וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

Growth hacker
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:25 am

אביונה האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:אז מ'זאגט אן די עלטערע אידן זאלן בלייבן אינדערהיים און זיי פאלגן נישט, איז עס זייער אייגענע שולד, קיינער טראגט נישט אויף דעם קיין אחריות נאר זיי זעלבסט

קאמענטארן זענען איבריג.

אז ס'איבריג, פארוואס קאמענטירסטי?
איך בין אבער יא נייגעריג צו פארשטיין מיט וואס די דינגסט דיך דא.

Is that the language a yid or better a human being use
?I DON'T CARE FOR OTHER

?What happened here

זאג
ווען דו האסט סטרעפ אדער פלו, קעירסטו אויך אויף אנדערע אידן, זיצטו אינדערהיים, נוצט נישט קיין שום פאבליק סערוויס???
ווען דו גייסט יעצט אין גראסערי, אפיס, אא"וו, קעירסטו אויך אויף אנדערע אידן??
אויב יא, דאן ביזטו גערעכט,
אבער במציאות רוב כלל ישראל [רוצחים?] אריינגערעכנט דיינע אוסרים, און רוב פון די מענטשהייט, קעירן נישט...... !!!

It's NOT the flue or strept, it's a EPIDEMIC H"Y
? what are you even saying
?Where in the planet are you living

אביונה
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך אביונה » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:26 am

אויף מיין פלאנעט איז עס 'ערלויבט לויטן געזעץ צו דאווענען מיט מנין'....
די באנען פארן, באסעס פארן, נאך דא מענטשן וואס ארבעטן געהעריג
איר האט מורא פאר אייער אייגענער שאטן, באהאלט דיך אינטער די דאכענע, און שריי 'רוצחים'......
נאך עפעס שווער?
לעצט פאראכטן דורך אביונה אום דינסטאג מארטש 24, 2020 11:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:28 am

נחום וואהלינער האט געשריבן:מיי הומבעל אפיניאן
אהן אריין גיין אין די עצם וויכוח לכאן או לכאן - אבער אויב איינער גייט אין גראסערי אדער ארבעט צווישען מענטשען איז נישט st קיין שום סיבה פארן נישט mu דאווענען מיט א מנין וואס שטימט מיט די רעגאלאציעס, ווייניגער ווי 50 מענטשען און social distance.

אויב גייט איר נישט ארויס פון שטוב דעמאלטס הייבט זיך אהן די גאנצע נידון און וויכוח אבער אויב יא זייטשע ביטע מסביר וויאזוי איר זיצט שעות ארוכות צווישען מענטשען אין אפיס אהן קיין פראבלעם אבער פלוצלינג ביי מנין איז עס א פראבלעם

איך גיי ארויס טעגליך ארבעטן אויף די פראנט ליניעס אין די העלטה קעיר אינדעסטריע, איך האב שטארקע שאנסן צו ווערן אנגעשטעקט. זאל איך דאווענען מיט מנין?
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22889
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:28 am

וואס קען מען טאן צו בארואיגן די טאטעס וואס ווערן צופלאצט פונעם אנגעשטויסענעם מצב אין שטוב?

דער טומל דא איז אויסערגעווענליך.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3305
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:29 am

דריידל האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:דער ר' מאשקאוויטש... איז א דיין וואס הונדערטער, אויב נישט טויזענטער פארלאזען זיך אויף אים אין עניני כריתות אויף א טאג טעגליכען פארנעם ער פסק'נט שוין שאלות אין קרית טאהש צענדליגער יאהר. און ווען ער שרייבט די בריוו, מיינט נישט קיינער אז ער האט געזעצט א סנהדרין איבער דעם. יעדער פארשטייט אז דאס איז זיין דעת תורה, וויאזוי ער זעהט די מאורעות הזמן.

די אלע רבנים וואס האבען זייערע שולען אפען, האבען אזוי איינגעזעהן לויט זייער דעת תורה, און דאס מאכט זיי נישט פאר קיין רוצחים

אפשר אויב די "אלע" רבנים וועלן זיך צוזאמענזעצן וועט מען קענען עפעס אויסארבעטן עפעס וואס מען זאל קענען מחייב זיין דעם כלל.

טויזענטער (מיין אריגינאלע נומער איז הונדערטער, און דאס איז זיכער. און די טויזענטער איז אלס א מעגליכקייט. ווען איינער שרייבט אויב נישט, איז דאס א נאמבער וואס איז מעגליך) אויף א טאג טעגליכען פארנעם....... איך האף אז נישט אלעס וואס די שרייבסט, איז מיט אזעלכע ווילדע גוזמאות. און וויפול פארלאזן זיך אויף אים אין חושן משפט שאלות, ווי הלכות רציחה, אפשר צענדליגע טויזענטע? (דאס האסטו פארגעסן צו QUOTE'ן אז איך שרייב אויך אז רבנים וואס לאזען יא דאווענען מיט מנין, אז דאס איז אויך דעת תורה)
איך קען אים נישט און איך מיין נישט ח"ו פוגע זיין בכבודו (גראדע פלעג איך שטארק הנאה האבן פון זיינע ספרים) איך וויל נאר ארויסברענגען וויפול דיין מיינונג איז ווערד ווען די זיכסט נישט צו שרייבן דוקא די אמת. (וואו קומט דא אריין אז איך שרייב נישט די אמת? דאס איז פאר די וואס פאלגען זיינע פסקים, און שוין. איך פרעג אים בכלל נישט, ווייל איך האב א דיין וואס איך פרעג, און איך גיי נישט דיינים שאפפינג לויט וואס איך וויל דאן הערן)
די אמת איז אבער אז רב מאשקאוויטש האט עס קיינמאל נישט געזאגט. דא האסטי די לינק צו זיין בריוו ויסכר פי דוברי שקר
בוי זיך זעלבסט

Growth hacker
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:29 am

ר' יום טוב האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:מיי הומבעל אפיניאן
אהן אריין גיין אין די עצם וויכוח לכאן או לכאן - אבער אויב איינער גייט אין גראסערי אדער ארבעט צווישען מענטשען איז נישט st קיין שום סיבה פארן נישט mu דאווענען מיט א מנין וואס שטימט מיט די רעגאלאציעס, ווייניגער ווי 50 מענטשען און social distance.

אויב גייט איר נישט ארויס פון שטוב דעמאלטס הייבט זיך אהן די גאנצע נידון און וויכוח אבער אויב יא זייטשע ביטע מסביר וויאזוי איר זיצט שעות ארוכות צווישען מענטשען אין אפיס אהן קיין פראבלעם אבער פלוצלינג ביי מנין איז עס א פראבלעם

איך גיי ארויס טעגליך ארבעטן אויף די פראנט ליניעס אין די העלטה קעיר אינדעסטריע, איך האב שטארקע שאנסן צו ווערן אנגעשטעקט. זאל איך דאווענען מיט מנין?

.No you should not.

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך יש בו » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:30 am

ר' יום טוב האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:מיי הומבעל אפיניאן
אהן אריין גיין אין די עצם וויכוח לכאן או לכאן - אבער אויב איינער גייט אין גראסערי אדער ארבעט צווישען מענטשען איז נישט st קיין שום סיבה פארן נישט mu דאווענען מיט א מנין וואס שטימט מיט די רעגאלאציעס, ווייניגער ווי 50 מענטשען און social distance.

אויב גייט איר נישט ארויס פון שטוב דעמאלטס הייבט זיך אהן די גאנצע נידון און וויכוח אבער אויב יא זייטשע ביטע מסביר וויאזוי איר זיצט שעות ארוכות צווישען מענטשען אין אפיס אהן קיין פראבלעם אבער פלוצלינג ביי מנין איז עס א פראבלעם

איך גיי ארויס טעגליך ארבעטן אויף די פראנט ליניעס אין די העלטה קעיר אינדעסטריע, איך האב שטארקע שאנסן צו ווערן אנגעשטעקט. זאל איך דאווענען מיט מנין?

פרעג ר' בנימין לאנדא אדער ר' אליעזר האגער,
די זענען צוויי זענען סיי השקפה רבנים ווי אויך העלט פראפעשינעל'ס
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

Growth hacker
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:33 am

אביונה האט געשריבן:אויף מיין פלאנעט איז עס 'ערלויבט לויטן געזעץ צו דאווענען מיט מנין'....
די באנען פארן,
Empty trains, it's being open for nurses and other emergency first aid employees they should be able to go home
It's being constantly cleaned and it's 100% safe

באסעס פארן, נאך דא מענטשן וואס ארבעטן געהעריג
Only essential business

איר האט מורא פאר אייער אייגענער שאטן, באהאלט דיך אינטער די דאכענע, און שריי 'רוצחים'......
No i do not I have Emuna so I don't have to run away from reality

נאך עפעס שווער?
לעצט פאראכטן דורך Growth hacker אום דינסטאג מארטש 24, 2020 11:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:51 am

סטיטשינער האט געשריבן:אנטשולדיגט די חתונה איז א נייע נושא. אפשר נישט געווען קעירלע'ס און א חילול ה'? מילא מנין און מקווה, פון די יסודות פון אידישקייט. אבער גרויסע פענס'י חתונות אינמיטן שטאט?

אמת, אבער עס איז איראניש ווען משתתפים ביי יענע חתונה, אריינגערעכנט אן ארגאניזאציע וואס האט דארט צוגעשטעלט סעקיוריטי און ארויסגעהאלפן אפיציעל ברעכן דעם געזעץ, שרייען יעצט אז מען דארף פארשפארן אלע בתי מדרשים.

מיסתפינא
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך מיסתפינא » דינסטאג מארטש 24, 2020 1:11 pm

צו געזונט האט געשריבן:די בריוו פון ר' משה שטערנבוך זעהט אויס אז ער אסר'ט בכלל ארויסגיין פון שטוב פאר ווער עס שפירט נישט גוט, און פטר'ט פון די חוב פון מנין אין דזשענעראל

אין ארץ ישראל איז עס א קרימינאלע אקט וואס קען קאסטן טורמע שטראף צי ארויס גיין בכלל פון שטוב פאר ווער עס שפירט זיך נישט גוט.
עדיף חיים בבית, מאשר בבית החיים!

מיסתפינא
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך מיסתפינא » דינסטאג מארטש 24, 2020 1:15 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:אז מ'זאגט אן די עלטערע אידן זאלן בלייבן אינדערהיים און זיי פאלגן נישט, איז עס זייער אייגענע שולד, קיינער טראגט נישט אויף דעם קיין אחריות נאר זיי זעלבסט

קאמענטארן זענען איבריג.

איך האב נישט קיין שום פערזענליכע דעה איבער די מנין שאלה, אזא הארבע שאלה איז בכלל נישט געמאכט פאר אזא דעת בעל הבית, איך בין כפוף בזה צי די דעת תורה פון גדולי הדור.

אבער די טענה וואס אביונה טענה'ט איז הוילע טענה.

לאמיר טראכטן א יונגערמאן א טאטע פון א שטוב פון קינדער, דער יונגערמאן לא עלינו ליידט פון דייעביטיס, אדער איז ער חלילה ל"ע אריבער די ביטערע מחלה, אזא יונגערמאן איז אין א הויעך געפאר ה"י, ער טאקע גייט נישט ארויס פון שטוב, אבער ער זיינע קינדער קען מען נישט איינשפארן, זיי קענען עס באקומען אינדרויסען, און אנשטעקן זייער טאטע ל"ע, וואס קען זיין חלילה טראגיש ה"י.
עדיף חיים בבית, מאשר בבית החיים!

אביונה
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך אביונה » דינסטאג מארטש 24, 2020 1:16 pm

מיסתפינא האט געשריבן:

און וואס טוט דער טאטע ווען איינער פון זיינע קינדער האט ל"ע א פלו, סטרעפ, אדער אנדערע אנשטעקיגע קרענק??.....
און זאג מיר נאר, וועמען שיקט ער אין גראסערי איינקויפן???
דער טאטע האט צוויי ברירות, אדער קען ער אסר'ן זיינע קינדער צו גיין אין ביהמ"ד [ווייס איך פון אזוילכע אויך און איך זעה זיי טאקע נישט אין ביהמ"ד אדער אינעם מנין!], אדער זיי פארשיקן פון שטוב
ער איז רעספאנסיבל אויף זיך, און אויף זיינע קינדער, און זיינע קינדער אויף אים, מער נישט!

שרייען אויף יעדן וואס וויל דאווענען מיט מנין 'רוצחים' האט נישט קיין זין!!
מיט וואס איז דער 'מנין' מער דיין "מערדער", מער ווי די גראסערי, געשעפט, גאס, אא"וו?
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

מיסתפינא
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך מיסתפינא » דינסטאג מארטש 24, 2020 1:33 pm

נאכאמאל, איך באצוה זיך נישט צי דאס עצם נידון, נאר צי דיין טענה.

איך האף אז דו גייסט קיינמאל אין דיין לעבן נישט דורך גיין אזעלכע מיטמאכענישן.

א טאטע וואס איז אריבער לא עלינו שבעה מדורי גיהנם מיט טריעטמענטס, ער איז שוואכער ווי א פלוג (בלי גוזמה), האט אפשר אפילו נישט קיין איבעריג פרוטה צי די נשמה, זאל ער זיין יעצט איינגעשפארט אין שטוב און בעיביסיטען עטליכע קינדער?
עדיף חיים בבית, מאשר בבית החיים!

אביונה
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך אביונה » דינסטאג מארטש 24, 2020 1:35 pm

כ'האב נישט קיין אנונג וואס דו ווילסט
במחילה
איך רעד פון איין זאך און דו פון א צווייטע זאך
ער קען נישט זיין איינגעשפארט??
זאל ער זיי שיקן אין פארק שפילן

וואס האט דאס מיט מיין דאווענען מיט מנין?
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

מיסתפינא
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך מיסתפינא » דינסטאג מארטש 24, 2020 1:38 pm

אביונה האט געשריבן:כ'האב נישט קיין אנונג וואס דו ווילסט
במחילה
איך רעד פון איין זאך און דו פון א צווייטע זאך
ער קען נישט זיין איינגעשפארט??
זאל ער זיי שיקן אין פארק שפילן

וואס האט דאס מיט מיין דאווענען מיט מנין?

יא, אבער אין פארק וועלן זיי זיך באגעגענען מיט דאס יונגל פון א מתפלל.
עדיף חיים בבית, מאשר בבית החיים!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג מארטש 24, 2020 1:40 pm

מיסתפינא האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:כ'האב נישט קיין אנונג וואס דו ווילסט
במחילה
איך רעד פון איין זאך און דו פון א צווייטע זאך
ער קען נישט זיין איינגעשפארט??
זאל ער זיי שיקן אין פארק שפילן

וואס האט דאס מיט מיין דאווענען מיט מנין?

יא, אבער אין פארק וועלן זיי זיך באגעגענען מיט דאס יונגל פון א מתפלל.

און זיי וועלן זיך אויך באגעגענען מיט א יונגל פון א טאטע וואס האט דאס און ווייסט נישט דערפון בכלל...

אביונה
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך אביונה » דינסטאג מארטש 24, 2020 1:40 pm

מיסתפינא האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:כ'האב נישט קיין אנונג וואס דו ווילסט
במחילה
איך רעד פון איין זאך און דו פון א צווייטע זאך
ער קען נישט זיין איינגעשפארט??
זאל ער זיי שיקן אין פארק שפילן

וואס האט דאס מיט מיין דאווענען מיט מנין?

יא, אבער אין פארק וועלן זיי זיך באגעגענען מיט דאס יונגל פון א מתפלל.

און וואס וועט ער טוהן אז ער וועט זיך טרעפן אין גראסערי מיט דעם יונגל, אדער ביים שכן אין בילדונג??? [ניטאמאל ביים שכן, אויב אן ערל האט אנגעכאפט די הענטל פון די אריינגאנג צו זיין בילדונג, איז ער שוין עלול עס צו קריגן, די מנין פונם נעקסטן בלאק וועט נישט ערגער מאכן....]
[דער אייבירשטער זאל רחמנות האבן אויף יענעם, אבער ער איז עניוועי אויף צרות, ווייל בפשטות איז יעדער!!, אפילו זיינע אייגענע קינדער!!, שוין לאנג געווען אין בארירונג מיט א אנגעשטעקטן, נאך סאאאאך בעפאר מען האט געשפארט אלעס]
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג מארטש 24, 2020 2:51 pm

עטליכע קרישקעלעך וואס איך האב נעכטן געהערט:

1. (נישט באשטעטיגט קראנט אבער ראוים הדברים...) הר"ר אלעזר ה. האט געהאט אפן די בית המדרש און מקוה שבת, אזוי ווי דער געזעץ ערלויבט. ערב שבת האבן אים די ה. מיט ש. געקאלט סטראשענען אז אויב מאכט ער נישט צו די בית המדרש דאן גייען זיי רופן פאליס וכדומה, האט ער זיי געלאזט ענדיגן רעדן, און דערנאך זיך אנגערופן אז נאך איין ווארט איך הער פון ענק, רוף "איך" פאליס אויף ענק, אז עט'ס קאלט'ס מיך סטראשענען פאר גארנישט און פארנישט, היות איך טוה אלעס לויט די געזעץ, די חברה האבן איינגעמאכט...

2. אין וויליאמסבורג אין א הארדווער סטאר איז געווען א ריזיגע עולם איינקויפן, מען שטייט אין די ליין און מען שטיפט זיך כמנהג הגעשעפטן, רופט זיך איינער אן, אז עס איז יא דא אזא גרויסע עולם דא, דאן אפשר קען מען שוין מאכן א מנין מנחה? אומר ועושה, איינער רופט אויס הויך, וידבר.... פלוצלינג הערט מען קולות פון אלע זייטן, פיקוח נפש.... הצלת נפשות... מען טאר נישט....

3. (דאס איז שוין אן אמת'ע מעשה), אין א בית המדרש איז געווען א מנין לויט ווי די געזעץ ערלויבט טאקע, איז אנגעקומען איינע פון די שישקע'ס און נעמט זיך שרייען, פיקוח נפש, הצלות נפשות, מען טאר נישט, די געזעץ, רופט זיך איינער אן צו אים, זאג נאר, די דאווענסט אינדערהיים? איך וויל דיך נאר דערמאנען פאר דיר און דיינע חברים, אז פון די קאווע פאר'ן דאווענען ביז די טשולענט מיז נעמען כאטשיג א האלבע שעה........

דערווייל לאמיר טאקע אויספאלגן די געזעץ, און לאמיר זיך היטן אז קיין שום אלטע איד זאל נישט כאפן קיין היס פון אונז חלילה ווען מיר זענען פארקילט, ווייל א פארקילאכט'ס קען זיין פאטאל פאר זיי. השם ירחם. לאמיר האלטן דעם דיסטענ'ס ולה' הישועה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג מארטש 24, 2020 3:08 pm

היות איך האב דא געשריבן זאכן וואס האבן וויי געטוהן אנדערע אידן, וויל איך איעדען איבערבעטן. איך וועל בל"נ פראבירן זיך האלטן נייטראל אין ענינים וואס טוט וויי מענטשן. און אוודאי נישט אריינרעדן בדברים העומדים ברומו של עולם.

להוי ידוע אז איך האב נאר געמיינט גוטס. זיכער האב איך נישט געמיינט לשם נצחון אדער וויי טוהן איעדען. און היות די גאנצע וועלט בכלל און כלל ישראל בפרט, זענען איצטער אין אן עת צרה, וויל איך בעטן מען זאל מיך מוחל זיין בלב שלם. קען זיין מענטשען האבן נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, קען זיין איך האב נישט פארשטאנען. אבער פין די אישית וואס איך האב באקומען, פארשטיי איך אז עס האט וויי געטוהן פאר מענטשען.

והוא רחום יכפר עוון.
לאמיר אלע אין כלל ישראל זיך ליעב האבן, זאל עס זיין פאר א זכות פאר אלע חולי ישראל, ספעציעל איצטער ווען משיח איז ממש מאחורי הכותל.
לעצט פאראכטן דורך Kosher Travel אום דינסטאג מארטש 24, 2020 3:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך אביונה » דינסטאג מארטש 24, 2020 3:13 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:עטליכע קרישקעלעך וואס איך האב נעכטן געהערט:

1. (נישט באשטעטיגט קראנט אבער ראוים הדברים...) הר"ר אלעזר ה. האט געהאט אפן די בית המדרש און מקוה שבת, אזוי ווי דער געזעץ ערלויבט. ערב שבת האבן אים די ה. מיט ש. געקאלט סטראשענען אז אויב מאכט ער נישט צו די בית המדרש דאן גייען זיי רופן פאליס וכדומה, האט ער זיי געלאזט ענדיגן רעדן, און דערנאך זיך אנגערופן אז נאך איין ווארט איך הער פון ענק, רוף "איך" פאליס אויף ענק, אז עט'ס קאלט'ס מיך סטראשענען פאר גארנישט און פארנישט, היות איך טוה אלעס לויט די געזעץ, די חברה האבן איינגעמאכט......

די מעשה וואס איך האב דא ערגעץ דערציילט איבער דעם אלטן רב וואס איז געלאפן אין מקוה פארגאנגענעם פרייטיג, איז טאקע געווען הר"ר אלעזר'ס פאטער.....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מארטש 24, 2020 3:24 pm

מיסתפינא האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:אז מ'זאגט אן די עלטערע אידן זאלן בלייבן אינדערהיים און זיי פאלגן נישט, איז עס זייער אייגענע שולד, קיינער טראגט נישט אויף דעם קיין אחריות נאר זיי זעלבסט

קאמענטארן זענען איבריג.

איך האב נישט קיין שום פערזענליכע דעה איבער די מנין שאלה, אזא הארבע שאלה איז בכלל נישט געמאכט פאר אזא דעת בעל הבית, איך בין כפוף בזה צי די דעת תורה פון גדולי הדור.

אבער די טענה וואס אביונה טענה'ט איז הוילע טענה.

לאמיר טראכטן א יונגערמאן א טאטע פון א שטוב פון קינדער, דער יונגערמאן לא עלינו ליידט פון דייעביטיס, אדער איז ער חלילה ל"ע אריבער די ביטערע מחלה, אזא יונגערמאן איז אין א הויעך געפאר ה"י, ער טאקע גייט נישט ארויס פון שטוב, אבער ער זיינע קינדער קען מען נישט איינשפארן, זיי קענען עס באקומען אינדרויסען, און אנשטעקן זייער טאטע ל"ע, וואס קען זיין חלילה טראגיש ה"י.

אטו בשופטני עסקינן? א טאטע וואס ליידט אויף דייעביטיס לאזט זיינע קינדער ארויסגיין ווען ס'איז זייער מעגליך זיי זאלן אנגעשטעקט ווערן און עס נאכדעם איבערגעבן פאר אים?
איי וואס זאל ער טון? טאקע א גרויס רחמנות, אוןון מ'דארף העלפן אזעלכע אידן אבער וואס מאכט אויס טאמער איך גיי אין שול? טאמער קומט ער אין בארירונג מיט זיינע קינדער טארן זיי אויף קיין פאל ארויסגיין אין גאס.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג מארטש 24, 2020 3:25 pm

א אנדערע גוט ווארט וואס איך האב געהערט אויף ר' אלעזר'ן:
ער איז געשטאנען ביים טיר פון זיין ביהמ"ד בשעת מען האט געדאווענט אינעווייניג, און האט אכט געגעבן עס זאל נישט זיין מער ווי 50 מענטשן אינעווייניג, קומט אן דארטן איינער פון יענע חברה (עיין באשכול הסמוכה כל השמות הנרדפים עליהם...) און גענומען מאכן קולות אז מען טאר נישט דאווענען אין ביהמ"ד וכו', זאגט איהם ר' אלעזר, איך גיב אכטונג אז עס זאל נישט זיין מער ווי פופציג מענטשן אין ביהמ"ד אזוי ווי די רעגירונג האט געהייסן, זאגט יענער חברה'מאן, פופציג מענטשן איז נאר בדיעבד, לכתחילה טאר נישט זיין מער ווי צען מענטשן, רופט זיך אן ר' אלעזר, רבי וועלכע ציצית גייסטו און וועלכע קאפל טראגסטו אויפן קאפ, א לכתחילה'דיגע אדער בדיעבד'דיגע?! דו טוהסט בדיעבד ביי דיינע זאכן און איך ביי מיינע....

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג מארטש 24, 2020 3:27 pm

Kosher Travel האט געשריבן:היות איך האב דא געשריבן זאכן וואס האבן וויי געטוהן אנדערע אידן, וויל איך איעדען איבערבעטן. איך וועל בל"נ פראבירן זיך האלטן נייטראל אין ענינים וואס טוט וויי מענטשן. און אוודאי נישט אריינרעדן בדברים העומדים ברומו של עולם.

להוי ידוע אז איך האב נאר געמיינט גוטס. זיכער האב איך נישט געמיינט לשם נצחון אדער וויי טוהן איעדען. און היות די גאנצע וועלט בכלל און כלל ישראל בפרט, זענען איצטער אין אן עת צרה, וויל איך בעטן מען זאל מיך מוחל זיין בלב שלם. קען זיין מענטשען האבן נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, קען זיין איך האב נישט פארשטאנען. אבער פין די אישית וואס איך האב באקומען, פארשטיי איך אז עס האט וויי געטוהן פאר מענטשען.

והוא רחום יכפר עוון.
לאמיר אלע אין כלל ישראל זיך ליעב האבן, זאל עס זיין פאר א זכות פאר אלע חולי ישראל, ספעציעל איצטער ווען משיח איז ממש מאחורי הכותל.

קודאס לך ידידינו ר' קאושער!!!
להבהרה, קיינער האט ח"ו נישט געמיינט אז איר מיינט לשם נצחון בכלל, כמו שכתבתי לך באישי

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג מארטש 24, 2020 3:28 pm

אביונה האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:עטליכע קרישקעלעך וואס איך האב נעכטן געהערט:

1. (נישט באשטעטיגט קראנט אבער ראוים הדברים...) הר"ר אלעזר ה. האט געהאט אפן די בית המדרש און מקוה שבת, אזוי ווי דער געזעץ ערלויבט. ערב שבת האבן אים די ה. מיט ש. געקאלט סטראשענען אז אויב מאכט ער נישט צו די בית המדרש דאן גייען זיי רופן פאליס וכדומה, האט ער זיי געלאזט ענדיגן רעדן, און דערנאך זיך אנגערופן אז נאך איין ווארט איך הער פון ענק, רוף "איך" פאליס אויף ענק, אז עט'ס קאלט'ס מיך סטראשענען פאר גארנישט און פארנישט, היות איך טוה אלעס לויט די געזעץ, די חברה האבן איינגעמאכט......

די מעשה וואס איך האב דא ערגעץ דערציילט איבער דעם אלטן רב וואס איז געלאפן אין מקוה פארגאנגענעם פרייטיג, איז טאקע געווען הר"ר אלעזר'ס פאטער.....

אפשר ביזטו מיר מסביר פארוואס ווען דו האסט דערציילט די מעשה איז מיר די ערשטע אויפגעשווימען אין געדאנק די געשטאלט פונעם מעליצער רבי'ן שליט"א..?

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג מארטש 24, 2020 3:39 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:היות איך האב דא געשריבן זאכן וואס האבן וויי געטוהן אנדערע אידן, וויל איך איעדען איבערבעטן. איך וועל בל"נ פראבירן זיך האלטן נייטראל אין ענינים וואס טוט וויי מענטשן. און אוודאי נישט אריינרעדן בדברים העומדים ברומו של עולם.

להוי ידוע אז איך האב נאר געמיינט גוטס. זיכער האב איך נישט געמיינט לשם נצחון אדער וויי טוהן איעדען. און היות די גאנצע וועלט בכלל און כלל ישראל בפרט, זענען איצטער אין אן עת צרה, וויל איך בעטן מען זאל מיך מוחל זיין בלב שלם. קען זיין מענטשען האבן נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, קען זיין איך האב נישט פארשטאנען. אבער פין די אישית וואס איך האב באקומען, פארשטיי איך אז עס האט וויי געטוהן פאר מענטשען.

והוא רחום יכפר עוון.
לאמיר אלע אין כלל ישראל זיך ליעב האבן, זאל עס זיין פאר א זכות פאר אלע חולי ישראל, ספעציעל איצטער ווען משיח איז ממש מאחורי הכותל.

קודאס לך ידידינו ר' קאושער!!!
להבהרה, קיינער האט ח"ו נישט געמיינט אז איר מיינט לשם נצחון בכלל, כמו שכתבתי לך באישי

ישר כח פאר דיינע שיינע ווערטער.
אבער... איהר זענט נישט געוועהן די איינציגסטער וואס האט מיך געשריבן אין אישי.
און להוי ידוע, אין אונזער קהילה איז דאווענען מיט מנין פון די וויכטיגסטע זאגן. און מקוה? אפשר גאר די וויכטיגסטע. איינע פון די דיינים בקהילתינו האט מיך שוין געזאגט יארן צירוק, אז אויב איינער פרעגט איהם פאר מען גייט אויף וואקאציע, און ער ווייסט אז ער איז אן ערליכער וואס וועט אויסהערען, האלט ער אז מען טאר נישט גיין אויף וואקאציע אויב מען וועט נישט האבן מנין. און אונזער קהילה האט די רבי נישט געדאווענט מיט מנין די שבת. אבער מיט דעהם אלעם, וויל איך קיינעם נישט מצער זיין. עס איז א גרויסע גזירה איצטער, און זאל השי"ת זיך מרחם זיין אויף אונז אלע. און מיט השי"ת הילף וועלען מיהר אלע מקריב זיין דעהם קרבן פסח אין ירושלים אין צוויי וואכן ארום.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, א גוטן און 30 געסט