וואו דאווענט מען

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווי דאווענט איר

אינדערהיים/ ארבעט ביחידות
127
68%
אינדערהיים מיט מנין
19
10%
ארבעט מיט מנין
8
4%
שול מיט מנין מצומצם
22
12%
שול מיט ברייט מנין
12
6%
 
סך הכול שטימען: 188

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך דריידל » מוצ"ש מארטש 21, 2020 10:06 pm

קלערענדיג איבער יא דאווענען מיט מנין אדער נישט איז מיר בייגעפאלן אז לכאורה ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען אן ענדליכע מצב לגבי די פרט אז אנצוטאן תפילין, נישט ארבעטן שבת, אדער צוריקהאלטן פון מאכלות אסורות האט זיך געגרעניצט מיט פיקוח נפש און, פונדעסטוועגן ווען א מלחמה איבערלעבער שטארבט, באשרייבט מען עס אלץ א מעלה.

ווען אונז וועלמיר שטארבן לאחר אריכות ימים וועט מען אויך שרייבן אז ער האט זיך מוסר נפש געווען צו דאווענען מיט מנין בשעת מגיפה קאראנע?

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך Kosher Travel » מוצ"ש מארטש 21, 2020 10:15 pm

דריידל האט געשריבן:קלערענדיג איבער יא דאווענען מיט מנין אדער נישט איז מיר בייגעפאלן אז לכאורה ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען אן ענדליכע מצב לגבי די פרט אז אנצוטאן תפילין, נישט ארבעטן שבת, אדער צוריקהאלטן פון מאכלות אסורות האט זיך געגרעניצט מיט פיקוח נפש און, פונדעסטוועגן ווען א מלחמה איבערלעבער שטארבט, באשרייבט מען עס אלץ א מעלה.

ווען אונז וועלמיר שטארבן לאחר אריכות ימים וועט מען אויך שרייבן אז ער האט זיך מוסר נפש געווען צו דאווענען מיט מנין בשעת מגיפה קאראנע?

ווען עס איז דא א גזירת שמד, דאן מעג מען זיך מוסר נפש זיין אויף אלע מצוות, נישט נאר אויף די ג' חמורות.
ווען עס איז דא א גזירת מגיפה, דאן איז קלאהר דא א מצוה, און אויך איז עס א חיוב גמור, צו מקיים זיין ונשמרתם מאוד. ודבר פשוט הוא.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך דריידל » מוצ"ש מארטש 21, 2020 10:39 pm

Kosher Travel האט געשריבן:

די מיינסט דעמאלטס האבן נישט רבנים געזאגט אז מ'זאל זיך נישט מוסר נפש זיין?

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך Kosher Travel » מוצ"ש מארטש 21, 2020 10:43 pm

דריידל האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:קלערענדיג איבער יא דאווענען מיט מנין אדער נישט איז מיר בייגעפאלן אז לכאורה ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען אן ענדליכע מצב לגבי די פרט אז אנצוטאן תפילין, נישט ארבעטן שבת, אדער צוריקהאלטן פון מאכלות אסורות האט זיך געגרעניצט מיט פיקוח נפש און, פונדעסטוועגן ווען א מלחמה איבערלעבער שטארבט, באשרייבט מען עס אלץ א מעלה.

ווען אונז וועלמיר שטארבן לאחר אריכות ימים וועט מען אויך שרייבן אז ער האט זיך מוסר נפש געווען צו דאווענען מיט מנין בשעת מגיפה קאראנע?

ווען עס איז דא א גזירת שמד, דאן מעג מען זיך מוסר נפש זיין אויף אלע מצוות, נישט נאר אויף די ג' חמורות.
ווען עס איז דא א גזירת מגיפה, דאן איז קלאהר דא א מצוה, און אויך איז עס א חיוב גמור, צו מקיים זיין ונשמרתם מאוד. ודבר פשוט הוא.

די מיינסט דעמאלטס האבן נישט רבנים געזאגט אז מ'זאל זיך נישט מוסר נפש זיין?

וואס בערך פראבירט איהר צו זאגן?
בשעת שמד, מעג מען זיך מוסר נפש זיין.
און קיינער בעט נישט דא מען זאל נישט לייגן תפילן. עס איז אסור צו טוהן עפעס וואס לייגט א צווייטען, אדער זיך אליינס אין א סכנה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך שניי באל » מוצ"ש מארטש 21, 2020 10:51 pm

דריידל האט געשריבן:קלערענדיג איבער יא דאווענען מיט מנין אדער נישט איז מיר בייגעפאלן אז לכאורה ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען אן ענדליכע מצב לגבי די פרט אז אנצוטאן תפילין, נישט ארבעטן שבת, אדער צוריקהאלטן פון מאכלות אסורות האט זיך געגרעניצט מיט פיקוח נפש און, פונדעסטוועגן ווען א מלחמה איבערלעבער שטארבט, באשרייבט מען עס אלץ א מעלה.

ווען אונז וועלמיר שטארבן לאחר אריכות ימים וועט מען אויך שרייבן אז ער האט זיך מוסר נפש געווען צו דאווענען מיט מנין בשעת מגיפה קאראנע?

ס'איז א חשובע זאך זיך צו מוסר נפש זיין, אבער יענעם מוסר נפש זיין איז רציחה!!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש מארטש 21, 2020 11:09 pm

גוט געזאגט, יעמאלט אז א איד האט געשפירט אז ער קען איבערלעבן לשם ולתורתו אויך אן עסן טריפות/חמץ איז א גרויסע זאך, אבער פאר יענעם?

(און אפילו צדיקים קדושי עליון שרפי מעלה האבן זיך צוגערירט די בארד באין ברירה זיך צו ראטעווען.)
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך בסד » זונטאג מארטש 22, 2020 2:19 am

איינער האט די בריוו פון ר' ישראל דוד הארפענעס?

אוועטאר
יסוד ארי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך יסוד ארי » זונטאג מארטש 22, 2020 8:12 am

rps20200322_081143.jpg
rps20200322_081143.jpg (297.61 KiB) געזעהן 984 מאל

א גולם
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך א גולם » זונטאג מארטש 22, 2020 9:03 am

צק

אנהייב געמאכט א קליינע מנין מיט שכנים
יעצט אינדערהיים נאכדעם וואס מהאמער געהאט אביסעל פיבער מיט אפאר קינדער

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך קאטאגאריש » זונטאג מארטש 22, 2020 1:45 pm

שניי באל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:קלערענדיג איבער יא דאווענען מיט מנין אדער נישט איז מיר בייגעפאלן אז לכאורה ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען אן ענדליכע מצב לגבי די פרט אז אנצוטאן תפילין, נישט ארבעטן שבת, אדער צוריקהאלטן פון מאכלות אסורות האט זיך געגרעניצט מיט פיקוח נפש און, פונדעסטוועגן ווען א מלחמה איבערלעבער שטארבט, באשרייבט מען עס אלץ א מעלה.

ווען אונז וועלמיר שטארבן לאחר אריכות ימים וועט מען אויך שרייבן אז ער האט זיך מוסר נפש געווען צו דאווענען מיט מנין בשעת מגיפה קאראנע?

ס'איז א חשובע זאך זיך צו מוסר נפש זיין, אבער יענעם מוסר נפש זיין איז רציחה!!

זאל יענער זיצען אינדערהיים
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך דריידל » זונטאג מארטש 22, 2020 1:50 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:
שניי באל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:קלערענדיג איבער יא דאווענען מיט מנין אדער נישט איז מיר בייגעפאלן אז לכאורה ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען אן ענדליכע מצב לגבי די פרט אז אנצוטאן תפילין, נישט ארבעטן שבת, אדער צוריקהאלטן פון מאכלות אסורות האט זיך געגרעניצט מיט פיקוח נפש און, פונדעסטוועגן ווען א מלחמה איבערלעבער שטארבט, באשרייבט מען עס אלץ א מעלה.

ווען אונז וועלמיר שטארבן לאחר אריכות ימים וועט מען אויך שרייבן אז ער האט זיך מוסר נפש געווען צו דאווענען מיט מנין בשעת מגיפה קאראנע?

ס'איז א חשובע זאך זיך צו מוסר נפש זיין, אבער יענעם מוסר נפש זיין איז רציחה!!

זאל יענער זיצען אינדערהיים

פונקט ווי מ'זאל זאגן אז מ'טאר נישט פארן מיט א קאר ווייל ס'דא מענטשן וואס גיבן נישט אבאכט וויאזוי מ'קראסט.
האסטי געהערט א מעשה?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג מארטש 22, 2020 5:40 pm

ווי דאווענט מען? ווי דאווענט מען?.. האסטו געהערט אזאנס, ווער האט נאר פאריגע וואך געחולמט פון אזאנע קעפלעך?.. אפגערעדט אז דער וואס גייט זיך באטייליגן אין א מנין וועט גאר זיין א משומד, א שופך דם וכדו׳.. א באנדע שקצים דער הייליגער פאלק, כלל ישראל.

א גוטן טאג טייערע אידן. א היסטארישע עפאכע האט זיך אנגעהויבן אויף דער אלגעמיינער וועלט בכלל, און להבדל אויף כלל ישראל בפרט. ווי געזאגט האט זיך עס נאר אנגעהויבן, ווייל מען זעהט קלאר אז דאס איז ווייט פון פאריבער.. לעת עתה איז פיל מער דרך הטבע אז משיח וועט אנגעקומען בעפאר יו״ט ווי אז די בתי מדרשים וועלן שוין זיין אפן אויף חג הפסח הבעל״ט.. זאל דער בוכ״ע אונז טאקע ארויסנעמען פון דא באצייטענס, מיר זאלן זוכה זיין נאך היי יאר מקריב צו זיין דעם קרבן פסח אין ירושלים עיה״ק, ונאכל שם מזבחים ומין הפסחים.

דערווייל אבער איז א הערליכע שבת החודש, שבת מבורכים ניסן אריבער אויף אידישע קינדער, זה בכו וזה בכו.. א באנדע מוסרים זענען אויפגעשטאנען אין כלל ישראל, און נאך א גרעסערע באנדע פון מדקדקים במצוות. דער זעלבער וואס האט שוין די לעצטע 20 יאר נישט געליינט קר״ש בזמנו, איז מיר פלוצליג געווארן א מהדרין אויף פקוח נפש, דיני דמלכותא דיני וכו׳... אלע אנדערע מצוות ווייסט ער פון קאפ צו זאגן.

קיין איין דעת תורה האט נישט גע׳אסרט דאס דאווענען מיט מנין, און קיין איין דע״ת האט נישט גע׳אסרט דאס גיין אין מקוה. (מיטן אויסנאם פאר עלטערע מענטשן, און אזעלכע וואס שפירן נישט גוט). וואס יא, מ׳האט אפציעל פארשלאסן, מען ברויך זיין פארזיכטיג, מען ברויך נאכקומען דעם געזעץ. (הגם ביז 50 קעפ אינטער איין דאך איז דערווייל מותר מטעם די רעגירונג). ווער עס האט זיך אנייצע געגעבן און געשאפן א מנין, א מקוה.. דער איז א ריכטיגער חסיד, ותע״ב, ער זאל דאנקען השי״ת ער האט געהאט די זכיה. ע״פ רוב זענען אלע אידן געווען איינגעשפארט ביזן טראסע, און ווער יא אין א אינטערן טיש מנין איז עס אבער געווען פארזיכטיג, און אפילו נאכגעקומען די שטאטישע פראטעקאלן פון שטיין אפגעזינדערט וכו׳. ווער עס איז אויף געווען שבת גאר פרי האט געקענט זעהן געזונט און פרישע חסידים׳לעך אויף אלע באקן ארומלויפן מקוה שאַפינג, ווי קען מען כאפן א טובל..

די מוסרים חלק איז א גוטע זאך גראדע, נישט קיין וויץ. דער ישמח משה שרייבט אנפאנג פר׳ וישב (סוף פונעם צווייטן תורה) אז עס זענען צומאל פארהאן אידן וואס האבן אויף זיך גראבע עבירות רח״ל וואס דאס איז מעכב די גאולה שלימה. פירט דער באשעפער צו זיי זאלן ווערן מוסרים, און מיט דעם וואס זיי מסר׳ן אנדערע אידן רייסן זיי זיך אפ פון כלל ישראל! יעצט אז זיי זענען שוין נישט קיין חלק פון כלל ישראל זענען זייערע מעשים תעתועם נישט מעכב גאולת ישראל. אשע״כ איז דאס נאך פון די פאזעטיווע חלקים.

עניוועי, טויזענטער אידן, און מ׳קען קלאר זאגן רוב רובם פון כלל ישראל האבן דעם שבת געדאווענט און געפראוועט ביחידות, די חרידישע גאסן זענען געווען טויטער ווי טויט, ממש קיין נפש חי׳ נישט געזעהן אינדרויסן. כלל ישראל איז שוין הונדערטער מאל אדורך שווערע תקופות, אסאך אסאך שווערערע ווי דאס (דערווייל), אלעמאל האט מען זיך אויך צוזאמגעליטן פון די סארט אידן, און אלעמאל מיטן זעלבן פורים תורה פון דיני דמלכותא, ונשמרתם מאוד.. וכו׳ וכו׳ פארשידענע מצוות וואס זיי האבן אויסגעוועלט אפצוהיטן אנשטאטס, אדער מער ווי אלע אנדערע.

כלל ישראל האט דעם שבת געשיינט און געבליטשקעט פון אלע זייטן. מ׳האט קלאר געוויזן פאר השי״ת אז זיין פאלק איז נאך אין איר עקזעסטענס מיטן פולן פראכט. ביים יעדן ווינקל האט מען געהערט פון די דעכער, טראסעס און הויפן אמן׳ס, נקדישך׳ס, כתר׳ס, חזק חזק ונתחזק.. אה, ווען איז מיר אמאל אזוי גרינג אנגעקומען די פירוש המילות ביי קבלת שבת, זינגענדיג דעם מזמור שיר ליום השבת אינטערן פרייען הימל מיט אזא נעימות.. מאוד עמקו מחשבותיך, איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת. אוי, דער ה׳ מלך גאות לבש. אפגעשטעלט אזא פארגעשריטענע און סעפיסטעקירטע וועלט מיט א פיצקעלע אומזעהבארע וויירוס, און אלע מענטשן ציטערן. זיי ווייסן נעבעך נישט אז אינטער דעם קליינעם צעל שטייט א גרויסער באשעפער. די הערליכע טראפן ביים ליינען פון די חימושים האבן געשפילט אויף די פּיסטע גאסן, איינס פון יעדע צען אידן זענען מיטאמאל געווארן פראפעסיאנאלע בעלי קוראות, חזנים, שמשים וכו׳..

עס איז דא א געוואלד מאריך צו זיין און באשרייבן דעם היסטארישן שבת אז נאר, דער פראבלעם איז אבער אז עס איז ס״ה דער הקדמה. מען קען נישט שטעקן בלייבן. עס איז א געהעריגע עפאכע, תקופת קאראנע. השי״ת זאל שומר ומציל זיין אלע אידישע קינדער, פון אלע מחלות, אלע מאמעס זאלן קענען איבער טראגן די דריק פון די קינדער אינדערהיים, און טאטעס די דריק פון די ווייבער מיט די קינדער אינאיינעם... הושענה נפש מבהלה, מען ברויך אבער פאראויס גיין מיטן לעבן ווי ווייט נאר מעגליך.

עניוועי, איך בין נישטא צו שרייבן געפיל, גראמען אדער פסק הלכות.. ס״ה וואס מיין ליגט מיר אויפן מחשבה מאמענטאל.
לאור המצב..

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 22, 2020 5:52 pm

ש'מעלייכם טשאדעלע! יפה דברת.
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re:

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מארטש 22, 2020 6:19 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ש'מעלייכם טשאדעלע! יפה דברת.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך נשמת השכל » זונטאג מארטש 22, 2020 6:53 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווי דאווענט מען? ווי דאווענט מען?.. האסטו געהערט אזאנס, ווער האט נאר פאריגע וואך געחולמט פון אזאנע קעפלעך?.. אפגערעדט אז דער וואס גייט זיך באטייליגן אין א מנין וועט גאר זיין א משומד, א שופך דם וכדו׳.. א באנדע שקצים דער הייליגער פאלק, כלל ישראל.

א גוטן טאג טייערע אידן. א היסטארישע עפאכע האט זיך אנגעהויבן אויף דער אלגעמיינער וועלט בכלל, און להבדל אויף כלל ישראל בפרט. ווי געזאגט האט זיך עס נאר אנגעהויבן, ווייל מען זעהט קלאר אז דאס איז ווייט פון פאריבער.. לעת עתה איז פיל מער דרך הטבע אז משיח וועט אנגעקומען בעפאר יו״ט ווי אז די בתי מדרשים וועלן שוין זיין אפן אויף חג הפסח הבעל״ט.. זאל דער בוכ״ע אונז טאקע ארויסנעמען פון דא באצייטענס, מיר זאלן זוכה זיין נאך היי יאר מקריב צו זיין דעם קרבן פסח אין ירושלים עיה״ק, ונאכל שם מזבחים ומין הפסחים.

דערווייל אבער איז א הערליכע שבת החודש, שבת מבורכים ניסן אריבער אויף אידישע קינדער, זה בכו וזה בכו.. א באנדע מוסרים זענען אויפגעשטאנען אין כלל ישראל, און נאך א גרעסערע באנדע פון מדקדקים במצוות. דער זעלבער וואס האט שוין די לעצטע 20 יאר נישט געליינט קר״ש בזמנו, איז מיר פלוצליג געווארן א מהדרין אויף פקוח נפש, דיני דמלכותא דיני וכו׳... אלע אנדערע מצוות ווייסט ער פון קאפ צו זאגן.

קיין איין דעת תורה האט נישט גע׳אסרט דאס דאווענען מיט מנין, און קיין איין דע״ת האט נישט גע׳אסרט דאס גיין אין מקוה. (מיטן אויסנאם פאר עלטערע מענטשן, און אזעלכע וואס שפירן נישט גוט). וואס יא, מ׳האט אפציעל פארשלאסן, מען ברויך זיין פארזיכטיג, מען ברויך נאכקומען דעם געזעץ. (הגם ביז 50 קעפ אינטער איין דאך איז דערווייל מותר מטעם די רעגירונג). ווער עס האט זיך אנייצע געגעבן און געשאפן א מנין, א מקוה.. דער איז א ריכטיגער חסיד, ותע״ב, ער זאל דאנקען השי״ת ער האט געהאט די זכיה. ע״פ רוב זענען אלע אידן געווען איינגעשפארט ביזן טראסע, און ווער יא אין א אינטערן טיש מנין איז עס אבער געווען פארזיכטיג, און אפילו נאכגעקומען די שטאטישע פראטעקאלן פון שטיין אפגעזינדערט וכו׳. ווער עס איז אויף געווען שבת גאר פרי האט געקענט זעהן געזונט און פרישע חסידים׳לעך אויף אלע באקן ארומלויפן מקוה שאַפינג, ווי קען מען כאפן א טובל..

די מוסרים חלק איז א גוטע זאך גראדע, נישט קיין וויץ. דער ישמח משה שרייבט אנפאנג פר׳ וישב (סוף פונעם צווייטן תורה) אז עס זענען צומאל פארהאן אידן וואס האבן אויף זיך גראבע עבירות רח״ל וואס דאס איז מעכב די גאולה שלימה. פירט דער באשעפער צו זיי זאלן ווערן מוסרים, און מיט דעם וואס זיי מסר׳ן אנדערע אידן רייסן זיי זיך אפ פון כלל ישראל! יעצט אז זיי זענען שוין נישט קיין חלק פון כלל ישראל זענען זייערע מעשים תעתועם נישט מעכב גאולת ישראל. אשע״כ איז דאס נאך פון די פאזעטיווע חלקים.

עניוועי, טויזענטער אידן, און מ׳קען קלאר זאגן רוב רובם פון כלל ישראל האבן דעם שבת געדאווענט און געפראוועט ביחידות, די חרידישע גאסן זענען געווען טויטער ווי טויט, ממש קיין נפש חי׳ נישט געזעהן אינדרויסן. כלל ישראל איז שוין הונדערטער מאל אדורך שווערע תקופות, אסאך אסאך שווערערע ווי דאס (דערווייל), אלעמאל האט מען זיך אויך צוזאמגעליטן פון די סארט אידן, און אלעמאל מיטן זעלבן פורים תורה פון דיני דמלכותא, ונשמרתם מאוד.. וכו׳ וכו׳ פארשידענע מצוות וואס זיי האבן אויסגעוועלט אפצוהיטן אנשטאטס, אדער מער ווי אלע אנדערע.

כלל ישראל האט דעם שבת געשיינט און געבליטשקעט פון אלע זייטן. מ׳האט קלאר געוויזן פאר השי״ת אז זיין פאלק איז נאך אין איר עקזעסטענס מיטן פולן פראכט. ביים יעדן ווינקל האט מען געהערט פון די דעכער, טראסעס און הויפן אמן׳ס, נקדישך׳ס, כתר׳ס, חזק חזק ונתחזק.. אה, ווען איז מיר אמאל אזוי גרינג אנגעקומען די פירוש המילות ביי קבלת שבת, זינגענדיג דעם מזמור שיר ליום השבת אינטערן פרייען הימל מיט אזא נעימות.. מאוד עמקו מחשבותיך, איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת. אוי, דער ה׳ מלך גאות לבש. אפגעשטעלט אזא פארגעשריטענע און סעפיסטעקירטע וועלט מיט א פיצקעלע אומזעהבארע וויירוס, און אלע מענטשן ציטערן. זיי ווייסן נעבעך נישט אז אינטער דעם קליינעם צעל שטייט א גרויסער באשעפער. די הערליכע טראפן ביים ליינען פון די חימושים האבן געשפילט אויף די פּיסטע גאסן, איינס פון יעדע צען אידן זענען מיטאמאל געווארן פראפעסיאנאלע בעלי קוראות, חזנים, שמשים וכו׳..

עס איז דא א געוואלד מאריך צו זיין און באשרייבן דעם היסטארישן שבת אז נאר, דער פראבלעם איז אבער אז עס איז ס״ה דער הקדמה. מען קען נישט שטעקן בלייבן. עס איז א געהעריגע עפאכע, תקופת קאראנע. השי״ת זאל שומר ומציל זיין אלע אידישע קינדער, פון אלע מחלות, אלע מאמעס זאלן קענען איבער טראגן די דריק פון די קינדער אינדערהיים, און טאטעס די דריק פון די ווייבער מיט די קינדער אינאיינעם... הושענה נפש מבהלה, מען ברויך אבער פאראויס גיין מיטן לעבן ווי ווייט נאר מעגליך.

עניוועי, איך בין נישטא צו שרייבן געפיל, גראמען אדער פסק הלכות.. ס״ה וואס מיין ליגט מיר אויפן מחשבה מאמענטאל.

;l;p- ;l;p-
נישט דיינע געפילן ברענגען דיר דיינע פראבלעמען, נאר די בלינדע אמונה אין דיינע געפילן ברענגען דיר דיינע פראבלעמען!

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך ביללער » זונטאג מארטש 22, 2020 7:21 pm

זאגסט גוט, גם אני בעניי וויאזוי דער מצב האט אויסגעקוקט לעצטנס אז הכלה אתה עושה, און דא פון אונטער דער ערד שפראצן ארויס איידעלע אידן וואס ציטערן זיך צו עפענען די מויל איבערן יאר, מ'האט מיטן גרעסטן פחד פון יודנראט זיך מקהיל געווען ווי בעת המתיוונים אין די בונקערס מיט טונקעלע לעקטערס און פארשלאסענע ריגלעך, פארקלעבטע פענצטער [נישט קיין וויץ] דער אידישער פינק קען מען נישט פארלעשן, און די מספר פון די איז גאר גאר גרויס ב"ה. זיי ווילן נישט לעבן אן תורה ומצות זאל זיין וואס זאל זיין, ווי דער הייליגער צאנזער רב זאגט אין חמדה גנוזה אז דער כח המסירת נפש פון אברהם אבינו ע"ה אין גיהנם וועט מען גיין אבער נישט אפלאזן דעם אייבערשטען

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2939
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מארטש 22, 2020 7:59 pm

קודם ס'יא דא וואס האבן קלאר געזאגט אז מ'זאל נישט דאווענען מיט מנין, ווי אדמו"ר מבאבוב-45, און איינער האט דא געזאגט אז אדמו"ר מפאפא האט אויך אזוי געזאגט.

די זעלבע איז געווען מיט מקווה.
און זיך אריינכאפן אין א פארשפארטע מקווה איז אויך נישט נארמאל.

אבער בכלליות ;l;p-
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

פארשעי חסיד
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:14 pm

Re:

תגובהדורך פארשעי חסיד » זונטאג מארטש 22, 2020 8:03 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ש'מעלייכם טשאדעלע! יפה דברת.

מים קרים על נפש עיפה!!

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2939
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מארטש 22, 2020 8:03 pm

ביללער האט געשריבן:זאגסט גוט, גם אני בעניי וויאזוי דער מצב האט אויסגעקוקט לעצטנס אז הכלה אתה עושה, און דא פון אונטער דער ערד שפראצן ארויס איידעלע אידן וואס ציטערן זיך צו עפענען די מויל איבערן יאר, מ'האט מיטן גרעסטן פחד פון יודנראט זיך מקהיל געווען ווי בעת המתיוונים אין די בונקערס מיט טונקעלע לעקטערס און פארשלאסענע ריגלעך, פארקלעבטע פענצטער [נישט קיין וויץ] דער אידישער פינק קען מען נישט פארלעשן, און די מספר פון די איז גאר גאר גרויס ב"ה. זיי ווילן נישט לעבן אן תורה ומצות זאל זיין וואס זאל זיין, ווי דער הייליגער צאנזער רב זאגט אין חמדה גנוזה אז דער כח המסירת נפש פון אברהם אבינו ע"ה אין גיהנם וועט מען גיין אבער נישט אפלאזן דעם אייבערשטען

WOW איי געס אז רבנים וואס האבן נישט געלאזט זענען מתיוונים.

אגב, קען איך אפאר עלטערע אידן וואס זענען געגאנגען דאווענען מיט מנין, ווייל איינמאל ס'דא א מנין, שטייט קיינער נישט ביים טיר און קוקט ווער ס'קומט אריין. און די זעלבע מיט מקווה.
וועגן דעם בעסער ווי ווייניג.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2939
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מארטש 22, 2020 8:07 pm

און בכלל בין איך נייגעריג וויפיל פון דיע וואס האבן אריינגעכאפט שבת דעם מקווה און צאמגעקומענע מנין, האבן זיך אנגעשטרענגט צו פרעגן זייער רב אדער דיין צו זיי מעגן און וויאזוי זיי מעגן? סתם נייגעריג?

און איינער וואס האט נישט, וויאזוי גייט ער קענען זאגט ער האט הענט ריין פון בלוט?
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך יש בו » זונטאג מארטש 22, 2020 10:28 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן: וויאזוי גייט ער קענען זאגט ער האט הענט ריין פון בלוט?

פארוואס זאל ער זאגן ליגנט?
ער גייט זאגן ווייל ער גייט זיין ריין,
ער איז דאך געגאנגען אין מקוה, ניין??
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
עכט נאריש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:11 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך עכט נאריש » זונטאג מארטש 22, 2020 10:41 pm

די תריץ אויפן קעפל איז ווענט זיך
די עסקנים / חבירים /שמרם / וואטסעפפ איז יעצט גארנישט אנדיש א גאנץ יאר טיט זיי נישט אזוי וויי ווען זיי האבן נישט קיין מקוה און מינין
די רבנים און שיינע אידן זיי האבן ב"ה געהאט מינין זיי האבן געהאט א הייסע מקוה שבת זיי האבן געהאט 2 ספרי תורה זיי זענען OK
די חילק איז נאר מיט אונז מענטשן זעמער אביסל ציפראסקעט און עס ווענט זיך אסאך וויפיל צייט מען ההאט צי הערן קול מבשר

ווי עס קיקיט יעצט אויס ווארט אלעס אויף דינסטאג ווייל און די מיניט וואס מען גייט אנהייבן ניצן די נייע מעדעצין ווי קאמא האט היינט מודעה געווען קענען די דעמאקראטן און די מידע צריק גיין צי ראשע, נארמאלע מענטשן גייען לאכן פון די גאנצע זאך

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך הסרפד » זונטאג מארטש 22, 2020 10:56 pm

איין אינטערעסאנטע המצאה וואס איך האב געהערט פון מיימס א באקאנטער אין ב"פ וואס האט מיט געטיילט אין אזא מנין:
אין ב"פ זענען דאך רוב קליינע בתי מדרשים אויף די streets, ווי עס זענען אפט פארהאן alleys וואס ציהען זיך ביז דער מיט'ן פון דעם block - ווי אלע porches זענען אפן.

כמדומה אז לכתחילה איז מען נישט מצרף מנין אזוי, אבער זעהט זיך אויס אז מען מעג בשעת הדחק (א מורה הוראה האט אזוי בפירוש גע'פסק'ענט), וכך הוה:

דער מנין האט באשטאנען פון יעדן אויף זיין אייגענעם porch. ווען עס איז געקומן צו קריאת התורה, האט איין איינוואוינער פון די געביידע וואו עס געפינט זיך דעם שטיבל ארויס געבראכט דעם ס"ת צום alley אויף א טיש, געליינט קריאת התורה פאר'ן ציבור - עולה געוועהן אלע עליות, ווי מען מעג מעיקר הדין - וכו', און מען האט געענדיגט דאווענען, אלץ פון דער ווייטענס.

מצד הלכה טויגט עס (פרעגט דעם אייגענעם דיין צו ער איז מסכים, איך דערצייל נאר א מעשה שהיה), וכן מצד שמירת הנפש, און מצד מראית עין, ועינא בישא לא שליט בהו.

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מארטש 23, 2020 7:48 am

דאווענענדיג היינט צופרי אינדערהיים, האב איך מיך אפגעשטעלט ביי "אשרינו כשאנו משכימים ומעריבים בבתי כנסיות ובבתי מדרשות".
ס'האט געציפט

געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך געוואלדיג » מאנטאג מארטש 23, 2020 8:28 am

איך וויל נישט ציטירן, אבער @טשאדעלע, יפה דברת ובעיתו דברת
קוק אויף האלבע פולע גלאז,
און אויב איז די גלאז אינגאנצן ליידיג, רוק אוועק די גלאז אין א זייט און גיי ווייטער מיט דיין לעבן (יואלי שווארץ)

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: j718, MCITP, private, א גולם, בשמחה!!!, גם אני, געוואלטיג, האק א לעבן, זזה, חברה_מאן, חלה לכבוד שבת, נאר חסרונות, קוואדער, שכל טוב און 77 געסט