קאראונע נייעס פון ענגלאנד

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך העלאו » דאנארשטאג יוני 04, 2020 7:02 am

סגל האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:ווי מער אונז גייען אן מיט אונזערע לייכטזיניגקייט, פון ברעכן דאס געזעץ, וואס איז אין פלאץ אונז צו שיצן פון בייזן, זענען מיר בפועל גורם א פארלענגעגרונג אז די אלע וואלנערבל מוזן זיין פארשלאסן אינדערהיים.
ווער האט אונז געגעבן די רעכט, צו פארלענגערן זייערע הויז־ארעסט אורטייל, ווייל אונז פילן זיך זיכער צו דרייען פראנק און פריי איינעם אויפ׳ן צווייטן???

וואספארא מענטשליכקייט איז צו מאכן א גרויסע חתונה ווען זיידע באבע קענען נישט קומען, און יעדער טאם דיק און הערי, קומט זיך פרייען, אויף וועמענ׳ס בלוט טאנצט מען דא, פון די אייגענע פאמיליע???
מען לויפט אין בית המדרש סאשעלייזן, אויף די חשבון וועלן אונזערע עלטערע יודן, בלייבן פארשלאסן לענגער אינדערהיים איינזאם אליינס, וואסאפרא גלייכגילטיגקייט איז דאס????

ווען זענען מיר פארוואנדלט, אין אזא עגאאיסטשע, סעלפישע מאנסטער?!?!?

מען רעדט נישט פון מאכען ריזיגע חתונות מענטשען האבן געוואלט מאכן אין קליינע זאלן קליינע חתונות פארמאכט פאר די פאבליק זענען געגאנגען א פאר צדיקים און געמאסערט עס איז נישט צו גלייבן אז ציוישען היימישע אידן קען מען נישט פארציילן ווי די חתונה איז ווייל מען האט מורא געהאט מען וועט מסר'ן מען האט געדארפט אוועק פארן שעות אוועק אלס פחד פון אייגענע ברודער בשעת טויזענטע גוים דרייען זיך אויף די טרעינס און באסעס אין ביטשעס און דאס איז נישט קיין שום פראבלעם? די פראבלעם וואלט נישט געווארען פון די פאר היימישע קליינע חתונות

אגב האב איך געהערט (נישט מברר געווען) אז ר' שמואל לעוו האט גערעדט מיט די הויכע פענסטער, האבן זיי אים געזאגט אז זיי דארפן נישט די גאנצע זאך, זיי טוען עס נאר מחמת פרעשור פון די מידיע.
לכאורה (אויב ס'איז אמת) האבן זיי אים געמיינט מרמז צו זיין אז מצדם קען מען טוען וואס מען וויל, מען זאל נאר זיכער מאכן אז עס קומט נישט אן צו די מידיע, ודו"ק

די מציאות איז אז די וואך האבן אלע היימישע האלס אפגעזאגט אלע חתונות פון איין מינוט אויפן צווייטען ווען די חתן און מחותנים זענען שוין דא פון חוץ לארץ א חלק זענען שוין געקומען פאר שבועות פון פחד פון די נייע קווארענטין ממילא איז נישט שייך צו זאגן שטופ אפ די חתונה
א פאר עסקנים האבן איינגערעדט זיי גייען ארלעדיגען א דיל אין א דאנק דעם זענען מחותנים מיט משפחות געקומען צו פארען פון אויסלאנד אין די לעצטע מינוט איז מען געוואר געווארען אז נישט נאר זיי האבן גארנישט ארלעדיגט אדרבה זיי זענען געגאנגען מסר'ן און געסטראשעט די זאלן אז זיי גייען זיי פארמסר'ן און פארמאכן זייערע מוסדות וכדי בזיון וקצף

איטשע
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 7:04 am

איז די טענה אויף די עסקנים!!!

פריעדלענדער חתונה, האט אונז געגעבן צו פארשטיין גאנץ קלאר, און ס׳איז נישטא קיין באהאלטענע חתונות!!!

סגל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך סגל » דאנארשטאג יוני 04, 2020 7:14 am

איטשע האט געשריבן:כ׳גיי נישט אריין אין די סיבות צו ס׳איז גערעכט צו נישט.

דער מציאות איז, אז ווילאנג מיר דרייען זיך ווי ס׳איז שנת תשע״ט, טוען מיר בפועל פארשליסם אונזערע אייגענע עלטערן יודן און די וואלנערבל. מיר טראגן נישט קיין שום אחריות.

די אלע וואס דארפן חתונה מאכן, זאלן אפשטופן זייערע חתונות, ס׳איז איז יעצט אן עידן ריתחא, און זעמיר א קהלה, און נישט קיין אינדיווידועלע מענטשן, און זעמיר יודן מיט אן אחריות, אונז זעמיר נישט הפקר גוים וואס לויפן צו די ביטש, און קיין אחריות אז די אלטע בלייבן פארשלאסן. דאס צוגלייך אז דער טוט אויף איז בייגע פראסטע שפראך, וואס מען פלעג ביז תש״ף הערן בלויז פון פארדארבענע ליידעקס, אויפאיינמאל, נוצן די פרו״מע אט די סלאגאן.
וואס איז געשען מיט אונז????

יעצט לגבי מסירה.
כ׳ווייס נישט ווער ס׳טוט א גרעסער עולה, דער וואס מאכט א גרויסע חתונה, צו דער וואס מסר׳ט, אין מיינע אויגן חתונה מאכן אין די טעג, איז פיל א גרעסע עוולה. בפרט מען מאכט שאדן פאר די מחותנים אין וואס ווילן שפעטער חתונה מאכן, ווען ס׳וועט זיין לייכטער.

די אלע וואס דארפן חתונה מאכן, זאלן פרעגן זייער רב וואס צו טוהן, כצ"ל, און לויט ווי איך הער זענען די רבנים לבית סאטמאר ועוד גרייט מסדר קידושין צו זיין לכל מאן דצריך
און איינער פון זיי האט אפי' געזאגט אז ער איז גרייט צו געבן א הכשר אנטשטאטס כדתיא
און די זעלבע זאך צו גיין דאווענען אדער לערנען אין שוהל (אדער ווי ער רופט עס סאושעלייזן רח"ל) זאל יעדער טוהן וואס זיין רב/רבי הייסט און נישט שרייען אויף אנדערע
שויתי ה' לנגדי תמיד

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך העלאו » דאנארשטאג יוני 04, 2020 7:15 am

איטשע האט געשריבן:איז די טענה אויף די עסקנים!!!

פריעדלענדער חתונה, האט אונז געגעבן צו פארשטיין גאנץ קלאר, און ס׳איז נישטא קיין באהאלטענע חתונות!!!

פארשטייסט אליינס סאיז א חילוק סטעמפארד היל מיט גאלדעס גרין אין סטעמפארד היל איז דא געסער אין געסער ווי עס וואינט נישט קיין איין גוי מען וואלט ראויג געקענט מאכן בשתיקה

איטשע
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 7:18 am

העלאו האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:איז די טענה אויף די עסקנים!!!

פריעדלענדער חתונה, האט אונז געגעבן צו פארשטיין גאנץ קלאר, און ס׳איז נישטא קיין באהאלטענע חתונות!!!

פארשטייסט אליינס סאיז א חילוק סטעמפארד היל מיט גאלדעס גרין אין סטעמפארד היל איז דא געסער אין געסער ווי עס וואינט נישט קיין איין גוי מען וואלט ראויג געקענט מאכן בשתיקה

לערן דיך אויס, ס׳איז נישטא אזא זאך, בשתיקה!!!

סגל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך סגל » דאנארשטאג יוני 04, 2020 7:21 am

איטשע האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:איז די טענה אויף די עסקנים!!!

פריעדלענדער חתונה, האט אונז געגעבן צו פארשטיין גאנץ קלאר, און ס׳איז נישטא קיין באהאלטענע חתונות!!!

פארשטייסט אליינס סאיז א חילוק סטעמפארד היל מיט גאלדעס גרין אין סטעמפארד היל איז דא געסער אין געסער ווי עס וואינט נישט קיין איין גוי מען וואלט ראויג געקענט מאכן בשתיקה

לערן דיך אויס, ס׳איז נישטא אזא זאך, בשתיקה!!!

גראדע אין מאנטשעסטער ווייס איך אז עס איז שוין פארגעקומען די וואך עטליכע חתונות בלי שום אינצידענט, א חלק בשתיקה וחלק לאו דוקא
שויתי ה' לנגדי תמיד

איטשע
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 7:24 am

איז עס געלונגען... דאס מיינט נישט אז ס׳דארף אזוי געשען איבעראל.
אגב, אויפבויען א פרישע יודישע שטוב, אין אזא צייט, אויף אזא אויפן, איז דאס לעצטע זאך וואס א יוד טוט...

סגל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך סגל » דאנארשטאג יוני 04, 2020 7:25 am

איר מיינט דוקא ענגלאנד, אדער די גאנצע וועלט אויך?
שויתי ה' לנגדי תמיד

איטשע
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 7:30 am

אין די גאנצע וועלט!!

סגל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך סגל » דאנארשטאג יוני 04, 2020 7:43 am

אויב אזוי, מיין איך אז מען קען רואיג זאגן, "בטלה דעתו אצל כל אדם"
שויתי ה' לנגדי תמיד

איטשע
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 7:51 am

סגל האט געשריבן:אויב אזוי, מיין איך אז מען קען רואיג זאגן, "בטלה דעתו אצל כל אדם"

כל אדם, האלט אנדערש. פראבלעם איז אז אין דיינע אויגן, נאר דער וואס האלט אזויווי דיר איז ביי דיר אן אדם.

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג יוני 04, 2020 8:14 am

איטשע האט געשריבן:איז די טענה אויף די עסקנים!!!

פריעדלענדער חתונה, האט אונז געגעבן צו פארשטיין גאנץ קלאר, און ס׳איז נישטא קיין באהאלטענע חתונות!!!

ביים פריעדלענדער חתונה, זענען געקומען 20-30 נייגעריגע מענטשן צוצוזעהן א היסטארישע קליינע חתונה.
דאס אליינס קען ברענגן אז פאליציי זאל געוואויר ווערן.

ביים פריעדלענדער חתונה, האט איין מענטש בשעת די שמחה געשיקט 3 קורצע קליפס פונם שמחה,
ביז א שעה האבן טויזנטער מענטשן גערעדט פון די חתונה אויף Social Media.
--

זייט די פריעדלענדער חתונה [מוצאי פסח] האט כלל ישראל זיך אויסגעלערנט, אז מ׳דארף באמת האלטן א סוד פון די לאקאציע פון די חופה און די לאקאציע פון די חתונה.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3931
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג יוני 04, 2020 8:29 am

איטשע האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:ווי מער אונז גייען אן מיט אונזערע לייכטזיניגקייט, פון ברעכן דאס געזעץ, וואס איז אין פלאץ אונז צו שיצן פון בייזן, זענען מיר בפועל גורם א פארלענגעגרונג אז די אלע וואלנערבל מוזן זיין פארשלאסן אינדערהיים.
ווער האט אונז געגעבן די רעכט, צו פארלענגערן זייערע הויז־ארעסט אורטייל, ווייל אונז פילן זיך זיכער צו דרייען פראנק און פריי איינעם אויפ׳ן צווייטן???

פון וואו נעמסטו דאס?

די האסט א ראיה אז כ׳בין נישט גערעכט?

ווי לאנג דער מגיפה איז אין שטאט (נעכט איז געשטארבן אין לאנדאן גופא 34 קאוויד קראנקע), גייען זיי נישט אין ערגעץ, אויסער א שפאציר אין פארק.
ווען מיינסטו ווען עס זיין פאר זיי זיכער צו קומען אין שוהל?

דער פליכט צו ברענגען א ראיה איז אויף דער וואס באהויפטעט עפעס, נישט אויף דער וואס פרעגט מהכי תיתי.

אין לונדון זענען שוין עטליכע וואכען כמעט נישטא קיין נייע פעלער פון קאוויד. עטליכע טעג צוריק איז אפילו געוועהן באריכטעט אז אין 11 שפיטעלער דאהי, איז נישט געוועהן קיין איין טויטפאל אין גאנצע 48 שעה.

בכלל ווערט דער נאציאנעלע פאליסי נישט געפארעמט לויט איין קליינע געגענט. יעצט ווארטען מיר אסאך מער אויף צפון יוקעי זאל זיין ריין.

ואגב, די וואלנערעבעל זענען שוין כהיום נישט איינגעשפארט. מאנטאג איז געוועהן די נייע גיידליינס אז כמעט אלע וועלכע shielding קענען שוין ארויסגיין.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

איטשע
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 8:33 am

1. ס׳איז די פרישע היימישע קעיסעס זינט ל״ג בעומר, דאס האב איך פערזענליך באשטעטיגט מיט׳ן סיניאר הצלה מעמבערס, מארס, און לאקאלע דאקטוירים!!!
2. אין לאנדאן אין אייער עכטן געשטארבען 34 קעסיס, דאס איז באשטעטיגט דורך די NHS.
3. יא זיי קענען יעצט גיין שפאצירן אליינס פאר פרישע לופט! זיי דארפן דען נישט עווענטועל אויך גיין אין שוהל, זיי דארפן נישט באזוכן די קינדער????
4. לגבי די פאליסי ביסטו גערעכט, ס׳איז נאציאנאל, ווען ס׳וועלט געווען בלויז אויף סטעמפארד היל, וואלט שוין לאנג געווען א קערפיו.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3931
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג יוני 04, 2020 8:34 am

העלאו האט געשריבן:
א פאר עסקנים האבן איינגערעדט זיי גייען ארלעדיגען א דיל אין א דאנק דעם זענען מחותנים מיט משפחות געקומען צו פארען פון אויסלאנד אין די לעצטע מינוט איז מען געוואר געווארען אז נישט נאר זיי האבן גארנישט ארלעדיגט אדרבה זיי זענען געגאנגען מסר'ן און געסטראשעט די זאלן אז זיי גייען זיי פארמסר'ן און פארמאכן זייערע מוסדות וכדי בזיון וקצף

דאס איז א שקר און אן אומרעכט כלפי די עסקנים וועלכע האבען פראבירט טוהן וואס זיי קענען. באלד פון אנפאנג זענען געוועהן גאר שוואכע טשאנסעס עס זאל געלונגען, וכך הוה.

מענטשען האבען א טבע ווען עפעס גייט נישט גוט, מוז מען טרעפען וועמען צו באשולדיגען. עס האט גארנישט געהאט מיט די עסקנים און קיינער האט נישט געזוכט צו שטערען.

ואגב, מדי דברי, אום שבועות זענען פאליציי אנגעקומען עטליכע מאל צו סאטמאר 67 (פארנאכט, ווען יודען זענען געגאנגען אין מקוה), און דאן זענען אלע כלומרשטע מוסרים בכלל נישט געוועהן דאהי.

עס איז זייער גרינג צו שרייען מסור, אבער דער וואס טוט אזוי אהנע ערשטהאנטיגע קראנטע ידיעות, איז א רשע.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3931
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג יוני 04, 2020 8:41 am

איטשע האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:ווי מער אונז גייען אן מיט אונזערע לייכטזיניגקייט, פון ברעכן דאס געזעץ, וואס איז אין פלאץ אונז צו שיצן פון בייזן, זענען מיר בפועל גורם א פארלענגעגרונג אז די אלע וואלנערבל מוזן זיין פארשלאסן אינדערהיים.
ווער האט אונז געגעבן די רעכט, צו פארלענגערן זייערע הויז־ארעסט אורטייל, ווייל אונז פילן זיך זיכער צו דרייען פראנק און פריי איינעם אויפ׳ן צווייטן???

פון וואו נעמסטו דאס?

די האסט א ראיה אז כ׳בין נישט גערעכט?

ווי לאנג דער מגיפה איז אין שטאט (נעכט איז געשטארבן אין לאנדאן גופא 34 קאוויד קראנקע), גייען זיי נישט אין ערגעץ, אויסער א שפאציר אין פארק.
ווען מיינסטו ווען עס זיין פאר זיי זיכער צו קומען אין שוהל?

דער פליכט צו ברענגען א ראיה איז אויף דער וואס באהויפטעט עפעס, נישט אויף דער וואס פרעגט מהכי תיתי.

אין לונדון זענען שוין עטליכע וואכען כמעט נישטא קיין נייע פעלער פון קאוויד. עטליכע טעג צוריק איז אפילו געוועהן באריכטעט אז אין 11 שפיטעלער דאהי, איז נישט געוועהן קיין איין טויטפאל אין גאנצע 48 שעה.

בכלל ווערט דער נאציאנעלע פאליסי נישט געפארעמט לויט איין קליינע געגענט. יעצט ווארטען מיר אסאך מער אויף צפון יוקעי זאל זיין ריין.

ואגב, די וואלנערעבעל זענען שוין כהיום נישט איינגעשפארט. מאנטאג איז געוועהן די נייע גיידליינס אז כמעט אלע וועלכע shielding קענען שוין ארויסגיין.

1. ס׳איז די פרישע היימישע קעיסעס זינט ל״ג בעומר, דאס האב איך פערזענליך באשטעטיגט מיט׳ן סיניאר הצלה מעמבערס, מארס, און לאקאלע דאקטוירים!!!
2. אין לאנדאן אין אייער עכטן געשטארבען 34 קעסיס, דאס איז באשטעטיגט דורך די NHS.
3. יא זיי קענען יעצט גיין שפאצירן אליינס פאר פרישע לופט! זיי דארפן דען נישט עווענטועל אויך גיין אין שוהל, זיי דארפן נישט באזוכן די קינדער????
4. לגבי די פאליסי ביסטו גערעכט, ס׳איז נאציאנאל, ווען ס׳וועלט געווען בלויז אויף סטעמפארד היל, וואלט שוין לאנג געווען א קערפיו.

1. ס'דא אבער גאר ווייניג. ווי עס שיינט, וועט קאוויד נישט ווערען גענצליך אויסגעראטען ביז מיר עררייכען הערד אימיוניטי.

2. אפשר אייער נעכטען יא, אבער אין אנדערע 48 שעה די וואך נישט (עכ"פ אין 11 שפיטעלער). זויוויוזוי זענען כמעט אלע טויטפעלער נאך פון אלטע קעיסעס.

3. גיין אין שוהל און נישט זיין איינגעשפארט איז צוויי אנדערע נקודות. דערווייל זענען שוהלען נישט ערלויבט צו זיין אפען, ווי אויך טאר מען ניטאמאל האבען א מנין אינדרויסען (בלויז 6 מענטשען).

4. מה נאמר ומה נדבר... :grin: כ'בין געוועהן נעכטען אויף Stoke Newington Church Street, וואס זאלעך זאגען, עס האט מיך דערמאנט פון מכת ערוב. פונקט ווי דאן איז געוועהן אן אומזעהבארער גרעניץ וואס האט אפגעהאלטען דע חיות פון אריבער גיין צו ארץ גושן, איז אזוי דער אונטערשיד צווישען א גאס אוועק סטעמפארד היל און סטאוק ניואינגטאן.

ביי די יודישע געסער זעהט אויס ווי ערב שבת ביי חצות, ס'טוט זיך און ס'לעבט זיך, און די גוי'שע געסער ווידעראום זעהן אויס ווי תשעה באב צופרי.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

איטשע
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 8:43 am

האמת יאמר דער בראך איז אז מען קומט פון צוויי אנדערע זייטן.

דער גאווערנמענט קומט מיט א פלאן צו פארשליסן, בלית בריריה מוזן זיי נאכלאזן, געשעפטן, פארק וכדומה.
אונז קומען מיט א פלאן אז אלעס מוז זיי אפען, ״והא ראיה״ געשפעטן איז אפען, פארקס זענען אפען, מעג מען שוין אלעס.

נו, ווי אזוי קומט אזוי צום טיש???

זאג מיר נישט אז אונז קען מיר זיך האלטן צו סאשעל דיסטענס, ווייל מיר האבן געפיפן דערויף פון טאג 1! און דער גאווערנמענט ווייסט דאס. ל״ג בעומר האט געוויזן אז ס׳האט גארנישט מיט יודישקייט איינגעלייגט, בלויז פשוטע מוכר־דגים׳קייט.
דעריבער האלטן זיי זיך נישט צוצושטעלן צו אונז. און גערעכט זענען זיי.

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג יוני 04, 2020 9:14 am

איטשע האט געשריבן:האמת יאמר דער בראך איז אז מען קומט פון צוויי אנדערע זייטן.

דער גאווערנמענט קומט מיט א פלאן צו פארשליסן, בלית בריריה מוזן זיי נאכלאזן, עסן געשעפטן, פארק וכדומה.
אונז קומען מיט א פלאן אז אלעס מוז זיי אפען, ״והא ראיה״ עסן געשפעטן איז אפען, פארקס זענען אפען, מעג מען שוין אלעס.

נו, ווי אזוי קומט אזוי צום טיש???

זאג מיר נישט אז אונז קען מיר זיך האלטן צו סאשעל דיסטענס, ווייל מיר האבן געפיפן דערויף פון טאג 1! און דער גאווערנמענט ווייסט דאס.
ל״ג בעומר האט געוויזן אז ס׳האט גארנישט מיט יודישקייט איינגעלייגט, בלויז פשוטע מוכר־דגים׳קייט.
דעריבער האלטן זיי זיך נישט צוצושטעלן צו אונז. און גערעכט זענען זיי.

גערעכט

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך העלאו » דאנארשטאג יוני 04, 2020 9:17 am

אנעים זמירות האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:
א פאר עסקנים האבן איינגערעדט זיי גייען ארלעדיגען א דיל אין א דאנק דעם זענען מחותנים מיט משפחות געקומען צו פארען פון אויסלאנד אין די לעצטע מינוט איז מען געוואר געווארען אז נישט נאר זיי האבן גארנישט ארלעדיגט אדרבה זיי זענען געגאנגען מסר'ן און געסטראשעט די זאלן אז זיי גייען זיי פארמסר'ן און פארמאכן זייערע מוסדות וכדי בזיון וקצף

דאס איז א שקר און אן אומרעכט כלפי די עסקנים וועלכע האבען פראבירט טוהן וואס זיי קענען. באלד פון אנפאנג זענען געוועהן גאר שוואכע טשאנסעס עס זאל געלונגען, וכך הוה.

מענטשען האבען א טבע ווען עפעס גייט נישט גוט, מוז מען טרעפען וועמען צו באשולדיגען. עס האט גארנישט געהאט מיט די עסקנים און קיינער האט נישט געזוכט צו שטערען.

ואגב, מדי דברי, אום שבועות זענען פאליציי אנגעקומען עטליכע מאל צו סאטמאר 67 (פארנאכט, ווען יודען זענען געגאנגען אין מקוה), און דאן זענען אלע כלומרשטע מוסרים בכלל נישט געוועהן דאהי.

עס איז זייער גרינג צו שרייען מסור, אבער דער וואס טוט אזוי אהנע ערשטהאנטיגע קראנטע ידיעות, איז א רשע.

איך צו צירוק יעצט געהערט פון איינע פון די עסקנים אז די גאווערמענט אליינס האט מחליט געוועהן אפצושטיפען חתונות צו סטעיז 3 און נאר עפענען און יולי ממילא האבן די זאלן געמוזט קענסעלען און די אלע מעשיות אז איינער האט געסטראשעט די זאלען אז מען וועט מסרן איז הוילע שטותים

איטשע
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 9:19 am

די סיבה פון באשולדיגן מוסרים איז פשוט.

אויב דער גאווערמענט לאזט נישט, איז א פראבלעם.
אויב מען זאגט אז יודן מסר׳ן, מוז מען דאך ווייזן פארקערט, ווערט עס יעצט א מצוה, און די חתונות ווערן אטאמאטיש בארעכטיגט.

אזוי קרום טראכטן אונז נעבעך...

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג יוני 04, 2020 11:11 am

די צאל קאראנע קראנקע, וואס ווערן אריינגעפירט יעדן טאג אין שפיטעלער אין ענגלאנד.

די ערשטע וואך פון April 2020, איז געוועהן די Peak פון די צאל קאראנע קראנקע אריינגעפירט געווארען אין שפיטעלער.
די ערשטע וואך פון April 2020, איז יעדן טאג אריינגעפירט געווארען נייע 2,400-3,100 קאראנע קראנקע אין שפיטעלער.

די לעצטע וואך, איז יעדן טאג אריינגעפירט געווארען נייע 400-500 קאראנע קראנקע אין שפיטעלער.
--

דא האסטו די פינקטליכע נומערן:
https://drive.google.com/file/d/1MoL-Vo ... sp=sharing
לעצט פאראכטן דורך moishy56 אום דאנארשטאג יוני 04, 2020 7:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יוני 04, 2020 11:48 am

האמיר היינט געזעהן אין איינע פון די וועכענטליכע צייטונגען אז א גרופע גלחים האבן געסטראשעט אז זיי גרייטן זיך אריינצוגעבן א אנקלאגע קעגן די רעגירונג בשייכות מיט'ן נישט לאזן עפענען די "האוזעז אוו ווארשיפ" ביז אזוי שפעט ווי JULY 4.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

איטשע
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:24 pm

וואס ווערן מיר עקסייטעד פון גלחים.

ב״ה מיר האבן א תורה. דער תורה האט אונז געזאגט דבר בעיר כנס רגליך. אלע יארן בשעת מגיפה, איז מען אנטלאפן פון שטאט, און געדאוענט ביחידות, ס׳האט קיין איין גדול בישראל נישט געברענגט קיין מנין. און וועם עס ברענט, ב״ה מען געבט זיך אן עצה.
דעם וואס ברענט צו עפענען א בית המדרש, מיינט נישט דער באשעפער, ער מיינט זיך אליינס, דער באשפערע וויל דיר זעהן אינדערהיים, ער האט געשיקט דער מגיפה, און דיר קלאר געזאגט וואס צו טוען.

זאלן אלע קירכעס זיין ברייט אפן, אונז דארפן מיר וואוסן וואס וויל דער רבש״ע פון אונז.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:32 pm

איטשע האט געשריבן:וואס ווערן מיר עקסייטעד פון גלחים.

ב״ה מיר האבן א תורה. דער תורה האט אונז געזאגט דבר בעיר כנס רגליך. אלע יארן בשעת מגיפה, איז מען אנטלאפן פון שטאט, און געדאוענט ביחידות, ס׳האט קיין איין גדול בישראל נישט געברענגט קיין מנין. און וועם עס ברענט, ב״ה מען געבט זיך אן עצה.
דעם וואס ברענט צו עפענען א בית המדרש, מיינט נישט דער באשעפער, ער מיינט זיך אליינס, דער באשפערע וויל דיר זעהן אינדערהיים, ער האט געשיקט דער מגיפה, און דיר קלאר געזאגט וואס צו טוען.

זאלן אלע קירכעס זיין ברייט אפן, אונז דארפן מיר וואוסן וואס וויל דער רבש״ע פון אונז.

אזעלכע לופטיגע רייד צו רעדן. אפילו לשטותך אז עס איז געווען די זעלבע מצב פון א דבר און א מגיפה, איז עס היינט צוטאגס לכל הדעות מער נישט קיין מגיפה.

ועתה תתחיל לשלש את מה שמונח תחת טליתך ולא תחת הטלית שלנו
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:34 pm

ווייסעך וואס נישט וואס ער ווערט אזוי ווילד.

סתם פארציילט א נייעס אז געוויסע גרייטן זיך צו קלאגן די רעגירונג - גיי ווייס ווי לאנג אזא קעיס ציעט זיך - און ער הייבט אן שרייען "ווער נישט עקסייטעד" "אונז דארפן וויסן וואס דער אויבערשטער וויל" איינער זאגט פארקעט/אנדערש?
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, שכל טוב און 28 געסט