זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די ״ קואראנע וויירוס״ אויסברויך?

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג מארטש 17, 2020 6:59 pm

יא
88
37%
ניין
137
57%
קיין איינס - זיי מסביר ביי די תגובות
15
6%
 
סך הכול שטימען: 240

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך מארטש 18, 2020 10:13 am

מי יודע האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:סאטמאר קרית יואל (מהרי״י) איז אלעס פארשפארט, נישטא קיין שום לאקאציעס אלעס גייט לערנען בלויז אויפן טעלעפאן
פרישטאג און לאנטש וועט פארטיילט ווערן ביי עטליכע לאקאציעס

סאטמארמהר"א פארטיילט אויך פרישטאג לאנטש?

ניין
וואלטן ווען געדארפט כאטשיג אהיים שיקן פעפער גודס מיט די קינדער
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » מיטוואך מארטש 18, 2020 10:15 am

Capture.PNG
Capture.PNG (634.96 KiB) געזעהן 1711 מאל

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 18, 2020 10:37 am

כדי צו פארגרינגערן די עלטערן?

כדי צו מאכן געלט פון די לאנטש פראגרעם.

פרץ
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

תגובהדורך פרץ » מיטוואך מארטש 18, 2020 10:45 am

מען טיילט שוין?

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך מארטש 18, 2020 11:23 am

דממה דקה האט געשריבן:כדי צו פארגרינגערן די עלטערן?

כדי צו מאכן געלט פון די לאנטש פראגרעם.


מדארף נישט קוקען נעגעטיוו
מקען באקומען די פראגראמען און העלפן די עלטערן,
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4395
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מארטש 18, 2020 11:27 am

הויעך האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:כדי צו פארגרינגערן די עלטערן?

כדי צו מאכן געלט פון די לאנטש פראגרעם.


מדארף נישט קוקען נעגעטיוו
מקען באקומען די פראגראמען און העלפן די עלטערן,

אדער אז זיי האבן שוין הויפענעס עסן וואס מוז אויסגיין בעפאר פסח...
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך מארטש 18, 2020 1:09 pm

מהר"א קרית יואל האט יעצט ארום געקאלט אז מטיילט עסן
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3951
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך מארטש 18, 2020 2:06 pm

דממה דקה האט געשריבן:כדי צו פארגרינגערן די עלטערן?

כדי צו מאכן געלט פון די לאנטש פראגרעם.

די ביסט גוטע נייעס, איך מיז דיר זאגן

אביונה
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך מארטש 18, 2020 2:22 pm

קיין גרויסער מבין אויף קעראנע צי ס'איז ארויס פון קאנטראל, בינעך נישט...
אבער דאס אז די יונגווארג גייען ארויס פון קאנטראל.... יעפס, דאס זעה איך בחוש...
טאמער האלט דאס אן נאך אפאר טאג, איז מיין הויז, אלע ווענט און קלאזעטס, קאפוט......!!
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מיטוואך מארטש 18, 2020 3:15 pm

אביונה האט געשריבן:קיין גרויסער מבין אויף קעראנע צי ס'איז ארויס פון קאנטראל, בינעך נישט...
אבער דאס אז די יונגווארג גייען ארויס פון קאנטראל.... יעפס, דאס זעה איך בחוש...
טאמער האלט דאס אן נאך אפאר טאג, איז מיין הויז, אלע ווענט און קלאזעטס, קאפוט......!!


בעט קנס
דו האסט א גמ"ח פון שיסן אומזיסטע נעגעטיוויטי? אדער דו טוסט עס גאר פאר פרנסה?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך מארטש 18, 2020 3:36 pm

כ'האב יעצט אראפגעוואקט ליע עוו. ס'קוקט אויס כמעט ווי ערב סוכות נאכמיטאג, ס'פעלט נאר די בודקעס און די קולות 'האדאסים, אטרויגים' וכו' וכו', קען מיר אפשר איינער מסביר זיין וויאזוי אויף אזא מהלך וועט די קאראנא זיך 'נישט' אריבערכאפן פון איינעם צום צווייטן???

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך מארטש 18, 2020 3:40 pm

וואס האסטו געזוכט אויף ליע עוו? און דו האסט נאך טענות אויף אנדערע?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך מארטש 18, 2020 3:47 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:וואס האסטו געזוכט אויף ליע עוו? און דו האסט נאך טענות אויף אנדערע?


האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, איך האב קיין טענות אויף קיינעם נישט פונקט ווי יעדעם האב איך געדארפט גיין קויפן פאר מיינע קינדער באשעפטיגונג, איך מיין נאר ארויסצוברענגען די נאנסענס פון צומאכן די מוסדות און ישיבות, פינטל.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך מארטש 18, 2020 4:13 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:וואס האסטו געזוכט אויף ליע עוו? און דו האסט נאך טענות אויף אנדערע?

???
עס איז נישט דא קיין שום סיבה נישט צו גיין אין גאס, קיין איין מעדיצינישע מקור שרייבט אזוי (פארשטייט זיך מען זאל פראבירן זיך נישט צו שטופן מיט אנדערע מענשן).

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4395
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מארטש 18, 2020 4:33 pm

איר זענט גערעכט אז פארמאכן די בתי חינוך ביי אונז גייט קיין סאך נישט העלפן
(די שוהל'ן קענען מער העלפן...)

די גויאישע גאס איז אבער נישט בעסער ווי די אידישע!
ווער ס'איז היינט אינדערפרי געווען אויפן גאס קען דאס מעיד זיין!!!

הערט שוין אויף מקטרג זיין אויף כלל ישראל בשעת הסכנה
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך מארטש 18, 2020 4:36 pm

הסרפד האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:וואס האסטו געזוכט אויף ליע עוו? און דו האסט נאך טענות אויף אנדערע?

???
עס איז נישט דא קיין שום סיבה נישט צו גיין אין גאס, קיין איין מעדיצינישע מקור שרייבט אזוי (פארשטייט זיך מען זאל פראבירן זיך נישט צו שטופן מיט אנדערע מענשן).


פארדעם האב איך דאך געשריבן אז עס קוקט אויס ווי ערב סוכות, באמת גערעדט, מען שטופט זיך כד(לא)בעי מיטן גאנצן שטארקייט, און צו אלע צרות גייען נאך אדורך אינמיטן עטליכע 60-70 יעריגע אידן מיטן גאנצן עולם, און 'איינעם! יא 'נאר איינעם'! האב איך געזעהן מיט א מאסקע אויפן מויל און נאז... שוין, לאמיר נישט מקטרג זיין אויף אידישע קינדער...
היינט צופרי האב איך געדאווענט אין א ביהמ"ד וואו עטליכע אידן זענען זיך צוזאמענגעקומען, האט שוין איינער געזארגט מזכה צו זיין דעם עולם מיט א ברייטן תיקון, און עס איז געזיצן דארט א 60-70 יעריגע איד (אדער אפילו עלטער) און געגעסן מיט געשמאק די טשיז דעלקעלעך און געטרונקן ברוינפן, דאס איז נארמאל?! איך בין איהם דן לכף זכות אז ער ווייסט בכלל נישט וואס עס גייט פונקטליך פאר, אבער וואו זענען זיינע קינדער און אייניקלעך???!!!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך מארטש 18, 2020 4:37 pm

ניס קראכער האט געשריבן:איר זענט גערעכט אז פארמאכן די בתי חינוך ביי אונז גייט קיין סאך נישט העלפן
(די שוהל'ן קענען מער העלפן...)

די גויאישע גאס איז אבער נישט בעסער ווי די אידישע!
ווער ס'איז היינט אינדערפרי געווען אויפן גאס קען דאס מעיד זיין!!!

הערט שוין אויף מקטרג זיין אויף כלל ישראל בשעת הסכנה


אה"נ די גוי'אישע גאס איז נישט בעסער
איך בין נישט מקטרג אויף כלל ישראל ח"ו, עיין מיין פריערדיגע תגובה

Growth hacker
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re:

תגובהדורך Growth hacker » מיטוואך מארטש 18, 2020 7:12 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:איר זענט גערעכט אז פארמאכן די בתי חינוך ביי אונז גייט קיין סאך נישט העלפן
(די שוהל'ן קענען מער העלפן...)

די גויאישע גאס איז אבער נישט בעסער ווי די אידישע!
ווער ס'איז היינט אינדערפרי געווען אויפן גאס קען דאס מעיד זיין!!!

הערט שוין אויף מקטרג זיין אויף כלל ישראל בשעת הסכנה


אה"נ די גוי'אישע גאס איז נישט בעסער
איך בין נישט מקטרג אויף כלל ישראל ח"ו, עיין מיין פריערדיגע תגובה

Manhattan is a ghost since last week, subway ny & Nj are empty now.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:24 am

זאלן די מאמעס און טאטעס איינשפארן די קינדער אינדערהיים. און נאר איין ערוואקסענער זאל קויפן די ממש וויכטיגסטע. ווען עס איז דא מינעס אויפן גאס איז טאקע שווער דאס לעבן. טו בעד.

און פאר אלע סעלפיש מענטשן, יא, 40% האספיטאליזירטע אין אמעריקע זענען פון צוואנציג ביז פערציג. און אויך דא קינדער.
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:24 am

Goodmorning האט געשריבן:זאלן די מאמעס און טאטעס איינשפארן די קינדער אינדערהיים. און נאר איין ערוואקסענער זאל קויפן די ממש וויכטיגסטע. ווען עס איז דא מינעס אויפן גאס איז טאקע שווער דאס לעבן. טו בעד.

און פאר אלע סעלפיש מענטשן, יא, 40% האספיטאליזירטע אין אמעריקע זענען פון צוואנציג ביז פערציג. און אויך דא קינדער.


ביי מיר איז אויך געווען שווער. עס מעג זיין שווער.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג מארטש 22, 2020 10:11 am

תולדות אברהם יצחק שליסט היינט די חדר נאך שטארקע פראשור פון משרד הבריות

תולדות אהרן פארמאכט דאנערשטיג

די איזראלי נייעס איז געווען שטארק מיט טענות פארוואס תולדות א״י האט געפירט טיש
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

ירוושלמי22
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך ירוושלמי22 » זונטאג מארטש 22, 2020 10:16 am

וואס עפעס? האט געשריבן:תולדות אברהם יצחק שליסט היינט די חדר נאך שטארקע פראשור פון משרד הבריות

תולדות אהרן פארמאכט דאנערשטיג

די איזראלי נייעס איז געווען שטארק מיט טענות פארוואס תולדות א״י האט געפירט טיש

וואס איז פשט דאנערשטיג?
ביז דעמאלט מעג זיין און פון דאנערשטיג נישט?

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מארטש 22, 2020 5:24 pm

די ר"י ב.מ.ג. האב געזאגט אז מ'זאל זאגן אבינו מלכינו.

איז דא א בריוו פון נאכאיינעם עס צו זאגן? (נישט אז עס שאדט צו זאגן, כ'בין סתם נייגעריג.....)
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מארטש 22, 2020 5:26 pm

ירוושלמי22 האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:תולדות אברהם יצחק שליסט היינט די חדר נאך שטארקע פראשור פון משרד הבריות

תולדות אהרן פארמאכט דאנערשטיג

די איזראלי נייעס איז געווען שטארק מיט טענות פארוואס תולדות א״י האט געפירט טיש

וואס איז פשט דאנערשטיג?
ביז דעמאלט מעג זיין און פון דאנערשטיג נישט?

מסתמא פרובירן זיי אפצושטופן די אפשפארונג ווי לענגער, זיי האבן דאך לכתחילה נישט געוואלט אפשפארן.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

פאלקאוויטש123
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:38 am

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך פאלקאוויטש123 » מיטוואך מארטש 25, 2020 7:37 pm

הער איך יעצט פון איינעם פון די גדולי המוסדות אין בארא פארק אז די פלאן איז צוריק צו עפענען די חדר קומענדיגע וואך. קען דאס איינער קאנפירמען?


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: j718, maybeeynot, באגלייבט און 25 געסט