ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5829
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם הדמיון
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
זייטיגע צוקוקער האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:קעדילעק האט געשריבן:נא להתפלל בעד ר' חיים אלעזר בן פיגא עלא לרפו"ש, מצב איז קריטיש
הירשפעלד?
יא
ברויך מען איינרייסן, ס'איז רבים צריכים לו!
ווי אויך איז ראוי להזכיר די פילע צדקות בסבר פנים יפות.
השי"ת ישלח לו רפואה שלימה במהרה בתושח"י.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4692
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
אווער נייט קוגעל האט געשריבן:זייטיגע צוקוקער האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:קעדילעק האט געשריבן:נא להתפלל בעד ר' חיים אלעזר בן פיגא עלא לרפו"ש, מצב איז קריטיש
הירשפעלד?
יא
?From montreal
ניין, הרה"ג ר' חיים אלעזר פון מאנטריאל'ס פעטער, אחי אביו
זאל דער אייבערשטער אים שיקן א רפואה שלימה במהרה בקרוב בתוך שאר חולי ישראל
---
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
קען אפשר איינער צאמנעמן א ליסטע פון אלע חולי ישראל און ארויפלייגען. אין ביהמד ביים דאווענען קען איך נישט עפענען דעם פאון און ליינען די נעמען. אויב מעגליך לייגען עקסטער די נעמען לויט די קהילות אדער אפשטאם. פארשטייט זיך אז אויב די ליסטע וועט האבן 20 נעמען וועט עס גארנישט אויפטון. אויך נאר ארויפלייגען אזאליכע וואס זענען אין א שווערע מצב.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
קעדילעק האט געשריבן:נא להתפלל בעד ר' חיים אלעזר בן פיגא עלא לרפו"ש, מצב איז קריטיש
אידן רייסט איין.
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
קעדילעק האט געשריבן:נא להתפלל בעד ר' חיים אלעזר בן פיגא עלא לרפו"ש, מצב איז קריטיש
any news?
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
שמואלישעי האט געשריבן:קעדילעק האט געשריבן:נא להתפלל בעד ר' חיים אלעזר בן פיגא עלא לרפו"ש, מצב איז קריטיש
any news?
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
ערמון האט געשריבן:שמואלישעי האט געשריבן:קעדילעק האט געשריבן:נא להתפלל בעד ר' חיים אלעזר בן פיגא עלא לרפו"ש, מצב איז קריטיש
any news?
מאנטאג איז די מצב געווען גאר קריטש
אבער זאכן זענען געגאנגען צום בעסרונג די לעצטע פאר טעג
אבער ער איז נאך אלס אויף א רעספערעטיר און דארף נאך א גרויסע ישועה
- Kosher Travel
- שר האלפיים
- תגובות: 2814
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
ששון האט געשריבן:תרגום פון לפורקנך:
לישעתך קויתי ד', קויתי ד' לישעתך, ד' לישעתך קויתי
זאל אים דער בורא רפואות ונורא תהילות גענצליך אויסהיילן.
רבש"ע טאטעניו געטרייער, קוק אראפ פון הימל און הייל שוין אויס עמרם דער טייערער
שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות
שיק שוין משיח און נעם אונז ארויס פון גלות
ישר כח, די משפחה האט געליינט דיין תגובה און עס איז זיי מחזק.
מען בען טאקע איעדן מען זאל ווייטער מתפלל זיין לרפואת עמרם בן אסתר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
וואס איז די מצב פון ר' אפרים שלמה בן פרומט ווערצבערגער פון ק''י? (פאטער פון ר' ישעי' הצלה מעמבער)
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
גאלדגרוב האט געשריבן:וואס איז די מצב פון ר' אפרים שלמה בן פרומט ווערצבערגער פון ק''י? (פאטער פון ר' ישעי' הצלה מעמבער)
they added name Chaim Efroiam Shloma Ben Frimet
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
shulem k האט געשריבן:ערמון האט געשריבן:שמואלישעי האט געשריבן:קעדילעק האט געשריבן:נא להתפלל בעד ר' חיים אלעזר בן פיגא עלא לרפו"ש, מצב איז קריטיש
any news?
מאנטאג איז די מצב געווען גאר קריטש
אבער זאכן זענען געגאנגען צום בעסרונג די לעצטע פאר טעג
אבער ער איז נאך אלס אויף א רעספערעטיר און דארף נאך א גרויסע ישועה
ברוך דיין האמת
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
אורח הכבוד האט געשריבן:העתירו אל השם!!
פארוואס אין די ''קאראנע חולים'' אשכול?
- אורח הכבוד
- שר האלף
- תגובות: 1489
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
moishy56 האט געשריבן:אורח הכבוד האט געשריבן:העתירו אל השם!!
פארוואס אין די ''קאראנע חולים'' אשכול?
ווי איז די אלגעמיינע?
(אויך שאדט נישט נאך אפאר אידישע תפילות)
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')
orechhakuved@gmail.com
(מסילת ישרים פרק א')
orechhakuved@gmail.com
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
Kosher Travel האט געשריבן:ששון האט געשריבן:עמרם בן אסתר לרפואה שלימה. ביז'ן סעדות הודאה דארף מען איינרייסן און בעטן. דער וויירוס איז זייער-זייער-זייער קאמפליצירט ה"י. נישט צעפרידן זיין פון בעסער, נאר פון גוט, בעזרת השם. אנעם הילף פון באשעפער קען מען קיין טריט געבן. מיט'ן הילף פון באשעפער אפילו דעם ים סוף אריבערגיין.
לעת עתה, איז די מצב ל"ע נישט בעסער, ליידער ווייט נישט. מען דארף גאר גרויסע רחמים שמים.
טייערע אידן, ביטע דאווענען פאר
עמרם בן אסתר
אבערלאנדער
א איד וואס איז געווען אויפן קאסטנער טראנספארט מיטן בעל דברי יואל מסאטמאר. א איד וואס האט משמש געווען רבינו מרימניץ מיט מסירות נפש ממש. א איד וואס האט מיטגעהאלטן גאר אסאך מופסים פון רימניצער רבי זצ"ל, אבער האט נאר ליעב געהאט צו פארציילען פונעם רבין'ס עבודת השם און דווקא נישט פון אלע מופתים (אבער ווען ער איז אין א גיסטע, האט ער פארציילט גאר אסאך מופתים וואס ער האט אליינס מיטגעהאלטן). א איד וואס האט געפאסט אסאך תעניתים צוזאמען מיטן רבי'ן.
טייערע אידן, מאנטאג חיי שרה בעפאר מען האט ארויפגעלייגט ר' עמרם לרפו"ש אויף א רעספירעיטער, האט ער געבעטן מען זאל צוטיילן זיין אני מאמין עס זאל זיין פאר א זכות לרפואה שלימה. ווי באקאנט איז ר' עמרם אן עובד השם בתמימות "אהן קיין חכמות טאטעלע שיינע, מיינסט טאקע". ער פלעגט אייביג זאגן אני מאמין. ווער עס האט אמאהל גענומען א היטש מיט אים קיין רימניץ איעדע ערב ראש חודש, אדער אים געהאלפן מאכן מאסט פאר אלע רבנים אדמורי"ם זצ"ל ולהבח"ל החיים איתנו, האט דאך געהערט פון אים די זיסע אני מאמינ'ס. ביטע זעט עס דא צוגעלייגט, דאונלאוד עס, און זאגט עס, אז עס זאל זיין לרפו"ש עמרם בן אסתר.
א חלק פון די אני מאמין booklet, טיפיקעל ר' עמרם...
היה רגיל לומר:
פון משא ומתן באמונה פארלירט מען נישט ביזנעס.
פון שקר באקומט מען נישט חן.
פון גזילה ווערט מען נישט רייך.
פון נצחון ווערט מען נישט גליקליך.
פון פאפעריי מאכט מען נישט פרנסה.
פון עסן דבר אסור ווערט מען נישט געזונט.
פון סמארטפאן ווערט מען נישט קליג.
פון ליצנות ווערט מען נישט פארגערשריטן.
פון לערנען תורה בלייבט מען נישט צוריק-געבליבן.
פון צדקה ווערט מען נישט ארעם.
פון אמונה בה' קען מען נישט דערלייגן.
פון זריזות ווערט מען נישט פארמאטערט.
פון פוילקייט ווערט מען נישט אויפגעפרישט.
לעשות הישר והטוב: אם ישר – יש טוב, לא ישר – לא טוב!
בד"ה
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
נא להתפלל עבור
המחנך הרה''ח ר' יהושע מרדכי בן מאטיל - לאנדאן,
הזקוק לרחמי שמים.
המחנך הרה''ח ר' יהושע מרדכי בן מאטיל - לאנדאן,
הזקוק לרחמי שמים.
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
moishy56 האט געשריבן:נא להתפלל עבור
המחנך הרה''ח ר' יהושע מרדכי בן מאטיל - לאנדאן,
הזקוק לרחמי שמים.
בן הגה"צ רבי הערשל דיימנד זצ"ל ראש ישיבת מתיבתא
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
נאכן אריינקומען דא עטליכע (עטליכע? פילצאליגע!) מאל צו זען אז די נייע תגובה איז געמעקט. זייט וויסן. אז אויב ווילסטו לייגן עפעס וועגן דיין/יענעמס רבי. אייוועלט איז נישט די פלאץ פאר פאליטיק. די רבי פון יענע קהילה איז לפי מיין וויסן אנגעשטעקט, נישט אויף א שווערע אויפן ב"ה.
די הנהלה האט גענומען די שטעלונג אז דא באלאנגט עס נישט. וד"ל!
דעריבער טייערע ברודער, אויב לייגסטו עס ארויף באמיטשעסטו די געטרייע מנהלים, און אויך די ליינער.
יישר כח פאר די געטרייע הנהלה פאר זיך אפגעבן רונדע דעם זייגער.

- sheetrock
- שר האלף
- תגובות: 1849
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
בסד האט געשריבן:נאכן אריינקומען דא עטליכע (עטליכע? פילצאליגע!) מאל צו זען אז די נייע תגובה איז געמעקט. זייט וויסן. אז אויב ווילסטו לייגן עפעס וועגן דיין/יענעמס רבי. אייוועלט איז נישט די פלאץ פאר פאליטיק. די רבי פון יענע קהילה איז לפי מיין וויסן אנגעשטעקט, נישט אויף א שווערע אויפן ב"ה.
די הנהלה האט גענומען די שטעלונג אז דא באלאנגט עס נישט. וד"ל!
דעריבער טייערע ברודער, אויב לייגסטו עס ארויף באמיטשעסטו די געטרייע מנהלים, און אויך די ליינער.
יישר כח פאר די געטרייע הנהלה פאר זיך אפגעבן רונדע דעם זייגער.
איך האלט אז איינער וואס א גרויסע ציבור איז אנגעוויזן אין, איז יא פאסיג אז מ'זאל לאזן איין תגובה מיט די נאמען אז ווען מ'זעהט עס זאל מען זיך דערמאנען מתפלל צו זיין אז ס'זאל נישט ערגער ווערן. ס'איז געווען אין די לעצטע יאר צייט נעמען פון אסאך רבי'ס וואס האבן עס אויך געהאט אויף א שוואכן אויפן.
שטיצט א יוד
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
- שמואל בארג
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3150
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
אבער חזקה על אייוועלט נישט צו לאזן אזוי אומשולדיג א תגובה.
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
האסט אפשר א פוינט. אבער דארפסט איבערעדן די הנהלה. זעט אויס אז זיי האבן פארשטאנען אז די וועג איז א גלייכער מהלך. קען זיין אונטער די תגובהס זענען דא אנדערע קאפ וויי ציוואס, וואס איך און דו ווייסן נישט.
לייגן און לייגן און נאכאמאל איבערלייגן איז געווענליך נישט וויאזוי זאכן ארבייטן.
איך בין נישט פון די הנהלה, אבער אלץ א ליינער שוין פאר 14 יאר בערך, אזאלעכע ווירטשאפט פארברענט די הנהלה און קריכט די ליינער אויף די נערווען.
זאלן אלע אידישע קינדער זיין געזונט און שטארק.

- קלאָצקאָפּ
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6462
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
שמואל בארג האט געשריבן:אבער חזקה על אייוועלט נישט צו לאזן אזוי אומשולדיג א תגובה.
בפרט דא וואס ס'איז נישט נאר א חזקה, דער שמועס האט פאקטיש געברענגט אומגעוואונטשענע רעזולטאטן.
שויתי ה' לנגדי תמיד
- אונגארישע הייזער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3348
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
עפעס נייעס אינעם מצב פון האדמו"ר (איך שרייב נישט קיין נאמען, מעקטס נישט...) שליט"א? גייט זיין שבת אין ק"י?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
- שמואל בארג
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3150
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
ברוך השם אין א גוטן צושטאנד (לפי ערך), און וועט נישט זיין אין קרית יואל כמובן.
- שמואל בארג
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3150
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
ווי פארשטענדליך איז די זאכן נישט געמאכט צו פרעגן און ענטפערן ברבים.
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט