וואו דאווענט מען

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווי דאווענט איר

אינדערהיים/ ארבעט ביחידות
146
62%
אינדערהיים מיט מנין
39
16%
ארבעט מיט מנין
8
3%
שול מיט מנין מצומצם
28
12%
שול מיט ברייט מנין
16
7%
 
סך הכל שטימען: 237

אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך ניס קראכער »

העי טשאדי איז דא
אגב, מזל טוב צום בעבי ווי אזוי האסטעך געספראוועט מיט די 10 מענטשן געזעץ?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך לייטער »

שבת האב איך געדאוונט אינדערהיים, שוין לאנג נישט געהאט אזא דאווענען מיט כוונה אינזין געהאט פירוש המילות
איך האב נאך געהאט די זכיה מיט צי שלעפן די גאנצע משפחה מיטן דאווענען
איך האב באקומען די עמוד פאר מנחה, קבלת שבת, שחרית,ליינען, ראש חודש בענטשן, מוסף, שלו''ס
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שכוח ר' טשאדל!!!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך פאראינטערסירט »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווי דאווענט מען? ווי דאווענט מען?.. האסטו געהערט אזאנס, ווער האט נאר פאריגע וואך געחולמט פון אזאנע קעפלעך?.. אפגערעדט אז דער וואס גייט זיך באטייליגן אין א מנין וועט גאר זיין א משומד, א שופך דם וכדו׳.. א באנדע שקצים דער הייליגער פאלק, כלל ישראל.

א גוטן טאג טייערע אידן. א היסטארישע עפאכע האט זיך אנגעהויבן אויף דער אלגעמיינער וועלט בכלל, און להבדל אויף כלל ישראל בפרט. ווי געזאגט האט זיך עס נאר אנגעהויבן, ווייל מען זעהט קלאר אז דאס איז ווייט פון פאריבער.. לעת עתה איז פיל מער דרך הטבע אז משיח וועט אנגעקומען בעפאר יו״ט ווי אז די בתי מדרשים וועלן שוין זיין אפן אויף חג הפסח הבעל״ט.. זאל דער בוכ״ע אונז טאקע ארויסנעמען פון דא באצייטענס, מיר זאלן זוכה זיין נאך היי יאר מקריב צו זיין דעם קרבן פסח אין ירושלים עיה״ק, ונאכל שם מזבחים ומין הפסחים.

דערווייל אבער איז א הערליכע שבת החודש, שבת מבורכים ניסן אריבער אויף אידישע קינדער, זה בכו וזה בכו.. א באנדע מוסרים זענען אויפגעשטאנען אין כלל ישראל, און נאך א גרעסערע באנדע פון מדקדקים במצוות. דער זעלבער וואס האט שוין די לעצטע 20 יאר נישט געליינט קר״ש בזמנו, איז מיר פלוצליג געווארן א מהדרין אויף פקוח נפש, דיני דמלכותא דיני וכו׳... אלע אנדערע מצוות ווייסט ער פון קאפ צו זאגן.

קיין איין דעת תורה האט נישט גע׳אסרט דאס דאווענען מיט מנין, און קיין איין דע״ת האט נישט גע׳אסרט דאס גיין אין מקוה. (מיטן אויסנאם פאר עלטערע מענטשן, און אזעלכע וואס שפירן נישט גוט). וואס יא, מ׳האט אפציעל פארשלאסן, מען ברויך זיין פארזיכטיג, מען ברויך נאכקומען דעם געזעץ. (הגם ביז 50 קעפ אינטער איין דאך איז דערווייל מותר מטעם די רעגירונג). ווער עס האט זיך אנייצע געגעבן און געשאפן א מנין, א מקוה.. דער איז א ריכטיגער חסיד, ותע״ב, ער זאל דאנקען השי״ת ער האט געהאט די זכיה. ע״פ רוב זענען אלע אידן געווען איינגעשפארט ביזן טראסע, און ווער יא אין א אינטערן טיש מנין איז עס אבער געווען פארזיכטיג, און אפילו נאכגעקומען די שטאטישע פראטעקאלן פון שטיין אפגעזינדערט וכו׳. ווער עס איז אויף געווען שבת גאר פרי האט געקענט זעהן געזונט און פרישע חסידים׳לעך אויף אלע באקן ארומלויפן מקוה שאַפינג, ווי קען מען כאפן א טובל..

די מוסרים חלק איז א גוטע זאך גראדע, נישט קיין וויץ. דער ישמח משה שרייבט אנפאנג פר׳ וישב (סוף פונעם צווייטן תורה) אז עס זענען צומאל פארהאן אידן וואס האבן אויף זיך גראבע עבירות רח״ל וואס דאס איז מעכב די גאולה שלימה. פירט דער באשעפער צו זיי זאלן ווערן מוסרים, און מיט דעם וואס זיי מסר׳ן אנדערע אידן רייסן זיי זיך אפ פון כלל ישראל! יעצט אז זיי זענען שוין נישט קיין חלק פון כלל ישראל זענען זייערע מעשים תעתועם נישט מעכב גאולת ישראל. אשע״כ איז דאס נאך פון די פאזעטיווע חלקים.

עניוועי, טויזענטער אידן, און מ׳קען קלאר זאגן רוב רובם פון כלל ישראל האבן דעם שבת געדאווענט און געפראוועט ביחידות, די חרידישע גאסן זענען געווען טויטער ווי טויט, ממש קיין נפש חי׳ נישט געזעהן אינדרויסן. כלל ישראל איז שוין הונדערטער מאל אדורך שווערע תקופות, אסאך אסאך שווערערע ווי דאס (דערווייל), אלעמאל האט מען זיך אויך צוזאמגעליטן פון די סארט אידן, און אלעמאל מיטן זעלבן פורים תורה פון דיני דמלכותא, ונשמרתם מאוד.. וכו׳ וכו׳ פארשידענע מצוות וואס זיי האבן אויסגעוועלט אפצוהיטן אנשטאטס, אדער מער ווי אלע אנדערע.

כלל ישראל האט דעם שבת געשיינט און געבליטשקעט פון אלע זייטן. מ׳האט קלאר געוויזן פאר השי״ת אז זיין פאלק איז נאך אין איר עקזעסטענס מיטן פולן פראכט. ביים יעדן ווינקל האט מען געהערט פון די דעכער, טראסעס און הויפן אמן׳ס, נקדישך׳ס, כתר׳ס, חזק חזק ונתחזק.. אה, ווען איז מיר אמאל אזוי גרינג אנגעקומען די פירוש המילות ביי קבלת שבת, זינגענדיג דעם מזמור שיר ליום השבת אינטערן פרייען הימל מיט אזא נעימות.. מאוד עמקו מחשבותיך, איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת. אוי, דער ה׳ מלך גאות לבש. אפגעשטעלט אזא פארגעשריטענע און סעפיסטעקירטע וועלט מיט א פיצקעלע אומזעהבארע וויירוס, און אלע מענטשן ציטערן. זיי ווייסן נעבעך נישט אז אינטער דעם קליינעם צעל שטייט א גרויסער באשעפער. די הערליכע טראפן ביים ליינען פון די חימושים האבן געשפילט אויף די פּיסטע גאסן, איינס פון יעדע צען אידן זענען מיטאמאל געווארן פראפעסיאנאלע בעלי קוראות, חזנים, שמשים וכו׳..

עס איז דא א געוואלד מאריך צו זיין און באשרייבן דעם היסטארישן שבת אז נאר, דער פראבלעם איז אבער אז עס איז ס״ה דער הקדמה. מען קען נישט שטעקן בלייבן. עס איז א געהעריגע עפאכע, תקופת קאראנע. השי״ת זאל שומר ומציל זיין אלע אידישע קינדער, פון אלע מחלות, אלע מאמעס זאלן קענען איבער טראגן די דריק פון די קינדער אינדערהיים, און טאטעס די דריק פון די ווייבער מיט די קינדער אינאיינעם... הושענה נפש מבהלה, מען ברויך אבער פאראויס גיין מיטן לעבן ווי ווייט נאר מעגליך.

עניוועי, איך בין נישטא צו שרייבן געפיל, גראמען אדער פסק הלכות.. ס״ה וואס מיין ליגט מיר אויפן מחשבה מאמענטאל.

זייער גוט געזאגט!

די בתי מדרשים דארפן זיין פארמאכט ווייל זיי קענען נישט און טארן נישט נעמען די אחריות און איינשטעלן דאס געזונט פון די עלטערע און נישט געזונטע אידן.
אבער יעדער פאר זיך פריוואט, אויב ער איז אינג און האט נישט קיין מעדיקל קאנדישענס, און ער פילט גוט מעג (מוז) ער מאכן א קליינע מנין ביי זיך אין בעקיארד וכדו' עז לאנג מ'שטייט אפגערוקט איינע פונעם צווייטן 6 פוס.
די וואס רופן די פאליציי דאווענען שוין נישט יארן אין בית מדרש צוליב קאראנע...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך הסרפד »

פאראינטערסירט האט געשריבן:די בתי מדרשים דארפן זיין פארמאכט ווייל זיי קענען נישט און טארן נישט נעמען די אחריות און איינשטעלן דאס געזונט פון די עלטערע און נישט געזונטע אידן.
אבער יעדער פאר זיך פריוואט, אויב ער איז אינג און האט נישט קיין מעדיקל קאנדישענס, און ער פילט גוט מעג (מוז) ער מאכן א קליינע מנין ביי זיך אין בעקיארד וכדו' עז לאנג מ'שטייט אפגערוקט איינע פונעם צווייטן 6 פוס.
די וואס רופן די פאליציי דאווענען שוין נישט יארן אין בית מדרש צוליב קאראנע...

... און פראבירן וואס מער אלעמאל צו דאווענען מיט די זעלבע 10 אידן.
דער פאקט איז אז קיין שום הרחקה וועט נישט אלעמאל העלפן, איז ווען עס געלונגט נישט, זאל מען נישט אינפעקטירן פרישע מענטשן.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ניס קראכער האט געשריבן:העי טשאדי איז דא
אגב, מזל טוב צום בעבי ווי אזוי האסטעך געספראוועט מיט די 10 מענטשן געזעץ?

סיז געווען 100ער מענטשען ביי די שמחה אנע מאסקעס און זיך געהעריג געגעבן די הענט
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

לייטער האט געשריבן:שבת האב איך געדאוונט אינדערהיים, שוין לאנג נישט געהאט אזא דאווענען מיט כוונה אינזין געהאט פירוש המילות
איך האב נאך געהאט די זכיה מיט צי שלעפן די גאנצע משפחה מיטן דאווענען
איך האב באקומען די עמוד פאר מנחה, קבלת שבת, שחרית,ליינען, ראש חודש בענטשן, מוסף, שלו''ס

שישי מיט מפטיר?
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

פאראינטערסירט האט געשריבן:זייער גוט געזאגט!

די בתי מדרשים דארפן זיין פארמאכט ווייל זיי קענען נישט און טארן נישט נעמען די אחריות און איינשטעלן דאס געזונט פון די עלטערע און נישט געזונטע אידן.
אבער יעדער פאר זיך פריוואט, אויב ער איז אינג און האט נישט קיין מעדיקל קאנדישענס, און ער פילט גוט מעג (מוז) ער מאכן א קליינע מנין ביי זיך אין בעקיארד וכדו' עז לאנג מ'שטייט אפגערוקט איינע פונעם צווייטן 6 פוס.
די וואס רופן די פאליציי דאווענען שוין נישט יארן אין בית מדרש צוליב קאראנע...

האט מיר מיין דיין געזאגט אנדערשט. געזאגט אז אויב איז נישט דא נעבען מיר א מנין אויף א Safe וועג, זאל איך דאווענען אינדערהיים.

און, ניין, איך בין נישט פון די וואס דאווענען שוין יארן אינדערהיים. איך פאר ארום "אסאך" און אין פארשטיפטע ערטער, און ב"ה איך זעה דעם אייבישטען מיר העלפען אימצאלע מאל צו דאווענען מיט מנין. פארשטיפטע פלעצער און שווערע צייטען. סאו, דאס נישט דאווענען מיט מנין די לעצטע פאר טעג קומט מיר אהן נאך שווערער ווי זיין סטאק אינעם שניי Nov פון יארע 18 ווען מיר זענען געזיצען איבער אכט שעה פון ווילי קיין מאנסי, לויפען פאר א מייל אין די שניי אז מען זאל אנקומען אין א שיל צו דאווענען בציבור.

ס"ה וואס איך זאג איז. אז איינער וואס דאווענט נישט די טעג מיט מנין קומט נישט פון גרינגשעצען אין תפילה בציבור

א באנק
Kodak
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:37 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך Kodak »

מיין רב האט געזאגט אין פאבליק אז סי'איז נישט דא יעצט קיין חיוב צו דאווענען מיט מנין, אזוי האבעך אוכעט פארשטאנען פון די צעטלעך פון די פסק דיינים פון גרויסע קהילות, איך דאווען שטענדיק מיט מנין, אוכעט מיין רב איז מקפיד אויף מנין, ער זאגט נאר דעיס וואס די תורה זאגט מ'מיז טוען יעצט
Say cheese, it's a Kodak film
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך פאראינטערסירט »

פיצי קעפעלע האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:זייער גוט געזאגט!

די בתי מדרשים דארפן זיין פארמאכט ווייל זיי קענען נישט און טארן נישט נעמען די אחריות און איינשטעלן דאס געזונט פון די עלטערע און נישט געזונטע אידן.
אבער יעדער פאר זיך פריוואט, אויב ער איז אינג און האט נישט קיין מעדיקל קאנדישענס, און ער פילט גוט מעג (מוז) ער מאכן א קליינע מנין ביי זיך אין בעקיארד וכדו' עז לאנג מ'שטייט אפגערוקט איינע פונעם צווייטן 6 פוס.
די וואס רופן די פאליציי דאווענען שוין נישט יארן אין בית מדרש צוליב קאראנע...

האט מיר מיין דיין געזאגט אנדערשט. געזאגט אז אויב איז נישט דא נעבען מיר א מנין אויף א Safe וועג, זאל איך דאווענען אינדערהיים.

און, ניין, איך בין נישט פון די וואס דאווענען שוין יארן אינדערהיים. איך פאר ארום "אסאך" און אין פארשטיפטע ערטער, און ב"ה איך זעה דעם אייבישטען מיר העלפען אימצאלע מאל צו דאווענען מיט מנין. פארשטיפטע פלעצער און שווערע צייטען. סאו, דאס נישט דאווענען מיט מנין די לעצטע פאר טעג קומט מיר אהן נאך שווערער ווי זיין סטאק אינעם שניי Nov פון יארע 18 ווען מיר זענען געזיצען איבער אכט שעה פון ווילי קיין מאנסי, לויפען פאר א מייל אין די שניי אז מען זאל אנקומען אין א שיל צו דאווענען בציבור.

ס"ה וואס איך זאג איז. אז איינער וואס דאווענט נישט די טעג מיט מנין קומט נישט פון גרינגשעצען אין תפילה בציבור

א באנק

ח"ו כ'האב נישט געזאגט אז די אלע וואס דאווענען נישט יעצט מיט מנין דאווענט שוין נישט יארן מיט מנין.
וואס כ'האב געזאגט איז אז די וואס רופן פאליציי ווען זיי זעהען א מנין די זענען געווענליך אזעלכע וואס דאווענען שוין נישט יארן מיט מנין.

און אגב כ'קען גאר אסאך ערליכע תורה טרייע אידן מדקדקים בקלה כבחמורה וואס דאווענען נישט מיט מנין יעצט צוליב וואס אסאך רבנים און דיינים האבן געזאגט אז מ'דארף זיך נישט מטריח זיין צו זוכן א מנין אין אזא צייט, אנדערע דאווענען נישט מיט מנין צוליב וואס זיי פילן אן אחריות נישט צו פארשפרייטן די וויירוס, און פארשטייט זיך ס'איז דא גאר אסאך אידן וואס דאווענען ביחידות ווייל זיי וואטשן אויף זייערע אייגענע געזונט.
אבער ס'איז דא אסאך אידן וואס דאווענען יא מיט א געצוימטע מנין אויף אן אחריות'דיגע וועג און די וואס רופן די פאליציי אויף זיי קומט דאס נישט פון קיין גוטע מידות אדער פון אחריות.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:זייער גוט געזאגט!

די בתי מדרשים דארפן זיין פארמאכט ווייל זיי קענען נישט און טארן נישט נעמען די אחריות און איינשטעלן דאס געזונט פון די עלטערע און נישט געזונטע אידן.
אבער יעדער פאר זיך פריוואט, אויב ער איז אינג און האט נישט קיין מעדיקל קאנדישענס, און ער פילט גוט מעג (מוז) ער מאכן א קליינע מנין ביי זיך אין בעקיארד וכדו' עז לאנג מ'שטייט אפגערוקט איינע פונעם צווייטן 6 פוס.
די וואס רופן די פאליציי דאווענען שוין נישט יארן אין בית מדרש צוליב קאראנע...

האט מיר מיין דיין געזאגט אנדערשט. געזאגט אז אויב איז נישט דא נעבען מיר א מנין אויף א Safe וועג, זאל איך דאווענען אינדערהיים.

און, ניין, איך בין נישט פון די וואס דאווענען שוין יארן אינדערהיים. איך פאר ארום "אסאך" און אין פארשטיפטע ערטער, און ב"ה איך זעה דעם אייבישטען מיר העלפען אימצאלע מאל צו דאווענען מיט מנין. פארשטיפטע פלעצער און שווערע צייטען. סאו, דאס נישט דאווענען מיט מנין די לעצטע פאר טעג קומט מיר אהן נאך שווערער ווי זיין סטאק אינעם שניי Nov פון יארע 18 ווען מיר זענען געזיצען איבער אכט שעה פון ווילי קיין מאנסי, לויפען פאר א מייל אין די שניי אז מען זאל אנקומען אין א שיל צו דאווענען בציבור.

ס"ה וואס איך זאג איז. אז איינער וואס דאווענט נישט די טעג מיט מנין קומט נישט פון גרינגשעצען אין תפילה בציבור

א באנק

ח"ו כ'האב נישט געזאגט אז די אלע וואס דאווענען נישט יעצט מיט מנין דאווענט שוין נישט יארן מיט מנין.
וואס כ'האב געזאגט איז אז די וואס רופן פאליציי ווען זיי זעהען א מנין די זענען געווענליך אזעלכע וואס דאווענען שוין נישט יארן מיט מנין.

און אגב כ'קען גאר אסאך ערליכע תורה טרייע אידן מדקדקים בקלה כבחמורה וואס דאווענען נישט מיט מנין יעצט צוליב וואס אסאך רבנים און דיינים האבן געזאגט אז מ'דארף זיך נישט מטריח זיין צו זוכן א מנין אין אזא צייט, אנדערע דאווענען נישט מיט מנין צוליב וואס זיי פילן אן אחריות נישט צו פארשפרייטן די וויירוס, און פארשטייט זיך ס'איז דא גאר אסאך אידן וואס דאווענען ביחידות ווייל זיי וואטשן אויף זייערע אייגענע געזונט.
אבער ס'איז דא אסאך אידן וואס דאווענען יא מיט א געצוימטע מנין אויף אן אחריות'דיגע וועג און די וואס רופן די פאליציי אויף זיי קומט דאס נישט פון קיין גוטע מידות אדער פון אחריות.

מיט די נקודה ביסטו גערעכט
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך מימוני »

איך ווייס נישט פונקטליך אין וועלכע פין די שולן/דאווענען אשכולות דאס צי שרייבען, אבל על הכלל כולו יצא.

איינער רופט מיר יעצט אן צי איך קען מיך מצטרף זיין צי א מנין מנחה. (וואס גראדע וויל ער עס מאכן אין די בעיסמענט פין אן עלטערע מענטש וואס איז אויף אקסיזדשען א גאנץ יאר).

איך האב איהם ערקלערט אז איך האב די וויירוס אין איך גיי נישט ארויס, זאגט ער מיר אז ער מיינט אז ער האט עס אויך, אין ווי עס קוקט אויס האט עס רוב שטאט, ממילא קען מען שוין ארויס גיין, ווייל עס וועט שוין פאר קיינעם נישט שאטן.

איך האב איהם געאפערט אז ער וויל שטארק קען איך שטיין אויפן גאס אין מצטרף זיין צי זיין מנין, זאגט ער מיר אז כאפן נעמאניע איז א ריכטיגע סכנה אין אדעתי דהכי וויל ער נישט.

גראדע איז יענער גאר א פרומער אין א בר שכל.

נאכען אראפלייגען ווייס איך נישט צי איך חלום אדער איך בין וואך.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך למעלה משבעים »

מימוני האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטליך אין וועלכע פין די שולן/דאווענען אשכולות דאס צי שרייבען, אבל על הכלל כולו יצא.

איינער רופט מיר יעצט אן צי איך קען מיך מצטרף זיין צי א מנין מנחה. (וואס גראדע וויל ער עס מאכן אין די בעיסמענט פין אן עלטערע מענטש וואס איז אויף אקסיזדשען א גאנץ יאר).

איך האב איהם ערקלערט אז איך האב די וויירוס אין איך גיי נישט ארויס, זאגט ער מיר אז ער מיינט אז ער האט עס אויך, אין ווי עס קוקט אויס האט עס רוב שטאט, ממילא קען מען שוין ארויס גיין, ווייל עס וועט שוין פאר קיינעם נישט שאטן.

איך האב איהם געאפערט אז ער וויל שטארק קען איך שטיין אויפן גאס אין מצטרף זיין צי זיין מנין, זאגט ער מיר אז כאפן נעמאניע איז א ריכטיגע סכנה אין אדעתי דהכי וויל ער נישט.

גראדע איז יענער גאר א פרומער אין א בר שכל.

נאכען אראפלייגען ווייס איך נישט צי איך חלום אדער איך בין וואך.

און פארוואס האט איר אים נישט מסביר געווען אז פאר דעם עלטערן מענטש איז דאס נאך אסאך א גרעסערע סכנה ווי נעמאניע?
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך טשאלענט »

למעלה משבעים האט געשריבן:און פארוואס האט איר אים נישט מסביר געווען אז פאר דעם עלטערן מענטש איז דאס נאך אסאך א גרעסערע סכנה ווי נעמאניע?

איך בין נישט דער בעל המעשה, אבער נאכ'ן האבן עטליכע ענליכע מעשיות פארגאנגענע וואך טוט מיר זייער לייד אייך צו מודיע זיין, אז עס זענען פארהאנדן געוויסע צווישן כלל ישראל וואס פארשטייען פשוט נישט קיין אידיש, און זיי גלייכן גאר שטארק פלעמיש, אבער לדאבון ליבי קאן איך ניט קיין פלעמיש (מיינע מלמדים האבן שטארק פרובירט מיר צו דערלערנען ולא עלתה להם) ממילא איז קיין קאמיוניקאציע נישט פארהאן...

און דער עיקר וואס מיר באדערט איז, אז עס זענען אויך דא צווישן די, אסאך עלטערע אידן, און אויך אינגערע מיט קאנדישנס, און זיי דרייען זיך ארום as if there is no tomorrow.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אדם ישר
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:18 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך אדם ישר »

פארפאלען די זענען אמתדיגע רבנים !!!!!
אטעטשמענטס
ADA070E3-DFB9-4A4F-8476-D8C8DE89B0DE.jpeg
ADA070E3-DFB9-4A4F-8476-D8C8DE89B0DE.jpeg (109.05 KiB) געזען 979 מאל
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך בסד »

עפ"י הוראות מיין חשובע דיין שליט"א דאווען איך אונדערהיים, אזוי ווי ער. ער דאווענט אויך אונדערהיים.
ער זאגט אז מאכן א פריוואטע מנין איז יצא שכרו בהפסידו.
דער באשעפער וויל איך זאל לייגן מיין געפיל פון דאווענען בציבור אין די זייט, און טון ווי דער באשעפער וויל, דאווענען ביחידות.

עפ"י הוראות ר' מאשקאוויטש, בעל בית נאמן בישראל, איז ווער עס מאכט אפילו א קליינע מנין - א רוצח.
(נישט גענומען פון וואטסעפפ).
מפי זיינס א גאר נאנטע משפחה מיטגליד.
לעצט פארראכטן דורך בסד אום מאנטאג מארטש 23, 2020 10:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך קרייסלער »

ווי זאגט יענער, יעדער האט דאך ממילא קאראנע אבער די וואס שטארבן האבן נישט געהאט קאראנע
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך מימוני »

די גאנצע איידיע איז מיר באמת געווען א גרויסער חידוש ווייל ער אין זיין משפחה דרייען זיך אסאך ביי יענעם עלטערן איד (זיי זענען נישט קיין משפחה), ער קען די מצב דארט אסאך בעסער ווי איך.

למעשה האט ער נאר גערעדט פין יענעמס בעיסמענט, ווי געשריבען, נישט אין יענעמס דיינינג רום צי ווי.

איך וואלט געשטאנען ווייט פין אזא הויז אין דעם מצב, זעט אויס יעדער האט זיין וועג פון טראכטען.

מיר האט שאקירט זיין הנחה אז יעדער איז סייווי אנגעשטעקט ממילא מיז מען זיך אין אנדערע מער נישט היטען.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך דריידל »

אדם ישר האט געשריבן:פארפאלען די זענען אמתדיגע רבנים !!!!!

אנטשולדיגט, אבער איר זענט נישט דער וואס זאל מכריע זיין ווער ס'איז פון די אמת'ע רבנים און ווער נישט.
און אגב, אין ענגלאנד איז א מנין אומלעגאל, פארשטייט מען זייער גוט פארוואס די רבנים אסר'ן צו דאווענען בציבור. אבער וואספארא צישטעל איז דאס קיין ניו יארק?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך לדעתי »

א גוט יאר טייערע אידן!

כ'האב באמת געוואלט דאווענען מיט מנין, אבער כ'האב געדארפט לויפן אויף אן הצלה רוף, איינער איז געליגן אין א קריטישן צושטאנד, און נישט געקענט כאפן דאס אטעם...
כ'מיין צו זאגן כ'האב געדאווענט ביחידות כדי אן הצלה מאן זאל נישט דארפן לויפן צו אזא רוף.

כ'האב געטראכט פון אזא געדאנק.
ווען מרדכי הצדיק האט געהייסן אז אסתר המלכה זאל גיין וואוינען מיט א גוי [ליין איבער], האט אסתר געזאגט "וכאשר אבדתי אבדתי", זי האט געפאלגט מרדכי'ן כדי צו ראטעווען כלל ישראל.
דא רעדט מען בכלל נישט פון די ג' חמורות, מ'רעדט פון נישט דאווענען מיט מנין.
אויף אזא זאך קענסטו אויך נישט ביישטיין די נסיון פון אסתר המלכה?????
(דא איז פארמעקט איין שורה כדי נישט מקטרג צו זיין אויף אידן אין אן עת צרה)



און א געדאנק פאר די יעצטיגע יחידות דאווענען.
ס'קען זיין אז יעצט פעלט זיך מער אויס די "הקובע מקום לתפלתו", מ'זאל זיך קובע זיין א מקום לתפלה, און א זמן לתפלה.
למשל, שחרית: 9:00, מנחה 8:00, מעריב 10:00. אזוי וועט מען וויסן צו מ'האט שוין געדאווענט, און ס'זאל זיין אלוקי אברהם בעזרו. אמן.
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך j718 »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווי דאווענט מען? ווי דאווענט מען?.. האסטו געהערט אזאנס, ווער האט נאר פאריגע וואך געחולמט פון אזאנע קעפלעך?.. אפגערעדט אז דער וואס גייט זיך באטייליגן אין א מנין וועט גאר זיין א משומד, א שופך דם וכדו׳.. א באנדע שקצים דער הייליגער פאלק, כלל ישראל.

א גוטן טאג טייערע אידן. א היסטארישע עפאכע האט זיך אנגעהויבן אויף דער אלגעמיינער וועלט בכלל, און להבדל אויף כלל ישראל בפרט. ווי געזאגט האט זיך עס נאר אנגעהויבן, ווייל מען זעהט קלאר אז דאס איז ווייט פון פאריבער.. לעת עתה איז פיל מער דרך הטבע אז משיח וועט אנגעקומען בעפאר יו״ט ווי אז די בתי מדרשים וועלן שוין זיין אפן אויף חג הפסח הבעל״ט.. זאל דער בוכ״ע אונז טאקע ארויסנעמען פון דא באצייטענס, מיר זאלן זוכה זיין נאך היי יאר מקריב צו זיין דעם קרבן פסח אין ירושלים עיה״ק, ונאכל שם מזבחים ומין הפסחים.

דערווייל אבער איז א הערליכע שבת החודש, שבת מבורכים ניסן אריבער אויף אידישע קינדער, זה בכו וזה בכו.. א באנדע מוסרים זענען אויפגעשטאנען אין כלל ישראל, און נאך א גרעסערע באנדע פון מדקדקים במצוות. דער זעלבער וואס האט שוין די לעצטע 20 יאר נישט געליינט קר״ש בזמנו, איז מיר פלוצליג געווארן א מהדרין אויף פקוח נפש, דיני דמלכותא דיני וכו׳... אלע אנדערע מצוות ווייסט ער פון קאפ צו זאגן.

קיין איין דעת תורה האט נישט גע׳אסרט דאס דאווענען מיט מנין, און קיין איין דע״ת האט נישט גע׳אסרט דאס גיין אין מקוה. (מיטן אויסנאם פאר עלטערע מענטשן, און אזעלכע וואס שפירן נישט גוט). וואס יא, מ׳האט אפציעל פארשלאסן, מען ברויך זיין פארזיכטיג, מען ברויך נאכקומען דעם געזעץ. (הגם ביז 50 קעפ אינטער איין דאך איז דערווייל מותר מטעם די רעגירונג). ווער עס האט זיך אנייצע געגעבן און געשאפן א מנין, א מקוה.. דער איז א ריכטיגער חסיד, ותע״ב, ער זאל דאנקען השי״ת ער האט געהאט די זכיה. ע״פ רוב זענען אלע אידן געווען איינגעשפארט ביזן טראסע, און ווער יא אין א אינטערן טיש מנין איז עס אבער געווען פארזיכטיג, און אפילו נאכגעקומען די שטאטישע פראטעקאלן פון שטיין אפגעזינדערט וכו׳. ווער עס איז אויף געווען שבת גאר פרי האט געקענט זעהן געזונט און פרישע חסידים׳לעך אויף אלע באקן ארומלויפן מקוה שאַפינג, ווי קען מען כאפן א טובל..
די מוסרים חלק איז א גוטע זאך גראדע, נישט קיין וויץ. דער ישמח משה שרייבט אנפאנג פר׳ וישב (סוף פונעם צווייטן תורה) אז עס זענען צומאל פארהאן אידן וואס האבן אויף זיך גראבע עבירות רח״ל וואס דאס איז מעכב די גאולה שלימה. פירט דער באשעפער צו זיי זאלן ווערן מוסרים, און מיט דעם וואס זיי מסר׳ן אנדערע אידן רייסן זיי זיך אפ פון כלל ישראל! יעצט אז זיי זענען שוין נישט קיין חלק פון כלל ישראל זענען זייערע מעשים תעתועם נישט מעכב גאולת ישראל. אשע״כ איז דאס נאך פון די פאזעטיווע חלקים.

עניוועי, טויזענטער אידן, און מ׳קען קלאר זאגן רוב רובם פון כלל ישראל האבן דעם שבת געדאווענט און געפראוועט ביחידות, די חרידישע גאסן זענען געווען טויטער ווי טויט, ממש קיין נפש חי׳ נישט געזעהן אינדרויסן. כלל ישראל איז שוין הונדערטער מאל אדורך שווערע תקופות, אסאך אסאך שווערערע ווי דאס (דערווייל), אלעמאל האט מען זיך אויך צוזאמגעליטן פון די סארט אידן, און אלעמאל מיטן זעלבן פורים תורה פון דיני דמלכותא, ונשמרתם מאוד.. וכו׳ וכו׳ פארשידענע מצוות וואס זיי האבן אויסגעוועלט אפצוהיטן אנשטאטס, אדער מער ווי אלע אנדערע.

כלל ישראל האט דעם שבת געשיינט און געבליטשקעט פון אלע זייטן. מ׳האט קלאר געוויזן פאר השי״ת אז זיין פאלק איז נאך אין איר עקזעסטענס מיטן פולן פראכט. ביים יעדן ווינקל האט מען געהערט פון די דעכער, טראסעס און הויפן אמן׳ס, נקדישך׳ס, כתר׳ס, חזק חזק ונתחזק.. אה, ווען איז מיר אמאל אזוי גרינג אנגעקומען די פירוש המילות ביי קבלת שבת, זינגענדיג דעם מזמור שיר ליום השבת אינטערן פרייען הימל מיט אזא נעימות.. מאוד עמקו מחשבותיך, איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת. אוי, דער ה׳ מלך גאות לבש. אפגעשטעלט אזא פארגעשריטענע און סעפיסטעקירטע וועלט מיט א פיצקעלע אומזעהבארע וויירוס, און אלע מענטשן ציטערן. זיי ווייסן נעבעך נישט אז אינטער דעם קליינעם צעל שטייט א גרויסער באשעפער. די הערליכע טראפן ביים ליינען פון די חימושים האבן געשפילט אויף די פּיסטע גאסן, איינס פון יעדע צען אידן זענען מיטאמאל געווארן פראפעסיאנאלע בעלי קוראות, חזנים, שמשים וכו׳..

עס איז דא א געוואלד מאריך צו זיין און באשרייבן דעם היסטארישן שבת אז נאר, דער פראבלעם איז אבער אז עס איז ס״ה דער הקדמה. מען קען נישט שטעקן בלייבן. עס איז א געהעריגע עפאכע, תקופת קאראנע. השי״ת זאל שומר ומציל זיין אלע אידישע קינדער, פון אלע מחלות, אלע מאמעס זאלן קענען איבער טראגן די דריק פון די קינדער אינדערהיים, און טאטעס די דריק פון די ווייבער מיט די קינדער אינאיינעם... הושענה נפש מבהלה, מען ברויך אבער פאראויס גיין מיטן לעבן ווי ווייט נאר מעגליך.

עניוועי, איך בין נישטא צו שרייבן געפיל, גראמען אדער פסק הלכות.. ס״ה וואס מיין ליגט מיר אויפן מחשבה מאמענטאל.

זייער גוט געזאגט!

די בתי מדרשים דארפן זיין פארמאכט ווייל זיי קענען נישט און טארן נישט נעמען די אחריות און איינשטעלן דאס געזונט פון די עלטערע און נישט געזונטע אידן.
אבער יעדער פאר זיך פריוואט, אויב ער איז אינג און האט נישט קיין מעדיקל קאנדישענס, און ער פילט גוט מעג (מוז) ער מאכן א קליינע מנין ביי זיך אין בעקיארד וכדו' עז לאנג מ'שטייט אפגערוקט איינע פונעם צווייטן 6 פוס.
די וואס רופן די פאליציי דאווענען שוין נישט יארן אין בית מדרש צוליב קאראנע...

ווי אסאך ערלעכע אידן זאגן אז די קאראנע איז א סימן אויף משיח
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך Kollel »

;l;p- ;l;p-
דריידל האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:
שניי באל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:קלערענדיג איבער יא דאווענען מיט מנין אדער נישט איז מיר בייגעפאלן אז לכאורה ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען אן ענדליכע מצב לגבי די פרט אז אנצוטאן תפילין, נישט ארבעטן שבת, אדער צוריקהאלטן פון מאכלות אסורות האט זיך געגרעניצט מיט פיקוח נפש און, פונדעסטוועגן ווען א מלחמה איבערלעבער שטארבט, באשרייבט מען עס אלץ א מעלה.

ווען אונז וועלמיר שטארבן לאחר אריכות ימים וועט מען אויך שרייבן אז ער האט זיך מוסר נפש געווען צו דאווענען מיט מנין בשעת מגיפה קאראנע?


ס'איז א חשובע זאך זיך צו מוסר נפש זיין, אבער יענעם מוסר נפש זיין איז רציחה!!


זאל יענער זיצען אינדערהיים

פונקט ווי מ'זאל זאגן אז מ'טאר נישט פארן מיט א קאר ווייל ס'דא מענטשן וואס גיבן נישט אבאכט וויאזוי מ'קראסט.
האסטי געהערט א מעשה?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך נפש׳ל »

בסד האט געשריבן:עפ"י הוראות מיין חשובע דיין שליט"א דאווען איך אונדערהיים, אזוי ווי ער. ער דאווענט אויך אונדערהיים.
ער זאגט אז מאכן א פריוואטע מנין איז יצא שכרו בהפסידו.
דער באשעפער וויל איך זאל לייגן מיין געפיל פון דאווענען בציבור אין די זייט, און טון ווי דער באשעפער וויל, דאווענען ביחידות.

עפ"י הוראות ר' מאשקאוויטש, בעל בית נאמן בישראל, איז ווער עס מאכט אפילו א קליינע מנין - א רוצח.
(נישט גענומען פון וואטסעפפ).
מפי זיינס א גאר נאנטע משפחה מיטגליד.

דאס איז געווען פונקטליך אפגעשמועסט אז מ'גייט אזוי זאגן ברבים,
איך האב געהערט פון כלי ראשון (אן נגיעות) וואס איז געזיצן ביי די מיטונג מיט ר' יואל הערש מאשקאוויטש
ער זאגט קלאר אז מען מעג מאכן מנינים לפי די רעגולאציעס,
נאר ווי באלד ס'איז זייער שווער, איז מעג מען דאווענען ביחידות,
אבער למעשה אויב וועט מען נישט ארויסקומען שארף קעגן די מנינים וועלן די טאהשע אידן נישט מסכים זיין צו דאווענען ביחידות (ודי)
ממילא כדי צו מחזק זיין די ביחידות אידן איז ער ארויס געקומען גאר שארף ברבים, אבער ער האט קלאר געשריבן גיידליינס וואס די עושי המנינים זאלן זיך נוהג זיין,
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך זעירא »

'משרד הבריאות' איו א"י האט היינט ארויסגעגעבן: (בעמערקט אז די מערסטע אנגישטעקטע זענען אין שוהל'ן!)
אטעטשמענטס
פילוח הדבקה 2.png
פילוח הדבקה 2.png (70.15 KiB) געזען 660 מאל
פילוח הדבקה.png
פילוח הדבקה.png (146.55 KiB) געזען 660 מאל
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: וואו דאווענט מען

תגובה דורך יש בו »

זעירא האט געשריבן:'משרד הבריאות' איו א"י האט היינט ארויסגעגעבן: (בעמערקט אז די מערסטע אנגישטעקטע זענען אין שוהל'ן!)

סתם שונאי דת
און דו גלייב זיי,
איך וואלט זיי נישט געבארגט א פינעווער
The Divided States Of America
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”