חומר לימודים פאר קינדער

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

חומר לימודים פאר קינדער

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג מארטש 16, 2020 8:43 am

אזוי ווי עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די מוסדות התורה וועלן זיין פארשפארט די קומענדיגע וואכן, אבער חינוך הילדים מיז ווייטער אנגיין די מערסטע וואס איז שייך, וויל איך דא ארויפלייגן לימודים און איידיעס וואס צו לערנען מיט די קינדער, אינדערהיים.
ווער עס דארף א געוואוסע לימוד, צו קענען געבן פאר זיינע קינדער צו לערנען, זאל עס ביטע דא בעיטן, און מען וועט פראבירן צוצישטעלן.

איך בעט אז די 'חשובע מלמדים' וואס דרייען זיך דאהי, זאלן זיך נישט שעימען, לא עת לחשות, און ארויפקומען לייגן וואס זיי האבן, צופרידן שטעלן די עולם.

קודם איז דא טייטש פון פרשת ויקהל און פקידי:
כב ויקהל.pdf
(122.21 KiB) דאונלאודעד 80 מאל

כג פקודי.pdf
(78.13 KiB) דאונלאודעד 45 מאל
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג מארטש 16, 2020 9:23 am

ווער עס וויל נישט אליין ארויפלייגן, קען מיר שוקן אין אישי, און מען וועט עס ארויפלייגן..
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:17 am

א שיינע תוכן׳דיגע 'פרשה ביכל' פאר קינדער,

פרשת ויקהל
פרשת פקודי
פרשת ויקרא
חג הפסח כתה ו׳
חג הפסח כתה ג׳
הגדה של פסח

viewtopic.php?p=2121953#p2121953

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:49 am

האט איינער אקטיוויטיס אויף נקודות (עברי) פאר מיין 5 יעריגע זוהן.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

די סדרה און יו"ט פסח פארציילט פאר קינדער אויפן טעלעפאן!

תגובהדורך בענאק » דינסטאג מארטש 17, 2020 9:20 am

בס"ד

קול אוצר יהודא
האט א גאנצע אפטיילונג ספעציעל פאר קינדער וואס דארפן זיין אינדערהיים,
צוטיילט פאר קליינע קינדער, און עקסטער פאר עלעטערע קינדער.
עקסטער האט עס דרשות ספעציעל פארן יעצטיגן מצב.

אלע סדרות און ימים טובים הערליך לעבעדיג פארציילט ס'שפירט זיך ממש ווי אין חדר.
עקסטער דאווענען מיט א לעבעדיגקייט.
אלעס פארציילט און רעקארדירט דורך א מלמד מומחה הרב מענדל ניימאן הי"ו פון טאהש.

עס לוינט זיך צו פרובירן צוזאמנעמען די קינדער און זיי געבן צו הערן, זיי וועלן זיכער ווערן צוגעשמידט דערצו.

--

הויפט נומער
718-298-4641

דריקט נומער 5
דערנאך 8 פאר גרויסע יונגלעך
אדער 9 פאר קליינע קינדערגארטן כיתה א' ב' קינדער

דערנאך קענט איר אויסוועלן

212# דאווענען

1 בראשית
2 שמות
(דערנאך 10# פאר ויקהל פקודי)
3 ויקרא
4 במדבר
5 דברים

6 ימים טובים
(דערנאך 2 אדער 3 פאר פסח)


9 מעשיות דערציילט פאר קינדער

--

א הערליכע מעשה פון בטחון, פארציילט לאור די יעצטיגע מצב איבער די וועלט, מיט א שיינע הקדמה פאר קינדער וואס זיי דארפן טון
דריקט פון די הויפט מעניו
5 ← 9 ← 9 ← 2#

--

הערט און הנאה, און זייט מזכה אנדערע מיטן ארומשיקן די מעלדונג ווייטער


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט