וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1423
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך מארטש 18, 2020 7:48 pm

עס איז א מצוה מפרסם צו זיין.

ממה נפשך אויב איז עס א גוטע זאך דארף מען עס לאזן וויסן.

אויב איז עס א סכנה דארף מען דאס אפשטעלן.

איך האף אז די מנהלים וועלן צולאזן אזא אשכול.
"דאס ריפאבליקען פארטי האט נישט קיין שייכות מיט איסלאם ריפאבליק אף איראן, אזוי אויך דעמאקראטישע סאציאליזם האט נישט קיין שייכות מיט סאציאליזם". (בעריש'ל)

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך שמו » מיטוואך מארטש 18, 2020 7:50 pm

ביטע האט שכל, קיינער זאל נישט ענטפערן ברבים

באישי אפשר


די באהאמטע ווייסן אויך צו פארקוקן (ווייל ס'נישט קיין סכנה)

אבער נאר ווילאנג ס'ווערט נישט איבערגעפילט

טראכט'ס 1000 מאל פאר מ'לייגט ארויס א נאמען פון א שול
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 18, 2020 8:15 pm

נישט כדאי צו מפרסם זיין, ווייל כ'גלייב די סיבה ס'איז אפן איז ווייל מען דאוונט דארט נאר געציילטע אידן פונקט ווי אין דיין דיינונגרום. אויב וועסטו מפרסם זיין וועט דאך דארט ווערן אן אנלויף און מען וועט עס שוין קענען שפארן.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך מארטש 18, 2020 8:24 pm

גא"מ.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

Growth hacker
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך Growth hacker » מיטוואך מארטש 18, 2020 8:32 pm

PLEASE POST, MEN MIKVAH AS WELL SO WE CAN CONTACT AND EDUCATE THE PEOPLE IN CHARGE
לעצט פאראכטן דורך Growth hacker אום מיטוואך מארטש 18, 2020 8:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 18, 2020 8:34 pm

עדיוקעיט אז וואס? אז ס'איז אויסגעהאלטן צו מאכן א מנין מצומצם? דאס דארף מען דיר עדיוקעיטן...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מארטש 18, 2020 8:40 pm

ר' למעלה, קוק צוריק, ער האט קענטיג פארראכטן, ער רעדט פון מקואות וואס זענען נאך אפן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

Growth hacker
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך Growth hacker » מיטוואך מארטש 18, 2020 9:16 pm

די זעלבע הלכה וואס שטייט אז מען דארף דאווענען מיט מנין, די זעלבע הלכה זאגט אז חשש פיקוח נפש איז דוחה די הלכה, פארדעם האבן אלע רבנים געפסקענט אז מען זאל אויספאלגן די אנוויזינגען פון די שטאט, ווען א יוד דאווענט ביחידות אפציהיטן א 60+ יעריגע יוד פון א חשש סכנה איז ער מקיים ועשית ככול אשר יוריך, ואהבת לרעך כמוך, און ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, אנפייפן און מאכן מנינים וואס עלטערע יודן  קומען דארט אזוי ווי סאיז געווען באריכטעט דא,
און כל שכן זיין א חסיד שוטה און לאזן אפען א מקווה גרעניצט זיך מיט ....
 אזוי אויך מעקן ווארנונגען פון דאקטורים און אנדערע שארפע תגבות איז א  סכנהדיגע מהלך וואס  אונזער ציבור איז שוין ליידער דירעקט באטראפן געווארן פון דעם ה"י והקולר תלוי בצאווארו.

קיינער זיכט נישט אנצוזייען א פאניק, אדרבה א יוד טאר נישט פארגעסן אז אונז זעמיר במילא און  די הייליגע באשעפערס הענד, און על כל נשימה ונשימה תהלל יה, און יעדע רגע איז נסים, און זיךמתבונן זיין און דעם אז סאיז נישט דא קיין מציאות אן דעם  אייבערשטען  איז די שטארקסטע סגולה צו זיין אפגעהיטן און נישט אריינפאלן און פאניק ואכ"מ
נאר וואס ווען מען זעהט ערליכע יודן פאלגן נישט די אנווייזונגען  איז בהכרח אז די במזיד אנפייפן די הוראה פון אלע גדולי ישראל און אלע דאקטורים איז חוסר ידיעה און די הארבקייט פון די ענין.

יהי רצון אז און זכות פון בלייבן אינדערהיים אזוי ווי ביי מכות בכורות, זאל די אייבערשטער רחמנות האבן און די וויירוס זאל אויסגיין אויף די גוים.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך מארטש 18, 2020 10:19 pm

און ווערהאאוזעס איז דא מנינים, מען האט פלאץ זיך צי צישפרייטן, ווער געוואור פון חברים, וחברא חברא אית לי'.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

איבערגעדרייטע בענקל
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:20 am

היינט ביי מנחה זעמיר געוואר געווארן איבער א בהמ"ד אין מאנסי וואס האט אינטער גענומען מיטלען אז לעגאל זאלן זיי נישט דארפן שפארן, און די פאליציי לאזט זיי דערווייל זיין אפען.

אריינקומענדיג איז מיר שווארץ געווארן אז רוב פון די מנין זענען עלטערע אידן העכער די שישים וואס לאכען און פויסטען פון די צעדרייטע יונגווארג וואס וויל זיי איינשפארן. איין עלטערע איד כאטשיג אין די זיבעציגערס האט זאגאר געשמועסט מיט זיין חבר אן אנדערען זיידע אז זיינע קינדער לאזן אים נישט ארויס פון זיין הויז צוליב די קאראנע, אבער ברוב חכמתו האט ער זיך ארויסגעכאפט פון שטיעב זאגן קדיש.

איך האב צו דעם איד געוואלט וויינען, ווילסטו אז דיינע קינדער זאלן אויף דיר יעצט דארפן זאגען קדיש?? זייט נישט קיין אויבער חכם!

די אלע וואס האלטן אויפן בתי מדרשים און ווארפן נישט ארויס יעדע אלטע איד בשן ועין איז א רוצח! אין די אלע וואס האבן קרובים עלטערע אידן זעהט צו זעכער מאכען אז זיי כאפן זיך נישט ארויס פון דארט!
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:31 am

א איד האט מיר היינט פארציילט אז ער האט געדאווענט אין ביהמ״ד שינאוו אין מאנסי. איינער האט גערופן די פאליציי. למעשה אזוי ווי סאיז נישט קיין עמטליכע שול האט פאליציי געזאגט אז סמעג לעגאל זיין אפן נאר סטאר נישט זיין מער ווי פופציג מענטשן.

א קליינע שולכל נעבן מיין הויז וואס איז אפן געווענליך נאר שבת גייט פון מארגן מאכן א״ה איין מנין שחרית מנחה און מעריב.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

איבערגעדרייטע בענקל
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:35 am

למדן וצדיק האט געשריבן:א איד האט מיר היינט פארציילט אז ער האט געדאווענט אין ביהמ״ד שינאוו אין מאנסי. איינער האט גערופן די פאליציי. למעשה אזוי ווי סאיז נישט קיין עמטליכע שול האט פאליציי געזאגט אז סמעג לעגאל זיין אפן נאר סטאר נישט זיין מער ווי פופציג מענטשן.

א קליינע שולכל נעבן מיין הויז וואס איז אפן געווענליך נאר שבת גייט פון מארגן מאכן א״ה איין מנין שחרית מנחה און מעריב.


איך האב געהערט אז למעשה האט דער רב פון בהמ"ד מסכים געווען צו פארמאכען, אבער די מקווה בלייבט אפען מיט ציפעדיגע קאלטע וואסער, אסאך כעמיקאלן אויסגעלאשן די לייטס און אהן קיין שויערס, אז נאר דער וואס איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין זאל קומען.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » פרייטאג מארטש 20, 2020 12:38 am

אין בארא פארק הער איך איז סאטמאר ביהמ"ד אויף 52 אפן מלאזט נאר מנינים פון צען מענטשן אויסגעשפרייט. ווען אלע שטיבלעך זענען פיל לאזט מען מער נישט אריין ביז א מנין ענדיגט.

אגב, סתם אויסצוקלארן 'להלכה ולא למעשה'. לעגאל דארף לכאורה א ביהמ"ד בכלל נישט זיין פארשפארט. סטארן זיך נאר נישט צאמקומען מער ווי פופציג מענטשן אדער האלב פון די קעפעסיטי.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך קאטאגאריש » פרייטאג מארטש 20, 2020 2:45 am

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:היינט ביי מנחה זעמיר געוואר געווארן איבער א בהמ"ד אין מאנסי וואס האט אינטער גענומען מיטלען אז לעגאל זאלן זיי נישט דארפן שפארן, און די פאליציי לאזט זיי דערווייל זיין אפען.

אריינקומענדיג איז מיר שווארץ געווארן אז רוב פון די מנין זענען עלטערע אידן העכער די שישים וואס לאכען און פויסטען פון די צעדרייטע יונגווארג וואס וויל זיי איינשפארן. איין עלטערע איד כאטשיג אין די זיבעציגערס האט זאגאר געשמועסט מיט זיין חבר אן אנדערען זיידע אז זיינע קינדער לאזן אים נישט ארויס פון זיין הויז צוליב די קאראנע, אבער ברוב חכמתו האט ער זיך ארויסגעכאפט פון שטיעב זאגן קדיש.

איך האב צו דעם איד געוואלט וויינען, ווילסטו אז דיינע קינדער זאלן אויף דיר יעצט דארפן זאגען קדיש?? זייט נישט קיין אויבער חכם!

די אלע וואס האלטן אויפן בתי מדרשים און ווארפן נישט ארויס יעדע אלטע איד בשן ועין איז א רוצח! אין די אלע וואס האבן קרובים עלטערע אידן זעהט צו זעכער מאכען אז זיי כאפן זיך נישט ארויס פון דארט!


אין אויך טאמער זעסט א איד רייכערן אדער א פעשער עסן קעיק זאלסטו זיי פארשעמען אין נאכשרייען, אזוי אויך איינער וואס קראסט ווען עס איז גרין, אין נישט פארגעסען אויב זעסט איינעם דרייווען אן סיעט בעלטס,

קינדער מיט בייקס אן העלמעטס זאלסטו קאלען די שטאטישע באמטע אז זיי זאלן צינעמען די קינדער
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

Growth hacker
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך Growth hacker » פרייטאג מארטש 20, 2020 3:07 am

קאטאגאריש האט געשריבן:
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:היינט ביי מנחה זעמיר געוואר געווארן איבער א בהמ"ד אין מאנסי וואס האט אינטער גענומען מיטלען אז לעגאל זאלן זיי נישט דארפן שפארן, און די פאליציי לאזט זיי דערווייל זיין אפען.

אריינקומענדיג איז מיר שווארץ געווארן אז רוב פון די מנין זענען עלטערע אידן העכער די שישים וואס לאכען און פויסטען פון די צעדרייטע יונגווארג וואס וויל זיי איינשפארן. איין עלטערע איד כאטשיג אין די זיבעציגערס האט זאגאר געשמועסט מיט זיין חבר אן אנדערען זיידע אז זיינע קינדער לאזן אים נישט ארויס פון זיין הויז צוליב די קאראנע, אבער ברוב חכמתו האט ער זיך ארויסגעכאפט פון שטיעב זאגן קדיש.

איך האב צו דעם איד געוואלט וויינען, ווילסטו אז דיינע קינדער זאלן אויף דיר יעצט דארפן זאגען קדיש?? זייט נישט קיין אויבער חכם!

די אלע וואס האלטן אויפן בתי מדרשים און ווארפן נישט ארויס יעדע אלטע איד בשן ועין איז א רוצח! אין די אלע וואס האבן קרובים עלטערע אידן זעהט צו זעכער מאכען אז זיי כאפן זיך נישט ארויס פון דארט!


אין אויך טאמער זעסט א איד רייכערן אדער א פעשער עסן קעיק זאלסטו זיי פארשעמען אין נאכשרייען, אזוי אויך איינער וואס קראסט ווען עס איז גרין, אין נישט פארגעסען אויב זעסט איינעם דרייווען אן סיעט בעלטס,

קינדער מיט בייקס אן העלמעטס זאלסטו קאלען די שטאטישע באמטע אז זיי זאלן צינעמען די קינדער

?

אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 12, 2012 11:51 am

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך knowledge » פרייטאג מארטש 20, 2020 7:43 am

[img][url]http://ladaat.info/Gilionot/20200321/[316]שערי_מדע_ויקהל_-_פקודי_-_החודש.pdf[/url][/img]

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re:

תגובהדורך לב בשר » פרייטאג מארטש 20, 2020 7:46 am

למדן וצדיק האט געשריבן:אין בארא פארק הער איך איז סאטמאר ביהמ"ד אויף 52 אפן מלאזט נאר מנינים פון צען מענטשן אויסגעשפרייט. ווען אלע שטיבלעך זענען פיל לאזט מען מער נישט אריין ביז א מנין ענדיגט.

אגב, סתם אויסצוקלארן 'להלכה ולא למעשה'. לעגאל דארף לכאורה א ביהמ"ד בכלל נישט זיין פארשפארט. סטארן זיך נאר נישט צאמקומען מער ווי פופציג מענטשן אדער האלב פון די קעפעסיטי.

עפ״י געזעץ דארפן מען נישט פארמאכן די שולן. דאס האבן אונז וואלענטערלי געטון.

קען איינער מיר מסביר זיין פ״וו אלע בתי מדרשים קענען נישט פוקציונירן אזוי ווי סאטמאר 52?
מצידינו זענען אלע גראסעריס און סטארס אפען כאילו לא הי׳ אבער בתי מדרשים און מקוואות, הערמאטיש פארשלאסן.
ביטע נישט ענטפערן די נארישקייטן אז ס׳איז א מגיפה און מענשטען שטארבן אין די גאסן וכו׳. ווייל ס׳איז נישט. ס״ה דארף מען זייער נזהר זיין אז עלטערע אידן זאלן עס נישט בייקומען.
און אודאי נישט ווארפן זאמד אין פנים אז איך בין אקעגן די רבנים וכו׳, ווייל איך בין נישט. כ׳וויל פשוט פארשטיין, מ׳טוט אזאך וואס כלל ישראל האט נאך קיינמאל נישט געטון. מ׳טאר נישט פרעגן? און אונז האמיר אלע מיטגעהאלטן וואסערע פאניק מ׳האט ארויפגעלייגט אויף די רבנים. מ׳מעג פרעגן ילמדנו רבינו אפי׳ א רבי אליינס טוט עפעס כש״כ ווען אונז האבן אלע געזעהן וועלעכע מענטשען האבן געלייגט לחץ אויף די רבנים.

אודאי יעצט ביז ווילאנג די אלע תקנות זענען דא, דארפן מען זיך צושטעלן %100.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג מארטש 20, 2020 8:14 am

אינטערסאנט, איז סאטמער 52 נישט אינטער די זעלבע קהילה וואס זייערע דיינים האבן געהייסן פארשפארן ?

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך יש בו » פרייטאג מארטש 20, 2020 8:26 am

קרייסלער האט געשריבן:אינטערסאנט, איז סאטמער 52 נישט אינטער די זעלבע קהילה וואס זייערע דיינים האבן געהייסן פארשפארן ?

די זעלבע רבנים מיט אנדערע עסקנים, וד"ל
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך פרידן » פרייטאג מארטש 20, 2020 8:29 am

יא אבער דעי שול האט אויך א דיין אין האט געבעטן רשות צו בלייבן אפען עס איז פשוט נישט במציאות אין אנדערע מקומות צו האלטן סדר אזוי ווי און בארא פארק פארדעם האט מען דארט פארשפארט
אינטערסאנט זעט אויס נאר א דיין וואס הייסט פארשפארן דארף מען אויסהערן ווייל גדולי ישראל הייסן א דיין וואס הייסט נישט דארף מען אראפ רייסן איך הער אויב פיקען אין טשועסען מעג יעדער פיקען וואס אים שמעקט
שמירה האט מיר געזאגט אז ער האלט קאנטראל אין 8 שולען
אנדערע שול ווייס איז נאך אפי׳ אפען צו לערנען די רב דארט טענה׳עט אז ווילאנג זיי פארשטייען אז די עסן סטארס בלייבן אפען אפי׳ עס איז א סכנה פשוט ווייל מען מוז פארשטייט ער אז די שול דארף אויך בלייבן אפען, אין עס איז מער קאנטראלט ווי די עסן סטאר וואס לאזן אריין וויפל עס לאזט זיך

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג מארטש 20, 2020 8:32 am

יא, שמירה האט עס געמאכט. אין די זעלבע צייט וואס אנדערע ארגאניזאציעס זענען פארנומען צו סטראשענען, מסר'ן און פארשפארן בתי מדרשים, האט שמירה אויסגעארבעט א לעגאלן פלאן פאר אסאך בתי מדרשים מיט גארדס ביים טיר און מען לאזט אריין 50 מענטשן אויפאמאל.

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

Re: Re:

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » פרייטאג מארטש 20, 2020 9:15 am

לב בשר האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:

אודאי יעצט ביז ווילאנג די אלע תקנות זענען דא, דארפן מען זיך צושטעלן %100.


ביז וויפיל קשיות מעג מען האבן או מ'דארף זיך נאך אלס צושטעלן???
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: Re:

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מארטש 20, 2020 9:23 am

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:

אודאי יעצט ביז ווילאנג די אלע תקנות זענען דא, דארפן מען זיך צושטעלן %100.


ביז וויפיל קשיות מעג מען האבן או מ'דארף זיך נאך אלס צושטעלן???


עד אין שיעור, גם אני בחלומי
אז מ'לעבט דערלעבט מען

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך לב בשר » פרייטאג מארטש 20, 2020 9:41 am

מ׳דארף זיך צושטעלן ווייל סוכ״ס פירסטו נישט די זאך, און מיט גיין אקעגן די רולס ווועסטו נאר ערגער מאכן און פארלענגערן די ישועה.

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » פרייטאג מארטש 20, 2020 9:44 am

לב בשר האט געשריבן:מ׳דארף זיך צושטעלן ווייל סוכ״ס פירסטו נישט די זאך, און מיט גיין אקעגן די רולס ווועסטו נאר ערגער מאכן און פארלענגערן די ישועה.

אי משום הא ביסטו גערעכט
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Amazing, אביונה, אלי' מקוה יוד, בשבילי נברא, יש ברירה, מודהאני, נו שוין, פייערקרעקערס און 54 געסט