וועלטניק האט געשריבן:הרב בבקשה, א סטאדי אן זינק איז זייער פיין און וואויל, אבער האט גארנישט מיט די רפואה וואס דר. זעלענקאו און טראמפ רעדן פון. זעלענקאוס רפואה איז אייגנטליך דייקא די זינק, די היידראקסי איז נאר אן עפענונג דערפאר. סטאדיס אן זינק איז דא אן א שיעור, דאס איז וואס די מידיע פרובירט צו ברענגען, און דאס איז אויך דאכט זיך (אבער איך בין נישט זיכער) וואס דער רעספעקטפולע סידיסי - וואס מ׳טאר נישט רעדן קעגן - ברענגט, אן זינק. דאס איז אבער נישט וואס זעלענקאו רעדט פון בכלל. דאס איז עפעס וואס ווערט ערווענט בערך צוויי מאל אויף אן עמוד דא און ביי נאו וואלסט עס שוין געמעגט וויסן, דאס נעמט אוועק דער גאנצער קרעדיטיביליטי פונעם לינק ברענגער. מיט אנטשולדיגונג
יעצט איז איינער מכובד צו ברענגען א סטאדי אז אראנזש זשוס העלפט נישט, געגאנגען!
זעלענקאו ווייסט דען וואס פונקטלעך פון זיין פראטאקאל העלפט? ער ווייסט אז ער האט געגעבן די פראטאקאל און ס'האט געהאלפן, דעטס איט. ער איז משער אז דאס איז וועגן די זינק. (הגם אנדערע שרייבן אז HCQ קען האבן א בענעפיט פאר זיך זעלבסט, אבער זעלענקאו האט נישט אזוי געשריבן, און איך גלייב נישט אז דאס איז ווייל ער איז איבערצייגט איין וועג מער ווי די אנדערע), עכ"פ מיר דארפן אבער באטראכטן אלע מעגליכקייטן, און עס איז זיכער זייער וויכטיג צו וויסן אויב די HCQ פאר זיך איז נישט ווירקזאם, און דאן קען מען זיך נעמען זוכן צו זינק איז יא ווירקזאם.
ובכלל, איך שרייב דאס בתור שפעקולאציע, זיין געדאנק פון זינק האט דאך גארנישט מיט קאראנא איינגעשטויסן, דאס אז זינק זאל קענען פארמיידן וויירוסעס פון זיך דאפליקעטן איז גאנץ גוט באקאנט, און לכאורה דארף זיין גענוג דעטע דאס צו קענען נאכגיין, יעצט למעשה נוצט מען דאך נישט אין די שפיטעלער קיין זינק אלץ א הייל מיטל.. קען זיין אז זיין גאנצע טענה אז HCQ זאל העלפן די זינק אריינגיין אין די סעל איז נישט עפעס וואס זאל מאכן פארשער שטודירן די זאך.
ואגב, אני הלינק ברענגער האב גראד געשריבן אז עס איז אן זינק.