שבת קודש פרשת קרונה‎

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 10:51 pm

ווען איז די מולד?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

גליונות לשבת
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 4:43 pm

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך גליונות לשבת » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 10:56 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:ווען איז די מולד?

יום ג' שעה 10 עם 14 דק', 11 חלקים. ראש חודש ביום חמישי.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 11:00 pm

מען גייט אי"ה דאווענען ווי געווענדליך [אפשר מיט א שטערקערע ברען] נאר אנשטאט און שוהל וועט מען דאווענען אונדערהיים

מען וועט שאר מאכן נישט צו פארדרייען די סקעדזשול פון שבת

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 11:41 pm

סאיז נישט פשוט וואס דא גייט פאר.
שבת גייט זיך דער עולם כאפען ווי משטייט.
אן קיין שוהל. מקוה. ראש חודש בענטשען.יוצר פון פרשת החודש. החודש אשר ישועות בו מקיפות :-(

לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך לייבעלע הירש » פרייטאג מארטש 20, 2020 12:46 am

נישט פארגעסן אוועק צי לייגן א סעט לחם משנה פאר שאלעשידעס
דער באשעפער איז נישט דיין זיידע... ער איז דיין טאטע!

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך א טענצל! » פרייטאג מארטש 20, 2020 10:55 am

בעזהשי"ת
קהל חסדי השם ד'קרא-נא
אדרעס: כל אחד בביתו – בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א (יעדער איז א רבי דעם שבת)

זמנים לשבת קודש פר' ויק"פ שבת החודש,
שבת קרא-נא, שבת מברכים, שבת התבודדות וכו' וכו'
קבלת שבת חצי שעה אחר הדלה"נ
עריכת השולחן תיכף אחר התפלה רק להמשפחה
עונג שבת (באטע) תיכף אחר הסעודה רק בני משפחה מגיל ג' ולמעלה
חברת תהלים 8:30 – יחלקו מזונות וקאווע לכל ילדי קהלתינו הק' בבית התבשיל המרכזי ליד הדיינונג רום
תפלת שחרית ברום עם הדרת מלך ביחד עם כל המשפחה בשעה 9:30
קריאת החודש עם חומש נאה ומפואר בשעה 11:15 ותיכף אח"כ תפלת מוסיף
קידושא רבא אחר התפלה בבשר ודגים וכל מטעמים
מנחה ושל"ס חצי שעה אחר זמן הדלה"נ
מעריב מוצש"ק תיכף אחר ברהמ"ז
הבדלה ברום עם בבית התבשיל הנ"ל
מלוה מלכה רבתי לכל ילדי החסידות בשעה 10:30
ויה"ר שנזכה לביאת הגואל בב"א
הנהלהת הקהלה
קרא-נאר דבכל בית ובית

אוועטאר
קאלערדיג
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 04, 2019 4:30 pm

שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך קאלערדיג » פרייטאג מארטש 20, 2020 11:21 am

2020-03-20.png
2020-03-20.png (121.93 KiB) געזעהן 1251 מאל

בן חיים
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 6:34 pm

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך בן חיים » פרייטאג מארטש 20, 2020 11:54 am

איך בין שוין אלעס מוחל אבער וואס וועט זיין מיט די שלש סעודות בילקעס

געבורטסטאג
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך געבורטסטאג » פרייטאג מארטש 20, 2020 1:19 pm

.
צוגעלייגטע
SHABBOS-DURING-CORONAVIRUS.pdf.pdf
(214.87 KiB) דאונלאודעד 208 מאל
ה' הוֹשִׁיעָה הַמֶּלֶךְ יַעֲנֵנוּ בְיוֹם קָרְאונ"א

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3913
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך nmi » פרייטאג מארטש 20, 2020 1:24 pm

בן חיים האט געשריבן:איך בין שוין אלעס מוחל אבער וואס וועט זיין מיט די שלש סעודות בילקעס

שלש סעודות בילקעס האבעך שוין 30 יאר צוריק מוחל געווען.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3913
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך nmi » פרייטאג מארטש 20, 2020 1:25 pm

א טענצל! האט געשריבן:בעזהשי"ת
קהל חסדי השם ד'קרא-נא
אדרעס: כל אחד בביתו – בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א (יעדער איז א רבי דעם שבת)

זמנים לשבת קודש פר' ויק"פ שבת החודש,
שבת קרא-נא, שבת מברכים, שבת התבודדות וכו' וכו'
קבלת שבת חצי שעה אחר הדלה"נ
עריכת השולחן תיכף אחר התפלה רק להמשפחה
עונג שבת (באטע) תיכף אחר הסעודה רק בני משפחה מגיל ג' ולמעלה
חברת תהלים 8:30 – יחלקו מזונות וקאווע לכל ילדי קהלתינו הק' בבית התבשיל המרכזי ליד הדיינונג רום
תפלת שחרית ברום עם הדרת מלך ביחד עם כל המשפחה בשעה 9:30
קריאת החודש עם חומש נאה ומפואר בשעה 11:15 ותיכף אח"כ תפלת מוסיף
קידושא רבא אחר התפלה בבשר ודגים וכל מטעמים
מנחה ושל"ס חצי שעה אחר זמן הדלה"נ
מעריב מוצש"ק תיכף אחר ברהמ"ז
הבדלה ברום עם בבית התבשיל הנ"ל
מלוה מלכה רבתי לכל ילדי החסידות בשעה 10:30
ויה"ר שנזכה לביאת הגואל בב"א
הנהלהת הקהלה
קרא-נאר דבכל בית ובית

דעם שבת קען יעדער איינער גיין מיט א ווייסע בעקיטשע.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך שמו » פרייטאג מארטש 20, 2020 1:57 pm

געטראכט

דער באשעפער וויל זעהן, צו יעדע שבת איז פריילעך, נאר ווייל ס'דא א פיינע מקוה, און טועמי' מ'זינגט ביי לכה דודי, מ'קומט זיך צוזאמם טיש/באטע
שבת צופרי געשמאקע דאווענען וקידושא רבא, און ש"ס ברבים

אדער פשוט ווייל ס'איז שבת קודש, דעריבער איז דער אידעלע פריילעך

די וואך וועלן מיר מגלה דעת זיין, אז דאס וואס מיר זענען אזוי פריילעך יעדן שבת קודש, איז פשוט ווייל 'ישמחו במלכותך שומרי שבת', און נישט בלויז צוליב אלע גוטע זאכן ארום, אוודאי דאס אלעס העלפט צו, אבער די נקודה איז 'ישמחו במלכותך שומרי שבת'
כשמ"ו כן הוא

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך הסרפד » פרייטאג מארטש 20, 2020 2:01 pm

א טענצל! האט געשריבן:בעזהשי"ת
[...]

זייער זיס!

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3913
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך nmi » פרייטאג מארטש 20, 2020 2:35 pm

;l;p-
שמו האט געשריבן:געטראכט

דער באשעפער וויל זעהן, צו יעדע שבת איז פריילעך, נאר ווייל ס'דא א פיינע מקוה, און טועמי' מ'זינגט ביי לכה דודי, מ'קומט זיך צוזאמם טיש/באטע
שבת צופרי געשמאקע דאווענען וקידושא רבא, און ש"ס ברבים

אדער פשוט ווייל ס'איז שבת קודש, דעריבער איז דער אידעלע פריילעך

די וואך וועלן מיר מגלה דעת זיין, אז דאס וואס מיר זענען אזוי פריילעך יעדן שבת קודש, איז פשוט ווייל 'ישמחו במלכותך שומרי שבת', און נישט בלויז צוליב אלע גוטע זאכן ארום, אוודאי דאס אלעס העלפט צו, אבער די נקודה איז 'ישמחו במלכותך שומרי שבת'
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » פרייטאג מארטש 20, 2020 3:42 pm

איינער האט מיר אמאל דערציילט, אז איינמאל האט ער געמוזט זיין שבת אין שפיטאל, און ער איז געווען מורא'דיגע פארלוירן, ער האט נישט געהאט זיין ווארעמע דאווענען, די געשמאקע עסן, די פרייליכע זמירות, מיט וועם צו רעדן אין עבודת ה' וכו'.
אבער פלוצלינג האט ער אנגעהויבן צו כאפן אז ערשט יעצט האט ער די שבת אליין... ער האט נישט די ארום, ער האט די זאך אליין, ער היט שבת! ער טוט נישט קיין מלאכות! ער עסט די סעודת שבת כרצון ה'! ער דאווענט די תפילות!
פשוט, ער טוט וואס דער אייבערשטער וויל פון אים! דאס איז נאך די פרייליכסטע זאך אין די וועלט!
זייט דעמאלטס איז יעדע שבת ביי אים א אנדערע שבת, א נייע שבת, ער ווייסט אז די עיקר איז די זאך אליינס, די פשוט טון וואס דער אייבערשטער פארלאנגט פון אים שבת.

נו, פונקט דאס געט אונז יעצט דער אייבערשטער, אזא מתנה, לאמיר עס אויסנוצן כראוי, און ארויסנעמען דערפון וואס מען דארף, עס זאל זיין חשכות תכלית האור, התרחקות תכלית התקרבות, דער אייבערשטער געט אונז עס לטובה, לאז מיר עס אויסנוצן.
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

עץ השדה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:42 pm

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך עץ השדה » פרייטאג מארטש 20, 2020 5:11 pm

איך מיין די שבת קען מען אנרופען פרשת נגעים וויבאלד קאראנע וויירוס איז א זאך וואס בדד ישב מחוץ למחנה מושבו.
עץ השדה

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג מארטש 20, 2020 5:33 pm


אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך יצחקי » פרייטאג מארטש 20, 2020 6:10 pm

וואס איז די הלכה מיט וואשן די הענט מיט זייף שבת

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2856
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג מארטש 20, 2020 6:13 pm

יצחקי האט געשריבן:וואס איז די הלכה מיט וואשן די הענט מיט זייף שבת

רינדיגע זייף איז מותר

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2856
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג מארטש 20, 2020 6:13 pm

א קאראנע חלה
צוגעלייגטע
IMG_20200320_100003.jpg
IMG_20200320_100003.jpg (55.49 KiB) געזעהן 642 מאל

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך א טענצל! » מוצ"ש מארטש 21, 2020 6:30 pm

הסרפד האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:בעזהשי"ת
[...]

זייער זיס!

נישט מיינס, באקומען אויף אימעיל

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך קעדילעק » זונטאג מארטש 22, 2020 12:18 pm

איך בין נאך דיזזי פון דעם שבת, רוב שבת האט אויסגעזען ווי ... נישט דא צו וואס צו קאמפעירן, ווייל מעודי עד היום הזה האב איך נאך נישט געזען אזא וויסטעניש, אפשר תשעה באב פארטאגס, א מדבר שטילקייט, דא דארט איז געלאפן אן איינצלנער איד, אדער א טאטע מיט א בחור'ל כאפן א מנין אין א בעק יארד אדער פארק..

פרייטאג נאכט, די הייליגע שבת שפרייט אויס אירע לעכטיגע פליגל אונטער דעם פעך שווארצן הימל אויסגעלייגט מיט די בליטשקעדיגע שטערן וואס קוקן ווי אראפ מיט רחמנות בליקן אויף דעם עם סגולה וועלכע גייט אריין אין דעם הייליגן טאג אין אנגסט און שרעק, ווען א טאפעדיגער אנגעצויגנקייט שוועבט אין די לופן פאר דעם אומקלארן עתיד, טויזענטער אידן האבן געאוונט אינדערהיים לויט די הוראה פון זיערע רבנים, אנדערע האבן עגמאכט מנינים אויף סיי וואסארא אנדערע אויסגעהאלטענע וועגן, אבער ארויסגייענדיג צום ליידיגן גאס האט זיך געהערט פון פארטשעס און בעקיארדס די הערליכע קול קול יעקב, די ווארעמע לכה דודי מעלאדיעס האט געהילוכ'ט פון גאסן אוועק, געמישט מיט געפילן פון געגועים און בענקשאפט צום נארמאלן לעבן און צו די הייליגע שולן אין וועלכע דער רבוש"ע וויל נישט מיר זאלן יעצט דאווענען (מפני חטאינו גלינו מעל שולחנינו, מיר דארפן נאר פארשטיין אויפ'ן ווינק און זיך פארבעסערן), ס'האט געשניטן ביז'ן לב השמים, דערנאך די לעבעדיגע לא תבושי'ס, פרייליך און מונטער, אפענע לויב און דאנק צום רבוש"ע, צוזאמען מיט די שמחה פון מקבל זיין פני שבת נקבלה, די פייערדיגע אמן יהא שמי' רבא'ס, עפעס אומבאשרייבליך, ס'האט מיר גענומען צייט צו כאפן פון וואנען די קולות קומען, סש'שטעלט זיך ארויס אז אויף פילע גאסן איז פארגעקומען איינס און דאס זעלבע, אידן זענען ארויס אויף זייער טעראסן און חצרות צו קענען כאפן א תפילה בציבור, און גאנצע גאסן האבן געדאווענט אינאיינעם, פון אלע שיכטן און אלע קרייזן, כאיש אחד בלב אחד, אלע מיט די אויגן געוואנדן לאבינו שבשמים, אך, מי כעמך ישראל..

שבת קודש אינדערפרי, די זעלבע מחזה הוד, צום ערשט א וויסטע ים שטילקייט, די גאסן וואס אכטע אינדערפרי טוט שוין אין א געווענליכער שבת רוישן די גאסן מיט זקנים ונערים, בחורים לויפן לערנען, אינגלעך צו חברה תהלים, ועתה אפילו שועלים לא הילכו בו, יעדע פאר מינוט זעט מען אן אינו יהודי דורכשפאצירן מיט א בלויע מאסקע אויפ'ן געזיכט פארטיפט אין זיין כלי, ענדליך אט קלאפט 9'נע און מ'הייבט אן זען דא דארט לויפט א טאטעלע מיט א בחור'ל, אפילו אן אלטן איד וואו לויפט ער? ערגעץ כאפן א פארזיכערטער מנין'דל, ס'הייבט זיך אן הערן די זעלבע נעימות'דיגע שטימעס ווי נעכטן נאכט, טראץ וואס דיע טעמפעראטור האט גענידערט מיט א צוויי צענדליגער נומערן איבערנאכט, אבער ישראל קדושים גייען אין וואסער און אין פייער פאר'ן טאטן אין הימל.. ביז א קורצע צייט הערט זיך די געשמאקע שבת'דיגער נוסח, "יחיד חי העולמים....", דערנאך א פייערדיגער שוכן עד, ק-ל אדון, פון איין גאס הערט מען א שיינעם חסידי'שן מארש, אפא מינוט שפעטער הערט זיך א קלאסישער לעבעדיגער וואלץ, אט נאך דאס אהט איך נישט ערווארטעט, אפילו "ממקומך" מיט א ווארעמען הארציגן ניגון אזוי אז אלע סטרונעס פון הארץ ווערן צעשאקלט, די יוצרות פון פרשת החודש הילכט אפ איבער די שטילע גאסן ווי קוים א קאר פארט אדורך, אזוי ווייייייטער די גאנצע הייליגע שבת, וועלכער איז א שבת וואס אידן מיט ווייסע בערד זאגן אז זיי געדענקן נישט כדוגמתו..

זאל דער אויבערשטער זיך דערבארעמען אויף אונז און ברענגען משיח שנעל..

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: שבת קודש פרשת החודש

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג מארטש 22, 2020 12:50 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:וויפיל קוגלען מאכט מען דעם שבת?

קוגלען איז געוואנדען וויפיל ספרים מנעמט ארויס. סא אזא שבת האב מיר נישט געמאכט קיין קוגלען זינט מיר האבן ניקס קיין ספר פארמאגאט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22897
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 22, 2020 12:55 pm

דאס איז בלויז א סימן, נישט דער טעם דערויף.

איך האב צוגעלייגט צוויי, איינס פאר החודש, איינס פאר קאראנע.

אוי איז געווען א פרייליכער שבת, כ'האב נישט געוואוסט אז דאס דאווענען קען נעמען אזוי לאנג, קיינער האט נישט געיאגט.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

פארשעי חסיד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:14 pm

Re: שבת קודש פרשת קרונה‎

תגובהדורך פארשעי חסיד » זונטאג מארטש 22, 2020 1:20 pm

איך האב זיך אריינגעגאנבעט אין א פארשפארטע טונקעלע שולכל ווי ס'איז געווען פונקט צען אידן, איינער אויף א טיש.. און ס'האט זיך געפילט א טראפקעלע ווי די אנוסים.. דער רב האט געבעטן נישט צו דאווענען צו הויך.. מ'זאל ח"ו נישט ארויס הערן.. קיינער האט נישט ארויסגערעדט א ווארט אין מיטן דאווענען!
כ'האב באקומען אחרון חזק פאר א באנוס!
דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אביונה, אליעזר ב., בינוני, חכמת חיים, רבותי, שיעלע בהמה און 56 געסט