דרשות חיזוק והתעוררות, וגם ציטוטים מספה"ק בענין מגיפה.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אמונה פשוטה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

Re: דרשות חיזוק והתעוררות, וגם ציטוטים מספה"ק בענין מגיפה.

תגובהדורך אמונה פשוטה » מאנטאג יוני 01, 2020 11:04 am

אפשר ס'האט נישט ממש מיט די מגיפה, אבער דאך דברי חיזוק היוצאים מן הלב
צוגעלייגטע
931a127c-fdfc-4954-8bf3-2561ecdcd548.jpg
931a127c-fdfc-4954-8bf3-2561ecdcd548.jpg (41.16 KiB) געזעהן 1136 מאל

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

שוין געווען דא?

תגובהדורך זענדל » מאנטאג יולי 06, 2020 4:38 am

מספר "בית יעקב" [יאנאוסקי] פרשת נח
תמונה חדשה.bmp
תמונה חדשה.bmp (372.03 KiB) געזעהן 980 מאל

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

Re: קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך יולי 08, 2020 5:27 am

דרשת הגה"ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א ביי שבע ברכות ומעמד הודאה בהשתתפות זקני ק"ק סאטמאר

http://www.bechatsrossatmar.com/Audio/R ... mimSB-5780

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: דרשות חיזוק והתעוררות, וגם ציטוטים מספה"ק בענין מגיפה.

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 4:10 pm

באקומען אין אישי: הרב שיף מרא דאתרא ראלי אמר שאביו -אב"ד אנטווערפן - אמר אצל אחד מדרשותיו שמצא רמ"ק כותב מאמר היאך להתנהג כשיש מגיפה, בין דבריו שלא ייסגר בבית אם רואים שהמגיפה אינו עובר אחר כמה ימים

ווייסט איינער פון דעם צו זאגן?
דביה תחדי נפשא

אור מופלא
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am

Re: דרשות חיזוק והתעוררות, וגם ציטוטים מספה"ק בענין מגיפה.

תגובהדורך אור מופלא » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 3:42 am

חודש אדר שנת תש"פ, די וועלט עס קערט זיך איבער
א גרויסע פחד און שרעק הערשט אויפן גאנצע ציבור
דער עולם ציטערט, מ'פארשפארט זיך אין די שטובער
קיינער איז פארזיכערט, נישט דעם חכם עושר און גיבור

די פאניק איז גרויס, אויף יעדער מענטש עס פאלט
חששות און שמועות פליען ארום אהן קיין אפהאלט
עס נעמט אינגאנצן איבער דאס לעבן פון יונג און אלט
די מחלה פארט איבער גרעניצן, יעדער חומה אדורך-שפאלט

די קאראנע עס בוזשעוועט אויף א שרעקליכן פארנעם
די עלטערע אידן, זיי געדענקן נישט אזאנס כל ימי חייהם
און די יונגערע, פארלוירן אינגאנצן מיט דאגה און קלעם
יעדער זעהט דאך בחוש אז דאס איז נאר די יד השם

די עקאנאמיע ברעכט אינטער, די מצב הפרנסה ווערט ביטער
די מארקעט טראסקעט טעגליך, כמעט נישטא קיין טאג א גוטער
לענדער לויפן אויס פון מעדעצינישע געצייג, אוי ס'כאפט א ציטער
עס ווארפן זיך אלע גלידער, די הערצער צוגייען ווי פוטער

די מנהיג העולם ית"ש האט דא א טיפע חשבון און פלאן
ס'איז דאך עקבתא דמשיחא, גאר א וויכטיגע און ערנסטע זמן
ער וויל יעצט אפשטילן די וועלטס גערויש, אפשטעלן איר שפאן
זייטס ענק נאר אביסל מתבונן, אין די מאורעות טראכטס אריין

די היינטיגע וועלט ווי די דור הפלגה טוט זיך לעצטנס פירן
'שפה אחת ודברים אחדים' טוט די מענטשהייט אייניג שפירן
מיר זענען איינס אן קיין גבולים וגדרים, טוהן זיי פראקלאמירן
צעווארפן אלע מויערן, אהן איבערלאזן פון זיי קיין שפורן

די בורא זאגט: 'ניין', די וועלט איז נישט אזא אפענע און קליינע
עס איז דאך דא גרעניצן צעווישן אמעריקא אין טשיינע
יעדער משפחה על מחנהו ועל דגלו, מיט א פריוואטקייט א ריינע
אפילו בלעם הרשע זעהט אז 'אין פתחיהן מכוונות' א דרך א שיינע

סאושעל מידיע אזוי ברייט אפן, מיט די אייגנס באגנוגט זיך קוים
מ'לויפט נאך די אלע מאכלים און תענוגים מכל אום ואום
די בורא ווייזט יעצט א פנים זעופות און שפארט איין אין א צוים
ווי עס שטייט "הלא תכלם שבעת ימים", ו'קל וחומר לשכינה י"ד יום'...

גרעניצן פארשפארט, די הימלען ליידיג, און די וועלט פארט אויף רעדער
עפעס וויל מען דאך פון אונז האבן, איז ביי אלעמען די רעדע
מענטשן פארשטייען שוין אז אלעס האט א חומה וגדר
ת'הא ש'נת פ'דות, 'ושמתי פדות בין עמי ובין עמך' פארשטייט יעדער

אבער 'פדות שלח לעמו', צו אונז פריוואט רעדט דאך די בורא
ס'איז נישט קיין צונאמי אין אזיע, פון וואס האסט קיין מורא
נישט קיין אויסברוך אין אפריקע, וואס דו ווייסט נישט לכאורה
כי קרוב אליך הדבר מאד, ביי אייך בכל מושבותיכם איז עס שורה

די באשעפער האט אזוי ליב די שוהלן, אלעמאל ועכשיו ביותר
זיך מקבל געוועהן צו זיין שטיל ביים דאווענען, א ענין אזא גרויסער
קיין 'רמוס חצרי' איז נישטא, נא פארוואס די הייליגע שוהל זיין סותר
וועלכע דרך הישר און מוסר השכל איז די בורא אונז מוסר

די חדרים פאר די קינדערלעך, אויף זייער הבל פיהם די וועלט שטייט
זיי פרעגן מיט וואונדער און פחד, פארוואס מ'האט זיי פארשפרייט
די מה נשתנה מיט די קדש ורחץ האבן זיי געוואלט לערנען מיט פרייד
אבער יעצט ליידער איז יעדער חדר וויסט און שטיל פארשלאסנהייט

שמחות ביי אידן איז דאך "שהשמחה במעונו", קומט אהן אזוי שווער
באזוכן די עלטערן "למען יאריכון ימיך", געקומען צו אן אויפהער
באקן מצות בחבורה "מיכלא דאסוותא", איז אפילו נישט קיין קלער
מקוואות לטהרה "מושיעו בעת צרה", גייט מען נישט מער

כנוס את כל היהודים אין שול איז געווען בעבר אבער נישט מכאן ולהבא
ליידער האבן מיר נישט אזויפיל די גרויסע כח פון אמן יהא שמיה רבה
ס'איז טאקע א שמירה קעגן מגיפות, אבער "ונשמרתם" איז אויך א אויפגאבע
נו איז דאך די שמירה פאר דעם נישט גוט פאר דעם, זיבורא ועקרבא

אבער די בורא רפואות קודם למכה, האט די רפואה באהאלטן דערווייל
דאס איז א מודעה רבה און אוודאי נישט קיין מקרה און א צופאל
ער זאגט: קינדערלעך, דאס איז נאר פאר צייטווייליג, נישט קיין נייע דרך בכלל
טוט אייך אביסעלע אויפוואכן, צולייגן מחשבה צו וואס איר טוהט נארמאל

נישט טוהן אלעס מצות אנשים מלומדה, אהן וויסן פאר וועמען
דע לפני מי אתה עומד, מיר טוהן דאך אלעס פארן א-ל מלך נאמן
וויסן אז 'שיגרה' און געווענליכע לעבנסשטייגער זענען ברכות נישט פראבלעמן
די געווענליכע צייטן זאלן מען אויסנוצן מיט שמחה און נישט פארשעמען

אויך איינזעהן קען מען ווי איין כינעזער מאן האט אזויפיל נפשות געוועהן גובה
חז"ל זאגן אז אז איין מענטש קען דאך מהפך זיין די גאנצע וועלט לכף חובה
דארפן מיר פון דעם ארויסלערנען די גרויסע כח היחיד, דיברו חכמים בהווה
און אויב וועלן מיר דאס שפירן איז דאס אליין א מחשבה טובה

די זעלבע נקודה האט זיך אנגעזעהן ביי די בל"מ מאסן פראטעסטן
די מאכטפולע כח להרע ולהטיב פון איין פאליציאנט קען מען מעסטן
יא, איין מענטש קען איבערדרייען די כדור העולם צום ערגסטן אדער בעסטן
און פון ניי פורץ געוועהן די קאראנע גדרים פון מאסקעס, דיסטינאציע און זיך טעסטן

קיינמאל קען מען נישט פארזיכערט זיין, עס קען דאך קומען ל"ע א נייע אויפשטייג
די נקודות חשובות דארף מען געדענקן אפילו נאך די קווארענטין אין שטייג
מ'געט אונז נישט די אויסוואל פון שפירן רואיג, ווייל אויף די מעסעדזש איך צייג
אלע אידן אויף אמאל, מיר זענען דאך אלע יעצט געקנויטן געווארן אין אט די טייג

האפענטליך איז שוין המגיפה נעצרה, די גזירה שוין פאראיבער
אבער די התעוררות וועט בלייבן פעלזן פעסט ביים גאנצן ציבור
און מיט דעם וועל איך יעצט שוין ענדליך מסיים זיין דעם דיבור
השם יתברך יצילנו וישמרנו מכל גזירות קשות ומכל פרשת העיבור

גימפעל
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

Re: דרשות חיזוק והתעוררות, וגם ציטוטים מספה"ק בענין מגיפה.

תגובהדורך גימפעל » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:04 am

1e08b454-4ec4-4644-a5fa-cacd30fa6d3b.jpg
1e08b454-4ec4-4644-a5fa-cacd30fa6d3b.jpg (107.1 KiB) געזעהן 94 מאל

עטרת ישועה דזיקוב


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אליעזר ב., סעלפאן, פראהביטש, קיטשי, רעים און 24 געסט