קורונהוויירוס אין א״י

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

חקירות ודרישות
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך חקירות ודרישות » דינסטאג מאי 19, 2020 11:12 am

ר' איד האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:קיינער האט נישט געהייסן עפענען?

די געפערליכע היץ האט געהייסן עפענען...

נישט סתם,

די חוצפה גייט נאך ווייטער,
נעכטן האט די נייע שר הבריאות אדלשטיין, אל'ס ערשטער החלטה און אפיס, מבטל געווען גיין מיט מאסקעס פאר די קומנדיגע דריי טאג, צוליב די שווערע וועטער, און מענטשען האלטן פשוט עס נישט אויס.

אבער שטיין און דאווענען אינדערויסען שחרית און פארטרינקט ווערען דאס איז עים נישט איינגעפאלן אז סקען זיין א סכנה, און מען דארף עס מבטל זיין לפחות אויף דריי טעיג.

בעצם יעצט טרייכט איך אז ער איז גערעכט, מען דארף טאקע נישט הייסען עפענען אויס ס'שוין מילא אפען......


רוב בתי מדרשים איז שוין במילא האפן מ'ווארט נישט אז די סטרא אחרא זאל דאס עפענען כדי זיי זאלן נישט האבן א חלק אין די תורה ותפילות

חקירות ודרישות
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך חקירות ודרישות » דינסטאג מאי 19, 2020 11:14 am

היטשינער האט געשריבן:די זעלבע איז אין נוה צבי געגנט זענען שוין אלע בתי מדרשים אפן (ביאלא ב"ב, סטריקוב, און אפאר ספרדישע בתי מדרשים) חוץ אור הצפון וואס איז דערווייל נאך פארמאכט, אבער זייער מקוה איז אפן.


די מקוה אין אור הצפון האט נישט מיט די בית מדרש עס איז צוויי אנדערע הנהלות

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1307
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג מאי 19, 2020 1:48 pm

חקירות ודרישות האט געשריבן:
היטשינער האט געשריבן:די זעלבע איז אין נוה צבי געגנט זענען שוין אלע בתי מדרשים אפן (ביאלא ב"ב, סטריקוב, און אפאר ספרדישע בתי מדרשים) חוץ אור הצפון וואס איז דערווייל נאך פארמאכט, אבער זייער מקוה איז אפן.


די מקוה אין אור הצפון האט נישט מיט די בית מדרש עס איז צוויי אנדערע הנהלות

די מקוואות מעגן זיין אפן געזעצליך. שוין עטליכע וואכן.

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג מאי 19, 2020 4:10 pm

ר' איד האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:קיינער האט נישט געהייסן עפענען?

די געפערליכע היץ האט געהייסן עפענען...

נישט סתם,

די חוצפה גייט נאך ווייטער,
נעכטן האט די נייע שר הבריאות אדלשטיין, אל'ס ערשטער החלטה און אפיס, מבטל געווען גיין מיט מאסקעס פאר די קומנדיגע דריי טאג, צוליב די שווערע וועטער, און מענטשען האלטן פשוט עס נישט אויס.

אבער שטיין און דאווענען אינדערויסען שחרית און פארטרינקט ווערען דאס איז עים נישט איינגעפאלן אז סקען זיין א סכנה, און מען דארף עס מבטל זיין לפחות אויף דריי טעיג.

בעצם יעצט טרייכט איך אז ער איז גערעכט, מען דארף טאקע נישט הייסען עפענען אויס ס'שוין מילא אפען......

-משרד-הבריאות-מוותר-על-מסכות-בגלל-מזג-אוויר-בחלק-מהמקומות.jpg
-משרד-הבריאות-מוותר-על-מסכות-בגלל-מזג-אוויר-בחלק-מהמקומות.jpg (44.98 KiB) געזעהן 582 מאל
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8224
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג מאי 19, 2020 5:50 pm

הגאון הצדיק רבי יחזקאל ראטה אב"ד קארלסבורג, מזקני וגדולי הפוסקים בדורנו ,שלא וויתר גם השנה לשהות ביום ל"ג בעומר סמוך לרשב"י,
סיים את 14 ימי הבידוד בהוראת משרד הבריאות,
והגיע לראשונה לפתח הציון שם הוא נמצא במרבית השנה.

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך מענטשאלע » מיטוואך מאי 20, 2020 3:25 am

קאלינער שול אין רחוב אבינועם ילין אי היינט געווען אפן טראץ דעם וואס דער רבי איז דער גרעסטער מחמיר בהלכות קורונה, די היץ איז שטערקער פון אלעס ווייזט אויס, אפילו פון קראלינער חומרות.

ר' איד
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך ר' איד » מיטוואך מאי 20, 2020 3:28 am

שוןי שוין
מען האט שוין געפענט

#אתרוגים נאך סוכות

אמונה פשוטה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך אמונה פשוטה » מיטוואך מאי 20, 2020 3:41 am

ר' איד האט געשריבן:שוןי שוין
מען האט שוין געפענט

#אתרוגים נאך סוכות

יא
אבער ס'וועט זיין אינטערסאנט אוייב מוועט זעהן איינער אן עקשן וואס וועט וועט נישט עפענען.

ס'זעהט אויס אז אלע האבן טאקע געעפנט , אפי' גער


אגב יוצא מן הכלל די שטיבלאך וואס זענען נאך פארמאכט, נישט קעננדיג האלטן די רעגולאציעס

(זכרון משה געווען אפען די גאנצע תקופה, איך מיין איצקוביץ און נאך)

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מאי 20, 2020 3:49 am

אמונה פשוטה האט געשריבן:
ר' איד האט געשריבן:שוןי שוין
מען האט שוין געפענט

#אתרוגים נאך סוכות

יא
אבער ס'וועט זיין אינטערסאנט אוייב מוועט זעהן איינער אן עקשן וואס וועט וועט נישט עפענען.

ס'זעהט אויס אז אלע האבן טאקע געעפנט , אפי' גער


אגב יוצא מן הכלל די שטיבלאך וואס זענען נאך פארמאכט, נישט קעננדיג האלטן די רעגולאציעס

(זכרון משה געווען אפען די גאנצע תקופה, איך מיין איצקוביץ און נאך)

איצקאווויטש איז געווען פארמאכט.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אמונה פשוטה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך אמונה פשוטה » מיטוואך מאי 20, 2020 3:59 am

סטיטשינער האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:
ר' איד האט געשריבן:שוןי שוין
מען האט שוין געפענט

#אתרוגים נאך סוכות

יא
אבער ס'וועט זיין אינטערסאנט אוייב מוועט זעהן איינער אן עקשן וואס וועט וועט נישט עפענען.

ס'זעהט אויס אז אלע האבן טאקע געעפנט , אפי' גער


אגב יוצא מן הכלל די שטיבלאך וואס זענען נאך פארמאכט, נישט קעננדיג האלטן די רעגולאציעס

(זכרון משה געווען אפען די גאנצע תקופה, איך מיין איצקוביץ און נאך)

איצקאווויטש איז געווען פארמאכט.



יא, און מלאזט עהם וויטער פארמאכט, מסיבה הנ"ל

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מאי 20, 2020 4:03 am

אמונה פשוטה האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:
ר' איד האט געשריבן:שוןי שוין
מען האט שוין געפענט

#אתרוגים נאך סוכות

יא
אבער ס'וועט זיין אינטערסאנט אוייב מוועט זעהן איינער אן עקשן וואס וועט וועט נישט עפענען.

ס'זעהט אויס אז אלע האבן טאקע געעפנט , אפי' גער


אגב יוצא מן הכלל די שטיבלאך וואס זענען נאך פארמאכט, נישט קעננדיג האלטן די רעגולאציעס

(זכרון משה געווען אפען די גאנצע תקופה, איך מיין איצקוביץ און נאך)

איצקאווויטש איז געווען פארמאכט.



יא, און מלאזט עהם וויטער פארמאכט, מסיבה הנ"ל

כאפ איך יעצט וואס די מיינסט. איך בעט דיר איבער. כהאב געמיינט די זאגסט איצקאווויטש איז געווען אפען.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אמונה פשוטה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך אמונה פשוטה » מיטוואך מאי 20, 2020 4:06 am

איך דארף איברבעטן, וועגן מיינע צובראכענע אידיש. והוא רחום יכפר.
לעצט פאראכטן דורך אמונה פשוטה אום מיטוואך מאי 20, 2020 4:11 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אמונה פשוטה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך אמונה פשוטה » מיטוואך מאי 20, 2020 4:10 am

איינער האט מיר פארציילט, אז הגרא"י סולובייטשיק איז די וואך צום ערשט פאר געלרענט דעם שיעור נאך די מגיפה, און די שיעור איז געוועון ווי פאלגענד (זר לא יבין זאת)
- די שיעור איז געווען אין ביהמ"ד נישט אין חדר שיעורים (מען זאל האבן פלאץ צו דערוויטערן)
- די לומדים האבן געזעצען א סאך אגערעקט איינער פון צווייטן
- רא"י האט גענוצט מיט מייק (!)
- וועגן די הרחקות, איז נישט געבליבן פלאץ פאר אלע שומעי השיעור אין ביהמ"ד, און א טייל האבן געוואלט הערן די שיעור פון עזרת נשים, האט רא"י נישט געלאזט, זאגענדיג אז "דא אין ביהמ"ד קען איך דורכקוקען אז מ'פלאגט די הרחקות, אין עזר"נ קען איך נישט זעהן"...

שרייב-פעדער
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך שרייב-פעדער » מיטוואך מאי 20, 2020 4:59 am

אמונה פשוטה האט געשריבן:איינער האט מיר פארציילט, אז הגרא"י סולובייטשיק איז די וואך צום ערשט פאר געלרענט דעם שיעור נאך די מגיפה, און די שיעור איז געוועון ווי פאלגענד (זר לא יבין זאת)
- די שיעור איז געווען אין ביהמ"ד נישט אין חדר שיעורים (מען זאל האבן פלאץ צו דערוויטערן)
- די לומדים האבן געזעצען א סאך אגערעקט איינער פון צווייטן
- רא"י האט גענוצט מיט מייק (!)
- וועגן די הרחקות, איז נישט געבליבן פלאץ פאר אלע שומעי השיעור אין ביהמ"ד, און א טייל האבן געוואלט הערן די שיעור פון עזרת נשים, האט רא"י נישט געלאזט, זאגענדיג אז "דא אין ביהמ"ד קען איך דורכקוקען אז מ'פלאגט די הרחקות, אין עזר"נ קען איך נישט זעהן"...

יויש!!! פליז לערן דיך צו שרייבן יודיש....
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מאי 20, 2020 5:05 am

שרייב-פעדער האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:איינער האט מיר פארציילט, אז הגרא"י סולובייטשיק איז די וואך צום ערשט פאר געלרענט דעם שיעור נאך די מגיפה, און די שיעור איז געוועון ווי פאלגענד (זר לא יבין זאת)
- די שיעור איז געווען אין ביהמ"ד נישט אין חדר שיעורים (מען זאל האבן פלאץ צו דערוויטערן)
- די לומדים האבן געזעצען א סאך אגערעקט איינער פון צווייטן
- רא"י האט גענוצט מיט מייק (!)
- וועגן די הרחקות, איז נישט געבליבן פלאץ פאר אלע שומעי השיעור אין ביהמ"ד, און א טייל האבן געוואלט הערן די שיעור פון עזרת נשים, האט רא"י נישט געלאזט, זאגענדיג אז "דא אין ביהמ"ד קען איך דורכקוקען אז מ'פלאגט די הרחקות, אין עזר"נ קען איך נישט זעהן"...

יויש!!! פליז לערן דיך צו שרייבן יודיש....

וואס איז? פארשטייסט נישט וואס ער שרייבט??
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אמונה פשוטה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך אמונה פשוטה » מיטוואך מאי 20, 2020 5:10 am

שרייב-פעדער האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:איינער האט מיר פארציילט, אז הגרא"י סולובייטשיק איז די וואך צום ערשט פאר געלרענט דעם שיעור נאך די מגיפה, און די שיעור איז געוועון ווי פאלגענד (זר לא יבין זאת)
- די שיעור איז געווען אין ביהמ"ד נישט אין חדר שיעורים (מען זאל האבן פלאץ צו דערוויטערן)
- די לומדים האבן געזעצען א סאך אגערעקט איינער פון צווייטן
- רא"י האט גענוצט מיט מייק (!)
- וועגן די הרחקות, איז נישט געבליבן פלאץ פאר אלע שומעי השיעור אין ביהמ"ד, און א טייל האבן געוואלט הערן די שיעור פון עזרת נשים, האט רא"י נישט געלאזט, זאגענדיג אז "דא אין ביהמ"ד קען איך דורכקוקען אז מ'פלאגט די הרחקות, אין עזר"נ קען איך נישט זעהן"...

יויש!!! פליז לערן דיך צו שרייבן יודיש....


אפשר מאכט איר קורס דורך zoom?...

אמונה פשוטה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך אמונה פשוטה » מיטוואך מאי 20, 2020 5:37 am

למעשה אודה עלי פשעי, אז כ'בין א"איווריטער", ווי איינער האט שויין מיר געשריבן א מאל (אין אנדערער אשכול)

אמונה פשוטה האט געשריבן:ט֭וֹבָה תּוֹכַ֣חַת מְגֻלָּ֑ה מֵאַהֲבָ֥ה מְסֻתָּֽרֶת

א איווריטער וואס האקט ציין מיט אידיש

דו ביסט א פראסטער בני=ברק'ער וואס האקט די ציין מיט א קאליקע אידיש.
קענסט שרייבן איווריט.

(אימייל וואס כ'האב באקומען דורך די פארום. יש"כ)


אבער דאך האב איך ליב אידיש, און כ'האב הנאה צו שרייבען דא.
און היות א סאך פון די חשובע חברים דא, האבן יא הנאה פון מיינע מעסעג'ס, בעט איך איבער פון די וואס קענען נישט ליידען די צובראכענע שפראך.

און כ'קען נוצען, להבדיל בין קודש לחול, מיט די ווערטער וואס דער הייליגער טשעבינער רב האט געזאגט צו יבדל"ח הראב"ד הגר"מ שטערנבוך, בשעת וואס עהר האט אריין געקומען צו עהם מיט זיין ערשטער ספר "מועדים וזמנים",
האט דער טשבינער רב עהם געזאגט, זאל עהר וויסן אז אויף יעדען נייע ספר ס'איז דא "מבקרים", אבער מ'דארף זיי זאגען ווי כ'האב געזעגט נאך וואס כ'האב געדריקט מיינע ספר, און פארשידענע מענטשען האבן געקומען צו מיר מיט טענות און מענות:
"אז די ספר האט מען געדריקט, צו די יידן וואס האבן יא הנאה פון די ספר,
און אוייב ביסט נישט צופרידען פון די ספר, און האסט פארשידענע טענות - דאס איז א סימן מובהק אז די ספר איז טאקע נישט פאר דיר..."

איך שרייב נאך א מאל, להבדיל להבדיל להבדיל, בין ד"ת לדברי הבאי

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8224
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך מאי 20, 2020 9:22 am

יום ג' במדבר - כ"ה אייר תש"פ
-----

בעדכון היומי של משרד הבריאות, מעדכנים היום (שלישי), כי מספר חולי הקורונה הפעילים בישראל עומד על 2,946 – הנתון הנמוך ביותר בישראל מאז ה-27 במרץ.

על פי העדכון, החל מהבוקר היו 12 מקרי הידבקות חדשים, ומספר הנדבקים הכולל עומד נכון לעכשיו על 16,659 איש.

בנוסף, 143 איש החלימו מהמחלה ביממה החולפת, ו-13,435 בסך הכל.

מבין החולים הפעילים, 42 במצב בינוני ו-50 במצב קשה, מתוכם 38 מונשמים. מניין הקרבנות של הנגיף עלה ב-2 היום, ועומד כעת על 278 מתים בסך הכל. במהלך היום בוצעו 4,495 בדיקות, לעומת 7,602 אתמול.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1307
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך מאי 20, 2020 9:50 am

אמונה פשוטה האט געשריבן:
ר' איד האט געשריבן:שוןי שוין
מען האט שוין געפענט

#אתרוגים נאך סוכות

יא
אבער ס'וועט זיין אינטערסאנט אוייב מוועט זעהן איינער אן עקשן וואס וועט וועט נישט עפענען.

ס'זעהט אויס אז אלע האבן טאקע געעפנט , אפי' גער


אגב יוצא מן הכלל די שטיבלאך וואס זענען נאך פארמאכט, נישט קעננדיג האלטן די רעגולאציעס

(זכרון משה געווען אפען די גאנצע תקופה, איך מיין איצקוביץ און נאך)

די חילוק צווישן קארלין מיט די שטיבלעך איז אז דאס איז א שוהל וואס געהערט צו א קרייז און דאס נישט.

ווען גור מאכט נישט אויף שטיבלעך [זיי מאכן נאכנישט אויף] דארפן זיי דאווענען אויפן גאס, אבער ווען א מענטש וואס וואוינט און געגנט פון זכרן משה אדער איצקוביץ און זיי זענען פארשפארט, דעמאלס גייט ער צו א צווייטן שטיבל.

חקירות ודרישות
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך חקירות ודרישות » מיטוואך מאי 20, 2020 10:45 am

עס איז דא קלאנגען אז אין ארץ ישראל איז דא זייער אסאך סתירות ביי די בדיקות (טעסטן), אויב איינער קען דאס קלאר מאכן
1. אין מא"ש מאכן זיי די וואך נישט קיין בדיקות זיי זאגן אז זיי וועלן קומען קומענדיגע וואך (וואו די חשד איז כדי מען זאל קענען זאגן אז די תוצאות פון ל"ג בעומר האט דאס גורם געווען).
2. א משפחה פון מא"ש וואס פאריגע וואך באשטעלט א בדיקה אין זיי האבן דאס אפגעזאגט צום סוף, מ'האט זיי נישט געטעסט, אבער זיי האבן באקומען צוויי טעג שפעטער א טעלעפאן רוף אז אלע זענען ארויס פאזיטיוו.
3. עס האט געדארפט ארויס פארן א משלחת פן די שחיטה פון העדה החרדית קיין פולין, אין אלע האבן זיך געטעסט אלע האבן באקומען נעגעטיוו חוץ פון דריי שוחטים וואס זיין וואוינען אין מא"ש האבן באקומען פאזיטיוו,
4. מענטשן באקומען טעלעפאן רופן פון משרד הבריאות אז זיי דארפן גיין אין 'בידוד' ווייל זייער טעלעפאן איז געווען נעבן א חולה, אין ווען מ'הייבט אן דאס נאכפרעגן וועט מען געוואר אז די דאטום איז געווען שבת, אין מענטשן וואס גייען נישט ארויס פון דערהיים באקומען אויכט אזעלכע מעסעדז'ס, אויכט אידן וואס זענען געווען אין מירון באקומען אזעלכע רופ'ס, מ'זאגט זיי אז אין מירון איז געווען א חולה מאומת כלשונם,
?.....

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך מענטשאלע » מיטוואך מאי 20, 2020 11:12 am

א מעשה שהיה וואס איך ווייס מיט א נאמען, א איד איז געגאנגען טעסטן זיך מיט די משפחה און איינע פון די קינדער האט נישט געהאט קיין תעוזת זהות (איי די קארטל) האט מען איר נישט געטעסט, שפעטער האבן זיי באקומען א טעלעפאן רוף אז די טאכטער איז פאזעטיוו (חיובי).
נאך א מעשה, א איד האט גערופן אז ער האט די סיפטעמען, האט מען אים געזאגט אז ביז א פאר טעג וועט מען אים קומען טעסטן ביזדערוויל זאל ער נישט ארויס גיין, שפעטער באקומט ער א טעלעפאן רוף און מ'פרעגט אים אויב ער איז געוועון אין אונגערישע הייזער ביי די הדלקה אדער אין מירון, אויב יא וועט מען אים קומען טעסטן שוין, ווען ער האט געזאגט אז נישט האבן זיי אים געזאגט ער זאל ווארטן אויף זיי אין שטוב און ער ווארט נאך.
ס'דרייען זיך ארום נאך אסאך מעשיות וואו מ'זעהט קלאר אז זיי שפילן זיך ארום מיט די טעסטן, און ס'איז כמעט זיכער אז לקראת די קומענדיגע טעג ד.ה. צוויי וואכן נאך ל"ג בעומר וועט מען שרייבן אז די נומערן גייען ארויף.
ימים ידברו.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1307
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך מאי 20, 2020 1:28 pm

בשעתו איז געווען א גאנצע מושב זקנים וואס מ'האט געטענהט אז זיי האבן עס אין א וואך שפעטעטר איז מען געוואר געווארן אז סאיז א טעות.

מיסתפינא
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך מיסתפינא » מיטוואך מאי 20, 2020 3:47 pm

חקירות ודרישות האט געשריבן:עס איז דא קלאנגען אז אין ארץ ישראל איז דא זייער אסאך סתירות ביי די בדיקות (טעסטן), אויב איינער קען דאס קלאר מאכן
1. אין מא"ש מאכן זיי די וואך נישט קיין בדיקות זיי זאגן אז זיי וועלן קומען קומענדיגע וואך (וואו די חשד איז כדי מען זאל קענען זאגן אז די תוצאות פון ל"ג בעומר האט דאס גורם געווען).
2. א משפחה פון מא"ש וואס פאריגע וואך באשטעלט א בדיקה אין זיי האבן דאס אפגעזאגט צום סוף, מ'האט זיי נישט געטעסט, אבער זיי האבן באקומען צוויי טעג שפעטער א טעלעפאן רוף אז אלע זענען ארויס פאזיטיוו.
3. עס האט געדארפט ארויס פארן א משלחת פן די שחיטה פון העדה החרדית קיין פולין, אין אלע האבן זיך געטעסט אלע האבן באקומען נעגעטיוו חוץ פון דריי שוחטים וואס זיין וואוינען אין מא"ש האבן באקומען פאזיטיוו,
4. מענטשן באקומען טעלעפאן רופן פון משרד הבריאות אז זיי דארפן גיין אין 'בידוד' ווייל זייער טעלעפאן איז געווען נעבן א חולה, אין ווען מ'הייבט אן דאס נאכפרעגן וועט מען געוואר אז די דאטום איז געווען שבת, אין מענטשן וואס גייען נישט ארויס פון דערהיים באקומען אויכט אזעלכע מעסעדז'ס, אויכט אידן וואס זענען געווען אין מירון באקומען אזעלכע רופ'ס, מ'זאגט זיי אז אין מירון איז געווען א חולה מאומת כלשונם,
?.....

וואס איז די מקור פאר די אלע מעשיות?
עדיף חיים בבית, מאשר בבית החיים!

אמונה פשוטה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך אמונה פשוטה » מיטוואך מאי 20, 2020 4:30 pm

מענטשאלע האט געשריבן:א מעשה שהיה וואס איך ווייס מיט א נאמען, א איד איז געגאנגען טעסטן זיך מיט די משפחה און איינע פון די קינדער האט נישט געהאט קיין תעוזת זהות (איי די קארטל) האט מען איר נישט געטעסט, שפעטער האבן זיי באקומען א טעלעפאן רוף אז די טאכטער איז פאזעטיוו (חיובי).
נאך א מעשה, א איד האט גערופן אז ער האט די סיפטעמען, האט מען אים געזאגט אז ביז א פאר טעג וועט מען אים קומען טעסטן ביזדערוויל זאל ער נישט ארויס גיין, שפעטער באקומט ער א טעלעפאן רוף און מ'פרעגט אים אויב ער איז געוועון אין אונגערישע הייזער ביי די הדלקה אדער אין מירון, אויב יא וועט מען אים קומען טעסטן שוין, ווען ער האט געזאגט אז נישט האבן זיי אים געזאגט ער זאל ווארטן אויף זיי אין שטוב און ער ווארט נאך.
ס'דרייען זיך ארום נאך אסאך מעשיות וואו מ'זעהט קלאר אז זיי שפילן זיך ארום מיט די טעסטן, און ס'איז כמעט זיכער אז לקראת די קומענדיגע טעג ד.ה. צוויי וואכן נאך ל"ג בעומר וועט מען שרייבן אז די נומערן גייען ארויף.
ימים ידברו.

עצם זאך אז דער וואס איז געווען אין פלאץ וואס דארטן אין געווען סכנה פון הדבקה, באקומט די טעסטן פריערט, מאכט סענס לכשעצמו


למעשה איז קלאר אז ב"ה נישט געווען הדבקה אין ל"ג בעומר, וויל אין רובא דרובא זעט מען די סימפטאמס שוין נאך געציילטע טעג, די הדבקה וואס מ'זעט נאך א וואך ביז צווי וואכן, דאס איז יוצא מן הכלל.

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מאי 20, 2020 5:08 pm

בגור הודיעו הבוקר: חוזרים לשטיבלך תוך שמירה על ההנחיות על פי מתווה משרד הבריאות.
מזל טוב שמחה גדולה בירושלים
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, בשבילי נברא, שבתי און 41 געסט