וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: Re:

תגובהדורך ביללער » זונטאג מארטש 22, 2020 3:15 pm

כאפצעם האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:די געזעץ איז 50, 10 איז א רעקאמאנדאציע. די גאנצע שולן פארשפארעכץ איז איין שטיק כעלעם.

דעם שבת האב איך געדאווענט מיט א פריוואטן מנין אויף א ריזן דאך. צווישן די משתתפים איז געקומען צו גיין א איד פון איבער די 70 ל"ע. ער איז געלאפן יעדע תפילה שבת צו א צווייטן מנין.

פארמאכן בתי מדרשים איז כעלעם, ווייל זיין בלוט איז הפקר.

אזא מענטש גייט אין גאס, גראסערי, בעקערי וכו' די מנין וועט שוין נישט מעלה ומוריד זיין.

נעמטס ענק טראכטן מיט די קעפלעך, ס'איז אנריעל די דומקייט און תממימות וואס האט איינגענימען דעם עם חכם ונבון.

בכלל, אונזער ארבעט איז צו ווארענען, מ'האט שוין אזאנס צוזאמגעווארענט, ביי נאו איז נישטא ארעכטדענקדער מענטש וואס ווייסט נישט אדעאר נישט געווארנט, יעדער טוט וואס ער האט צו טון, און אויב איינער פאלגט נישט, ס'איז עכט יענעמס דעסיזשען, ווייסט וויפיל מענטש וואס איך הער כסדר דער דאקטער ווארנט זיי אויף מקוה אדער אנדערע זאכן, מאכלים וכדומה און זיי פאלגן נישט, ס'איז אייביג געווען און וועט אייביג זיין. איינער איז א חסיד ופרוש וואס מעג, איינער האט אנדערע חשבונות, ס'איז יענעמס אנלי, און קיינעמס נישט, אויך איז דא אידן וואס האבן זייערע רבנים ומורי דרך און זיי רירן זיך נישט דערפון און אזוי דארף ער טון, און דו טו דיין דעת תורה, אבער דאס אפשטעלן אלעס ווייל אפאר יחידים ווילן פון גארנישט הערן, ס'איז אין לדבר סוף און ווי געזאגט פריער, ס'העלפט זיי נישט ווייל אלעס איז פארט נישט אפגעשפארט

אוועטאר
פערפלוואל
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:47 pm

Re: Re:

תגובהדורך פערפלוואל » זונטאג מארטש 22, 2020 3:34 pm

ביללער האט געשריבן:

איינער קען מיר ביטע מסביר זיין ווי עס קומט דא אריין "יענעמס דעסיזשן", "ס'איז יענעמס אנלי" וכדו'?
מען רעדט דא פון אנשטעקן אנדערע מיט א קרענק וואס גייט זיי הארגענען. גענוג קלאר?!

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3305
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג מארטש 22, 2020 3:48 pm

יענעם'ס דעסיזשאן?
ער קאן הרג'נען איינעם וואס האט א שוואכערע אימיון סיסטעם, וואס יענער איז נישט געגאנגען אין שול, נאר איינקויפן א לאבעל ברויט אין גראסערי
בוי זיך זעלבסט

אביונה
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך אביונה » זונטאג מארטש 22, 2020 4:05 pm

טייערע רייד!!
https://forum.otzar.org/posting.php?mod ... 3&p=609083

דרופתקי דאורייתא האט געשריבן:כבר עמדו בזה שיש חילוק בין שליח לדבר מצוה במקום דשכיח היזקא,
שאינו אלא שליח,
לבין ת"ת בעצמו.

וכבר הזכירו דברי האור שמח בס' משך חכמה ס"פ תרומה ולחביבות הדברים אעתיקנו שוב,
יומא דף לח, א: (ניקנור נעשו נסים לדלתותיו. ת"ר, מה נסים נעשו לדלתותיו? אמרו כשהלך ניקנור להביא דלתות מאלכסנדריא של מצרים, בחזירתו עמד עליו נחשול שבים לטבעו. נטלו אחת מהם והטילוה לים, ועדיין לא נח הים מזעפו. ביקשו להטיל את חברתה) עמד הוא וכרכה, אמר להם הטילוני עמה! (מיד נח הים מזעפו, והיה מצטער על חברתה. כיון שהגיע לנלמה של עכו היתה מבצבצת ויוצאת מתחת דופני הספינה. ויש אומרים, בריה שבים בלעתה והקיאתה ליבשה. ועליה אמר שלמה (שיר השירים א, יז) "קורות בתינו ארזים ברותים" - אל תקרי "ברותים" אלא "ברית ים". לפיכך כל השערים שהיו במקדש נשתנו להיות של זהב) חוץ משערי ניקנור מפני שנעשו בו נסים. ויש אומרים מפני שנחושתן מוצהבת היתה. (רבי אלעזר בן יעקב אומר נחושת קלוניתא היתה, והיתה מאירה כשל זהב).

ונראה הא דלא ניחא ליה בתירוץ קמא כדאמר בפרק הכונס (בבא קמא סא, א): כך מקובלני מבית דין של שמואל הרמתי כל המוסר עצמו למות על דברי תורה אין אומרים דבר הלכה בשמו. "ויסך אותם לה" (בשלמא למאן דאמר הני תרתי, משום דעבד לשם שמים, אלא למאן דאמר טמון באש מאי "ויסך אותם לה"?! - דאמרינהו משמא דגמרא. וכן כאן שמסר עצמו על דבר זה, מפני זה לא היה ראוי להזכיר שמו ושלא להחליפם ודו"ק. וזה שאמר (תהלים טז, ג) "לקדושים אשר בארץ המה ואדירי כל חפצי בם", פירוש, הגבורים אשר כל חפצי אני מוצא בהם "ירבו עצבותם", למה? ש"אחר מהרו" - לילך ולשאול לסנהדרין, "בל אסיך נסכיהם מדם ובל אשא את שמותם על שפתי".

אמנם על תלמוד תורה דרבים צריך למסור עצמו למיתה ולסכן עבור זה. ואדרבא, נענש יהושע מפני שלא עסק בתורה בעת המלחמה. ולכן משה שנתן נפשו על תורה של כל ישראל אמרו שלפיכך נקראת על שמו שנאמר (מלאכי ג, כב) "זכרו תורת משה עבדי" כדדריש במכילתא בשלח ריש פרשה א, יעויין שם. (ד"ה ויקח משה את עצמות יוסף עמו).

יש לעורר גם מיומא עם המעשה עם הלל, שמסר נפשו עם השלג, וכבר דנו בזה.

בקיצור, זה סוגיא לא פשוטה,
וכמדומה שבכל כיוצא בזה, הכלל הוא "צאי לך בעקבי הצאן", מה נהגו כלל ישראל כשבאה לפניהם גזירה כזו,
אז יש לנו בדומה לזה בגמרא על ריב"ל,
יש לנו חת"ס שלא סגר ישיבה של מאות בחורים, הגם שהם מדבקים על ידי "הבל" הדיבור (כלשונו שם),
יש את דברי הגר"א לתלמידו, ועוד ועוד,

אבקשה נא תיאור על סגירת ישיבות ומקומות תורה במגיפת החולירע,
וכיוצא בזה,
כי בינתיים מצאנו כל בתר איפכא.
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

איפכא מיסתבר
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך איפכא מיסתבר » זונטאג מארטש 22, 2020 4:48 pm

איך וויל נאר איין זאך פרעגן די אלע שרייערס, וויפיל מאל זענט עטץ שוין געפארן וועקעישאן אויף א פלאץ ווי ס'איז נישט דא קיין מנין אדער א מקוה?
אדער וויפיל מאל זענט איר אהיים געקומען שפעט און געדאווענט ביים כותל און בכלל נישט געפילט פאר וויכטיג צו גיין זוכן א מנין?

און לאמיר דא קלאר מאכן, איך האלט "נישט" אז:
יודן העכער 60 זאלן גיין אין שול -אפילו איך ווייס קראנט פון 2 פון מיין משפחה העכער די 60 וואס האבן ביידע געהאט 2 טעג אביסל פיבער און דאס איז עס, אלעס איז בעק טו נארמאל.
מ'זאל זיך אפווישן אין א שול האנטוך אדער עסן אייער קוכל און הערינג אין ביהמ"ד.

אין פאקט האב איך "יא":
געבעטן מיין טאטע זאל נישט גיין אין ביהמ"ד
געזען אז מיין ווייב זאל רעדן צו אירע עלטערן אז זיי זאלן בלייבן אינדערהיים
זיך נישט אפגעווישט אין ביהמ"ד האנטוך פאר די לעצטע פאר יאר
נישט געטרונקען בראנפן פון אן אנדערענס גלעזל אפי' ס'איז אלקאהאל
אויס געלערענט מיינע קינדער זיך צו זייפן די הענט ווען מ'קומט אריין פון די גאס וכו'

נאר וואס דען, מיר ווייסן אז דאס איז אלעס נאר השתדלות און אויב השי"ת וויל קען מען שטארבן - און מ'שטארבט - אפי' מרייכערט נישט און מ'מאכט עקסערזייז וכו' וכו', ממילא דארף מען אויסער די השתדלות בדרך הטבע טון השתדלות אין רוחניות, ווי תקון המעשים, צדקה, תפילה וכו' און אויף דעם העלפט נישט צו שפארן שולן נאר עס מאכט עס ערגער.
לפי זה איז לכאורה יעדעם'ס מיינונג געבויט לויט זיין דרגא אין אידישקייט
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג מארטש 22, 2020 4:49 pm

צו געזונט האט געשריבן:יענעם'ס דעסיזשאן?
ער קאן הרג'נען איינעם וואס האט א שוואכערע אימיון סיסטעם, וואס יענער איז נישט געגאנגען אין שול, נאר איינקויפן א לאבעל ברויט אין גראסערי

און וואס איז די היתר צו גיין אין שול מיט א קאר, ער קען דאך ח"ו איינעם אראפקלאפן אויפ'ן גאס. ס'איז א גרויסע ספק צו עפ"י תורה און לויט די כללי ההלכה גייט די גאנצע מצב דא אריין אין די גדר אפילו פון א חשש רחוק מאד פון פיקוח נפש.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג מארטש 22, 2020 4:59 pm

מימוני האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי א רב פין א ביהמ"ד קען אויף זיך נעמען די אחריות אין האבן זיין שול אפיציעל אפען, אפילו מיטן זיין אפגעריקט וכדומה.

אנדערע פארשטייען נישט ווי אזוי עסקנים קענען נעמען אויף זיך די אחריות, בפרט אין אזא צייט, צו מבטל זיין תפילה בציבור און עניית אמן יהא שמי' רבא
און צו לייגן פרעשור אויף רבנים וואס האבן יא געוואלט האלטן אפן זייערע בתי מדרשים לויט די רעגולאציעס.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך ליינער » זונטאג מארטש 22, 2020 5:04 pm

ווערטער זענען איבעריג
צוגעלייגטע
IMG-20200322-WA0057.jpg
IMG-20200322-WA0057.jpg (171.65 KiB) געזעהן 558 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג מארטש 22, 2020 5:06 pm

איפכא מיסתבר האט געשריבן:און יעצט צו די רעק"א וואס מ'ברענגט דא צי, אין דעת תורה און הלכה איז א מגיפה ווען ס'שטארבן אין א שטאט פון 500 מענטשן 3 מענטשן אין 3 טעג און עס ווערט געדאפלט לפי ערך 6 פון 1000, 12 פון 2000, 36 פון 6000 א.א.וו.
און דעס רעכנט מען נאר ווען סשטארבן נארמאלע געזונטע מענטשן נישט קראנקע, אלטע און נישט קינדער.
ממילא, ס'קען זיין אז אין איטאליע איז דא א מגיפה אבער היות אין קיין איין יודישע געגענט איז ב"ה נאכנישט געשטארבן לויט דעם חשבון איז דאס נישט א מגיפה. קומט נישט רעק"א אריין דא. און בכלל האט רעק"א נישט געהייסן מ'זאל נישט קומען אין ביהמ"ד נאר מ'זאל מאכן קליינע מנינים קומט עס ווייטער נישט אריין.

און נישט נאר דאס, פון רבי עקיבא אייגער'ס בריוו איז משמע אז די שטאטישע מאגיסטראט האט דארט אינגאנצן געוואלט פארשפארן די בתי מדרשים, און רבי עקיבא אייגער האט זיי גע'עצה'ט אז מ'זאל זיי צוזאגן אז מ'גייט שטעלן פאליציי וואס וועלן אכטונג געבן אז ס'זאל נישט זיין צופיל מענטשן אויף אמאל.

די אלע וואס פירן היינט די מערכה צו צושפארן די בתי מדרשים וואלטן געזאגט אויף רבי עקיבא אייגער זצ"ל אז ער איז חלילה וחס געווען א רוצח און א מאסן מערדער, רח"ל מהאי דעתא.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מארטש 22, 2020 5:09 pm

אנטשולדיג מיר אלע פארן שרייבן אין נישט ריכטיגן אשכול, אבער עס קומט מיר צו לאכן ווען געוויסע ווערן ממש פארלוירן אז זיי האבן עס, ר' איד, כמדומה איר לעבט נאך, איא? וואס ביזטו אזוי דערשראקן, האסט דאך נישט קיין שום קאנדישאן, ביזט דאך יונג און פריש, פשוט ווייל מען האט געמאכט א פאניק מיינסטו אז גייסט שטארבן? דערשרעק זיך נישט, יא ס'איז אומבא'טעם'ט. ס'וועט אבער דורכגיין, גיב עס אפאר טאג און איר וועט פארגעסן איר האט עפעס געהאט...

פארשטייט זיך ס'נעמט נישט אוועק אז מען דארף טון וואס מען דארף. אבער די פאניק אז "יוי, כ'האב עס"... איז פשוט דאס, א פאניק אטאקע גארנישט מער.

איפכא מיסתבר
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך איפכא מיסתבר » זונטאג מארטש 22, 2020 5:11 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:יענעם'ס דעסיזשאן?
ער קאן הרג'נען איינעם וואס האט א שוואכערע אימיון סיסטעם, וואס יענער איז נישט געגאנגען אין שול, נאר איינקויפן א לאבעל ברויט אין גראסערי

און וואס איז די היתר צו גיין אין שול מיט א קאר, ער קען דאך ח"ו איינעם אראפקלאפן אויפ'ן גאס. ס'איז א גרויסע ספק צו עפ"י תורה און לויט די כללי ההלכה גייט די גאנצע מצב דא אריין אין די גדר אפילו פון א חשש רחוק מאד פון פיקוח נפש.

ווי וואגט איר זיך אזוי צו רעדן? כבר הורה זקן הרה"ג פאר הדור אבי בערקאוויטש ואתו עמו כל היונגעלייטליך שאינם מתפללים במנין כבר זה כמה שנים.
וכן הסכימו כל הבקיאים בהוואטס עפפ......
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג מארטש 22, 2020 5:16 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:אנטשולדיג מיר אלע פארן שרייבן אין נישט ריכטיגן אשכול, אבער עס קומט מיר צו לאכן ווען געוויסע ווערן ממש פארלוירן אז זיי האבן עס, ר' איד, כמדומה איר לעבט נאך, איא? וואס ביזטו אזוי דערשראקן, האסט דאך נישט קיין שום קאנדישאן, ביזט דאך יונג און פריש, פשוט ווייל מען האט געמאכט א פאניק מיינסטו אז גייסט שטארבן? דערשרעק זיך נישט, יא ס'איז אומבא'טעם'ט. ס'וועט אבער דורכגיין, גיב עס אפאר טאג און איר וועט פארגעסן איר האט עפעס געהאט...

פארשטייט זיך ס'נעמט נישט אוועק אז מען דארף טון וואס מען דארף. אבער די פאניק אז "יוי, כ'האב עס"... איז פשוט דאס, א פאניק אטאקע גארנישט מער.

רוב מענטשען האבן עס, אבער גייען עס באקומען, און עס גייט זיי גארנישט געשעהן. בערך ווי א מילדע פלו. אבער עס איז סכנות פאר עלטערע מענטשען, דייעבעדיקס וכדומה. איהר זענט גערעכט (זעהט, איך האב רעספעקט פאר אייך, א איד א בן שבעים), פאר רוב מענטשען איז עס גארנישט. אבער עס איז א very serious issue פאר מאנכע.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

willibugy
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך willibugy » זונטאג מארטש 22, 2020 5:38 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:און יעצט צו די רעק"א וואס מ'ברענגט דא צי, אין דעת תורה און הלכה איז א מגיפה ווען ס'שטארבן אין א שטאט פון 500 מענטשן 3 מענטשן אין 3 טעג און עס ווערט געדאפלט לפי ערך 6 פון 1000, 12 פון 2000, 36 פון 6000 א.א.וו.
און דעס רעכנט מען נאר ווען סשטארבן נארמאלע געזונטע מענטשן נישט קראנקע, אלטע און נישט קינדער.
ממילא, ס'קען זיין אז אין איטאליע איז דא א מגיפה אבער היות אין קיין איין יודישע געגענט איז ב"ה נאכנישט געשטארבן לויט דעם חשבון איז דאס נישט א מגיפה. קומט נישט רעק"א אריין דא. און בכלל האט רעק"א נישט געהייסן מ'זאל נישט קומען אין ביהמ"ד נאר מ'זאל מאכן קליינע מנינים קומט עס ווייטער נישט אריין.

און נישט נאר דאס, פון רבי עקיבא אייגער'ס בריוו איז משמע אז די שטאטישע מאגיסטראט האט דארט אינגאנצן געוואלט פארשפארן די בתי מדרשים, און רבי עקיבא אייגער האט זיי גע'עצה'ט אז מ'זאל זיי צוזאגן אז מ'גייט שטעלן פאליציי וואס וועלן אכטונג געבן אז ס'זאל נישט זיין צופיל מענטשן אויף אמאל.

די אלע וואס פירן היינט די מערכה צו צושפארן די בתי מדרשים וואלטן געזאגט אויף רבי עקיבא אייגער זצ"ל אז ער איז חלילה וחס געווען א רוצח און א מאסן מערדער, רח"ל מהאי דעתא.

מהכי תיתי.?
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך פארווייטאגט » זונטאג מארטש 22, 2020 6:18 pm

אפשר פארקערט האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:מ'האט זיי סתם איינגערעדט
ס'יז געפעלשט
די 2'טע צעטל וואס מ'האט נישט ארויפגעלייגט זאגט, אז דאס איז נאר פאר די אינסטאנצן, אבער באמת מעג מען אלעס אוואו געהעריג
איינער וואס פארשטייט בעסער. נישט נאר ער זאל טוהן פארקערט, נאר ער זאל אויך הייסן אנדערע
(מען מעג עס פארמעקן)

איך ווייס נישט באמת אויף וועלכע צעטל איהר זאגט אייער ווערטער.

אבער דא פונ'ם מאנטריאל סאטמר שטייט קלאהר אז:
מ'דארף אכטונג געבן.
מ'מעג דאווענען מיט מנין.
מ'דארף האלטען חוקי המדינה פאר אונזער געזונט.

און דאס איז דער געשריי.

אינג און געזונט מעג און זאל דאווענען בציבור ווען מ'קען עס טוען אויף אן אויסגעהאלטענער וועג, ווער לאזט נישט? וואס איז זייערע אינטערעסן?

און נאכאמאל, איינער וואס האט א חשש פון א סימפטום, עלטער פון 65, שוואך אין וואס עס זאל נאר זיין, זאל זיך באהאלטען אפילו פון די אייגענע קינדער.

איינער וואס זיינס א משפחה מיטגליד איז עלטער, אדער שוואך, אבער איז אהנגעוויזען אין איהם, זאל זיך אויך פארשפארן, ער זאל נישט ווערן קיין טרעגער צו זיין משפחה מיטגליד.

ווער נישט, קען גיין דאווענען.... ווער לאזט נישט? די יודענראט?

קענסט מיר אפשר זאגען וויזוי מען קען ליינען לויט די רעגאלאציעס פון די באהערדע אז מען דארף זיין אופגעריגט 6 פיס?

אביסל שווער זיך פארצושטעלען און עקלערן מיט די הענט ווי אזוי מען מאכט אזא זאך.

אפשר וועט מען טאקע מיזן מוותר זיין אויף קריאת התורה? אדער וועט מען טוען אזוי ווי מ'טוט ווען מ'באצאלט אין גראסערי וכדומה.

זאג מיר נישט אז אונזער קהילות האבן פארמאכט שוהל'ן ווייל זיי האבן פאראויס געוואוסט אז עס וועט קומען א 6 פיסיגער תקנה (מ'קען עס נישט רופן גזירה, ווען עס איז געמאכט נאר לטובתינו), און מ'וועט נישט קענען לייכט ליינען, פארדעם האט מען פריער שוין פארמאכט אלעס.......

איך שרייב נאכאמאל. חס ושלום זאל א איד מקיל זיין אין געזונט, פון זיך אדער א צווייטען.

שוהל'ן איז נישט דאס ערשטע פלאץ צו פארמאכן.
אויב יא קען עס נישט זיין ממקור טהור. ותו לא מידי.

ליינער האט געשריבן:ווערטער זענען איבעריג

אודאי. יעדער ווארט איז איבעריג, און גאהר א שטיקל שקר.

ווען האט ער זיך פארשפארט? שרייבט ער דינסטאג. ווייל פון דעמאלס איז ער קראנק.
ווען האבן זיך די שוהל'ן פארמאכט אז ער איז נאך מיט מסירת נפש אריין געקראכן אין מקוה?
נאך אנגעיאגט צו כאפ'ן דער וויירוס, און שוין זיין דינסטאג אין בעט.

ווי זאגט איהר? ווערטער זענען איבעריג......

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מארטש 22, 2020 6:28 pm

קוק אריין די לשון חתם סופר אין די דרשות דף סא ע"ב ער רעדט בשעת המגיפה, ער רעדט ממש פון אונזער מצב, שרייבט ער א לשון
כל זמן שהישיבות בעולם אעפ"י שהציידים רודפים תמיד ואין רגע בלא פגע מ"מ זכות התורה מגין, אבל עתה הלביש עצמו כשועל ליעץ לטוב לבטל כל הישיבות בכל המדינה ואם יביא ח"ו ויגש הרעה והמגפה או דברים שאנו יריאים מיי יגן ביבשה בלי מי תורה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

באריכט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:41 am

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך באריכט » זונטאג מארטש 22, 2020 6:33 pm

פוסק הדור הגהצ ר יחזקאל ראטה, גדולי צדיקי דורינו הגהצ ר משה וואלפסאן ביידע געוועהן אפען שבת (ר וואלפסאן עד חמישים איש)

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך ביללער » זונטאג מארטש 22, 2020 6:35 pm

מי יודע האט געשריבן:קוק אריין די לשון חתם סופר אין די דרשות דף סא ע"ב ער רעדט בשעת המגיפה, ער רעדט ממש פון אונזער מצב, שרייבט ער א לשון
כל זמן שהישיבות בעולם אעפ"י שהציידים רודפים תמיד ואין רגע בלא פגע מ"מ זכות התורה מגין, אבל עתה הלביש עצמו כשועל ליעץ לטוב לבטל כל הישיבות בכל המדינה ואם יביא ח"ו ויגש הרעה והמגפה או דברים שאנו יריאים מיי יגן ביבשה בלי מי תורה

ביטע אויב דו קענסט ברענג אהער די גאנצע דרשה

מימוני
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:19 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך מימוני » זונטאג מארטש 22, 2020 6:35 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:
מימוני האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי א רב פין א ביהמ"ד קען אויף זיך נעמען די אחריות אין האבן זיין שול אפיציעל אפען, אפילו מיטן זיין אפגעריקט וכדומה.

אנדערע פארשטייען נישט ווי אזוי עסקנים קענען נעמען אויף זיך די אחריות, בפרט אין אזא צייט, צו מבטל זיין תפילה בציבור און עניית אמן יהא שמי' רבא
און צו לייגן פרעשור אויף רבנים וואס האבן יא געוואלט האלטן אפן זייערע בתי מדרשים לויט די רעגולאציעס.

איך הער אייער פוינט.
אויב האט א רב געמאכט זיין ריסוירטש, אין נישט מחמת חיסרון ידיעה, געקומען צום החלטה אז זיין ביהמ"ד זאל זיין אפען, קען/טאר מען נישט האבן קיין קשיות אויף איהם.

מימוני
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:19 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך מימוני » זונטאג מארטש 22, 2020 6:40 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:אנטשולדיג מיר אלע פארן שרייבן אין נישט ריכטיגן אשכול, אבער עס קומט מיר צו לאכן ווען געוויסע ווערן ממש פארלוירן אז זיי האבן עס, ר' איד, כמדומה איר לעבט נאך, איא? וואס ביזטו אזוי דערשראקן, האסט דאך נישט קיין שום קאנדישאן, ביזט דאך יונג און פריש, פשוט ווייל מען האט געמאכט א פאניק מיינסטו אז גייסט שטארבן? דערשרעק זיך נישט, יא ס'איז אומבא'טעם'ט. ס'וועט אבער דורכגיין, גיב עס אפאר טאג און איר וועט פארגעסן איר האט עפעס געהאט...

פארשטייט זיך ס'נעמט נישט אוועק אז מען דארף טון וואס מען דארף. אבער די פאניק אז "יוי, כ'האב עס"... איז פשוט דאס, א פאניק אטאקע גארנישט מער.

עס זעט אויס פין אייער שרייבן אז איר האט ב"ה נישט די סימפטאמען אין איר האט נישט א נאנטער וואס האט דאס.
איז דאס וואר?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג מארטש 22, 2020 6:41 pm

דאס איז דער מצב אין שפיטאל היינט, אפי' קימפעטארינס זענען אן די מענער, אבער בתי מדרשים און מקוואות מוזן זיין אפן.
ביללער האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:אלע אידן וואס קומען יעצט ל"ע אן אין שפיטאל, קענען די משפחה נישט האבן קיין קאנטאקט מיטן חולה....,
דאס איז יעצט דער מצב און מציאות....

דאס אליינס איז ביטערער ווי ביטער, ווייל אויב זיי ווייסן אז מ'קוקט זיי נישט נאך, האבן זיי אביסל פרייע הענט, דארף מען נאך גרעסער רחמי שמים.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך אביונה » זונטאג מארטש 22, 2020 7:08 pm

בערך פינף אזייגער היינט נאכמיטאג, האב איך אדורך שפאצירט בעדפארד דעקאלב, ביים קארנער איז דא דארט אזא שפאנישע קליינע תיפלה, די חברה דארט זענען געהעריג אנגעגאנגען.....
און קיינער מסר'ט נישט...
לעצט פאראכטן דורך אביונה אום זונטאג מארטש 22, 2020 7:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מארטש 22, 2020 7:12 pm

מימוני האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אנטשולדיג מיר אלע פארן שרייבן אין נישט ריכטיגן אשכול, אבער עס קומט מיר צו לאכן ווען געוויסע ווערן ממש פארלוירן אז זיי האבן עס, ר' איד, כמדומה איר לעבט נאך, איא? וואס ביזטו אזוי דערשראקן, האסט דאך נישט קיין שום קאנדישאן, ביזט דאך יונג און פריש, פשוט ווייל מען האט געמאכט א פאניק מיינסטו אז גייסט שטארבן? דערשרעק זיך נישט, יא ס'איז אומבא'טעם'ט. ס'וועט אבער דורכגיין, גיב עס אפאר טאג און איר וועט פארגעסן איר האט עפעס געהאט...

פארשטייט זיך ס'נעמט נישט אוועק אז מען דארף טון וואס מען דארף. אבער די פאניק אז "יוי, כ'האב עס"... איז פשוט דאס, א פאניק אטאקע גארנישט מער.

עס זעט אויס פין אייער שרייבן אז איר האט ב"ה נישט די סימפטאמען אין איר האט נישט א נאנטער וואס האט דאס.
איז דאס וואר?

נאופ, נישט וואר.

אפשר פארקערט
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך אפשר פארקערט » זונטאג מארטש 22, 2020 7:18 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:אנטשולדיג מיר אלע פארן שרייבן אין נישט ריכטיגן אשכול, אבער עס קומט מיר צו לאכן ווען געוויסע ווערן ממש פארלוירן אז זיי האבן עס, ר' איד, כמדומה איר לעבט נאך, איא? וואס ביזטו אזוי דערשראקן, האסט דאך נישט קיין שום קאנדישאן, ביזט דאך יונג און פריש, פשוט ווייל מען האט געמאכט א פאניק מיינסטו אז גייסט שטארבן? דערשרעק זיך נישט, יא ס'איז אומבא'טעם'ט. ס'וועט אבער דורכגיין, גיב עס אפאר טאג און איר וועט פארגעסן איר האט עפעס געהאט...

פארשטייט זיך ס'נעמט נישט אוועק אז מען דארף טון וואס מען דארף. אבער די פאניק אז "יוי, כ'האב עס"... איז פשוט דאס, א פאניק אטאקע גארנישט מער.

רבי יוד איר זענט און א באקס?

רעדט צו מענטשן איינער נאכען אנדערען מען ליגט און בעט מען קען זיך נישט רירען אפי' סאיז נישט קיין סכנה פאר זיי אבער עס איז א ביטערע שווערע וויירוס.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מארטש 22, 2020 7:25 pm

אפשר פארקערט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אנטשולדיג מיר אלע פארן שרייבן אין נישט ריכטיגן אשכול, אבער עס קומט מיר צו לאכן ווען געוויסע ווערן ממש פארלוירן אז זיי האבן עס, ר' איד, כמדומה איר לעבט נאך, איא? וואס ביזטו אזוי דערשראקן, האסט דאך נישט קיין שום קאנדישאן, ביזט דאך יונג און פריש, פשוט ווייל מען האט געמאכט א פאניק מיינסטו אז גייסט שטארבן? דערשרעק זיך נישט, יא ס'איז אומבא'טעם'ט. ס'וועט אבער דורכגיין, גיב עס אפאר טאג און איר וועט פארגעסן איר האט עפעס געהאט...

פארשטייט זיך ס'נעמט נישט אוועק אז מען דארף טון וואס מען דארף. אבער די פאניק אז "יוי, כ'האב עס"... איז פשוט דאס, א פאניק אטאקע גארנישט מער.

רבי יוד איר זענט און א באקס?

רעדט צו מענטשן איינער נאכען אנדערען מען ליגט און בעט מען קען זיך נישט רירען אפי' סאיז נישט קיין סכנה פאר זיי אבער עס איז א ביטערע שווערע וויירוס.

ווער זאגט אז נישט? ווייל ס'איז שווער דארף מען אריין פאלן אין א פאניק?

און דאס איז וואס איז מיר גאר מאדנע, דעם שרעק וואס קומט מיט דערמיט, טאקע צוליב די פאניק וואס מען האט אנגעמאכט, יא ס'איז זייער שווער, אבער גייסט עס דורכמאכן, וואס פאלסטו אריין אין פאניק ווי כאילו מען שטייט א טריט פאר טויט? געוויסע ווערן אזוי היסטעריקאל רבוש"ע.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מארטש 22, 2020 7:47 pm

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:יענעם'ס דעסיזשאן?
ער קאן הרג'נען איינעם וואס האט א שוואכערע אימיון סיסטעם, וואס יענער איז נישט געגאנגען אין שול, נאר איינקויפן א לאבעל ברויט אין גראסערי

און וואס איז די היתר צו גיין אין שול מיט א קאר, ער קען דאך ח"ו איינעם אראפקלאפן אויפ'ן גאס. ס'איז א גרויסע ספק צו עפ"י תורה און לויט די כללי ההלכה גייט די גאנצע מצב דא אריין אין די גדר אפילו פון א חשש רחוק מאד פון פיקוח נפש.

ווי וואגט איר זיך אזוי צו רעדן? כבר הורה זקן הרה"ג פאר הדור אבי בערקאוויטש ואתו עמו כל היונגעלייטליך שאינם מתפללים במנין כבר זה כמה שנים.
וכן הסכימו כל הבקיאים בהוואטס עפפ......

ניין, אבי בערקאוויטש האט נישט אזוי גע'פסק'נט, ער האט איבערגעגעבן די אינפארמאציע פאר אסאך רבנים פון נוי יארק געגענט, און זיי האבן באשלאסן וואס צו טוען און עס געמאלדען דורך בריוון פארן קהילה.
עס סימפל עס דעט.

אויב אייער רב און דיין וועם איר פרעגט די שאלות א גאנץ יאר, זאגט אז מ'זאל דאווענען מיט מנין, זאלסטו דאווענען געזונטער'הייט.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שכל טוב, שתקן און 35 געסט