וואו דאווענט מען

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווי דאווענט איר

אינדערהיים/ ארבעט ביחידות
127
68%
אינדערהיים מיט מנין
19
10%
ארבעט מיט מנין
8
4%
שול מיט מנין מצומצם
22
12%
שול מיט ברייט מנין
12
6%
 
סך הכול שטימען: 188

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re:

תגובהדורך nmi » מיטוואך מארטש 18, 2020 7:38 pm

שטומפיג האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:האסט פארגעסן מ'דאווענט אין דער ארבעט...

וכן נהגתי.
מיט מנין ב"ה.

גא"מ
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

נאך איינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך נאך איינער » מיטוואך מארטש 18, 2020 7:47 pm

ווי האבן דעי 2 יודן געדאוונט מיט ברייט מנין?

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך מארטש 18, 2020 8:14 pm

היינט פארטאגס איז נאך געווען געהעריג מנין אין ראדני, סאוט אכט, מורטיל... ב״ה אפגעשטעלט.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך מארטש 18, 2020 8:35 pm

איך האב געדאווענט בשמחה רבה בהשתפכות הנפש פארנט און צוזאמען מיט אלע מיינע קינדער ביחידות אונדערהיים.
מיט דו זעלבע שמחה ווי איך דאווען שמונה עשרה ביחידות זיצענדיגעהייט אויפ'ן עראפלאן, כאטש אפילו ס'דא א מנין לעבן מיר שטייענדיגהייט.

יא, כ'האב געלערנט הלכות תפילה טור ב"י ושו"ע ונושא כלים כמה פעמים מסימן פ"ט עד קכ"ז.
און דעם ספר אהלך באמתך פונעם בצל החכמה ז"ל קאן איך ישר והפוך.

אוועטאר
אושר עד
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך אושר עד » מיטוואך מארטש 18, 2020 9:00 pm

אין בעק יארד, מיט א מנין מצומצם אויסגעשפרייט

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

Re: Re:

תגובהדורך אלטער » מיטוואך מארטש 18, 2020 9:14 pm

nmi האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:האסט פארגעסן מ'דאווענט אין דער ארבעט...

וכן נהגתי.
מיט מנין ב"ה.

גא"מ

אבער ביי מיר איז דאס אן קיין מניין... מ'לויב מיר דעם אייבירשטן אז מ'קען מקיים זיין די מצוות ד' אין דע אמשטענדן....
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך moshele11211 » מיטוואך מארטש 18, 2020 9:37 pm

שטייענדיג אזוי אין גאס ביינאכט,
ביי מנחה שמו"ע פארטראכט.
צושפרייט יעדער איינער,
מיט קאלטע ביינער.
ווארימע טרערן קומען פליסן,
עס נעמט זיך גיסן,
אוי ! טאטע אין הימל,
די כאפסט קיינמאל נישט קיין דרימל.
נישט טשיינע אין נישט קיינער,
די אמת ווייסט נאר איינער.
פון די טיפסטע חלום אונז אלע דערוועקט,
עס נעמט נישט לאנג ביז יעדער באמערקט.
פון העומד על כסא דער גרעסטן,
ביז אונז אלע די קלענסטן.
אני בעל הבירא עס הייבט אן שרייען,
אחד יחיד די וועלט ער טיט דרייען.
מען הייבט אן זעהן וויאזוי מלוך על כל העולם עס קען זיין,
אז יעדער וועט איינזעהן ער פירט אלעס אליין.
ווער האט דאס געגלייבט,
אזעלכע נסיונת אונז שיקן מען גייט.
אבער עס קלינגט די איש"ר אין גאס,
אוי איך טרעפ מיינע אויגן נאס.
טאטע איך גלייב שוין אלעס,
ווער עס האט די בעלות,
טאקע אן ביהמ''ד אין מקוה,
ס'שווארץ, מען זעהט נישט קיין תקוה.
פון די זיסע קינדער די הייליגע תורה,
אוי ! הייליגע בורא.
עס איז שוין גענוג אין נאך,
מיר זעהן שוין אונזער בראך.
מיר זענען אלע מודה שוין,
כתר אז די פארדינסט די "קרוין"!
מיר וועלן אלע רופן "קרא נא",
יא טאטע מיר זענען אלע רעדי דא !

איך און איך
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 10:41 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך איך און איך » מיטוואך מארטש 18, 2020 10:25 pm

שחרית און ביהמ"ד אן לעקטער ביז די פאלציי האט ארויסגעטריבן,
מנחה מעריב און קליין ביהמ"ד.
אויב איך בין איך, ווייל איך בין איך, דעמאלטס בין איך, איך

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך כתמר יפרח » מיטוואך מארטש 18, 2020 10:31 pm

איך און איך האט געשריבן:שחרית און ביהמ"ד אן לעקטער ביז די פאלציי האט ארויסגעטריבן,
מנחה מעריב און קליין ביהמ"ד.

ממש ווי די אנוסים
#איזהו ח"ש...
פיינט האבן טראמפ, מיינט נישט ליב האבן אבאמא!

חלה לכבוד שבת
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » מיטוואך מארטש 18, 2020 10:48 pm

Screenshot_20200318-224538_The Weather Channel.jpg
Screenshot_20200318-224538_The Weather Channel.jpg (444.78 KiB) געזעהן 1123 מאל

Its It's going to rain tomorrow and Friday we can't daving on streets

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך מארטש 18, 2020 11:29 pm

איך און איך האט געשריבן:שחרית און ביהמ"ד אן לעקטער ביז די פאלציי האט ארויסגעטריבן,
מנחה מעריב און קליין ביהמ"ד.

פארוואס, דו האלסט אויך ווי די נאציס אז עס זענען דא צופיל פון די אידיש ראסע? אדער האט דיר אליהו הנביא געקומען אין חלום?
שויתי ה' לנגדי תמיד

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3951
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 12:24 am

שחרית אין דיינונג רום. מנחה אין אפיס. מעריב האבעך געוואלט דאווענען אינדערהיים איך בין פערצופאל ארויס אויפן פארטש ביים זמן האבעך באמערקט א גרויסע מנין אין איינע פון די בעקיארדס. האבעך מיטגעדאווענט פון פארטש מיט מיינע בחורים. מ'האט געהערט עטליכע אמן יהא שמי' רבא'ס פון די פארטשעס ארום. דא וואוינען נישט קיין אידן איבער די 60

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:23 am

איינער האט פריער געזוכט די תפלות וואס מ'זאגט ביחידות, געדענק איך נישט ווער און וואו לייג איך עס דא, פויעלטס אלעס גוטס
צוגעלייגטע
למי שמתפלל ביחידות.pdf
(125.82 KiB) דאונלאודעד 107 מאל

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 9:20 am

סדארף ווען זיין א קאנפערענץ מנין אויפן טעלעפאן

אגב היינט ביי מיין מנין אין א הויז האט איינער כסדר געהיסט, ב''ה סאיז נישט געווען קיין אלטע אידן דארט

____
ביטע בכל לשון של בקשה,
שבת זאל מען נישט עסן שלוש סעודה אין הייזער ביהמ"ד, מען זאל עסן אינדערהיים

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2939
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 9:58 am

ב"ה אז פרשת זכר און פרה (דאורייתא/ספק דאורייתא) האט מען נאך געקענט הערן.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2939
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 10:02 am

הער איך אז אין שיכון סקווירא ליינט מען אויף הויכע ספיקערס די היינטיגע קריאה.

גוטע איידיע.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22883
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 10:12 am

ס'איז דען להלכה א קול?

סך הכל אויב א מנין אידן הערן די אריגינעלע קול האבן זיי כאטש יוצא געווען.

אבער ביטע בעטן אז זיי זאלן זאגן יקום פורקן ביינעזאם דערנאך.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 3:02 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:הער איך אז אין שיכון סקווירא ליינט מען אויף הויכע ספיקערס די היינטיגע קריאה.

גוטע איידיע.

קריאת התורה ב' וה' איז נאר א חובת ציבור, נישט קיין חובת גברא,
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
נפש׳ל
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: וואו דאווענט מען

תגובהדורך נפש׳ל » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 3:04 pm

ב"ה געווען גרויס מנין ביי מיר אינדערהיים,
דריי מאל קריאת התורה,

#כי לא תשכח מפי זרעו
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: Re:

תגובהדורך Waukesha » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 3:36 pm

דריידל האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:זיי דאווענען לכאורה נישט צו מזרח...

מ'דארף דאווענען צו ארץ ישראל, נישט צו מזרח. היינט אז מ'ווייסמיר אז די וועלט איז רינדעכיג קען מען דאווענען צו מערב אויך

מקור?

מקור אז די וועלט איז רינדעכיג?

טאמער ביסטי מודה אז ס'רינדעכיג, וואספארא מקור דארפסטי? מהיכי תיתי אז ארץ ישראל איז צו מזרח, אפשר איז עס צו מערב

וואס פאר א מין גערעדעכץ איז דאס? מען ווייסט שוין אז די וועלט איז רינדעכיג 2500 יאר. מזרח איז די נענסטע וועג צו ירושלים, איבער דעם דאווענט מען צו מזרח. אז די ווילסט אנקומען קיין ירושלים פארסטו מזרח. (אך און וויי ווען א פילאט איז מחליט צו פארן מערב צו א"י ווייל די וועלט איז סיי ווי רינדעכיג....)

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: Re:

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 11:32 pm

Waukesha האט געשריבן:

דברים פשוטים. דער תניא איז עס שיין מסביר אויך

א געהעריגע חיוב
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: Re:

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 11:40 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מ'דארף דאווענען צו ארץ ישראל, נישט צו מזרח. היינט אז מ'ווייסמיר אז די וועלט איז רינדעכיג קען מען דאווענען צו מערב אויך

מקור?

מקור אז די וועלט איז רינדעכיג?

טאמער ביסטי מודה אז ס'רינדעכיג, וואספארא מקור דארפסטי? מהיכי תיתי אז ארץ ישראל איז צו מזרח, אפשר איז עס צו מערב

וואס פאר א מין גערעדעכץ איז דאס? מען ווייסט שוין אז די וועלט איז רינדעכיג 2500 יאר. מזרח איז די נענסטע וועג צו ירושלים, איבער דעם דאווענט מען צו מזרח. אז די ווילסט אנקומען קיין ירושלים פארסטו מזרח. (אך און וויי ווען א פילאט איז מחליט צו פארן מערב צו א"י ווייל די וועלט איז סיי ווי רינדעכיג....)

דברים פשוטים. דער תניא איז עס שיין מסביר אויך

א געהעריגע חיוב

וואס איז א חיוב, און ווי איז די תניא עס מסביר?

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re:

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 11:41 pm

farshlufen האט געשריבן:ס'איז דען להלכה א קול?

סך הכל אויב א מנין אידן הערן די אריגינעלע קול האבן זיי כאטש יוצא געווען.

אבער ביטע בעטן אז זיי זאלן זאגן יקום פורקן ביינעזאם דערנאך.

דער סקווירא דיין (רבי יוסף ישראל אייזנבערג) האט נעכטן גערעדט איבער דעם, און געזאגט אז מ'איז יוצא (איך האב אים נישט אויסגעהערט געהעריג, אבער דאס איז געווען זיין עצה).
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: Re:

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 11:47 pm

דריידל האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
מקור?

מקור אז די וועלט איז רינדעכיג?

טאמער ביסטי מודה אז ס'רינדעכיג, וואספארא מקור דארפסטי? מהיכי תיתי אז ארץ ישראל איז צו מזרח, אפשר איז עס צו מערב

וואס פאר א מין גערעדעכץ איז דאס? מען ווייסט שוין אז די וועלט איז רינדעכיג 2500 יאר. מזרח איז די נענסטע וועג צו ירושלים, איבער דעם דאווענט מען צו מזרח. אז די ווילסט אנקומען קיין ירושלים פארסטו מזרח. (אך און וויי ווען א פילאט איז מחליט צו פארן מערב צו א"י ווייל די וועלט איז סיי ווי רינדעכיג....)

דברים פשוטים. דער תניא איז עס שיין מסביר אויך

א געהעריגע חיוב

וואס איז א חיוב, און ווי איז די תניא עס מסביר?

די תניא אין שוע הרב. דארט אויפן פלאץ לכאורה סימן פט. איך געדענק נישט פונקטליך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Re:

תגובהדורך למדן וצדיק » פרייטאג מארטש 20, 2020 1:21 am

דריידל האט געשריבן:וואס איז א חיוב, און ווי איז די תניא עס מסביר?

סי' צ"ד ס"ב

Annotation 2020-03-20 011929.png
Annotation 2020-03-20 011929.png (147.42 KiB) געזעהן 329 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

צוריק צו “קאראנא וויירוס”