ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re:

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 4:22 pm

סטיטשינער האט געשריבן:איך האב מיך באצויגן צום שירה ווי ער שרייבט אז סיי ביים ליבעראלע און סיי ביים קאנסערוואטיווע זענען מיר פארפיינטעט צוליב דעם.
עס איז פאליטיק ווי יעדער פאליטיק, און אז מען נעמט איין זייט, פארשטייטזיך ווערט מען פארפיינטעט ביי די צווייטע, נישט ווייניגער ווי דער ליבעראלע האט פיינט די קאנסערוויטיווע. צו דאס איז התגרות באומת און א חילול השם ווייס איך נישט. און צו דעס קען אונז שאטן לעתיד ווייס איך אויך נישט ווייל פון די אנדערע זייט קען עס ברענגען פיל טובות אויך. (איך רעד נישט לגבי די יעצטיגע מערכה.)
עס איז פאליטיקס פלעין און סימפל.

און ווען מיר ווערן א פאליטישע טול ביי עני זייט איז צרות. בפרט אז דו וואוינסט צווישן ליבעראלן
שויתי ה' לנגדי תמיד

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 7:06 pm

סאיז דא א מעשה בשם די הייליגע ר' יונתן אייבשיץ,
אז א שר האט אים אמאל געפרעגט אז סשטייט אין מדרש, אז ווען משיח גייט קומען גייט זיין גרויסע מלחמות צווישען אלע שרים אין פעלקער, זיי גייען זיך אלע מסדר זיין אין נאר די מלך המשיח גייט איבערבלייבען אומבארירט,
האט ער אים געפרעגט איך פארשטיי נישט, די אלע חברה גייען קומען מיט די בעסטע כלי זין באוואפענט ביז די ציין מיט די גרעסטע ארמייען, וויאזוי זאל פונקט אזא שוואכיטשקער עני רוכב על החמור עס דורך מאכען?

האט אים די הייליגע ר' יונתן געזאגט קום איך וועל די ווייזען,

ער האט פאר אים אריינגעלייגט אין א שטוב -מיט א פענסטער אריינציקוקען- צענדליגע פעטע אוויסגעפאשעטע ווילדע עופות פון אלע מינים, און נאכדעם האט ער אויך אריינגעלייגט א קליינע אויסגעדארטע כשרע טשיקעלע,

ער האט זיי געלאזט פאסטען א גאנצע טאג, נאכדעם האט ער אריינגעלייגט אביסעלע עסען אין די צענטער פון די שטוב, אין א וועלט מלחמה האט אויסגעבראכען, זיי האבען זיך גענומען רייסען ווי די הינער, זיך אויסגעשחטען איינער דעם צווייטען,

און ווי די שר קוקט אזוי אריין די פענסטער מיט ר' יונתן, זעט ער ווי די קליינטשיקע הינדעלע ציעט זיך צירוק צי די ווייטסטע ווינקעל אין באהאלט זיך דארט איינגעצויגענערהייט מען זאל אים נישט זעהן,

אין ווען די גאנצע מלחמה האט זיך געענדיגט און קיינער האט זיך נישט געקענט רירען אויפן פלאר, איז די קליינטשיקע טשיקעלע געגאנגען נעמען אביסעל עסען צי שטילען זיין הונגער,

האט ר' יונתן געזאגט פאר די שר דא האסטו די תירוץ

והמשל ניבן מאליו

רבותי, פעלקער גרופעס פארטייען ארגאנאזעישעןס שלאגען זיך היינט אויף אינטערנעט, אבער אונז ווייסען וואס אונז האמיר ציטון,

ה' ילחם לכם ואתם תחרישון


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט