וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך וואס עפעס? »

איסר האטלקי האט געשריבן:און איך האב געהערט א רעקאדירונג פון א חלק פון דעם קאלל מיט די ווייסע הויז, איינער האט געפרעגט (בבית האדמו"ר מהרי"י) איבער לאזן אפן די שטיבלעך פאר מנינים מיט בלויז 10 מענטשן פער שטיבל, די ענטפער איז געווען ניין. נישט ערלויבט.

שקר!
זיי האבן געזאגט אז טעכניש איז עס כמעט אוממעגליך וויבאלד מען דארף זיין אפגעריקט א סכום פון עטליכע פוס

במציאות האבן זייער אזאך שילן גענומען א שומר דערויף אין אכטונג געגעבן אויף די רעגולאציעס

דער רייסערס ( די וואס ווייסן נאר פון מצוות חילול ה׳ ) וואס רעדן איין די מענטשהייט אז זיי מיינען אויפצוטוהן העלן מער אויפטוהן אויב זיי וועלן משכנע זיין די אלטע אידן צו בלייבן פארשפארט
willibugy
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך willibugy »

דריידל האט געשריבן:
פלעסטיק האט געשריבן:איך האב מיטגעהאלטן א פאל פאריגע וואך ווען א דיין האט געזאגט פאר א עלטערע איד אז ער קען גיין אין מקוה, אנדערע האבן פארגעהאלטן דעם דיין פאר אים זאגן אז ער קען גיין, צוויי טעג שפעטער איז די דיין צוריקגעקומען זאגן אז ער האט נישט געוואוסט אז די מצב איז אזוי ערנסט, וועגן דעם האט ער פריער געזאגט אז ער מעג גיין.
דאס ווייזט אז זייער אסאך וואס האלטן אפען אדער גייען, ווייסן פשוט נישט די סכנה דערפון.

אין די רעגירונג וואס ערלויבט זיך צאמקומען ביז 50 מענטשן צעשפרייט, ווייסט אויך נישט די סכנה דערפון. הא?

אלא מאי קען איינער אריין קומען קלאהר רבנים ווילן סתם צושפארן די בתי מדרשים? סדא אידן ליידער וואס ווילן סתם אזוי זעהן בתי מדרשים צוגעשפארט.? קומטס אריין קלאהר אדרבא.
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re:

תגובה דורך לב בשר »

farshlufen האט געשריבן:דערווייל קוקט מיר אויס אז ביידע זייטן האט א פונקט, ואלו ואלו דברי אלקים חיים.

זיי מסביר וואס איז די פונקט אז מ׳זאל נישט קענען האלטן אפען בתי מדרשים אויף א קאנטראלירטע וועג? (מיר זעען די געשעפטן אפען ווייל ס׳וויכטיג. בתי מדרשים זענען נישט וויכטיג?)
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

איסר האטלקי האט געשריבן:און איך האב געהערט א רעקאדירונג פון א חלק פון דעם קאלל מיט די ווייסע הויז, איינער האט געפרעגט (בבית האדמו"ר מהרי"י) איבער לאזן אפן די שטיבלעך פאר מנינים מיט בלויז 10 מענטשן פער שטיבל, די ענטפער איז געווען ניין. נישט ערלויבט.

אה אזוי האט דער 32 יעריגער אווי בערקאוויטש אליין געזאגט, נאכן שטאמלען 3 מינוט? אקעי כמיין כגיי אנהייבן גיין מיט שאלות צו דעם נייעם פוסק הדור.
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום זונטאג מארטש 22, 2020 10:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך לב בשר »

willibugy האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
פלעסטיק האט געשריבן:איך האב מיטגעהאלטן א פאל פאריגע וואך ווען א דיין האט געזאגט פאר א עלטערע איד אז ער קען גיין אין מקוה, אנדערע האבן פארגעהאלטן דעם דיין פאר אים זאגן אז ער קען גיין, צוויי טעג שפעטער איז די דיין צוריקגעקומען זאגן אז ער האט נישט געוואוסט אז די מצב איז אזוי ערנסט, וועגן דעם האט ער פריער געזאגט אז ער מעג גיין.
דאס ווייזט אז זייער אסאך וואס האלטן אפען אדער גייען, ווייסן פשוט נישט די סכנה דערפון.

אין די רעגירונג וואס ערלויבט זיך צאמקומען ביז 50 מענטשן צעשפרייט, ווייסט אויך נישט די סכנה דערפון. הא?

אלא מאי קען איינער אריין קומען קלאהר רבנים ווילן סתם צושפארן די בתי מדרשים? סדא אידן ליידער וואס ווילן סתם אזוי זעהן בתי מדרשים צוגעשפארט.? קומטס אריין קלאהר אדרבא.

ביים גוי איז א שול א קאמיוניטי סענטער. סא, געשעפטן זענען וויכטיג זאלעס נאך בלייבן אפען, אבער קאמיוניטי סענטערס זאל מען גלייך אינגאנצען פארמאכן. (פ״וו זאל מען פרובירן צו האלטן אפען א אננעסיסערי קאמיוניטי סענטער?..)

ס׳דא אידן, וואוילע אידן, אבער influenced פון די גוישע גאס, וואס קוקן אהן בתי מדרשים ווי ׳קאמיוניטי סענטערס׳. זיי האבן אנגעדרייט די גאנצע מהפיכה.

כאפצעם האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:און איך האב געהערט א רעקאדירונג פון א חלק פון דעם קאלל מיט די ווייסע הויז, איינער האט געפרעגט (בבית האדמו"ר מהרי"י) איבער לאזן אפן די שטיבלעך פאר מנינים מיט בלויז 10 מענטשן פער שטיבל, די ענטפער איז געווען ניין. נישט ערלויבט.

אה אזוי האט דער שנוק אווי בערקאוויטש אליין געזאגט, נאכן שטאמלען 3 מינוט? אקעי כמיין כגיי אנהייבן גיין מיט שאלות צו דעם נייעם פוסק הדור.

׳די ווייסע הויז האט גערופן׳... איז ליצנות עד לב השמים!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: Re:

תגובה דורך פארווייטאגט »

איסר האטלקי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:די געזעץ איז 50, 10 איז א רעקאמאנדאציע. די גאנצע שולן פארשפארעכץ איז איין שטיק כעלעם.

דעם שבת האב איך געדאווענט מיט א פריוואטן מנין אויף א ריזן דאך. צווישן די משתתפים איז געקומען צו גיין א איד פון איבער די 70 ל"ע. ער איז געלאפן יעדע תפילה שבת צו א צווייטן מנין.

פארמאכן בתי מדרשים איז כעלעם, ווייל זיין בלוט איז הפקר.

ווער האט מפקיר געווען זיין בלוט?

דער יענער וואס האט עס מפקיר געווען איז א רוצח, אפילו ער איז א שיינער איד, און שוין איבער די 70.......
willibugy
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך willibugy »

לב בשר האט געשריבן:

נישט געוויסט אז מהאלט ביי אזא מצב וואוילע אידן קוקן אזוי אהן בתי מדרשים, שומו שמים
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך אביונה »

פרידן האט געשריבן:די גרעסטע דיין לעניני רפואה היינט צוטאגס וואס פסק׳נט טעגליך דיני נפשות און מען פרעגט אים פין די גאנצע וועלט איז זיין שול און בארא פארק געווען און איז נאך אלטץ אפען אין ער האט דארט געדאווענט און געזאגט תורה
סארי דעס זאגט עפעס ער איז נאך אזוי באהאווענט ווי די אלע וואטס עפפ פערדן

הגה"צ ר' בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re:

תגובה דורך פארווייטאגט »

כאפצעם האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:און איך האב געהערט א רעקאדירונג פון א חלק פון דעם קאלל מיט די ווייסע הויז, איינער האט געפרעגט (בבית האדמו"ר מהרי"י) איבער לאזן אפן די שטיבלעך פאר מנינים מיט בלויז 10 מענטשן פער שטיבל, די ענטפער איז געווען ניין. נישט ערלויבט.

אה אזוי האט דער 32 יעריגער אווי בערקאוויטש אליין געזאגט, נאכן שטאמלען 3 מינוט? אקעי כמיין כגיי אנהייבן גיין מיט שאלות צו דעם נייעם פוסק הדור.

ווער איז דער אבי בערקאוויטש?

וואס איז זיין עסקנות ביז היינט? איז ער אן ערוועלטען אדער סתם אן עסקן? למשל ווי?
ווי האט ער שוין אויפגעטוען? איך פרעגן דייקא אויפגעטוען און נישט וואס ער האט שוין ערלעדיגט.
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם, קען איינער אפשר פארציילן וואס און ווער דאס איז.

איין זאך איז גלייך צו פארצייכענען.
מ'האט קלאהר געדארפט פאברעצירן א ווינט, ווייל רוב מענטשען האבן בכלל נישט פארשטאנען וואס מ'וויל.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך דריידל »

אביונה האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:די גרעסטע דיין לעניני רפואה היינט צוטאגס וואס פסק׳נט טעגליך דיני נפשות און מען פרעגט אים פין די גאנצע וועלט איז זיין שול און בארא פארק געווען און איז נאך אלטץ אפען אין ער האט דארט געדאווענט און געזאגט תורה
סארי דעס זאגט עפעס ער איז נאך אזוי באהאווענט ווי די אלע וואטס עפפ פערדן

הגה"צ ר' בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש

אוו די זעלבע מיט אבד"ק וואלקאן.
קוקטס מי ומי ההולכים
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
הרב אבא האלבערשטאם
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:36 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך הרב אבא האלבערשטאם »

פרייטאג נאכמיטאג איז מיר אויסגעקומען צו הערן א שיעור פינעם צאנזער דיין אין לעיקוואוד, הרב אלימלך הערש הערשקאוויטש (אן אייניקעל פין ר פישעלע זצל). פרעגט איהם איינער (אינג און געזונט) אויב עס איז דא א מנין פארענט פין זיין הויז צו ער זאל ארויסגיין אויפ'ן פארטש דאווענען. די תירוץ איז געווען א שארפע ניין. בלייב אינדערהיים.
באקומט איין סטאק בלויז פאר'ן זיך איינשרייבן, און "נאכאיינס" פאר'ן מאכן א דעפאזיט!
פלאס איר שטיצט א צווייטע איד
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7078
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך צו געזונט »

די רבנים מיט די אפענע שולען זיינען בעה"ב ביי זייערע שולען, און אלס בעהאווענט אין עניני רפואה, מאכען זיי מן הסתם זיכער אז מען איז אפגערוקט די פארלאנגטע ציפער איינער פון אנדערן.
(אגב, דאס קומט אויס אז א מנין דארף האבען ארום 200 סקווער פוס פאר יעדע מנין)
די גרויסע שולען וועלן דארפען האבען הילף פון די נעשאנעל גארדס אויף צו קענען האלטן די מנינים אין די ציפערן וואס ערלויבט, און אז מען זאל טאקע זיין אפגערוקט איינער פון צווייטן.
2. עס קוקט אויס אז די אלע זאכען וואס איז יא נייטיג איינצוהאלטן זיינען געשריכען אויף כינעזיש, און קיין איינער פארשטייט דאס נישט, און דער עם קשה עורף מיינט אז דאס אלעס איז פארשלאגען פאר די גויים...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך חמרא »

אביונה האט געשריבן:געהערט היינט אויף א געוויסער גאר חשובער רב ובנש"ק אין וויליאמסבורג, א זקן למעלה מתשעים לאויש"ט,
וועלכער מען האט זיך געבעטן ביי אים נישט צו גיין אין מקוה דעם פרייטיג, ער האט זיך נישט געלאזט... ער איז געלאפן אין מקוה....

אויף די יודן, איז מצות 'וחי בהם' חיותם בתורה ומצות, כדברי הישמח משה הידועים...

אויב ווערסטו אזוי נתפעל פון אזא איד, פארוואס שרייבסטו נישט ווער דאס איז?.... איך וויל איהם געבן א קוויטל
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך איסר האטלקי »

וואס עפעס? האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:און איך האב געהערט א רעקאדירונג פון א חלק פון דעם קאלל מיט די ווייסע הויז, איינער האט געפרעגט (בבית האדמו"ר מהרי"י) איבער לאזן אפן די שטיבלעך פאר מנינים מיט בלויז 10 מענטשן פער שטיבל, די ענטפער איז געווען ניין. נישט ערלויבט.

שקר!
זיי האבן געזאגט אז טעכניש איז עס כמעט אוממעגליך וויבאלד מען דארף זיין אפגעריקט א סכום פון עטליכע פוס

במציאות האבן זייער אזאך שילן גענומען א שומר דערויף אין אכטונג געגעבן אויף די רעגולאציעס

דער רייסערס ( די וואס ווייסן נאר פון מצוות חילול ה׳ ) וואס רעדן איין די מענטשהייט אז זיי מיינען אויפצוטוהן העלן מער אויפטוהן אויב זיי וועלן משכנע זיין די אלטע אידן צו בלייבן פארשפארט

ווען האבן די שולן אנגעהויבן שטעלן שומרים און אכטונג געבן? נאך די קאלל פון ווייסן הויז, נאך וואס סאטמאר האט שוין פארמאכט אלע בתי מדרשים. ווען נישט די גאנצע מעשה וואלטן בתי מדרשים געבליבן געהעריג מיט צושטופטע מנינים.
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך לב בשר »

דריידל האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:די גרעסטע דיין לעניני רפואה היינט צוטאגס וואס פסק׳נט טעגליך דיני נפשות און מען פרעגט אים פין די גאנצע וועלט איז זיין שול און בארא פארק געווען און איז נאך אלטץ אפען אין ער האט דארט געדאווענט און געזאגט תורה
סארי דעס זאגט עפעס ער איז נאך אזוי באהאווענט ווי די אלע וואטס עפפ פערדן

הגה"צ ר' בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש

אוו די זעלבע מיט אבד"ק וואלקאן.
קוקטס מי ומי ההולכים

גאלאנטא רבי שליט״א האט אויך געהאלטן אפען.
כ׳מיין אז די מיינונג פון דריי ערנסטע רבנים וואס טוען שוין יארן לאנג למען הכלל זאגט זייער אסאך.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: Re:

תגובה דורך איסר האטלקי »

לב בשר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:און איך האב געהערט א רעקאדירונג פון א חלק פון דעם קאלל מיט די ווייסע הויז, איינער האט געפרעגט (בבית האדמו"ר מהרי"י) איבער לאזן אפן די שטיבלעך פאר מנינים מיט בלויז 10 מענטשן פער שטיבל, די ענטפער איז געווען ניין. נישט ערלויבט.

אה אזוי האט דער שנוק אווי בערקאוויטש אליין געזאגט, נאכן שטאמלען 3 מינוט? אקעי כמיין כגיי אנהייבן גיין מיט שאלות צו דעם נייעם פוסק הדור.

׳די ווייסע הויז האט גערופן׳... איז ליצנות עד לב השמים!

גאווערנער קאומא האט געזאגט אז ער האט זיך אפגערעדט צו פענס אז די חתונות און בתי מדרשים אין ניו יארק זענען ארויס פון אלע גבולים. ער קען נישט פארמינערן די נומערן אין ניו יארק אנדעם וואס די חסידים זאלן איינזיצן.

קאומא איז געווען קליג, ער האט געהאלטן אז דורך א פאן קאלל פון ווייסן הויז וועלן די אידן ענדערש פאלגן ווי דורך א געזעץ פון אים. וכך הוה.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: Re:

תגובה דורך איסר האטלקי »

פארווייטאגט האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:די געזעץ איז 50, 10 איז א רעקאמאנדאציע. די גאנצע שולן פארשפארעכץ איז איין שטיק כעלעם.

דעם שבת האב איך געדאווענט מיט א פריוואטן מנין אויף א ריזן דאך. צווישן די משתתפים איז געקומען צו גיין א איד פון איבער די 70 ל"ע. ער איז געלאפן יעדע תפילה שבת צו א צווייטן מנין.

פארמאכן בתי מדרשים איז כעלעם, ווייל זיין בלוט איז הפקר.

ווער האט מפקיר געווען זיין בלוט?

דער יענער וואס האט עס מפקיר געווען איז א רוצח, אפילו ער איז א שיינער איד, און שוין איבער די 70.......

ווילאנג בתי מדרשים זענען אפן גייען די אלטע אידן גיין. פאקט. דאס האט פאסירט לעצטע וואך און פאסירט נאך ווייטער, בני שבעים שמונים און תשעים זענען געהעריג געגאנגען אין שול.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך אביונה »

חמרא האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:געהערט היינט אויף א געוויסער גאר חשובער רב ובנש"ק אין וויליאמסבורג, א זקן למעלה מתשעים לאויש"ט,
וועלכער מען האט זיך געבעטן ביי אים נישט צו גיין אין מקוה דעם פרייטיג, ער האט זיך נישט געלאזט... ער איז געלאפן אין מקוה....

אויף די יודן, איז מצות 'וחי בהם' חיותם בתורה ומצות, כדברי הישמח משה הידועים...

אויב ווערסטו אזוי נתפעל פון אזא איד, פארוואס שרייבסטו נישט ווער דאס איז?.... איך וויל איהם געבן א קוויטל

אין אישי קען איך דיר זאגן
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך חמרא »

אביונה האט געשריבן:
חמרא האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:געהערט היינט אויף א געוויסער גאר חשובער רב ובנש"ק אין וויליאמסבורג, א זקן למעלה מתשעים לאויש"ט,
וועלכער מען האט זיך געבעטן ביי אים נישט צו גיין אין מקוה דעם פרייטיג, ער האט זיך נישט געלאזט... ער איז געלאפן אין מקוה....

אויף די יודן, איז מצות 'וחי בהם' חיותם בתורה ומצות, כדברי הישמח משה הידועים...

אויב ווערסטו אזוי נתפעל פון אזא איד, פארוואס שרייבסטו נישט ווער דאס איז?.... איך וויל איהם געבן א קוויטל

אין אישי קען איך דיר זאגן

אדרבה
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7078
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך צו געזונט »

עס מוז נישט זיין אז דאס האט סיי וואס מיט "וחי בהם", נאר אוואו אויבען דערמאנט. די אידען האלטן אז דאס מיינט יעדעם, נאר נישט זיי.
דאס איז א סארט מסירת נפש וואס מען וועט נישט דארפען שרייבען אויפן מצבה אלס א מעלה
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך אביונה »

צו געזונט האט געשריבן:עס מוז נישט זיין אז דאס האט סיי וואס מיט "וחי בהם", נאר אוואו אויבען דערמאנט. די אידען האלטן אז דאס מיינט יעדעם, נאר נישט זיי.
דאס איז א סארט מסירת נפש וואס מען וועט נישט דארפען שרייבען אויפן מצבה אלס א מעלה

האלאו,
די אידן האבן אנדערע דאגות ווי דו האסט, און זייער טאג-טעגליכער התנהגות, במחשבה דיבור ומעשה, ענדלט ניטאמאל צו דיינס.. ודי,
סאו, קיינער האט אייך נישט געפרעגט צו ס'איז א מעלה אדער נישט.....
ווען מ'וועט דיך ארויף רופן לאחר מוע"ש, אפשר וועט מען דיך "דארט" פרעגן א מיינונג..
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7078
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך צו געזונט »

קבלתי. אז דו מוזט גיין פערזענליך אויף צו שטופען דיין אגענדע...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

Kosher Travel האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:אזאלעכע חכמים. זייט נישט אלע אזא עם קשה עורף.
אלע רבנים זאגן מען זאל דאווענען אין שטוב. איי א גראסערי איז אפען? איך זעה אין מאנסי איז מען יא שטרענג.
איי די שקצים קריגען זיך אלע אין די פארקס? מיהר זענען שקצים? מיהר האבן די חיוב גמור פון וחי בהם.

שקר!
איך ווייס פון עטליכע שולן וואס זענען געווען אפען און ס'געווען מנין אינאיינעם מיט די רבנים (פארשטייט זיך אז דער עולם איז געווען אויסגעשפרייט איינער פער טיש).

I am sorry, I take it back.
נישט "אלע" רבנים.
רוב רבנים און אדמורי"ם פון גרויסע קהילות.

רבי טייערער, 'רוב רובם' (אויב נישט אלע) אדמורי"ם ורבנים אין וויליאמסבורג האבן געהעריג געדאווענט מיט מנין דעם שב"ק, און א גרויס טייל דערפון זענען געהעריג געגאנגען אין מקוה, איינער פון די גרויסע רבי'ס האב איך אליין געזעהן גיין אין מקוה
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך דריידל »

צו געזונט האט געשריבן:די רבנים מיט די אפענע שולען זיינען בעה"ב ביי זייערע שולען, און אלס בעהאווענט אין עניני רפואה, מאכען זיי מן הסתם זיכער אז מען איז אפגערוקט די פארלאנגטע ציפער איינער פון אנדערן.
(אגב, דאס קומט אויס אז א מנין דארף האבען ארום 200 סקווער פוס פאר יעדע מנין)
די גרויסע שולען וועלן דארפען האבען הילף פון די נעשאנעל גארדס אויף צו קענען האלטן די מנינים אין די ציפערן וואס ערלויבט, און אז מען זאל טאקע זיין אפגערוקט איינער פון צווייטן.
2. עס קוקט אויס אז די אלע זאכען וואס איז יא נייטיג איינצוהאלטן זיינען געשריכען אויף כינעזיש, און קיין איינער פארשטייט דאס נישט, און דער עם קשה עורף מיינט אז דאס אלעס איז פארשלאגען פאר די גויים...

200 סקווער פיס איז גארנישט. יעדע שטיבל ווי מ'דאווענט איז גרעסער פון דעם.
ביסט גערעכט אז אין גרעסערע שולן וואלט געווען זייער שווער צו אינפארסן דיר עולם זאל זיין אפגעריקט, אבער די קלענערע שולן וואס זענען יא געווען אפען זענען בכלל נישט אפגעפרעגט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”