ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך פרידן » זונטאג אפריל 19, 2020 2:43 am

איך זעה א אשקול וועגן האלטן די קאפ גראד אין גיי אריין און מיין קאפ איז שיעור אראפ געפאלען פין די טענה׳ריי דא, ווער רעדט נאך פין האלטן גראד
אלטס גאסט זעה איך דא דער עולם טוט ערענסט אין חזרה מען קייעט איבער און איבער די זעלבע טענות פין ביידע זייטן נאכאמאל און נאכאמאל
קיינער איז נישט יעצט אין די גיסטע פאר די גאנץ יעריגע מחלוקעלעך גויאישע פאליטיק צו אידישע פאליטיק ווי קען מין בלייבן אן א מחלוקה מאכט מען עפעס א מחלוקהלע פין די מצב אליינס
נישט קיין שול נישט קיין מקוה נישט קיין חדר נישט קיין ביזנעס אבער א טענה׳ריי מוז בלייבן אנדערש קען מען נישט אן גיין
א איד געט זיך א עצה פארפאלן

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אפריל 19, 2020 2:46 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:עס קומט פון נישט קענען חשבון. סימפל 1+1=2 און קיינער פארשטיי נישט. סעד

זאג נישט קיינער

וועגן רובא דרובא אידן פאלגן אויס ב"ה, בארא פארק איז טויט אזוי אויך מאנסי,
וויליאמסוברג 80 פארצענט פאלגן נאך יעצט אדער מער אפילו,
אידן זענען א עם קשי עורף .., אבער פעלט נישט אויס איבערצוטרייבן ,מען ברויך אייביג קוקן אויף די גוטע זייט , אויף די חלק וואס די גלעזעל איז פול

אמת פשוט יעצט אריבערפארן יוסי פיצה אין קרית יואל. רוב מענטשן וואס איך קען פאלגן
שויתי ה' לנגדי תמיד

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך פרידן » זונטאג אפריל 19, 2020 2:48 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:עס קומט פון נישט קענען חשבון. סימפל 1+1=2 און קיינער פארשטיי נישט. סעד

זאג נישט קיינער

וועגן רובא דרובא אידן פאלגן אויס ב"ה, בארא פארק איז טויט אזוי אויך מאנסי,
וויליאמסוברג 80 פארצענט פאלגן נאך יעצט אדער מער אפילו,
אידן זענען א עם קשי עורף .., אבער פעלט נישט אויס איבערצוטרייבן ,מען ברויך אייביג קוקן אויף די גוטע זייט , אויף די חלק וואס די גלעזעל איז פול

גראדע בארא פארק איז דא אסאך מער שולן מיט מקוואות אפען ווי וויליאמסבורג
דעי צדדים האט נישט צוטון צו איינער און די משפחה איז קראנק צו נישט עס איז צווי סארטן בליקן אויף די זאך
געזן א שיינע פאר אידן וואס זענען שוין געזיצן שבעה אין בית המדרש
מונקאטש איז אפן אין דעם רבינס זון דארף א ישועה
די וואס האלטן אפען איז נישט פשט אז זיי קעירן נישט זיי האבן פשוט א אנדערע בליק אויף דעי נושא

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג אפריל 19, 2020 2:49 am

Goodmorning האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:עס קומט פון נישט קענען חשבון. סימפל 1+1=2 און קיינער פארשטיי נישט. סעד

זאג נישט קיינער

וועגן רובא דרובא אידן פאלגן אויס ב"ה, בארא פארק איז טויט אזוי אויך מאנסי,
וויליאמסוברג 80 פארצענט פאלגן נאך יעצט אדער מער אפילו,
אידן זענען א עם קשי עורף .., אבער פעלט נישט אויס איבערצוטרייבן ,מען ברויך אייביג קוקן אויף די גוטע זייט , אויף די חלק וואס די גלעזעל איז פול

אמת פשוט יעצט אריבערפארן יוסי פיצה אין קרית יואל. רוב מענטשן וואס איך קען פאלגן

איך פארשטיי נישט קיין רמזים אין נישט קיין נביא , קענסט מסביר זיין וואס די שרייבסט דא?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג אפריל 19, 2020 2:51 am

פרידן האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:עס קומט פון נישט קענען חשבון. סימפל 1+1=2 און קיינער פארשטיי נישט. סעד

זאג נישט קיינער

וועגן רובא דרובא אידן פאלגן אויס ב"ה, בארא פארק איז טויט אזוי אויך מאנסי,
וויליאמסוברג 80 פארצענט פאלגן נאך יעצט אדער מער אפילו,
אידן זענען א עם קשי עורף .., אבער פעלט נישט אויס איבערצוטרייבן ,מען ברויך אייביג קוקן אויף די גוטע זייט , אויף די חלק וואס די גלעזעל איז פול

גראדע בארא פארק איז דא אסאך מער שולן מיט מקוואות אפען ווי וויליאמסבורג
דעי צדדים האט נישט צוטון צו איינער און די משפחה איז קראנק צו נישט עס איז צווי סארטן בליקן אויף די זאך
געזן א שיינע פאר אידן וואס זענען שוין געזיצן שבעה אין בית המדרש
מונקאטש איז אפן אין דעם רבינס זון דארף א ישועה
די וואס האלטן אפען איז נישט פשט אז זיי קעירן נישט זיי האבן פשוט א אנדערע בליק אויף דעי נושא

רובא דרובא גרויסע שולן זענען פארמאכט ,וואס רוב מנין און בנין פון בארא פארק האבן נישט קיין שולן וויצו גיין, און אזוי אויך מאסקעס איז דארט נישט קיין בושה צו גיין אין גראסערי, ווי אין אנדערע חסידישע מקומות, גראדע טשעסנאט סופערמארקעט אין וויליאמסבורג האט געטיילט מאסעקס און הענטשוך פאר יעדעם ביים טיר און נאר ארייננגעלאזט א מספר מצומצום

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך פרידן » זונטאג אפריל 19, 2020 2:59 am

אין וויליאמסבורג און פרידנס צייטן דאווענט רוב שטאט אין די פאר גרויסע שולן אין בארא פארק אלע גרויסע שולן אינאיינעם דאווענען נישט 40 פראצענט שטאט און בארא פארק איז אסאך מער דא קליינע שולן
אינדערוואכן דאווענט מסתמא יא 60 פראצענט ציבור אין צענטערן
אין א שיינע פאר צענטערן זענען אפען אריינגערעכנט טאהש מונקאטש בורשטין 52 ראפשיץ מנשה קליין

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג אפריל 19, 2020 3:20 am

קאפי/פעיסט
אור תורה שאץ אויף ראטליטש האט באקימען א Fine פין $5000
ביהמ"ד מאדע אויף דיוויזשאן האט באקומען א Fine פון $7000

אמת?

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אפריל 19, 2020 11:52 am

פרידן האט געשריבן:די וואס האלטן אפען איז נישט פשט אז זיי קעירן נישט זיי האבן פשוט א אנדערע בליק אויף דעי נושא


פרידן האט געשריבן: זעה איך דא דער עולם טוט ערענסט אין חזרה מען קייעט איבער און איבער די זעלבע טענות פין ביידע זייטן נאכאמאל און נאכאמאל
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך עציץ נקוב » זונטאג אפריל 19, 2020 12:13 pm

פרידן האט געשריבן:
די וואס האלטן אפען איז נישט פשט אז זיי קעירן נישט זיי האבן פשוט א אנדערע בליק אויף דעי נושא

וואס איז שייך אן אנדערע בליק ווען אלע וואס קענען די וויירוס זאגן ווי אזוי עס ארבעט
און קלאר אז אסאך פון די נפטרים וואלטן נאך יעצט געלעבט ווען מען וואטשט בעסער (חוץ טאמער איינער פון די האבן געגעסען א רויע בעט)

בליק ארויף בליק אראפ אז מענטשען זענען געווארען אנגעשטעקט און טויט דורכדעם זענען זיי רוצחים מיט אן אנדערע בליק

איך האלט אז יעצט איז נאכט דא אין נ"י איך בין נישט משוגע איך האב פשוט אן אנדערע בליק אויף דעי נושא
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך פרידן » זונטאג אפריל 19, 2020 12:22 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
די וואס האלטן אפען איז נישט פשט אז זיי קעירן נישט זיי האבן פשוט א אנדערע בליק אויף דעי נושא

וואס איז שייך אן אנדערע בליק ווען אלע וואס קענען די וויירוס זאגן ווי אזוי עס ארבעט
און קלאר אז אסאך פון די נפטרים וואלטן נאך יעצט געלעבט ווען מען וואטשט בעסער (חוץ טאמער איינער פון די האבן געגעסען א רויע בעט)

איך האלט אז יעצט איז נאכט דא אין נ"י איך בין נישט משוגע איך האב פשוט אן אנדערע בליק אויף דעי נושא

ליין איבער די גאנצע אשקול ביז אהער אין אויב טרעפסט נישט קיין תשובה גלייב איך נישט איך קען עפעס מוסיף זיין
עס שטערט מיך נישט דיין מיינוג ביזט 100 פראצענט בארעכטיגט האלטן אנדערש סא איך זיך נישט עס צוטוישן

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אפריל 19, 2020 12:28 pm

אקעי, אקעי, אקעי, איך קום ארויף אויף אייוועלט נאך א לאנגע פסח הפסקה, און איך זע מיין אשכול איז אויבן, איך רייס אריין מיט אימפעט צו זען וואס דער ציבור זאגט צו מיינע "האלטן דעם קאפ גראד מאמרים", און איך זע אז נע, דער אשכול איז בסך הכול געווארן יעצט נאך א מיסט קאסטן איבער דער מנינים - בתי מדרשים - מקוה שלעגעריי.

אבער לאמיר אייך זאגן עפעס מיינע ליבע ברודער אין אמעריקע, פארשטייט זיך נאר פאר ווער עס וויל האלטן די קאפ גראד.

יעדער האט זיין מיינונג איבער דער קאמף, און איך, ווי אסאך אידן האלט ערגעץ אינצווישן, און יעדן טאג רעג איך מיר אויף א צווייטע צד, ווייל באמת איז די מחלוקה צווישן צוויי גרופעס עקסטרעמיסטן, יעדער ראדיקאל צו זיין זייט, און די מעסיגע ווי איך און רוב כלל ישראל, שיפלען אינדערמיט.

אבער לאמיר אייך זאגן, ווי יעדער זעט איז דער קאמף עולה וגדול, און אויב ביז היינט האט נאר איין צד גענומען מיסע שריט אויף א גרויליגע פארנעם, האט זיך היינט די צווייטע צד גענומען, און געצייגט אז זיי קענען אויך גיין גרוליג און מיוס ואכמ"ל, ממילא וויל איך דא מעורר זיין די וואס ווילן האלטן דעם קאפ גראד "שטייט אין די זייט", נעם נישט קיין היציגע שטעלונג אין דער טענה'ריי, ווייל עס גייט גיין פייער, עס גייט שוין פייער, לאמיר ענדערש רואיג אויסווארטן עד יעבור זעם, און דאן מיט א רואיגקייט זען למי החותמת ולמי הפתולים.

לויט די יעצטיגע היציגקייט ווי אזוי די זאך גייט קוקט נישט אויס ווי עס גייט אין א גוטע ריכטונג, און עס איז די בעסטע זאך יעצט צו שטיין אין די זייטן, די מקוה און מנינים איז לפענ"ד א קאווער אפ אויף אלטע אייטער פון ביידע זייטן איינער אויפן צווייטן, און יעדער טוט זיך אן א גארטל און שרייט ער מיינט דעם אויבערשטן.

ווער עס וויל ארויסגיין ריין נאך דער מלחמה, זאל בעסער שטיין אין די זייט, און נישט פירן קיין רעדל וכו', און פאר זיך אליין זאך יעדער טון ווי אזוי זיין דעת תורה זאגט אים, אדער ווי אזוי ער פארשטייט.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג אפריל 19, 2020 12:45 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:עס קומט פון נישט קענען חשבון. סימפל 1+1=2 און קיינער פארשטיי נישט. סעד

זאג נישט קיינער

וועגן רובא דרובא אידן פאלגן אויס ב"ה, בארא פארק איז טויט אזוי אויך מאנסי,
וויליאמסוברג 80 פארצענט פאלגן נאך יעצט אדער מער אפילו,
אידן זענען א עם קשי עורף .., אבער פעלט נישט אויס איבערצוטרייבן ,מען ברויך אייביג קוקן אויף די גוטע זייט , אויף די חלק וואס די גלעזעל איז פול


איך האב גראדע מורא אז עס האלט שוין נישט ביי 80% אין וויליאמסבורג, אויף מיין גאַס איז געווען א פארטש מנין, שבת הגדול זענען נאך געווען זיבעציג אכציג מענטשן, במשך'ן יו''ט איז עס געווארן ווייניגער און ווייניגער, דעם שבת צופרי האט זיך דער מנין שוין פשוט אויפגעלעזט, לכאורה ווייל רוב בתי מדרשים זענען שוין אפן שטילערהייט.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך פרידן » זונטאג אפריל 19, 2020 3:09 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:די וואס האלטן אפען איז נישט פשט אז זיי קעירן נישט זיי האבן פשוט א אנדערע בליק אויף דעי נושא


פרידן האט געשריבן: זעה איך דא דער עולם טוט ערענסט אין חזרה מען קייעט איבער און איבער די זעלבע טענות פין ביידע זייטן נאכאמאל און נאכאמאל

לקיים מה שנאמר אל תפרוש מן הציבור

burich
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 27, 2019 11:44 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך burich » זונטאג אפריל 19, 2020 3:58 pm

לויט די וואס האלטן אז סאיז דא א חיוב צוצושפארן אלע בתי מדרשים פארוואס איז נישט דא א חיוב על פי תורה צוצושפארען אלע בעקעריס אין טשאקלעט סטארס?
אין אויב יא ווי איז דא א קול קורא אויף דעם?

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 19, 2020 4:11 pm

איך בין געווען סורפרייזט צו זעהן וויפול אידן גייען אין שול. איך בין היינט געשטאנען אויפן פארטש און געזעהן. ס'האט זיך געטון א געגייעכץ, יונגעלייט און בחורים מיט די טלית/תפילין בייטלעך קומען אין גייען אין די מאסן. מיין שכן וועלכע האט פרובירט צאמשטעלן א מנין האט געפרעגט יעדע דורכגייער טאמער ער וויל אפשר דאווענען. איינער האט געענטפערט אז ער קומט יעצט פון דאווענען, א צווייטער איז אויפן וועג אין בית מדרש און א דריטער וויל קודם כאפן א מקוה.
וואס גייט דא פאר? בען איך געבליבן די איינציגסטע שגץ וואס גייט נישט אין בית המדרש?
שבת צופרי נאכ'ן דאווענען איז געווארן א שמועס בנוגע מקוואות און יעדע צווייטער האט געזאגט וועלכע מקוה ער גייט און פון ווען ביז ווען די מקוה איז אפען. איך האב מיך ממש געשעמט צו זיין פון די איינציגסטע דארט וואס גייען נישט אין מקוה די טעג.

וואס גייט דא פאר?

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך Growth hacker » זונטאג אפריל 19, 2020 5:25 pm

דריידל האט געשריבן:איך בין געווען סורפרייזט צו זעהן וויפול אידן גייען אין שול. איך בין היינט געשטאנען אויפן פארטש און געזעהן. ס'האט זיך געטון א געגייעכץ, יונגעלייט און בחורים מיט די טלית/תפילין בייטלעך קומען אין גייען אין די מאסן. מיין שכן וועלכע האט פרובירט צאמשטעלן א מנין האט געפרעגט יעדע דורכגייער טאמער ער וויל אפשר דאווענען. איינער האט געענטפערט אז ער קומט יעצט פון דאווענען, א צווייטער איז אויפן וועג אין בית מדרש און א דריטער וויל קודם כאפן א מקוה.
וואס גייט דא פאר? בען איך געבליבן די איינציגסטע שגץ וואס גייט נישט אין בית המדרש?
שבת צופרי נאכ'ן דאווענען איז געווארן א שמועס בנוגע מקוואות און יעדע צווייטער האט געזאגט וועלכע מקוה ער גייט און פון ווען ביז ווען די מקוה איז אפען. איך האב מיך ממש געשעמט צו זיין פון די איינציגסטע דארט וואס גייען נישט אין מקוה די טעג.

וואס גייט דא פאר?


You're not alone I'm not going as well, until there's approved tests I will be machmir and listen to daas torah

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך Growth hacker » זונטאג אפריל 19, 2020 5:31 pm

burich האט געשריבן:לויט די וואס האלטן אז סאיז דא א חיוב צוצושפארן אלע בתי מדרשים פארוואס איז נישט דא א חיוב על פי תורה צוצושפארען אלע בעקעריס אין טשאקלעט סטארס?
אין אויב יא ווי איז דא א קול קורא אויף דעם?


Are allowed by the government בעקעריס אין טשאקלעט סטארס. there's isn't any gathering and it's takeout only,

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7045
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אפריל 19, 2020 5:42 pm

דריידל האט געשריבן:איך בין געווען סורפרייזט צו זעהן וויפול אידן גייען אין שול. איך בין היינט געשטאנען אויפן פארטש און געזעהן. ס'האט זיך געטון א געגייעכץ, יונגעלייט און בחורים מיט די טלית/תפילין בייטלעך קומען אין גייען אין די מאסן. מיין שכן וועלכע האט פרובירט צאמשטעלן א מנין האט געפרעגט יעדע דורכגייער טאמער ער וויל אפשר דאווענען. איינער האט געענטפערט אז ער קומט יעצט פון דאווענען, א צווייטער איז אויפן וועג אין בית מדרש און א דריטער וויל קודם כאפן א מקוה.
וואס גייט דא פאר? בען איך געבליבן די איינציגסטע שגץ וואס גייט נישט אין בית המדרש?
שבת צופרי נאכ'ן דאווענען איז געווארן א שמועס בנוגע מקוואות און יעדע צווייטער האט געזאגט וועלכע מקוה ער גייט און פון ווען ביז ווען די מקוה איז אפען. איך האב מיך ממש געשעמט צו זיין פון די איינציגסטע דארט וואס גייען נישט אין מקוה די טעג.

וואס גייט דא פאר?

איך דאוון מיט מנין און איך גיי אין מקוה ב"ה
אבער עם כל זה קען איך דיר זאגן מיט א פיל מויל אז דו טוסט גארנישט ראונג, צו האבן די קוראזש אין אזעלכע טעג (סיי מצד די מגיפה, און סיי מצד די שרעקליכע PR) ארויסצוגיין דאווענען מיט מנין און גיין אין מקוה ווענדט זיך אין זייער אסאך זאכן, און איינער וואס פילט נישט אז ער קען דאס טון זאל עס נישט טון, טו עס נישט ווייל יענער טוט עס, טו עס נאר ווייל דו פילסט אז דו מוזט און דו קענסט גארנישט אנדערש.
איך וועל פרובירן מסביר זיין מיט א שטיקל ישמח משה, נישט אז איך האלט מיך אין די מדריגה, ס'איז נאר לשבר את האוזן, דער ישמח משה אין פ' תשא שמועסט אויס א הלכה אין שו"ע אויב מען מעג זיך מוסר נפש זיין נישט אויף די דריי עבירות, און איינער פון די ראשונים זאגן אז א צדיק וחסיד מפורסם מעג זיך מוסר נפש זיין, פרעגט דער ישמח משה, א צדיק וחסיד מפורסם האט עפעס א אנדערע שו"ע, איז דער ישמח משה מסביר די תורה זאגט וחי בהם, ביי סתם אידן מיינט וחי בהם פשוט לעבן, ביי בני עלי' מיינט וחי בהם תורה ומצות, אן תורה ומצות איז זיין לעבן קיין לעבן, ממילא מעג ער זיך מוסר נפש זיין.
איז נאכאמאל, איך בין בכלל נישט אין די מדריגה פון וחי בהם וואס דער ישמח משה רעדט, אבער לעומת זה האלט איך אז פאר מיר איז גיין אין מקוה און דאווענען מיט מנין אויך נישט מסי"נ בפועל, ס'איז נאר א חשש דחששא ספק ספיקא, ספק אויב דו האסט עס נאך נישט געהאט, ספק אויב דיין שכן האט עס, ממילא איך ווייס וואו איך דאוון און מיט וועם אין דריי מיך, איך קען מיין עיזש, און איך טו וואס מיין חסידי'שע קישקע הייסט מיך טון, פארשטייט זיך ווען איך באגעגן איינעם צו וועמען איך האב נישט צופיל געדולד בין איך שטארק מקפיד אויף סאשעל דיסטענס....
אבער אז דו פילסט אז דאס ארויסגיין דאווענען מיט מנין וועט דיר אאוועקנעמען דיין ישוב הדעת פאר פחד, דאווען ליבערשט אינדערהיים מיט מער כוונה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

Programming
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך Programming » זונטאג אפריל 19, 2020 5:51 pm

דו פארפעלסט דעם אנדערן חלק פון דעם חשבון: וואס וועט זיין מיט די מענטשן וואס דו גייסט אנשטעקן לכבוד דיין חסידי'שע קישקע? דאס איז פאטענציעלע רציחה געברענגט דורך דיין חסידי'שע קישקע.

ווען עס וועט זיין טעסטינג און דו וועסט קענען וויסן הונדערט פראצענט אז דו ביסט מער נישט קיין קעריער און דו קענסט שוין נישט אנשטעקן אנדערע, קיינמאל; דאן אפילו אויב עס איז נאך דא א שטיקל סכנה פאר דיר אליין קען מען אנהייבן אפשר דן צו זיין צי דו ביסט יא אין די מדרגה פון ישמח משה צי נישט. דערווייל איז די שאלה צי דו ביסט ח"ו נישט עובר אויף לא תרצח און לא תעמוד על דם רעך.

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך טישטוך » זונטאג אפריל 19, 2020 5:54 pm

Programming האט געשריבן:דו פארפעלסט דעם אנדערן חלק פון דעם חשבון: וואס וועט זיין מיט די מענטשן וואס דו גייסט אנשטעקן לכבוד דיין חסידי'שע קישקע? דאס איז פאטענציעלע רציחה געברענגט דורך דיין חסידי'שע קישקע.

ווען עס וועט זיין טעסטינג און דו וועסט קענען וויסן הונדערט פראצענט אז דו ביסט מער נישט קיין קעריער און דו קענסט שוין נישט אנשטעקן אנדערע, קיינמאל; דאן אפילו אויב עס איז נאך דא א שטיקל סכנה פאר דיר אליין קען מען אנהייבן אפשר דן צו זיין צי דו ביסט יא אין די מדרגה פון ישמח משה צי נישט. דערווייל איז די שאלה צי דו ביסט ח"ו נישט עובר אויף לא תרצח און לא תעמוד על דם רעך.


בארואיגונגס פילן אויף א קאוד 1

ער איז נישט גערעכט מיט זיין גלייכגיליטיגקייט אבער האלט זיך אביעקטיוו
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7045
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אפריל 19, 2020 5:56 pm

Programming האט געשריבן:דו פארפעלסט דעם אנדערן חלק פון דעם חשבון: וואס וועט זיין מיט די מענטשן וואס דו גייסט אנשטעקן לכבוד דיין חסידי'שע קישקע? דאס איז פאטענציעלע רציחה געברענגט דורך דיין חסידי'שע קישקע.

ווען עס וועט זיין טעסטינג און דו וועסט קענען וויסן הונדערט פראצענט אז דו ביסט מער נישט קיין קעריער און דו קענסט שוין נישט אנשטעקן אנדערע, קיינמאל; דאן אפילו אויב עס איז נאך דא א שטיקל סכנה פאר דיר אליין קען מען אנהייבן אפשר דן צו זיין צי דו ביסט יא אין די מדרגה פון ישמח משה צי נישט. דערווייל איז די שאלה צי דו ביסט ח"ו נישט עובר אויף לא תרצח און לא תעמוד על דם רעך.

זיי ביטע מסביר (קודם איך האב עס שוין געהאט, און טאקע ווען כ'האב עס געהאט בין איך נישט ארויס פון שטוב)
אויב איינער וואס האט עס געהאט גייט דאווענען מיט מנין און איז נאך א קעריער, און דארט קומט דאווענען א איד וואס האט עס נישט געהאט, ווער איז שולדיג?

ווי גייט די ווערטל, מ'האט געפרעגט א איד פארוואס ער גייט דאווענען מיט מנין, ער איז א רודף, האט ער געענטפערט ער גייט הרג'נען די אנדערע רודפים....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

Programming
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך Programming » זונטאג אפריל 19, 2020 6:11 pm

דו מיינסט אז דו האסט עס געהאט. דו ווייסט נישט זיכער. אפילו אויב דו האסט עס שוין געהאט, דו ווייסט נישט ווי לאנג דו ביסט נאך א קעריער נאכן אויפהערן שפירן די סימפטאמען.

עס איז דא אפאר סטרעינס פונעם וויירוס (אזוי ווי ביי פלו, ווען מען טעסט אלס צי עס איז עי אדער בי וכדו'), האבן איינס מיינט נאכנישט אז דו ביסט אימיונד קעגן די אנדערע.

ווען דו מיט דעם אנדערן מוסר נפש בלייבן ווען איינגעשפארט און קומען נישט אין בארירונג מיט קיינעם, וואלט דאס נישט געווען מיין געשעפט. די אידן וואס זענען יעצט מוחה זענען געווענליך נישט די סארט וואס מישן זיך אריין ביי יענעם אין די (חסידי'שע) קישקע אריין. דער פראבלעם איז אז סיי דו, און סיי דער אנדערער גייען גיין אין גראסערי, גייען אהיים גיין צו זייער משפחה און אנשטעקן זייערע קינדערלעך, וואס גייען נאכדעם ארויס גיין אין גאס שפילן מיט אנדערע קינדער און ווייטער פארשפרייטן.

וואס מער מען ווייסט איבער דעם וויירוס ווייסט מען אז מען ווייסט נאך גארנישט, תכלית הידיעה שנדע שלא נדע. איין זאך וואס איז זיכער אז דאס פארשפרייטן דעם וויירוס שטעלט אידן אין א וודאי סכנה, און וואס איז זיכער איז אז ווי ווייניגער מען קומט אין בארירונג מיט אנדערע פארשפרייט מען עס ווייניגער.

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7045
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אפריל 19, 2020 6:17 pm

Programming האט געשריבן:דו מיינסט אז דו האסט עס געהאט. דו ווייסט נישט זיכער. אפילו אויב דו האסט עס שוין געהאט, דו ווייסט נישט ווי לאנג דו ביסט נאך א קעריער נאכן אויפהערן שפירן די סימפטאמען.

עס איז דא אפאר סטרעינס פונעם וויירוס (אזוי ווי ביי פלו, ווען מען טעסט אלס צי עס איז עי אדער בי וכדו'), האבן איינס מיינט נאכנישט אז דו ביסט אימיונד קעגן די אנדערע.

ווען דו מיט דעם אנדערן מוסר נפש בלייבן ווען איינגעשפארט און קומען נישט אין בארירונג מיט קיינעם, וואלט דאס נישט געווען מיין געשעפט. די אידן וואס זענען יעצט מוחה זענען געווענליך נישט די סארט וואס מישן זיך אריין ביי יענעם אין די (חסידי'שע) קישקע אריין. דער פראבלעם איז אז סיי דו, און סיי דער אנדערער גייען גיין אין גראסערי, גייען אהיים גיין צו זייער משפחה און אנשטעקן זייערע קינדערלעך, וואס גייען נאכדעם ארויס גיין אין גאס שפילן מיט אנדערע קינדער און ווייטער פארשפרייטן.

וואס מער מען ווייסט איבער דעם וויירוס ווייסט מען אז מען ווייסט נאך גארנישט, תכלית הידיעה שנדע שלא נדע. איין זאך וואס איז זיכער אז דאס פארשפרייטן דעם וויירוס שטעלט אידן אין א וודאי סכנה, און וואס איז זיכער איז אז ווי ווייניגער מען קומט אין בארירונג מיט אנדערע פארשפרייט מען עס ווייניגער.

וואס איך נעם ארויס פון דיינע ווערטער איז נישט די ביהמ"ד די פראבלעם נאר די גראסערי, עמיר מוזן מער אכטונג געבן פון זיך דרייען אין גראסערי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

Programming
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך Programming » זונטאג אפריל 19, 2020 6:19 pm

גערעכט, אויך זיך נישט דרייען אינדערהיים

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך עציץ נקוב » זונטאג אפריל 19, 2020 6:26 pm

טישטוך האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:דו פארפעלסט דעם אנדערן חלק פון דעם חשבון: וואס וועט זיין מיט די מענטשן וואס דו גייסט אנשטעקן לכבוד דיין חסידי'שע קישקע? דאס איז פאטענציעלע רציחה געברענגט דורך דיין חסידי'שע קישקע.

ווען עס וועט זיין טעסטינג און דו וועסט קענען וויסן הונדערט פראצענט אז דו ביסט מער נישט קיין קעריער און דו קענסט שוין נישט אנשטעקן אנדערע, קיינמאל; דאן אפילו אויב עס איז נאך דא א שטיקל סכנה פאר דיר אליין קען מען אנהייבן אפשר דן צו זיין צי דו ביסט יא אין די מדרגה פון ישמח משה צי נישט. דערווייל איז די שאלה צי דו ביסט ח"ו נישט עובר אויף לא תרצח און לא תעמוד על דם רעך.


בארואיגונגס פילן אויף א קאוד 1

ער איז נישט גערעכט מיט זיין גלייכגיליטיגקייט אבער האלט זיך אביעקטיוו

ער האט בכלל נישט געשריבן ווילד
און דאס וואס ער שרייבט וועגן רציחה איז %100 גערעכט די אלע וואס זענען געשטארבן האט דאך איינער אנגעשטעקט (חוץ די וואס האבן געגעסען א רויע בעט) ס"ה די רוצח ווייסט נישט אז ער איז עס געווען (און געוויסע פעלער איז יא גרינג צו וויסען) און אונז ווייסען נישט ווער עס איז געווען (אפשר מאכן אן עגלה ערופה...) מאכט עס נישט אויס רציחה (אפשר אנפאנג ווען מען האט נאך נישט געוויסט פרטים איז עס געווען אן אונס גמור)
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless און 8 געסט