יא יא! אלעס שטומט שוין..

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די פאררעטער

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:14 pm

מחנך האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב נישט קיין וואטס עפפ ב"ה און אויך נישט קיין סמארטפאון, וואס דארף איך האלטן, אז מ'האט געצווינגען די רבנים אדער אז אלעס דארף זיין פארמאכט? איינער קען מיך ביטע אפדעיטן??

איך בין נישט אינפארמירט געווארן וויאזוי די 2 האבן שייכות.

קלאר אז מען האט שטארק געפרעשורט די רבנים, און די פרעשור איז נישט געקומען פון ערליכע אידן, נאר פון די "מער אינפארמירטע" אידן...


קלאר אז נישט! א גאנצע ווינט געווארן אז אינטערנעט שרייבערס גייען אראפמאלן רבנים ווי קאוערדס וואס לאזן זיך אונטערדרוקען פון אפאר "אינפארמירטע" מענטשען, שוין לאנג נישט געווען אזא בזיון התורה ווי דעס, און די קומען נאך מיט א מכלומרש'ט פרומע לבוש, ס'ברענט זיי פשוט די מנין און מקוה, חרפה און א בושה!

דו באציסט זיך צו מיין תגובה? אויב יא, פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס דו שרייבסט.
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

Re: די פאררעטער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:15 pm

Kosher Travel האט געשריבן:וואס האט איינס מיטן צווייטן?
מען טאר נישט האבן וואטסאפ, און איך האב טאקע נישט. און איך האב קיינמאהל נישט געהאט אפילו ווען איך האב נאך געהאט א סמארטפאון.
מען טאר נישט מסר'ן. אמת ויציב. קוק ווי איך האב אייביג באשריגן די קצה המחנה אידן.
אבער נאכאמאהל, מען מוז און מען דארף זיך היטן! עס איז א חיוב גמור!!!
מען קען דא מיינען אז נאר אויסגעפליקטע בערד, געוועזענע חסידים האלטן אז מען דארף פאלגן רבנים. איי מין, קאם אן...
נאך איין נקודה... ארויסגיין אויפן גאס און אהנשטעקן אן עלטערע (אדער אינגע) מענטש איז גארנישט קיין צל ספק. ווי לעבט דער עולם דא אויף אייוועלט? אין א הייל? אונזערע דאקטוירים האבן זיך געבעטן צוויי וואכן ציורק מען זאל שוין מאכן א גאנצע quarantine אז עס זאל נישט געשעהן וואס עס איז שוין געשעהן אין איטאליע. האט מען זיך אויסגעלאכט.


גם אני מצטרף לדבריך,
אבער דאס באשמוצן די קאמיוניטי איז פיהל ארגער פון אלעם,
קיינער האט נישט געלייקנט אז מען דארף פאלגן רבנים, איך פאלג רבנים מיט די נושא פון וואטסעפ אויכעט, נאר מיין שכן זאל נישט ווערן יעצט א צדיקל ווען מען קען אנכאזערן אונזער קאמיוניטי,
שקויעך למפרע

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

Re: די פאררעטער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:18 pm

א מין היפאקריטיע דא...

דער וואס שרייט אז מען דארף פאלגן די רבנים מיטן פארמאכן די בתי מדרישם, ער פאלגט אויך רוב רובא פון די "רבנים" וואס שרייען אז מען דארף דאווענען מיט מנין טראץ דער מצב? צי דארט גלייבט ער ענדערשער קול מבשר?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די פאררעטער

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:19 pm

מחנך האט געשריבן:האסט גארנישט פארענטפערט, במחילת כבודך, דו באשטעטיגסט נאר מיינע ווערטער, אראפמאלן אז דעת תורה און רבנים זענען גארנישט, און דאס וועט לאזן אן אפעקט ליידער אויף ווייטער אויך, איך דארף אננעמען וואס אייוועלט שרייבערס זאגען, אבער וואס די רבנים זאגען און שרייבען טאר מען נישט מקבל זיין, ווייל אפאר צייט שטופערס אויף אייוועלט האבען בפירוש געזאגט אז ....

דיסקלעימער: איך האב א רב וועמען איך פרעג מיינע זאכן, און גארנישט וואס איך שרייב דא איז נגד דעתו, אדרבה ואדרבה...
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: די פאררעטער

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:28 pm

מ'האלט אין איין דערמאנען "לפי רעגולאציעס", כמעט אוממעגליך אנצוהאלטן אלע רעגולאציעס ווען מען קומט זיך צוזאם אין איין צימער, עספעשילי אין א "קליינע בימה"ד".

#אויבער-חכמים
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום מאנטאג מארטש 23, 2020 5:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אביסל טיפער
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

Re: די פאררעטער

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:28 pm

אינטרעסאנטע פוינט איינער האט אמאל געפרעגט א דיין צו ער מעג שטימען פאר א קאנדידאט וואס לויפט אקעגן זיין קהילה אינדראסירטע קאנדידאט האט אים די דיין גגעענטפערט אז אויב שטימסטע פאר די קהילה אינדראסירטע קאנדידאט אין יענער וועט שאדן מאכן אין מען וועט דיך פרעגן אחר מאה ועשרים פארוואס האסטע געשטימט פאר יענען. וועסטע זאגן אז מיין קהילה האט געהייסן אין אויב פארקערט וואס וועסטע קענען ענטפערן.
די זעלבע זאך איז דא איינער וואס פאלגט די רבנים אפילו זיי זענען אינטער פרעשור. האסטע געפאלגט דיין רב. אבער אויב גייסטע אויף די אייגענע האנט גייסט יא ארויס דאווענען מיט מנין ווייל די פארשטייסט בעסער אין די וויירוס ווערט מער פארשפרייט איז ער עתיד ליתן את הדין!
תורה איז די בעסטע סחורה

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

Re: די פאררעטער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:29 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:מ'האלט אין איין דערמאנען "לפי רעגולאציעס", כמעט אוממעגליך אנצוהאלטן אלע רעגולאציעס ווען מען קומט זיך צוזאם אין איין צימער, עספעשילי אין א "קליינע בימה"ד".

#אויבער-חכמים


און אויך נישט פאר די וואס גייען איינקויפן,

סארא שטותים צו רעדן...

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די פאררעטער

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:30 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:מ'האלט אין איין דערמאנען "לפי רעגולאציעס", כמעט אוממעגליך אנצוהאלטן אלע רעגולאציעס ווען מען קומט זיך צוזאם אין איין צימער, עספעשילי אין א "קליינע בימה"ד".

#אויבער-חכמים

די אלע רבי'ס, רבנים, דיינים וואס דאווענען מיט מנין, זענען אויך אויבער חכמים. גאט יו..
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט