מיינע געדאנקן און התחזקות בזכות פון די קאראנע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

מיינע געדאנקן און התחזקות בזכות פון די קאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

איך וועל שרייבן אביסל וואס איך ווער נתעורר פון די גאנצע קאראנע זשאווארוכע סאמאטוכע, און אפשר קען נאך איינער הנאה האבן און אויך זיך דערנענטערן צום אייבערשטן דורך די אלע רמזים וואס ער שיקט צו אונז מרוב ליבשאפט וואס ער האט צו אונז.

לאמיר אביסל טראכטן וויאזוי די גאנצע מעשה גייט דא צו, און זען וואס מען קען ארויסנעמען דערפון:
עס איז באקאנט אז טשיינע איז א קאמוניסטישע לאנד, וואס איינע פון די יסודות דערפון איז, כפירה אין עפעס העכער'ס.
טשיינע איז היינט א לאנד וואס איז פיל מיט כפירה אין אלצדינג פנימיות און השגחה. אלע ארומיגע לענדער זענען עובדי עבודה זרה, בודהיסטן און הינדוס וכו' וואס גלייבן אין טיפער'ס. אלע אייראפעישע לענדער זענען קריסטן, אלע אראבישע לענדער זענען מוסלעמענער, און אזוי ווייטער אין אמעריקע און אפריקע זענען ע''פ רוב קריסטן פון כל מיני סעקטעס וכו'.
טשיינע אבער איז איין שטיק כפירה, אלעס נאר די געלט, אלעס נאר חומריות אן קיין שום שכל אין די וועלט. דאס איז נאך ערגער פון אלעם! און דאס איז א זאך וואס האט שטארק מיט אונז למעשה.
כידוע פונעם הייליגן רמב''ם אז אפילו די נצרות און איסלאם, האט א עמקות, אז עכ''פ גלייבן זיי אינעם איין איינציגן באשעפער, און אפילו עובדי עבודה זרה, איז דא א נקודה וואס איז העכער פון גענצליך כפירה, אז כאטש גלייבט מען אין עפעס.
דעריבער איז קאמוניזעם געווען די ערגסטע קליפה קעגן אידישקייט כידוע, וויבאלד עס האט כופר געווען אין אלעס רח''ל.
און היינט אין די וועלט זענען דא זייער אסאך אפיקורסים וואס גלייבן נישט אין גארנישט, עטאיסטען בלע''ז. און דאס איז א זאך וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען מימות עולם! אלע דורות האט מען געגלייבט אין עפעס העכער'ס, יעדער האט פארשטאנען אז איינער האט באשאפן די וועלט, איינער פירט עס. עס זענען געווען כל מיני עבודה זרה'ס, אמונות טפילות, אבער מען האט געגלייבט אז עפעס איז דא, עס איז נישט געווען אזא מושג צו זאגן אז די וועלט איז באשאפן געווארן פון זיך ח''ו, עס איז נישט געווען אזא הוא אמינא צו זאגן אז אלעס איז א צופאל ח''ו, לא היה כזאת מעולם. דאס איז א טייל פונעם עקבתא דמשיחא, פון די אייבערשטנ'ס הסתרה.

יעצט, יעדע איד גלייבט אינעם אייבערשטן ב''ה, אבער עס איז דא גלייבן און עס איז דא גלייבן...
אין אמונה, וואס דאס איז די פשוטע אידישקייט, איז דא טויזנטער מדריגות, און יעדע איד דארף טון דערין, עס איז א עבודה וואס יעדער קען טון, און אין דעם איז תלוי אלעס אלעס, ווי חז''ל זאגן אונז 'בא חבקוק והעמידן על אחת וצדיק באמונתו יחיה'. אז מען האט נישט די עמידה און בסיס און יסוד, די פונדאמענט אויף וואס צו בויען די תרי''ג מצוות, איז אוודאי צופאלט עס.
מען רעדט אסאך פון דער פראבלעם וואס דארף א תיקון, אדער פון דער פירצה וואס מען דארף אפשטעלן, און אזוי ווייטער, און אלעס איז אמת, אבער מען פארגעסט די עיקר צומאל, וואס אז מען טראכט אריין זעט מען אז אלעס קומט פון דארט און אלעס איז תלוי דערין, דאס איז: וויפיל אמונה מען האט.
אז מען האט אמונה, ממילא האט מען מורא פונעם אייבערשטן, מען וויל אים, מען וויל טון זיין רצון, און מען נעמט זיך אין אלע ענינים. אבער ווי מער פארטונקעלט די אמונה איז, אלץ ווייניגער געדולד האט מען פאר די תורה הקדושה און די מצוות, אלץ ווייניגער הארץ לייגט מען צו דערצו, און אלץ ווייניגער 'עיקר' איז עס ביי די מענטש אין זיין טאג טעגליכן לעבן.
די צדיקים שרייבן 'העיקר הוא האמונה, וצריך כל אחד לחפש את עצמו ולחזק את עצמו באמונה'. ווייל דעמאלטס וועט מען שוין ממילא זיך נעמען כראוי אין עבודת ה'.

מיר וועלן נעמען איין דוגמא וואס איז יעצט שטארק נוגע, און קען גאר זיין אז דאס איז גאר א טייל פון די רמזים וואס דער אייבערשטער שיקט אונז:
יעדער ווייסט אז די אייבערשטער האט אונז געגעבן אין דער דור א גאר שטארקע ידיעה און כח אין די ענין פון רפואה. דאקטוירים קענען היילן כמעט יעדע איינציגסטע מחלה אין די וועלט, אז א מענטש ווערט היינט קראנק, דאן תיכף לויפט מען צו א דאקטער, און רוב טשאנסן איז אז ער וועט ווערן גענצליך געהיילט.
אבער פאר עטליכע יאר צוריק, נישט אזויפיל, איז בכלל נישט געווען אזוי. רוב מענטשן וואס זענען געווארן קראנק, זענען געשטארבן רח''ל, און א זעכציג יעריגע מענטש איז שוין געווען א אלטע זקן, און אויך עלול צו שטארבן יעדע מינוט פון סיי וועלכע קראנקהייט...
היינט איז ממש פארקערט, די רגע א מענטש איז נאר פארקילט, פליט מען צום דאקטער און תיכף ווייסט מען וואס עס איז און עס איז דא א רפואה. ווער רעדט שוין אויב מען איז קראנק, נו, איז דאך דא דאקטוירים פאר א סיבה, און פארטיג, געראטעוועט.
יא, אוודאי דארף מען 'אויך' דאווענען צום אייבערשטן, און מען דארף 'אויך' זאגן תהלים, נו, מען דארף דאך א רפואה, פארדעם איז דא א דאקטער, תפלה, עסקנים, די עיקר עס זאל זיין די רפואה...

אבער איין מינוט, ווער האט דאס געמאכט, פארוואס האט ער עס געמאכט??? עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט! ער פירט יעדע זאך מיט אן השגחה פרטית, מיט זיין רחמנות, מיט זיין אהבה, ער וויל עפעס דא, דערמאן דיך פון אים, בעט אים – נישט נאר ווייל אזוי וועסטו ווערן געהאלפן, נאר ווייל דאס איז די עיקר, ער האט עס געמאכט און נאר ער קען דיך העלפן, און ער וויל זאלסט זיין אנגעוואנדן אין אים און זיך ווענדן נאר צו אים.
יעצט, דאס מיינט נישט אז מען מעג נישט גיין צו א דאקטער, מכאן שניתן רשות, אבער עס איז דא צוויי וועגן וויאזוי מען גייט צו א דאקטער, מען קען קומען מלא הכנעה אז ער וועט מיך העלפן, ער איז מיין ישועה, ער איז מיין סמיכה און תקוה, מיין רוהיגקייט, און אין סוב קאונטשעס, אינטערן געוויסן, שפירט מען 'איך דארף נישט מורא האבן פונעם אייבערשטן ווייל איך וועל מיך שוין אליין מסדר זיין, איך האב א דאקטער'....
אדער, אז די ערשטע זאך איז, אז די אייבערשטער האט עס געמאכט, ער פירט די וועלט, און אפילו איך וועל גיין צו אלע דאקטוירים אין די וועלט, קען מיך קיינער נישט העלפן נאר די באשעפער, און איך בעט אים און איך בין מיך מכניע פאר אים און דאס איז מיין רוהיגקייט. און יעצט וויל דער אייבערשטער איך זאל גיין צו א דאקטער. דאס איז אינגאנצן א צווייטע סארט דאקטער גייעריי...

יעצט, אוודאי די אייבערשטער באהאלט זיך גאר שטארק, און דאס איז טאקע די עיקר נסיון פון דער דור, אז אלעס איז טבע. די אייבערשטער באהאלט זיך מיט אן אויסטערלישע פאכמאנישקייט, בהסתרה שבתוך הסתרה.
אלעס איז מלובש אין טבע, און ער געט גאר א שטארקע כח פאר די טבע און די שכל האנושי וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען מימות עולם.
צו איז עס דאקטעריי, צו איז עס פרנסות ווי עס איז אויך פארהאן א ריזיגע כוחי ועוצם ידי – ווער עס טוט און סטראגעלט אויף די אייגענע הענט האט געלט און ווער נישט נישט...
צו איז עס אין פארשטיין די טבע און די סודות פון די בריאה, מען פארשטייט יעדע זאך שכל'דיג וויאזוי עס פאסירט: למשל, אמאל אז עס איז געקומען אן ערדציטערניש, האט יעדער געציטערט און אנגעהויבן תשובה צו טון, ווייל מען האט געשפירט ווי דער אייבערשטער טוט עס ממש מיט די אייגענע הענט, המביט לארץ ותרעד, מען האט נישט געוואוסט וויאזוי דען דאס קען געשען. אז עס איז געקומען שטורעם ווינטן, האט מען גלייך אויפגעהויבן די אויגן צום אייבערשטן, מען האט געשפירט ווי די אייבערשטער אליין בלאזט עס, אונז אויפצואוועקן צו אים דינען.
אז עס האט נישט גערעגנט, האט מען געשפירט ווי דער אייבערשטער אליין האלט צוריק די רעגן און מען האט פשוט תשובה געטון. א מענטש איז געווארן קראנק, האט מען נישט געוואוסט וויאזוי ער איז געווארן, נאר מען האט געוואוסט אז דער אייבערשטער אליין האט עס געטון צו אים, און ער דארף לויפן צו אים אים בעטן צו ווערן אויסגעהיילט.
אבער היינט איז די וועלט אינגאנצן אנדערש, היינט ווייסט מען אלעס, מען פארשטייט אלעס, מען ווייסט וויאזוי עס פאסירט, מען פארשטייט אלעס מיט שכל, א ערדציטערניש איז פון די פלאטעס, א שטורעם ווינט איז ווען ווארעמע און קאלטע לופט קומען זיך צוזאם, און מען קען שוין אפילו פאראויסזאגן אז עס קומט, און מען ווייסט יעדע קרענק פון ווי דאס שטאמט און פארוואס די מענטש אליינס איז שולדיג דערויף, ועוד ועוד.
און ווי די זוהר הקדוש זאגט שוין אז אין יאר ת''ר וועט אראפקומען געוואלדיגע חכמה אויף די וועלט, און צדיקים האבן געזאגט אז עס איז אריינגעפאלן ביי די גוים, אין אנדערע ווערטער מיינט עס, אז עס איז מסתיר אויף די חכמת ה', און עס קוקט אויס ממש ווי די אייבערשטער האט איבערגעגעבן די הנהגה אין די הענט פון די חוקרים, דאקטוירים, אינטערנעט, קאלעזשעס, און אזוי ווייטער, ח''ו.


דאס איז די גרעסטע הסתרה פון אלעם. ווייל אפילו אויב מען וויל זוכן דעם אייבערשטן, זעט מען אים נישט, ואנכי הסתר אסתיר, דער אייבערשטער לויפט כאילו אוועק פון דיך און לאזט נישט אז דו זאלסט אים זען. דו ווילסט אריינגיין אין עבודת ה' און אביסל שפירן א אור ה', אביסל קרבת אלקים וואס אלע דורות האט מען געשפירט, אביסל התגלות אלוקות, אביסל חוץ מדרך הטבע, אבער דו שפירסט ווי דו טאפסט א וואנט, טינקעל, קרירות, רגילות, אלעס שטימט מיט שכל, עולם כמנהגו נוהג.
נישט לאנג צוריק איז געווען גרויסע צדיקים וואס ווער עס האט געוואלט האט דארט געקענט זען טעגליכע התגלות אלוקות, אבער היינט, ווי עס שטייט אין גמרא (סוטה), אז אלעס איז פונקט פארקערט, והכיתי אתכם הפלא ופלא זו מיתת צדיקים, מען זעט נישט דעם אייבערשטן, און ער באהאלט זיך וויאזוי ער ווייסט זיך צו באהאלטן...
און אפילו אמאל האט מען יא א השגחה פרטית, איז עס אויך באהאלטן אין אלע לבושים פון טבע, און מען קען אלעס מסביר זיין שכל'דיג. מען ווערט נתפעל און מרוגש פאר אפאר מינוט, און נאכדעם איז אלעס צוריק צו אלטן.
בקיצור, די גאנצע וועלט שרייט טבע, רגילות, קאלטקייט, געלט און תאוות און שוין, שיק ארויף די הערינג און לאז רוהיג....

אבער באמת איז דאס די גאנצע עבודה, און די אייבערשטער טוט עס נישט ווייל ער וויל אונז פייניגן און ער וויל אז מיר זאלן טאקע נאכלויפן די דאקטוירים און אמעזאנ'ס און תאוות, און נאר זען טבע יעדע רגע און זיך פירן לויט דעם ח''ו –
נאר אדרבה, די אייבערשטער וויל טאקע דער נחת רוח, פון דעם אז אונז זוכן אים דייקא אין דער הסתרה און מיר טרעפן אים.
ווי די באקאנטע מעשה פון ר' ברוכ'ל מעז'יבוזשער, ווי ער האט געזען ווי קינדער שפילן באהאלטן, און זיי ווילן אז מען זאל זיך זוכן איינער דעם צווייטן, און ער האט געזאגט אז אזוי באהאלט זיך די אייבערשטער, און ער וויל מען זאל אים זוכן און דאס איז זיין תענוג, וואס קיינער קען אים נישט געבן נאר אין דער דור וואס ער באהאלט זיך אזוי.
און דאס איז די גרעסטע עבודה, אז דיקא ווען עס קוקט אויס ווי די דאקטוירים קענען אלעס און אלעס ליגט אין זייערע הענט, דיקא ווען עס קוקט אויס ווי ווער עס ארבעט שווער האט געלט און ווער נישט האט נישט און אלעס איז די התשתדלות, דיקא ווען עס קוקט אויס ווי אלעס איז טבע, דיקא ווען עס קוקט אויס ווי צדיק ורע לו רשע וטוב לו –
דיקא יעצט זאל מען קומען צום אייבערשטן און אים זאגן, באשעפער איך ווייס דו ביסט דא, דו ביסט איבעראל, אלעס מאכסטו, אפילו די הסתרה מאכסטו אויך, איך בעט נאר דיך אז דו זאלסט מיך העלפן, איך וויל נאר דיך דינען יעדע רגע, אפילו איך זעה דיך נישט, אפילו דו מאכסט דיך ווי דו באהאלסט דיך פון מיך און דו לויפסט אוועק פון מיך און דו לאזט מיך אליינס אויפן וואסער, אעפ''כ וויל איך נאר דיך און איך ווייס אז באמת ביסטו יא דא!
דאס וויל דער אייבערשטער, אז אפילו אויב די דאווענען קוקט אויס אזוי קאלט, כמצוות אנשים מלומדה, אלעס איז טבע, דוקא יעצט לייג אריין אביסעלע כוחות אין כוונת התפלה. דיקא ווען די גאנצע וועלט ליגט אין אזעלכע היפך פון קדושה, און אפילו פיינע מענטשן היטן זיך נישט כראוי די אויגן און מחשבות, דיקא יעצט זאלסטו פרובירן זיך צו היטן די ביסעלע וואס דו קענסט.

דאס וויל די אייבערשטער, און יעצט האט ער געשיקט א וואונק, ווען ער האט ארויסגעברענגט פון די לאנד וואס איז מלא כפירות אין אלצדינג העכער'ס און פנימיות, אלעס איז טבע און געלט, האט דער אייבערשטער געברענגט א מחלה וואס אלע דאקטוירים ווייסן נישט וואס צו טון, יעדער איז פארלוירן, בעל כרחך מוז מען לויפן צום אייבערשטן און 'נאר' זיך פארלאזן אויף אים!
ער האט ארויסגענומען די גאנצע רוהיגקייט און סמיכה אויף די טבע, וואס ביז יעצט, אנשטאט והעמידן על אמונה, מען זאל שטיין און זיך אנלאנען אויף די אמונה, השלך על ה' יהבך, שטייט מען און מען לאנט זיך אן אויף די טבע, אויף די רוהיגקייט. יעצט מוז מען בעל כרחך לויפן צום אייבערשטן און זיך אנלאנען אויף זיינע חסדים, חסד ה' מלאה הארץ.

און די עיקר איז, אז מען זאל עס נעמען אויף שטענדיג, אז איבעראל ווי עס קוקט יא אויס ווי טבע, זאל מען דארט טרעפן דעם אייבערשטן, און נישט זיך לאזן פון אלע הסתרות און לבושים, ווייל אדרבה, דיקא דארט, זאגן אונז די צדיקים, ליגט א גאר גרויסע אלוקות, א גאר גרויסע אור ה', וואס איז נאך גרעסער פון די אפענע התגלות אלוקות, וויבאלד דאס איז סתרי תורה, די באהאלטענע תורה וואס מען זעט נישט בפירוש, א תורה און מציאות ה' וואס מען דארף זוכן, דאס איז די גרעסטע זאך אין די וועלט, די עיקר נחת רוח פונעם אייבערשטן.
בפרט פאר משיח קומט, מאכט די אייבערשטער כל מיני חיפוש און ביקוש וואס מען דארף האבן צו אים, ווי עס שטייט 'באחרית הימים... ובקשתם משם את ה' אלקיך', דאס איז די תיקון פון די גאנצע הסתרה, אז מען זאל אים זוכן 'איה מקום כבודו', און דאס איז די גרעסטע נחת רוח פארן אייבערשטן וואס מיר קענען געבן, איז וואס דארף מען מער ווי דעם?!.
און דאס איז אפילו מיט קלייניגקייטן, די ביסעלע תפלה בכונה, די ביסעלע בטחון, די ביסעלע שמחה מיט א מצוה, די ביסעלע שמירת עינים והמחשבה, די עיקר איז אז מען זוכט דעם אייבערשטן במחשבה דיבור ומעשה, ברצון ושמחה וחיפוש, מיט דעם טוט מען אויף וואס מען דארף דא אויפטון אויף דעם טינקעלען וועלט און מען איז מגלה דעם אייבערשטנס מלכות און חסדים אין יעדן מקום און מצב כפי היכולת.
המשך יבא אי''ה
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

זייער שטארקע דיבורים!!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זייער שיין. השי"ת זאל רחמנות האבן און האלטן זיין רעכטע האנט אויף אונז.
אטעטשמענטס
וחסד השם מלאה הארץ.pdf
(106.29 KiB) געווארן דאונלאודעד 60 מאל
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

גוט געזאגט

רש"י זאגט אין קהלת אויף ידעתי כי כל אשר יעשה אלקים הוא יהי' לעולם עליו אין להוסיף וממנו אין לגרוע, והאלקים עשה שייראו מלפניו.

ידעתי כי כל אשר עשה הקב"ה במעשה בראשית הוא ראוי להיות לעולם ואין לשנותו לא בתוספת ולא בגרוע וכשנשתנה, האלקים צוה ועשה שישתנה כדי שייראו מלפניו אוקיינוס פרץ גבולו בדור אנוש והציף שלישו של עולם והאלקים עשה שיראו מלפניו שבעת ימים נשתנו הלוך חמה בדור המבול לזרוח במערב ולשקוע במזרח כדי שיראו מלפניו חמה חזרה לאחוריה עשר מעלות בימי חזקיהו ובימי אחז אביו נתקצר היום ונתרבה הלילה ביום מותו כדי שלא יהא נספד כל זה כדי שיראו מלפניו לפיכך אין טוב לאדם לעסוק אלא במצותיו ולירא מלפניו
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח איסר, נשמה און ביללער פארן זיך באדאנקן און פאר די פי די עף און הוספות.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

א רמז איבער די נעמען פון די וויירוס לעובדא למעשה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

די אייבערשטער האט אונז מרוב רחמנותו אריינגעלייגט אין א מצב וואס כמעט איז נישט דא וואס צו טון, יעדער איז פארלוירן, ריזיגע לענדער שטייען כמעט הילפלאז און ווייסן נישט ווי זיך אהינצוטון און וואס זייער קומענדיגע שריט זאל זיין.
און בפרט ביי אונז אידן, וואס עס איז גאר נאנט צו אונז, און יעדער איז פארלוירן און דערשראקן און ווייסן נישט וואס צו טון –
און ביי אונז אידן ווייסן מיר פון אינסטיקט און פון געוואוינהייט אז די ערשטע זאך לויפט מען צום טאטן אין הימל, דער וואס האט עס געמאכט און דער וואס שטייט דערינטער און פירט עס פונקטליך צום דעסטינאציע, יעדע מענטש, יעדע מינוט, יעדע סימפטאם, יעדע תוצאה, אלעס איז מיט א פונקטליכע חשבון און לטובתינו הנצחית.

דוד המלך, די סימבאל פון תפלה, ווי ער אליין איז מעיד אויף זיך 'ואני תפלה' – איך בין תפלה, ער האט ארויסגעגעבן די ערשטע ספר אויף תפלה אין כלל ישראל, און ביז היינט לויפט מען צו זיין ספר ווען מען וויל זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, ער זאגט אונז א סוד וואס ליגט אינטער תפלה, און אין קאפיטל נ' זאגט ער די ווערטער:
'וקראני ביום צרה, אחלצך, ותכבדני' – רוף מיר ביום צרה, איך וועל דיך ראטעווען און דו וועסט מיר מכבד זיין.

שרייבן די ספרים הקדושים, אז דא שטייט אז די עיקר כבוד פונעם אייבערשטן איז דאס, אז אידישע קינדער אנערקענען אז דער אייבערשטער איז א גוטער, און ער האט גאר גרויסע חסדים, אז אפילו אויב דו ביסט אין א צרה און עס איז דא גרויסע דינים אויף א מענטש –
וויל דער אייבערשטער אז דער מענטש זאל וויסן אז דער אייבערשטער איז א רחום וחנון, און קומען אים בעטן אז ער זאך עס ממתיק זיין און מבטל זיין, און ברענגען אויף אים די אפענע גוטס.
דאס איז דעם אייבערשטנ'ס כבוד! דעם אייבערשטנ'ס כבוד און גדולה איז זיין מדה פון חסד, אז מען קומט אים בעטן ער זאל העלפן, און מען גלייבט אין זיינע חסדים, און ער העלפט.

חז''ל דערציילן אונז א סוד איבער די תכלית פארוואס די בריאה איז באשאפן געווארן 'כל מה שברא הקב''ה, לא בראו אלא לכבודו', און עס קומט פון די פסוק 'לכבודי בראתיו יצרתיו אף עשיתיו', אלעס האט דער אייבערשטער באשאפן ווייל ער וויל האבן פון דער בריאה א געוויסע כבוד.
וואס פארשטייט זיך אז דאס קומט ארויס פון אונז אידישע קינדער, וואס אונז זענען די גאנצע תכלית פון די בריאה.
און פארשטייט זיך אז מען דארף צולייגן להוציא מלבם, אז ווען מען רעדט פון אידישע קינדער, מיינט מען נישט דיין שכן, מען מיינט נישט די צדיקים, מען מיינט דיך!!! דו געסט א געוויסע כבוד פארן אייבערשטן, וואס קיינער אנדערש געט נישט, און נאר פארדעם האלט דיך דער אייבערשטער אויף דער וועלט. און יא, אין דער מצב, בגשמיות, ברוחניות, ממש אין דער מצב יעצט דא געסטו כבוד פארן אייבערשטן, און טאקע דער היינטיגער טאג, און פארדעם באקומסטו חיות פונעם אייבערשטן יעדע רגע!!
און די גאנצע בריאה, און אלע הסתרות, אלע קשיות, אלע התרחקות, אלע טבע, אלעס אלעס איז נאר אז דיקא דו פון דארט זאל קומען צום אייבערשטן און זיך ציען אים ברצון ובעשיה כפי היכולת, און דורכדעם ווייזט דו אז דער אייבערשטער איז אויך דארט אין דער צמצום און מקום, און דורכדעם ביסטו דארט מגלה דעם אייבערשטנ'ס כבוד, און דאס איז דעם אייבערשטנ'ס נחת רוח, אז מען ווייזט אז ווי מען איז נאר 'מלא כל הארץ כבודו'.
און די שפיץ דערפון וועט אוודאי זיין ווען משיח וועט קומען, ווי די פסוקים רעדן אן א שיעור 'וימלא כבודו את כל הארץ', 'ונגלה כבוד ה' וראו כל בשר יחדיו', און נאך און נאך. נאר דעמאלטס וועט שוין נישט דער אייבערשטער האבן דער נחת רוח וואס ער האט יעצט אז מענטשן אין אזעלכע מצבים, אין אזעלכע הסתרות און קרירות און רגילות און טבע, יעדער מיט זיין פעקל, גלייבט אויך אין אים און קומט צום אים מיט תורה תפלה און מצוות בשמחה, 'ימים שאין בהם חפץ'.

און די גרעסטע כבוד ה' איז תפלה, וואס תפלה באדייט אז די מענטש פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, ער קוקט ארויף צו אים, ער לויפט צו אים, עיני תמיד אל ה', ער בעט אים אז ער זאל אים העלפן, ער שפירט זיך פארזיכערט מיט זיינע חסדים און רחמנות, דאס מיינט תפלה, דאס איז נישט נאר ביים דאווענען, נאר דאס איז א סארט לעבן, א סארט געפיל וואס די מענטש האט א גאנצן טאג, א געוויסע קרבת אלקים, ער איז א מענטש פון תפלה, 'ולואי שיתפלל אדם כל היום כולו'.
און אפילו אלע מצוות איז אויך תפלה'דיגע מצוות, מלא שמחה בה', כיסופים צום אייבערשטן וכו'.
און דאס איז די גרעסטע כבוד פארן אייבערשטן, אז מען אנערקענט זיינע חסדים, און מען קומט צו אים בעטן אז ער זאל אונז פירן דערמיט, און מען אנערקענט אז מען האט די כח דערצו צו משנה זיין די טבע.

די יעצטיגע וויירוס ווערט גערופן 'קאראנע', אלע דערמאנען דאס אז דאס איז מרמז אויף רופן צום אייבערשטן, וואס בעל כרחך האט דער אייבערשטער געמאכט אז מען מוז לויפן צו אים און זיך פארלאזן נאר אויף אים, און דאס איז די גאנצע תכלית אז מען זאל לויפן צום טאטן אין הימל. 'וקראנ''י ביום צרה'-
און באמת הייסט עס 'כביד 19', מלשון כבוד, 'אחלצך ותכב''דני', דאס ווייזט איבער די כבוד וואס דער אייבערשטער נעמט ארויס דערפון, אז עס וועקט אויף יעדן איינעם באשר הוא שם, אז ער זאל קומען פון זיין מצב און לויפן צום אייבערשטן אז ער זאל אונז ראטעווען און העלפן, וואס מיט דעם טוט מען אויף די תכלית פון די בריאה – התגלות כבוד ה'.
און דאס איז די עיקר, אז מען זאל זיך אויפוועקן און גיין רעדן צום אייבערשטן מיט א תמימות, אים בעטן הילף, תשובה טון וויפיל מען קען, זאגן אז אונז ווילן טון זיין רצון, זיך שטארקן מיט וואס מען קען, און דער עיקר אז מען זאל זיך דערמאנען אז עס איז דא א גוטע באשעפער וואס פירט די וועלט און ער מאכט אלעס לטובתינו, און מען קען אים אלעס בעטן און ווערן באמת געהאלפן וויאזוי מען איז נאר!
עס איז דא טאקע אסאך סגולות און עצות, אבער די ערשטע און לעצטע זאל איז: תפלה, פשוט אנערקענען אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און נאר ער קען מיר העלפן, און גיין בעטן פון אים וואס מען דארף מיט א תמימות.

עיקר שלימות הגדלת כבודו ביותר הוא על ידי התפלה! שבזה שמתפללין על צרכיו, בזה מודים שה' יתברך מנהיג עולמו ומשגיח בפרטיות על כל דבר שבעולם ובידו לשנות הטבע, ונתן לנו כח ורשות לרצותו ולפייסו בתפלה ותחנונים עד שישוב ממדת הדין למדת הרחמים לבטל כל הגזירות שאינם טובים ולמלאות כל חסרונינו, וזהו עיקר כבודו בשלימות... שבשביל זה ברא הכל, שעיקר הבריאה היתה שצפה שיקבל שעשועים מישראל שימשלו בתפילותיהם, דהיינו שבגדולת נפלאותיו העצומים ברא בריאה כזאת שהוא האדם הבעל בחירה שיש לו כח למשול בו יתברך שינהיג העולם כרצונו (ליקוטי הלכות תפלה המנחה ו' עיי''ש עוד).
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”