Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

קושטא
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך קושטא » דינסטאג מארטש 24, 2020 6:25 pm

פארשער האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:א דאנק אייך @קושטא פאר דעם קלארן באריכט. אגב, די טשיקן זופ פון וואס ער רעדט מיינט ער "בלויז" עסן טשיקן זופ א גאנצן טאג און דורכדעם אריינגיין אין קיטאוסיס, נישט סתם עסן טשיקן זופ.

יישר כח. וואס מיינט דאס אריינגיין אין קיטאוסיס ?

א מצב ווען דער קערפער נוצט פעטנס פאר ענערגיע אנשטאט צוקער.
Ketosis is a normal process that happens when your body doesn't have enough carbs to burn for energy. Instead, it burns fat and makes substances called ketones, which it can use for fuel. Ketosis is a word you'll probably see when you're looking for information on diabetes or weight loss.

יישר כח.
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג מארטש 24, 2020 6:51 pm

נא_שכל האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:האט איינער די נאמבער פון דר זעלענקע
איך דארף עס ויכטיג פאר א פאציענט יישר כח

ער טאר עס שוין מער נישט פארשרייבן זינט די נעכטיגע גאווערנערס עקזעקיוטיוו ארדער

וואס גייט דא פאר? מייק פענס שרייט אז די FDA האט עס עפראווד פאר אלע דאקטורים אין גאנץ אמעריקע צו פארשרייבן, קען קאומא אזא צייט אסר'ן?

למעשה, איז קלאר אז אסאך עלטערע אידן האט די מעדיצען פארמיטן פון אריינגיין אין שפיטאל. וואס טוט מען יעצט ווייטער?

קאומא'ס דירעקטיוו
No pharmacist shall dispense hydroxychloroquine or chloroquine except when written as prescribed for an FDA-approved indication; or as part of a state approved clinical trial related to COVID-19 for a patient who has tested positive for COVID-19, with such test result documented as part of the prescription. No other experimental or prophylactic use shall be permitted, and any permitted prescription is limited to one fourteen day prescription with no refills.

עף די עי אפראווד, מיינט די אריגינעלע זאך צו וואס ס'איז שוין לאנג אפראווד, נישט די אויסגעברייטערטע ערלויבעניש וואס די עף די עי האט יעצט געגעבן.

קאומאו'ס ארדער איז צו פארבאטן פארמאסי'ס פון ניו יארק סטעיט עס אויסצופילן, און דאס איז געזעצליך בידו.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מארטש 24, 2020 6:54 pm

ער איז אויך נישט דער ערשטער גאווערנאר אזוי צו באפעלן.

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך א מחי' » דינסטאג מארטש 24, 2020 6:57 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:האט איינער די נאמבער פון דר זעלענקע
איך דארף עס ויכטיג פאר א פאציענט יישר כח

ער טאר עס שוין מער נישט פארשרייבן זינט די נעכטיגע גאווערנערס עקזעקיוטיוו ארדער

וואס גייט דא פאר? מייק פענס שרייט אז די FDA האט עס עפראווד פאר אלע דאקטורים אין גאנץ אמעריקע צו פארשרייבן, קען קאומא אזא צייט אסר'ן?

למעשה, איז קלאר אז אסאך עלטערע אידן האט די מעדיצען פארמיטן פון אריינגיין אין שפיטאל. וואס טוט מען יעצט ווייטער?

קאומא'ס דירעקטיוו
No pharmacist shall dispense hydroxychloroquine or chloroquine except when written as prescribed for an FDA-approved indication; or as part of a state approved clinical trial related to COVID-19 for a patient who has tested positive for COVID-19, with such test result documented as part of the prescription. No other experimental or prophylactic use shall be permitted, and any permitted prescription is limited to one fourteen day prescription with no refills.

עף די עי אפראווד, מיינט די אריגינעלע זאך צו וואס ס'איז שוין לאנג אפראווד, נישט די אויסגעברייטערטע ערלויבעניש וואס די עף די עי האט יעצט געגעבן.

קאומאו'ס ארדער איז צו פארבאטן פארמאסי'ס פון ניו יארק סטעיט עס אויסצופילן, און דאס איז געזעצליך בידו.

פארשטייטזיך, אויב במציאות העלפט דאס גייען זיך (לכאורה?) אסאך דאקטוירים אנפ****ן

כ'האף אזוי..

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג מארטש 24, 2020 7:00 pm

דאקטוירים דארפן נישט פייפן, זיי מעגן עס פארשרייבן, קיין איין פארמאסיסט פון ניו יארק פייפט נישט, מ'קען פארלירן די לייסענס.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מארטש 24, 2020 7:23 pm

גיימיר מאכן א פעטיטשען?

וואס איז די סיבה ער צוימט עס? ווייל איינער האט געגעסן עפעס דומה לזה וואס מ'קלינט פיש טענקס?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מארטש 24, 2020 8:49 pm

נא_שכל האט געשריבן:גיימיר מאכן א פעטיטשען?

וואס איז די סיבה ער צוימט עס? ווייל איינער האט געגעסן עפעס דומה לזה וואס מ'קלינט פיש טענקס?

ליין אדורך וועסטו זעהן א פאהר סיבות פארוואס.
Do your own homework

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך zibala » דינסטאג מארטש 24, 2020 8:58 pm

נא_שכל האט געשריבן:גיימיר מאכן א פעטיטשען?

וואס איז די סיבה ער צוימט עס? ווייל איינער האט געגעסן עפעס דומה לזה וואס מ'קלינט פיש טענקס?

קאומא רייט אויפן קריזיס פאפולאריטעט און זיכט נישט קיין קיור פאר דעם מחלה, ער ווארט אויפן טאג ווען מ' וועט אויסלויפן פון ווענטילאטורס און קענען שרייען אז טראמפ איז שולדיק.


סינישטא נאך א ריעזאן צו צוימען די געווענליכע רעכטן פון א דאקטער צו שרייבן רעצעפטן וואס ער זענט פאר ריכטיג
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
לעבט אין לאכט
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 13, 2016 10:20 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך לעבט אין לאכט » דינסטאג מארטש 24, 2020 9:07 pm

הסרפד האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:גיימיר מאכן א פעטיטשען?

וואס איז די סיבה ער צוימט עס? ווייל איינער האט געגעסן עפעס דומה לזה וואס מ'קלינט פיש טענקס?

ליין אדורך וועסטו זעהן א פאהר סיבות פארוואס.
Do your own homework


@סרפד
אפשר טאקע האב איך געדער צו שנעל
אפשר ברענגטו אהער וואס ער האט געשריבן אלס א סיבה פאר זיין עקזעקעטיוו ארדער

ליבי ובשרי
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך ליבי ובשרי » דינסטאג מארטש 24, 2020 9:14 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:דאקטוירים דארפן נישט פייפן, זיי מעגן עס פארשרייבן, קיין איין פארמאסיסט פון ניו יארק פייפט נישט, מ'קען פארלירן די לייסענס.

פאלט אייך נישט ביי עס איז דא וואס האבן מער רחמנות אויף אידישע לעבנס ווי קאומא???? [און זענען גרייט.........]
אגב, איך האב באמת נישט קיין צד.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג מארטש 24, 2020 9:18 pm

וויפיל יודישע פארמאסיסטן קענסטו?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

ליבי ובשרי
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך ליבי ובשרי » דינסטאג מארטש 24, 2020 9:30 pm

איך קען וואס פאר אנדערע זאכן רעכענען זיי זיך מער מיטן פאציענט ווי געזעץ....

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מארטש 24, 2020 9:42 pm

לעבט אין לאכט האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:גיימיר מאכן א פעטיטשען?
ווייט
וואס איז די סיבה ער צוימט עס? ווייל איינער האט געגעסן עפעס דומה לזה וואס מ'קלינט פיש טענקס?

ליין אדורך וועסטו זעהן א פאהר סיבות פארוואס.
Do your own homework


@סרפד
אפשר טאקע האב איך געדער צו שנעל
אפשר ברענגטו אהער וואס ער האט געשריבן אלס א סיבה פאר זיין עקזעקעטיוו ארדער

איך וועל פראבירן נאך א מאהל מיט מער געדולד.

1. עס איז נישט פשוט אז עס טוהט עפעס אויף (איך גיי מיך נישט מתווכח זיין וועגן דעם דאס מאהל - נניח, אז ווער עס האלט אזוי האט חאטש על מי לסמוך). דאס אליינס איז נישט קיין פראבלעם, אם לא יועיל לא יזיק, ווען נישט 2 & 3:
2. עס האט side-effects, א מאהל ערנסטע, און עס איז נישט עטהיש איין צו פיהרן א זאך אויף א גרויסן פארנעם, ווען עס וועט זיכער שאטן א מועט, אויב איז נישט קלאהר צו עס העלפט בכלל.
3. עס זענען פארהאן מענטשן וואס נעמן עס שטענדיג, טאג-טעגליך, פאר ערנסטע קרענק, וואס קענען יעצט נישט צוריק אהן פילן זייערע prescriptions צוליב די מאנגל וואס איז געווארן א דאנק די פריוואטע דאקטוירים וואס האבן עס באשטעלט. (ווידער, ווען עס איז א זיכערע זאך אז עס היילט היבש איין ערגערע קרענק, וואלט געוועהן א צד צו זאגן אז זיי זאלן פארפאסן זייער prescription מיט א פאהר וואכן.)

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

Re: רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג מארטש 24, 2020 9:55 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:נו אויב אזוי פארוואס דארף מען פארשפארן אין די וועלט אריין אויב עס איז שוין דא עפעס א ישועה......................

א. סאיז נאך נישט גינוג מענטשן געשטארבן פון דעם, און מען טאר נישט דוחק זיין דעם קץ.
ב. סאיז נאך נישט דא גענוג שטארקע פראוו אז סהעלפט טאקע אזוי גוט, און אין מעדעצינישע וועלט דארף מען האבן שטארקע פראוו כדי צו פרובירן ראטעווען מענטשנס לעבן, חוץ אויב סאיז עפעס וואס מען קען מאכן אויף דעם א פאטענט.
ג. והיא העיקר, סאיז נאך נישט עפראווד געווארן דארך דע הייליגע fda, איי הא גופא קשיא, סאיז דאך א אלטע מעדעצין וואס מען קען די סייד עפעקטס? איז די קשיא אליין די תירוץ.

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג מארטש 24, 2020 9:57 pm

הסרפד האט געשריבן:
לעבט אין לאכט האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:גיימיר מאכן א פעטיטשען?
ווייט
וואס איז די סיבה ער צוימט עס? ווייל איינער האט געגעסן עפעס דומה לזה וואס מ'קלינט פיש טענקס?

ליין אדורך וועסטו זעהן א פאהר סיבות פארוואס.
Do your own homework


@סרפד
אפשר טאקע האב איך געדער צו שנעל
אפשר ברענגטו אהער וואס ער האט געשריבן אלס א סיבה פאר זיין עקזעקעטיוו ארדער

איך וועל פראבירן נאך א מאהל מיט מער געדולד.

1. עס איז נישט פשוט אז עס טוהט עפעס אויף (איך גיי מיך נישט מתווכח זיין וועגן דעם דאס מאהל - נניח, אז ווער עס האלט אזוי האט חאטש על מי לסמוך). דאס אליינס איז נישט קיין פראבלעם, אם לא יועיל לא יזיק, ווען נישט 2 & 3:
2. עס האט side-effects, א מאהל ערנסטע, און עס איז נישט עטהיש איין צו פיהרן א זאך אויף א גרויסן פארנעם, ווען עס וועט זיכער שאטן א מועט, אויב איז נישט קלאהר צו עס העלפט בכלל.
3. עס זענען פארהאן מענטשן וואס נעמן עס שטענדיג, טאג-טעגליך, פאר ערנסטע קרענק, וואס קענען יעצט נישט צוריק אהן פילן זייערע prescriptions צוליב די מאנגל וואס איז געווארן א דאנק די פריוואטע דאקטוירים וואס האבן עס באשטעלט. (ווידער, ווען עס איז א זיכערע זאך אז עס היילט היבש איין ערגערע קרענק, וואלט געוועהן א צד צו זאגן אז זיי זאלן פארפאסן זייער prescription מיט א פאהר וואכן.)

די אלע הסברים איז גוט פאר יונגע געזונטע מענטשן, נישט פאר מענטשן וואס זענען היי ריסק.

נאך איינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך נאך איינער » דינסטאג מארטש 24, 2020 10:14 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:די אלע הסברים איז גוט פאר יונגע געזונטע מענטשן, נישט פאר מענטשן וואס זענען היי ריסק.

סתם פאר אינטערסאנטקייט, וויאזוי וואלסטי רעאגירט ווען מאפראווד א וואקסין אויף אזא אופן?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מארטש 24, 2020 10:30 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:די אלע הסברים איז גוט פאר יונגע געזונטע מענטשן, נישט פאר מענטשן וואס זענען היי ריסק.

אולי. איך זעה אויף וואס מען קען זיך דינגן, און זייער א סך דאקטוירים האלטן נאר פון געבן במצב סכנה ביז מען ווייסט קלאהרער, ממילא איז קואמא'ס החלטה בכלל נישט ווילד, און נישט קיין סימן (ווי א מאדנע פארשוין האט זיך שוין היינט פראבירט צו טענה'ן מיט מיר) אז דער deep state באהאלט פון אונז די אמת'ע רפואות...

גראדע איז היינט ארויס געקומן א שטודיע וואס ווייזט לכאורה קעגן די פראנצויזישע שטודיע, אבער דיע שטודיע אליינס איז אויכעט גאהר שוואך. מאידך, זענען פארהאן statisticians וואס האבן געטראפן נייע לעכער אין די פראנצויזישע שטודיע אין די לעצטע פאהר טעג.

בקיצור, עס איז שווער צו זאגן אין אזא מצב, אבער אין מעדיצינישע וויסנשאפט דארף מען יישוב הדעת - ועל ראשם, אלע מעשיות פון ישועות וועלן נישט העלפן אויב עס איז נישט דא איינער וואס רעכנט (1) צו זענען די געהאלפענע געוועהן קראנק, (2) וואס זייערע מצבים (עלטער, געזונט, וכו') איז געוועהן, (3) און א חשבון פון די אום-געלונגע מופתים, און זייערע מצבים.

און קלאהר צו שטעלן - מען פרובט סיי מיט chloroquine און סיי מיט hydroxychloroquine. דער פרעזידענט האט מפרסם געוועהן hydroxychloroquine - כמנהג פראנקרייך, ואילו די ערגסטע side-effects געפינען זיך ביי chloroquine, כולל דער אומגעקומענער אין די נייעס. (דער פיש-שטאף און chloroquine איז היינו הך.)

(איך בין נישט גענוק באקאנט אין די סוגיא צו וויסן פארוואס בכלל מען פרובט chloroquine אויב האט עס די זעלבע מעלות מיט גרעסערע חסרונות. אבער איינער ווייסט, ביטע זייט מסביר.)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3987
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מארטש 24, 2020 10:56 pm

הסרפד האט געשריבן:
לעבט אין לאכט האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:גיימיר מאכן א פעטיטשען?
ווייט
וואס איז די סיבה ער צוימט עס? ווייל איינער האט געגעסן עפעס דומה לזה וואס מ'קלינט פיש טענקס?

ליין אדורך וועסטו זעהן א פאהר סיבות פארוואס.
Do your own homework


@סרפד
אפשר טאקע האב איך געדער צו שנעל
אפשר ברענגטו אהער וואס ער האט געשריבן אלס א סיבה פאר זיין עקזעקעטיוו ארדער

איך וועל פראבירן נאך א מאהל מיט מער געדולד.

1. עס איז נישט פשוט אז עס טוהט עפעס אויף (איך גיי מיך נישט מתווכח זיין וועגן דעם דאס מאהל - נניח, אז ווער עס האלט אזוי האט חאטש על מי לסמוך). דאס אליינס איז נישט קיין פראבלעם, אם לא יועיל לא יזיק, ווען נישט 2 & 3:
2. עס האט side-effects, א מאהל ערנסטע, און עס איז נישט עטהיש איין צו פיהרן א זאך אויף א גרויסן פארנעם, ווען עס וועט זיכער שאטן א מועט, אויב איז נישט קלאהר צו עס העלפט בכלל.
3. עס זענען פארהאן מענטשן וואס נעמן עס שטענדיג, טאג-טעגליך, פאר ערנסטע קרענק, וואס קענען יעצט נישט צוריק אהן פילן זייערע prescriptions צוליב די מאנגל וואס איז געווארן א דאנק די פריוואטע דאקטוירים וואס האבן עס באשטעלט. (ווידער, ווען עס איז א זיכערע זאך אז עס היילט היבש איין ערגערע קרענק, וואלט געוועהן א צד צו זאגן אז זיי זאלן פארפאסן זייער prescription מיט א פאהר וואכן.)

ווען נישט די שנאה צו טראמפ וואלסטו אביסל בעסער פארשטאנען.

די עף-די-עי האט געגעבן ערלויבעניש פאר דאקטוירים דאס צו פארשרייבן פאר די קאראנאוויירוס, די עף-די-עי וואלט נישט אפראווד עפעס וואס קען גורם זיין ערנסטע שאדנס.
די סייד עפעקטס דערפון זענען באקאנט פאר דאקטוירים, און בעיקר איז עס א פראבלעם פאר מענטשן מיט ערנסטע הארץ פראבלעמען, און דאס איז די סיבה פארוואס מ'קען עס נישט נעמען אלטינס נאר א דאקטאר דארף עס פארשרייבן.

נומבער 3 איז נישט קיין עכטע זארג ווייל די מעדיצין קען מען נאר באקומען דורך א פרעסקריבשן ממילא וועט עס נישט ווערן קיין ערנסטע מאנגל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג מארטש 24, 2020 10:58 pm

ועוד יותר מזה, מען האט געשריגן אויף טראמפ אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף אים היות ער איז נישט קיין דאקטאר. אבער דא האלט מען שוין אז די פד"א עפראווט עס, און קאמאו בלאקט עס. קאמאו איז יא א דאקטאר?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3987
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מארטש 24, 2020 10:59 pm

הסרפד האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:די אלע הסברים איז גוט פאר יונגע געזונטע מענטשן, נישט פאר מענטשן וואס זענען היי ריסק.

אולי. איך זעה אויף וואס מען קען זיך דינגן, און זייער א סך דאקטוירים האלטן נאר פון געבן במצב סכנה ביז מען ווייסט קלאהרער, ממילא איז קואמא'ס החלטה בכלל נישט ווילד, און נישט קיין סימן (ווי א מאדנע פארשוין האט זיך שוין היינט פראבירט צו טענה'ן מיט מיר) אז דער deep state באהאלט פון אונז די אמת'ע רפואות...

גראדע איז היינט ארויס געקומן א שטודיע וואס ווייזט לכאורה קעגן די פראנצויזישע שטודיע, אבער דיע שטודיע אליינס איז אויכעט גאהר שוואך. מאידך, זענען פארהאן statisticians וואס האבן געטראפן נייע לעכער אין די פראנצויזישע שטודיע אין די לעצטע פאהר טעג.

בקיצור, עס איז שווער צו זאגן אין אזא מצב, אבער אין מעדיצינישע וויסנשאפט דארף מען יישוב הדעת - ועל ראשם, אלע מעשיות פון ישועות וועלן נישט העלפן אויב עס איז נישט דא איינער וואס רעכנט (1) צו זענען די געהאלפענע געוועהן קראנק, (2) וואס זייערע מצבים (עלטער, געזונט, וכו') איז געוועהן, (3) און א חשבון פון די אום-געלונגע מופתים, און זייערע מצבים.

און קלאהר צו שטעלן - מען פרובט סיי מיט chloroquine און סיי מיט hydroxychloroquine. דער פרעזידענט האט מפרסם געוועהן hydroxychloroquine - כמנהג פראנקרייך, ואילו די ערגסטע side-effects געפינען זיך ביי chloroquine, כולל דער אומגעקומענער אין די נייעס. (דער פיש-שטאף און chloroquine איז היינו הך.)

(איך בין נישט גענוק באקאנט אין די סוגיא צו וויסן פארוואס בכלל מען פרובט chloroquine אויב האט עס די זעלבע מעלות מיט גרעסערע חסרונות. אבער איינער ווייסט, ביטע זייט מסביר.)

ווייס איך פון אן עלטערע נישט געזונטער איד וואס איז געווען אין שפיטאל צוליב די קאראנאוויירוס, און נאכן נעמען די hydroxchloroquine איז ער געווארן אסאך בעסער און איז אהיים פון שפיטאל די נעקסטע טאג.

חוץ דעם קען מיר עטליכע אידן וואס האבן געשפירט בעסער נאכן נעמען די א.ד. מעדיצין.

אבער פארשטייט זיך נאכאמאל, דאס מעג נאר זיין דורך א דאקטאר.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:09 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:ועוד יותר מזה, מען האט געשריגן אויף טראמפ אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף אים היות ער איז נישט קיין דאקטאר. אבער דא האלט מען שוין אז די פד"א עפראווט עס, און קאמאו בלאקט עס. קאמאו איז יא א דאקטאר?

דאס האט מיט א טעות וואס דער FDA טוט בכלל. ס'איז נישט דא קיין סתירה דערווייל צווישן וואס זיי זאגן. דער FDA רעקאמענדירט עס נישט אפיציעל, ווייל עס איז נישט אויף געוויזן, און זיי האבן עס אויך נישט גע'אסר'ט, ווייל זיי מישן זיך נישט אריין אין וואס א דאקטיר זאגט פריוואט אז מען זאל טוהן מיט א געזעצליכע מעדיצין.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3987
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:40 pm

הסרפד האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:ועוד יותר מזה, מען האט געשריגן אויף טראמפ אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף אים היות ער איז נישט קיין דאקטאר. אבער דא האלט מען שוין אז די פד"א עפראווט עס, און קאמאו בלאקט עס. קאמאו איז יא א דאקטאר?

דאס האט מיט א טעות וואס דער FDA טוט בכלל. ס'איז נישט דא קיין סתירה דערווייל צווישן וואס זיי זאגן. דער FDA רעקאמענדירט עס נישט אפיציעל, ווייל עס איז נישט אויף געוויזן, און זיי האבן עס אויך נישט גע'אסר'ט, ווייל זיי מישן זיך נישט אריין אין וואס א דאקטיר זאגט פריוואט אז מען זאל טוהן מיט א געזעצליכע מעדיצין.

נישט אינגאנצן ריכטיג.
די עף-די-עי האט געגעבן ערלויבעניש פאר דאקטוירים דאס צו פארשרייבן פאר די קאראנאוויירוס.
סתם אזוי קען א דאקטאר נישט פארשרייבן פאר איין זאך א מעדיצין וואס איז געמאכט פאר אן אנדערע זאך.
דא האט די עף-די-עי געגעבן די ערלויבעניש, דאס מיינט אז זיי האלטן אז ס'קען נישט שאטן, אבער זיי רעקאמענדירן עס נישט ווילאנג דאס איז נישט סייענטיפיק געפראווד.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך מארטש 25, 2020 12:10 am

האט נישט קאומאו געזאגט אז ער האט באשטעלט אסאך און דינסטאג גייט מען עס אנהייבן צו נוצן אלס טרייעל, היינט איז דינסטאג...

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מיטוואך מארטש 25, 2020 12:30 am

די סטעיט מאכט טרייעלס אין די שפיטעלער, ער האט פארבאטן פארמאסיס עס ארויסצוגעבן אויסער די ראמען פון די טרייעלס.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך מארטש 25, 2020 1:44 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:ווייס איך פון אן עלטערע נישט געזונטער איד וואס איז געווען אין שפיטאל צוליב די קאראנאוויירוס, און נאכן נעמען די hydroxchloroquine איז ער געווארן אסאך בעסער און איז אהיים פון שפיטאל די נעקסטע טאג.

חוץ דעם קען מיר עטליכע אידן וואס האבן געשפירט בעסער נאכן נעמען די א.ד. מעדיצין.

אבער פארשטייט זיך נאכאמאל, דאס מעג נאר זיין דורך א דאקטאר.


מיר האבן מיטגעהאלטן ממש אזא מעשה, די מעדעצין האט געראטעוועט דעם איד.

מ'קען עס נישט אוועקמאכן במחי יד.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשמחה!!!, להודיע, מטעמים, פ' לך לך און 14 געסט