רבותי! זייער א לייכטע עצה עס צי אפשטעלן, נאר מיר קענען!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

מיסתפינא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

רבותי! זייער א לייכטע עצה עס צי אפשטעלן, נאר מיר קענען!

תגובהדורך מיסתפינא » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 4:11 pm

טייערע אידן! אין בעט אייך!

איבער טויזענט מענטשן האבן היינט געשטארבן אין רעזולטאט פון די קראנא וויירוס

אידן! נעמט'ס עס נישט פאר לייכט, גייט אריין אין די שטובער, זאגט'ס תהלים, דאווענט'ס, טוט'ס תשובה, פאררעכט'ס אייערע דרכים, זייט'ס נישט פארנומען מיט שטותים!

מען מוז מרבה זיין בלימוד התורה

ליידער איז אין די גאנצע וועלט תלמידי תורה פארשלאסן, עס איז נישטא קיין קול תורה אין די חדרים, אין די ישיבות.

מען בעט יעדע מיט עפעס א יוניק געדאנק, ווי אזוי צי מרבה זיין מיט לימוד תורה פאר קינדער, אז די קול תורה זאל נישט זיין חלילה אפגעשטילט אין אזא קריטישע צייט.

אפשר עפעס א קול מבשר אפטיילונג מיט קינדער? עפעס א טעלעפאנישע טעכנעלאגיע?

רבותי! דאס איז קריטיש! די וויירוס איז שוין ארויס פון קאנטראל, מען קען עס בדרך הטבע לכאורה שוין נישט אפשטעלן! נאר אונז אידישע קינדער, נאר אונז קענען עס אפשטעלן!


די הרגשה איז אז מען קלאפט פון הימל, און די הרגשה איז אז אויב מען וועט חלילה חלילה חלילה נישט תשובה טוהן, האט דער אייבישטער שטרענגערע מיטלען, ער וויל אונז זאלן תשובה טוהן, ער וויל שוין ברענגן די גאולה!
עדיף חיים בבית, מאשר בבית החיים!

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 4:23 pm

זייער זייער ריכטיג!
וויפיל האט איר שוין געלערנט היינט?!
וויפיל האט איר שוין געטוהן פאר א צווייטע איד היינט?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

חבורת תורתך שעשעי

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 4:43 pm

שֶׁלֹּא יְבוּטַל הַתָּמִיד!

לכבוד חברינו היקרים חברי חבורת "תורתך שעשועי".

אין ליכט פון דעם יעצטיגן פרעצעדענטלאזן מצב ווען אלע בתי כנסיות און בתי מדרשים פון איבער גרעיטער ניו יארק זענען ליידער פארשלאסן, עד יעבור זעם בקרוב, און עס איז פארמיטן צו קענען זיך צונויפקומען מיט די קביעות'דיגע חברותא צום טעגליכן שיעור.

ונוסף גם הוא: אז אין די יעצטיגע שווערע טעג, ווען ס'הערשט אזא גזירה מן השמים פאדערט זיך נאך פיל מער די געוואלדיגע זכותים פון עסק התורה פונעם גאנצן ציבור, און חלילה אז מ'זאל אין די טעג נאכלאזן אדער פארפאסן דעם קביעות'דיגן שיעור.

מעלדן מיר א ספעציעלן נומער וואו מ'קען זיך מסדר זיין א אייגענע "חברותא קאנפרענץ", צו לערנען מיט א חברותא סיי וועלכע צייט אין טאג, אדער מערערע חבורותות אויף איין מאל.

מען קען רופען פון סיי-וואו און סיי-ווען אויף דעם נומער: 605-313-4820, מ'קלויבט זיך אליינס סיי וועלכע פינף אדער זעקס נומערן אלס 'פין נומער' (און דערנאך #), וואס יעדער פון די חברותא לייגט אריין, און דאן ווערט מען באהאפטן, און מ'קען מען לערנען בחברותא פאר ווי לאנג מ'וויל.

ווען איר זיצט אין שטוב, זייט מייחד די קביעות'דיגע שעה פאר עסק התורה, וואס וועט דינען אלס דער בעסטער חינוך מיטל פאר די אייגענע קינדער.

תּוֹרָה מַגְנָא וּמַצְלָא: בזכות דעם געוואלדיגן זכות פון עסק התורה, וועלן אלע אידן ווערן אפגעהיטן מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה, 'שומר ישראל שמור שארית ישראל, האומרים שמע ישראל', און מיר זאלן בקרוב נתבשר ווערן מיט בשורות טובות, אינאיינעם מיט אחינו בני ישראל בכל מקומות מושבותיהם, אמן.

מיט כבוד

הנהלת תורתך שעשועי

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re:

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 4:44 pm

לעכטל האט געשריבן:זייער זייער ריכטיג!
וויפיל האט איר שוין געלערנט היינט?!
וויפיל האט איר שוין געטוהן פאר א צווייטע איד היינט?!

יור בעסיקלי shotting the messanger.

listen rather to the massage itself.
וואטס, טראמפ ווס. דעמס היי יאר און פיר יאר צוריק
---------------
קארטאפל רעפטלעך, אנקעטע

---------------
שמחי!! בלייב מיט אונז!!
--------------
INM! אייוועלט ניקס מעטטער!
#בארואיג דיין נייגער, און לאז ניקס ווייטער שרייבען דא.

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 6:46 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:זייער זייער ריכטיג!
וויפיל האט איר שוין געלערנט היינט?!
וויפיל האט איר שוין געטוהן פאר א צווייטע איד היינט?!

יור בעסיקלי shotting the messanger.

listen rather to the massage itself.

ער מיינט נישט אים, ער מיינט אונז אלע!
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re:

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 7:53 pm

מה ידידות האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:זייער זייער ריכטיג!
וויפיל האט איר שוין געלערנט היינט?!
וויפיל האט איר שוין געטוהן פאר א צווייטע איד היינט?!

יור בעסיקלי shotting the messanger.

listen rather to the massage itself.

ער מיינט נישט אים, ער מיינט אונז אלע!

מיר קענען טוהן אסאך, מיר קענען:
לערנען תורה,
דאווענען צום אויבערשטן,
זאגן תהילים,
טוהן מצוות,
העלפן איינער דעם אנדערן,
געבן צדקה,
זיך אנפולן מיט אמונה און ביטחון,

די ליסט איז נאך לאנג...
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: רבותי! זייער א לייכטע עצה עס צי אפשטעלן, נאר מיר קענען!

תגובהדורך לב בשר » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 8:58 pm

מיסתפינא האט געשריבן:טייערע אידן! אין בעט אייך!

איבער טויזענט מענטשן האבן היינט געשטארבן אין רעזולטאט פון די קראנא וויירוס

אידן! נעמט'ס עס נישט פאר לייכט, גייט אריין אין די שטובער, זאגט'ס תהלים, דאווענט'ס, טוט'ס תשובה, פאררעכט'ס אייערע דרכים, זייט'ס נישט פארנומען מיט שטותים!

מען מוז מרבה זיין בלימוד התורה

ליידער איז אין די גאנצע וועלט תלמידי תורה פארשלאסן, עס איז נישטא קיין קול תורה אין די חדרים, אין די ישיבות.

מען בעט יעדע מיט עפעס א יוניק געדאנק, ווי אזוי צי מרבה זיין מיט לימוד תורה פאר קינדער, אז די קול תורה זאל נישט זיין חלילה אפגעשטילט אין אזא קריטישע צייט.

אפשר עפעס א קול מבשר אפטיילונג מיט קינדער? עפעס א טעלעפאנישע טעכנעלאגיע?

רבותי! דאס איז קריטיש! די וויירוס איז שוין ארויס פון קאנטראל, מען קען עס בדרך הטבע לכאורה שוין נישט אפשטעלן! נאר אונז אידישע קינדער, נאר אונז קענען עס אפשטעלן!


די הרגשה איז אז מען קלאפט פון הימל, און די הרגשה איז אז אויב מען וועט חלילה חלילה חלילה נישט תשובה טוהן, האט דער אייבישטער שטרענגערע מיטלען, ער וויל אונז זאלן תשובה טוהן, ער וויל שוין ברענגן די גאולה!

זיי נישט אהן קיין פאניק. ב״ה קיין איין איד איז נישט אוועק פון דעם, כן יעזור ד׳ להלאה.
די צרה איז אז אלע בתי מדרשים און מקוואות זענען פארשפארט, און אלע סושי סטארס זענען אפען.

וואס איז וויכטיג ערלעדיגט מען.
מציצה מפה האט די גאווערמענט געזאגט אז ס׳איז א סכנה, אונזער אפראטש איז געווען צו דיפענדן מציצה בפה לויט די געזעץ.

פ״וו דא קען מען נישט האבן גארדס ביי די בתי מדרשים צו אינפארסען גאווערמענט רעגוילעישינס? איז עס נישט וויכטיג?
ירחם המרחם!

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: רבותי! זייער א לייכטע עצה עס צי אפשטעלן, נאר מיר קענען!

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג מארטש 20, 2020 12:28 am

הרב לב, די זאגסט א געדאנק. מען קען אסאך דן זיין, אבער אן ענליכע געדאנק האב איך היינט געהערט פון איינעם, אז די גאווערמענט האט דא געוויזן אז מיט איין קוועטש האבן זיי די גאנצע חרדישע ציבור אין טאש, מען הייבט אן בפה רך, מען האט סך הכל געבעטן אז מען זאל פארשפארן בתי מדרשים. און דאס מיינט אז ווען זיי ווילן דוקא קענען זיי אויך אפשטעלן אלעס אויב מען שטעלט זיך נישט צו צו אנדערע סארט פארלאנגען מיט לימודים וכדומה.

ווען מען שטעלט ווען א שטארקע ווידערשטאנד, און מען זאגט אז אונז קענען בשום אופן פארשפארן בתי מדרשים און חדרים, מען וועט שטעלן גארד'ס, מען וועט אינפארסירן וכו', דעמאלס וואלטן זיי באקומען די מעסעזש אז די אידישע רעליגיע איז אומבויגזאם. סך הכל איז דאס געקומען מכח א בקשה פון די ווייט האוז, קיין געזעץ איז נישט דא אויף פארזאמלונגען אינטער 50

צו איך האלט אלעס וואס יענער האט געזאגט? איך בין מסופק, אבער איך בין סך הכל מעתיק יענעמ'ס ווערטער ליתן חומר למחשבה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רבותי! זייער א לייכטע עצה עס צי אפשטעלן, נאר מיר קענען!

תגובהדורך פאלעסיידס » פרייטאג מארטש 20, 2020 2:21 am

טראק דרייווער האט געשריבן:הרב לב, די זאגסט א געדאנק. מען קען אסאך דן זיין, אבער אן ענליכע געדאנק האב איך היינט געהערט פון איינעם, אז די גאווערמענט האט דא געוויזן אז מיט איין קוועטש האבן זיי די גאנצע חרדישע ציבור אין טאש, מען הייבט אן בפה רך, מען האט סך הכל געבעטן אז מען זאל פארשפארן בתי מדרשים. און דאס מיינט אז ווען זיי ווילן דוקא קענען זיי אויך אפשטעלן אלעס אויב מען שטעלט זיך נישט צו צו אנדערע סארט פארלאנגען מיט לימודים וכדומה.

ווען מען שטעלט ווען א שטארקע ווידערשטאנד, און מען זאגט אז אונז קענען בשום אופן פארשפארן בתי מדרשים און חדרים, מען וועט שטעלן גארד'ס, מען וועט אינפארסירן וכו', דעמאלס וואלטן זיי באקומען די מעסעזש אז די אידישע רעליגיע איז אומבויגזאם. סך הכל איז דאס געקומען מכח א בקשה פון די ווייט האוז, קיין געזעץ איז נישט דא אויף פארזאמלונגען אינטער 50

צו איך האלט אלעס וואס יענער האט געזאגט? איך בין מסופק, אבער איך בין סך הכל מעתיק יענעמ'ס ווערטער ליתן חומר למחשבה.

בדרך הטבע וויל נישט די אמעריקאנע גאווערמענט טשעפענען רעליגיעס סאיז איינע פון די יסודות וויאזוי דעמאקראטיע ארבעט, משע"כ נאורט קארעא סאוויעט רוסלאנד מדינת ישראל וועלכע האט בכלל נישט קיין נארמאלע דעמאקראטיע

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: רבותי! זייער א לייכטע עצה עס צי אפשטעלן, נאר מיר קענען!

תגובהדורך קאטאגאריש » פרייטאג מארטש 20, 2020 2:35 am

אנשטוט יעדער זאל מאכען א נייע אשכול מיט זיין מצוה אדער עבירה פארוואס די צרה איז געקימען אין וואס מען דארף פארעכטען, זאל איינער מאכן אן אנקאנטע מיט אלעס וואס ער קען טראכטן אין יעדער וועט שטימען,

אדער אפשר זאל יעדער פארעכטן וואס ער שפירט אז ער דארף פארעכטען, אין הערן מוסר אין חיזוק פין וועם ער האלט
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: Re:

תגובהדורך נקודהלע » פרייטאג מארטש 20, 2020 10:07 am

לעכטל האט געשריבן:
מה ידידות האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:זייער זייער ריכטיג!
וויפיל האט איר שוין געלערנט היינט?!
וויפיל האט איר שוין געטוהן פאר א צווייטע איד היינט?!

יור בעסיקלי shotting the messanger.

listen rather to the massage itself.

ער מיינט נישט אים, ער מיינט אונז אלע!

מיר קענען טוהן אסאך, מיר קענען:
לערנען תורה,
דאווענען צום אויבערשטן,
זאגן תהילים,
טוהן מצוות,
העלפן איינער דעם אנדערן,
געבן צדקה,
זיך אנפולן מיט אמונה און ביטחון,

די ליסט איז נאך לאנג...

@מה ידידות, כמיין אז וואס טוט זיך איז יא געווען גערעכט...
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, באגלייבט און 19 געסט