Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: Hydroxychloroquine רפואה פאר COVID-19

תגובהדורך וועלטניק » פרייטאג אוקטובער 09, 2020 4:26 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:מיין ווייב האט גענומען Hydroxychloroquine און עס האט איהר גארנישט געהאלפן. זיראו! א שוואגער האט עס געברענגט, ווייל מיין שוויגער האט פארפיהרט אז מען מוז עס שוין נעמען! נאכן צירוק גיין צום דאקטער צען טעג שפעטער, האט דער דאקטאר איהר געזאגט אז עס העלפט גארנישט. איך זאג נאר מיין מעשה. מאנכע זאגן אז מען מוז עס אהנהייבן נעמען אין די ערשטע דריי טעג. מיין ווייב האט עס אהנגעהויבן שפעטער. איך פראביהר נאר צו זאגן אז מען זאל נישט נעמען מעדיקעל עדווייז פון איעדען אין מקוה.

דיסקלעימער: איך גיי וואוטען פאר טרומפ. אבער ער איז נאך אלטץ נישט קיין דאקטאר.

אוודאי מיט די אנווייזונגען פון א דאקטאר. האט טראמפ דען געזאגט מ'זאל אליין נעמען? זעלענקאו האט א גאנצע פראטאקאל מיט אנווייזונגען וויאזוי און ווען דאס צו נעמען. נעמען פון א שוואגער איז נישט מער ווי זינלאז
ואגב, האט ער גענומען בלויז Hydroxychloroquine? אויב יא איז פארשטייט זיך א שאד מיין גאנצע תגובה

מיין ווייב איז נישט קיין ער. און זי האט גענומען אלעס, אריינגערעכנט זיין אנטיביאטיקס. עס האט געהאלפן זיראו. איך האב אייך געגעבן די דיסקלעימער אז זי האט עס נישט גענומען אין די ערשטע דריי טעג. מיין תגובה איז נישט אז עס ארבייט נישט. עס איז יא אז מען זאל אויפהערן זיך אליינס פראסקרייבען מעדעצין, און אז רבנים זאלען בלייבן רבנים, און דאקטוירים דאקטוירים. מען זאל נישט טוישן די מעדעצינען און פראטאקאל וואס מען טוט מיט איעדע נייע זאך וואס מען הערט אדער זעהט אויף די אינטערנעט.

קענסט אנצייגן עמיצער וואס קריגט זיך? וואסארא מין בייפאל איז דאס אליין צו נעמען דראגס? ווער זאגט דאס? טראמפ? רבנים?


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט