[קאראנא קריזיס] שיעורי תורה אויף אייוועלט!!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

[קאראנא קריזיס] שיעורי תורה אויף אייוועלט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

היות אסאך מענטשן זענען איינגעשפארט אין זייערע הייזער, צו ווייל זיי זענען אין די גרופע וואס דארף פארכטן פאר דעם אייגענעם געזונט, צו ווייל זיי פארשטייען אז לטובת הרבים איז בעסער צו בלייבן אינדערהיים. האב איך ג'קלערט אז אנשטאט זיין פארנומען מיט די אלע פחדים'דיגע נייעסן, קענען מיר אויסנוצן די פלאטפארמע פון אייוועלט לטובת לימוד תורה ברבים, משלים צו זיין דעם גרויסן ביטול תורה פון טויזענטער תשב"ר און תלמידי ישיבות וועלכע גייען בלייבן אינדערהיים.

דער וועג וויאזוי דאס צו טוהן איז:
א. יעדער בר הכי קען זיין א "מגיד שיעור". ער דארף זיך אבער פארגרייטן און פראבירן איבערצוגעבן דעם שיעור מיט די גרעסטע קלארקייט וואס ער קען.
ב. דער "מגיד שיעור" וועלט אויס א נושא. ביטע זיי משים לב אז עס זאל זיין א צוגעפאסטע נושא פאר יידן וואס זיצן ביים קאמפיוטער.
ג. הייבט אן א נייע אשכול אין "קאראנא וויירוס" אפטיילונג.
ד. ברענגט אלע הקדמות, נויטיגע ציטאטן פון פסוקי התורה, משניות, גמרא וכו'.
ה. ערקלערט בשפה ברורה די אלע הקדמות, און דאן איז ממשיך זיין שיעור.
ו. משתתפים פרעגן און ענטפערן, נושא ונותן.
ז. דער מגי"ש ענטפערט אויך, און איז מודיע ווען ער גייט געבן די קומענדיגע שיעור.
ח. איז ממשיך ביז דער נושא און שיעור ווערט געשלאסן.
ט. עס איז נישטא קיין גבול וויפיל שיעורים מ'קען עפענען, און אויף סיי וועלכע ענין.
י. ביטע נישט שרייבן אין די אשכולות פון די שיעורים קיין זייטיגע קאמענטארן. אבער דאנקען אדער קאמפלימענטירן איז יא ערלויבט.
יא. עס איז א געלעגנהייט פאר יעדן צו זיין א מרביץ תורה. זייט נישט קליין ביי זיך, ויגבה לבו בדרכי ה', יעדער קען אהייבן אזא אשכול און האבן די געוואלדיגע זכיה פון הרבצת תורה לרבים.
יב. די זכות התורה וועט זיכער דינען אלס א שמירה פאר אונז אלע, און וועט מגין זיין ניצול צו ווערן מאויב דבר רעב ויגון, און מיר וועלן זוכה זיין ארויסצוגין פון די צרה מיגון לשמחה ומאפלה לאור גדול.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך בין געגאנגען פתיחה. viewtopic.php?f=104&t=41793
איך בעט אנדערע זאלן מיך נאכטוהן.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

יאפ ס'גלייבט זיך שווער אבער דאס איז דער מציאות מ'האט פארמאכט די גרעסטע אמתע כח אפצושטעלן די וויירוס און דאס איז די כח התורה

רבותי רבותי ס'פעילט כח התורה

צענדליגער הונדערטער טויזענטער בני הישיבה כוללים האבן נישט ווי צו לערנען מער

צענדליגער הונדערטער היכלי התורה בבוקר ובערב זענען וויסט און לער

אוי די טייערסטע ריינסטע תורה פון טויזענטער טיזענטער תינוקות של בית רבן זענען אויף א אויפהער

רבותי מיר מוזן מוזן מוזן דאס ערפילן

אפשר מאך מיר דא אז יעדער נעמט א בלאט גמרא לאמיר אינאיינעם כאטש א דורך לערנען שס יעדן טאג פון די קומענדיגע פאר טעג עד שיעבור זעם

אויף מארגן נעם איך אין מועד קטן די ערשטע בלאט פון צווייטן פרק

נו ווער נאך ?
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”