בלאט 1 פון 1

עצות און טיפס פאר רואיגע וואכן ביז פסח הבעל"ט

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 10:02 pm
דורך חסד שבמלכות
אויף יעדן איז געפאלן ווי א באמבע די פארארדענונג פון אפשפארן אלע בתי מדרשים, כוללים, ישיבות, חדרים, מיידל סקולס, ווי גרעסער די משפחה אלס גרעסער איז די שמחה..... מיר גייען געהעריג פראווענען 3 וואכן יו"ט איש תחת גפנו ותחת תאנתו, ס'איז נישט גרינג פאר קיינעם, נישט מיט קליינע וואס קריכן אונטער די פיס, און נישט מיט גרויסע טינעזשער'ס בלע"ז, וואס מען קען נישט צופיל איינטיילן, און פרייזעס העלפט אויך נישט צופיל, מ'דארף קענען שלינגען-שווייגען-קאמפלימענטירן בנשימה אחת, וירא שמים יוצא ידי שניהם ווען מען האט פון אלע עיזשעס.

וואלט געווען ראטזאם צו שערן אביסל עצות און טיפס וואס צו טון אינדערהיים, די רואיגקייט לעוול זאל נישט דראפען צו שטארק.

ראשית כל, דארפן אלע נשים צדקניות הערן די הלכות לפסח פון זייער דיין וואס איז נוגע בעיקר בשנה שחל פסח סמוך לקורונה.

צווייטנס, וואס איך האב פארגעשלאגן אינדערהיים (פארשטייט זיך יעדער דארף זען לפי המצב אויב ס'איז שייך, און לפי האמת איז עס שייך ביי זייער אסאך וואס מיינען אז ביי זיי איז נישט מעגליך), מ'נעמט זיך באקן קעיקס אזוי ווי אינמיטן טבת, די פריזער זאל זיין פיל בכל טוב וטוב, די קאך ווערט נישט אנגערירט פאר פסח ביז נאך שבת ויקרא בעז"ה, מען זאל אכטונג געבן אז מען טראגט נישט ארויס קיין חמץ פון קאך, אבער אין קאך איז אלעס כאילו לא הי'.

מען דארף אראפדרייען דעם פרעשור פון פאר פסח אויף די פונקט פארקערטע לעוול, כולי האי ואולי וועט מען האלטן ביים דרך הממוצע.

ביטע אריינקומען מיט נאך עצות און טיפס

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 11:43 pm
דורך maybeeynot
נישט מאכן קיין פאניק נישט פון קראונא אין נישט פון פסח מאכן

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 11:53 pm
דורך בעל דמיון
איך האב פארגעשלאגן פאר אנדערע אז דאס יאר פסח זאל מען גיין לפנים משורת הדין! מאכן אלעס היימיש!
איילבירט אדער וואלנאט אויל
פאטעטא סטארטש
מאסט
וכו' וכו'

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 12:11 am
דורך כא כא כא
זייער וויכטיג פאר די יעצטיגע טעג!!!

זיך אראפ זעצן מיט די קינדער און אויסשמועסן אז:

ווען ס'מאכט זיך אמאל א טאג וואס ס'איז נישטא קיין חדר ווי למשל שושן פורים, מיינט דאס א וויקעישאן טאג, מ'שטייט אויף ווען מ'איז שוין אויסגעריט, מ'טוט זיך אן ווען מ'האלט שוין נאך צוויי שעה שפילן, מ'ענדיגט עסן פרישטאג ווען מ'ענדיגט, און אזוי גייט די גאנצע טאג,

אבער יעצט טייערע קינדער איז נישט אזוי, יעצט גייט מען צוריק דרייען דעם זייגער מיט הונדערט און פופציג יאר צוריק, ווען אין אסאך שטעט איז נישט געווען קיין חדר, מיינט עטץ אז דעמאלטס איז נישט געווען קיין מדת הזריזות? מיינט עטץ אז דעמאלטס איז נישט געווען קיין סוף זמן קר''ש? סוף זמן תפילה? אוודאי איז געווען, און אזוי גייט יעצט זיין, דער טאג מוז האבן א סקדשועל.

לאמיר צוזאמען מאכן א סדר היום,
7:45 שטייט מען אויף, מ'מאכט זיך גרייט, מ'טרינקט א פיינע ווארעמע היימישע קאפי.
8:30 איז זמן שחרית, א קנאקעדיגע דאווענען זיך גרייטענדיג צו משיח, און מתפלל זיין אז ביז אהין זאל יעדער אין די משפחה בלייבן געזונט בגוף ובנפש ובדעת.
9:15 איז פרישטאג ביז 10:30, וויכטיג צוצולייגן! די מאמע מוז נישט זיין גרייט מיט פרישטאג ווי אין חדר פונקטליך 9:15 און אויב נישט פליט טעלערס... אויב די מאמע איז ביזי מיטן קליינעם דארף מען ציווארטן מיט געדולד ביז די מאמע קען.
10:30 איז זמן לימוד גמרא פאר איין שעה.
11:30 גייט מען צילייגן א האנט פאר די מאמע, צו מיטן ווערטשאפט, צאמנעמען די הויז, אפרוימען, צי מיט דאווענען דערציילן פון פסח מיט די קלענערע.
12:30 קלינגט די בעל.. ריסעס פאר א שעה (זיי זענען דאך נישט אין חדר)
1:30 גייט מען צוריק לערנען חומש רש''י פאר א האלבע שעה.
2:00 איז מיטאג מ'קען ארויס גיין שפילן אויפן גאס אויב די וועטער ערלויבט.
3:30 קומט מען צוריק לערנען פאר א האלבע שעה משניות.
4:00 גייט מען שרייבן אדער קאלערן. ס'דא צוגעשטעלט פיינע סחורה אין די אשכול פאר אקטיוועריס פאר די קינדער.
5:00 איז מנחה.
און דערנאך גייט מען אהיים פון חדר.... מ'גייט עסן נאכטמאל.


צוויי וויכטיגע נקודות
קודם דארף מען וויסן אז די מאמע איז העכער דעם סקדשועל! דאס הייסט אויב דער קליינער האט פאדרייט דעם סיסטעם קען די מאמע זאגן אז היינט גייט מען אביסל ארום טוישן די סדר.
נאמבער צוויי,די קינדער זאלן זיך מאכן א ליסט וואס מ'קען אלץ שפילן, למשל איך האב לעגאס וואס זיי רירן כמעט קיינמאל נישט צו,יעצט וועלן זיי יא מוזן זיך אויסלערנען צו פאברענגען דערמיט, נישט מ'זאל יעדע מאל קומען פרעגן די מאמע 'וואס קען איך שפילן? כאב נישט וואס צו טוהן...'

די זעלבע זאך קען מען אביסל ארום דרייען פאר די מיידלעך, זען וויאזוי בערך ס'גייט די סדר אין סקול און בערך אזוי מאכן א סדר,נישט א גאנצן טאג דארפן זיי יעצט העלפן פסח'דיג מאכן ווייל זיי האבן נישט קיין סקול.

נישט פארגעסן דער אייבערשטער געט אונז יעצט גרויסע זכותים אריין צו כאפן פאר ביאת המשיח, לאמיר אויסנוצן די צייט ווי ס'ברויך צו זיין.

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 1:00 am
דורך maybeeynot
וואס טוט מען מיט די שיבע קטנה בחורליך אז אלע שולן זענען פארשלאסן אין זיי האבן נישט קיין קאפו רום אין ליכט באקס אינדרהיים?

Re: עצות און טיפס פאר רואיגע וואכן ביז פסח הבעל"ט

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:42 pm
דורך אידישע הארץ
א גאר רייכע שיעור פון ר' משה מרדכי שטיין וואס איז היינט ארויסגעקימען.ווי אזוי זיך צו האלטן רואיג אין נישט אריינפאלן אין פאניק אין די יעצטיגע שווערע זמנים. זייער זייער שטארק
דרייוו
דראפבאקס

Re:

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:14 pm
דורך אהבת השם
כא כא כא האט געשריבן:זייער וויכטיג פאר די יעצטיגע טעג!!!

זיך אראפ זעצן מיט די קינדער און אויסשמועסן אז:

ווען ס'מאכט זיך אמאל א טאג וואס ס'איז נישטא קיין חדר ווי למשל שושן פורים, מיינט דאס א וויקעישאן טאג, מ'שטייט אויף ווען מ'איז שוין אויסגעריט, מ'טוט זיך אן ווען מ'האלט שוין נאך צוויי שעה שפילן, מ'ענדיגט עסן פרישטאג ווען מ'ענדיגט, און אזוי גייט די גאנצע טאג,

אבער יעצט טייערע קינדער איז נישט אזוי, יעצט גייט מען צוריק דרייען דעם זייגער מיט הונדערט און פופציג יאר צוריק, ווען אין אסאך שטעט איז נישט געווען קיין חדר, מיינט עטץ אז דעמאלטס איז נישט געווען קיין מדת הזריזות? מיינט עטץ אז דעמאלטס איז נישט געווען קיין סוף זמן קר''ש? סוף זמן תפילה? אוודאי איז געווען, און אזוי גייט יעצט זיין, דער טאג מוז האבן א סקדשועל.

לאמיר צוזאמען מאכן א סדר היום,
7:45 שטייט מען אויף, מ'מאכט זיך גרייט, מ'טרינקט א פיינע ווארעמע היימישע קאפי.
8:30 איז זמן שחרית, א קנאקעדיגע דאווענען זיך גרייטענדיג צו משיח, און מתפלל זיין אז ביז אהין זאל יעדער אין די משפחה בלייבן געזונט בגוף ובנפש ובדעת.
9:15 איז פרישטאג ביז 10:30, וויכטיג צוצולייגן! די מאמע מוז נישט זיין גרייט מיט פרישטאג ווי אין חדר פונקטליך 9:15 און אויב נישט פליט טעלערס... אויב די מאמע איז ביזי מיטן קליינעם דארף מען ציווארטן מיט געדולד ביז די מאמע קען.
10:30 איז זמן לימוד גמרא פאר איין שעה.
11:30 גייט מען צילייגן א האנט פאר די מאמע, צו מיטן ווערטשאפט, צאמנעמען די הויז, אפרוימען, צי מיט דאווענען דערציילן פון פסח מיט די קלענערע.
12:30 קלינגט די בעל.. ריסעס פאר א שעה (זיי זענען דאך נישט אין חדר)
1:30 גייט מען צוריק לערנען חומש רש''י פאר א האלבע שעה.
2:00 איז מיטאג מ'קען ארויס גיין שפילן אויפן גאס אויב די וועטער ערלויבט.
3:30 קומט מען צוריק לערנען פאר א האלבע שעה משניות.
4:00 גייט מען שרייבן אדער קאלערן. ס'דא צוגעשטעלט פיינע סחורה אין די אשכול פאר אקטיוועריס פאר די קינדער.
5:00 איז מנחה.
און דערנאך גייט מען אהיים פון חדר.... מ'גייט עסן נאכטמאל.


צוויי וויכטיגע נקודות
קודם דארף מען וויסן אז די מאמע איז העכער דעם סקדשועל! דאס הייסט אויב דער קליינער האט פאדרייט דעם סיסטעם קען די מאמע זאגן אז היינט גייט מען אביסל ארום טוישן די סדר.
נאמבער צוויי,די קינדער זאלן זיך מאכן א ליסט וואס מ'קען אלץ שפילן, למשל איך האב לעגאס וואס זיי רירן כמעט קיינמאל נישט צו,יעצט וועלן זיי יא מוזן זיך אויסלערנען צו פאברענגען דערמיט, נישט מ'זאל יעדע מאל קומען פרעגן די מאמע 'וואס קען איך שפילן? כאב נישט וואס צו טוהן...'

די זעלבע זאך קען מען אביסל ארום דרייען פאר די מיידלעך, זען וויאזוי בערך ס'גייט די סדר אין סקול און בערך אזוי מאכן א סדר,נישט א גאנצן טאג דארפן זיי יעצט העלפן פסח'דיג מאכן ווייל זיי האבן נישט קיין סקול.

נישט פארגעסן דער אייבערשטער געט אונז יעצט גרויסע זכותים אריין צו כאפן פאר ביאת המשיח, לאמיר אויסנוצן די צייט ווי ס'ברויך צו זיין.


זייער שיין, אבער וואס טוט מען מיט די צוויי יעריגע און 4 יעריגע???