בלאט 8 פון 13

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 1:08 am
דורך קיסריה
סיז מסודר האט געשריבן:
מסכים האט געשריבן:א מוסד און וויליאמסבורג, איז א מלמד שפירט זיך נישט גוט און עס זענען דא קאנפירמד פאזיטיו ביי זיינע נאנטע משפחה

סאיז שוין דא היימישע אין וויליאמסבורג וואס האבן געטעסט פאזיטיוו??


אזעלכע אומוויסנדע האבן מיר דא?

דער בוכ״ע זאל האלטן ביידע הענט איבער אונז. מיר דארפן גאר גרויסע ישועות.

אונזער צרה איז אס מער מיינען מיר זענען קלוגער.

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 1:09 am
דורך סיז מסודר
נאך א מזל איך דארף נישט מאכן די באשלוסן צו מזאל אפשפארן מוסדות התורה פון טויזענטער קינדער, אדער מזאל יא לאזן אפען און נעמען די אחריות פון די געזונט פון טויזענטער אידן.

אינטערסאנט סאיז דא אידן וואס האבן קיינמאל נישט געטוהן למען הכלל אדער אין דאקטעריי, און דא האבן זיי א קלארע שיטה וויאזוי מען דארף זיך פירן. לא אלמן ישראל!

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 1:12 am
דורך סיז מסודר
קיסריה האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
מסכים האט געשריבן:א מוסד און וויליאמסבורג, איז א מלמד שפירט זיך נישט גוט און עס זענען דא קאנפירמד פאזיטיו ביי זיינע נאנטע משפחה

סאיז שוין דא היימישע אין וויליאמסבורג וואס האבן געטעסט פאזיטיוו??


אזעלכע אומוויסנדע האבן מיר דא?

דער בוכ״ע זאל האלטן ביידע הענט איבער אונז. מיר דארפן גאר גרויסע ישועות.

אונזער צרה איז אס מער מיינען מיר זענען קלוגער.

איך בין נעבעך זייער אומוואוסענד, האסט אבער נישט געענטפערט מיין קשיא

דער בוכ״ע זאל האלטן ביידע הענט איבער אונז. מיר דארפן גאר גרויסע ישועות.

אונזער צרה איז אס מער מיינען מיר זענען קלוגער ווי אלע וואס טראגן באמת די אחריות

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 1:14 am
דורך רעסטאראנט
סיז מסודר האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
מסכים האט געשריבן:א מוסד און וויליאמסבורג, איז א מלמד שפירט זיך נישט גוט און עס זענען דא קאנפירמד פאזיטיו ביי זיינע נאנטע משפחה

סאיז שוין דא היימישע אין וויליאמסבורג וואס האבן געטעסט פאזיטיוו??

הללאו?! ס'האלט שוין ביי נאנט צו 100.

דו ווייסט פערזענליך נעמען?
נישט ווייל איך ווייס אז נישט, איך הער פשוט יעצט די ערשטע מאל

טאמער איז דא נאר 5 אידן קאנפירמד מיט קאראנע אין וויליאמסבורג ,דעמאלס איז אוטאמאטיש שוין דא טויזענטער אידן אין וויליאמסבורג מיט קאראנע , און סאיז שוין דא צענדליגע קאנפירמד קעיסעס זיכער

עטליכע פון די קאנפירמד קעיסעס זענען נעכטן געווען ביי עטליכע גרויסע חתונות אין וויליאמסבורג

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 1:36 am
דורך Goodmorning
א חלק פון השית גזירה איז זעט אויס געווען צו אונז מאכן בליינד און דום און פארשפרייטן ווייטער

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 1:53 am
דורך שׁעמעדיגער
איך ווייס פון כלי רישון אז סאטמאר מהר"י וויליאמסבורג פארמאכט די סקול מיט די אינגערע חדר מיטוואך
זיי האבן באקימען אפראוועל פון די גאווערנערס אפיס צו אפן זיי נאר ביז דעמאלטס און מיטוואך פארמאכן

די עלטערע כיתות האבן זיי און אדרבה ווער סקען ארויסהעלפן זיכן זיי ווי מער לאקאציעס צו לערנען צושפרייט און צענדליגער לאקאציעס איבערן שטאט סזאל נישט זיין מער ווי 50 פער לאקאציע,, איך ווייס פון צוויי בתי מדרשים וואס זיי האבן געריפן און באשטעלט פון מיטוואך

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 2:04 am
דורך מסכים
שׁעמעדיגער האט געשריבן:איך ווייס פון כלי רישון אז סאטמאר מהר"י וויליאמסבורג פארמאכט די סקול מיט די אינגערע חדר מיטוואך
זיי האבן באקימען אפראוועל פון די גאווערנערס אפיס צו אפן זיי נאר ביז דעמאלטס און מיטוואך פארמאכן

די עלטערע כיתות האבן זיי און אדרבה ווער סקען ארויסהעלפן זיכן זיי ווי מער לאקאציעס צו לערנען צושפרייט און צענדליגער לאקאציעס איבערן שטאט סזאל נישט זיין מער ווי 50 פער לאקאציע,, איך ווייס פון צוויי בתי מדרשים וואס זיי האבן געריפן און באשטעלט פון מיטוואך


דער גאווענארס פארבאט גייט ערשט אריין און קראפט מיטוואך, זיי האבען נישט געדארפט קיין שום אפפראוועל צו זיין אפען ביז מיטוואך....

זעה גאווענער קואמא עקזעקאטיוו ארדער

https://www.governor.ny.gov/news/no-202 ... -emergency


Notwithstanding any prior directives, every school in the state of New York is hereby directed to close no later than Wednesday, March 18, 2020, for a period of two weeks, ending April 1, 2020. The state shall reassess at that time whether to extend such closure beyond this date and may continue to suspend the 180 day instructional requirement.

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 7:42 am
דורך קרייסלער
מוסדות סאטמאר קרית יואל (מהרי״י) ארבעט איינצושטעלן א טעלעפאנישע סיסטעם ווי די קינדער וועלן לערנען פון דערהיים
די מיידלעך האט מען שוין נעכטן אהיימגעשיקט מיט די הגדה צו דעקארעטן אבערביזדערווייל איז נאכנישט אפ גערופן געווארן שולע

די מנהל בעת רחל האט נעכטן געהאלטן א דרשה פאר אלע מיידלעך אז טראץ דעם וואס מוועט זיין אינדערהיים פאר א לענגערע וויילע זאל מען אוועקשטיין פון אלע טעכנעלאגישע כלים

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 7:50 am
דורך אידישע מוח
איסר האטלקי האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
מסכים האט געשריבן:א מוסד און וויליאמסבורג, איז א מלמד שפירט זיך נישט גוט און עס זענען דא קאנפירמד פאזיטיו ביי זיינע נאנטע משפחה

סאיז שוין דא היימישע אין וויליאמסבורג וואס האבן געטעסט פאזיטיוו??

הללאו?! ס'האלט שוין ביי נאנט צו 100.

מקור ? וואטס עפפ ? סטאטוס ?

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 9:31 am
דורך Growth hacker
Goodmorning האט געשריבן:א חלק פון השית גזירה איז זעט אויס געווען צו אונז מאכן בליינד און דום און פארשפרייטן ווייטער

Problem is even as of now some stupid people here spread fake news and hide the sad terrifying facts

STAY HOME#

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 9:37 am
דורך Goodmorning
Growth hacker האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:א חלק פון השית גזירה איז זעט אויס געווען צו אונז מאכן בליינד און דום און פארשפרייטן ווייטער

Problem is even as of now some stupid people here spread fake news and hide the sad terrifying facts

STAY HOME#

מיינע קינדער זענען טאקע אינדערהיים ווייל מיין ווייב האלט אז יעצט איז שוין צייט, אבער איך גיי איך אין שול כאטש איך פרוביר אכטונג גיבן. איז בכלל ווערט צו האלטן קינדער אינדערהיים אויב איך גיי יא?

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 9:47 am
דורך איסר האטלקי
באבוב 45 האט יעצט פארמאכט אלע מוסדות, אינגלעך און מיידלעך.

זיי האבן געפלאנט צו שטופן און האלטן אפן ביז סוף וואך, אבער צוליב א צאל פרישע קעיסעס אין די קהילה זענען זיי געצווינגען צו פארמאכן.

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 10:09 am
דורך דניאל אויערבאך
צ/ק

טאמער מען רעכענט נישט שכר לימוד, אפשר יא, עס קען זיין א הילף פאר פסח.................. :P

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 10:10 am
דורך דניאל אויערבאך
קרייסלער האט געשריבן:מוסדות סאטמאר קרית יואל (מהרי״י) ארבעט איינצושטעלן א טעלעפאנישע סיסטעם ווי די קינדער וועלן לערנען פון דערהיים

וואס טוט איינער ואס האט 3 מיידלעך און נאר איין טעלעפאן ליין

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 10:59 am
דורך חסד ורחמים
סאטמאר מהר"א שפארט מארגן אלע מיידל שולעס.

א החלטה איבער די יונגלעך וועט זיין היינט נאכמיטאג.

דער פרישער החלטה קומט נאך וואס גאווענער קאמאו האט נעכטן נאכט ארויסגעגעבן א עקזעקטיוו ארדער צו פארשליסן אלע מוסדות, וואס דאס מיינט אז עס איז א געהעריגע געזעץ, אנדערש ווי א פארארדענונג פון א קאנטי עקזעקטיוו וואס איז געווען ביז נעכטן וואס איז קיינע נישט עכט מחייב, פאר ווער עס וויסט ווי אזוי צו לערנען געזען.

און ביטע אויפהערן צו פארשפריייטן פאלטשע אינפאו. איבער ווער עס פייפט יא אויפן געזעץ, און ווער נישט, און וואס מען האט "אליין" געהערט פון א אדימסטראטאר.

מנהיגי ישראל האבן נאך אזא אחריות ווי אייוועלט שרייבערלעך, און זענען נאך אזאלעכע ערנסטע מענטשן, און זארגן זיך נאך אזויפיל פאר כלל ווי די כותבי אייוועלט, און זיי פאלגן נאך די מצב פון דער נאנט, און פאסן די החלטות לויט זייער דעת תורה שהיפך דעת בעל הבית.

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 11:05 am
דורך איסר האטלקי
חסד ורחמים האט געשריבן:
און ביטע אויפהערן צו פארשפריייטן פאלטשע אינפאו. איבער ווער עס פייפט יא אויפן געזעץ, און ווער נישט, און וואס מען האט "אליין" געהערט פון א אדימסטראטאר..

יעדער זאל ווייטער שרייבן וואס ער הערט, און יעדער זאל נוצן די אייגענע שכל וואס צו גלייבן און וואס נישט.

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 11:21 am
דורך ארחיקה נדד
ביזדערווייל הערשט נאך א צומישעניש בנוגע נורסערי קינדערגארטן, און ביי מאנכע אויך כתה א'

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 11:38 am
דורך ישראל_הלוי
https://www.dropbox.com/s/20fzeraf5k923 ... 9.mp3?dl=0

מעססעדש פון ר' חזקי ראזענבערג ארויסגעשיקט געווארן פאר קהל באבוב

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 11:53 am
דורך מי יודע
ישראל_הלוי האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/20fzeraf5k923xi/AUD-20200317-WA0069.mp3?dl=0

מעססעדש פון ר' חזקי ראזענבערג ארויסגעשיקט געווארן פאר קהל באבוב

איך הייב אן צו פארשטיין דעם והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם - ווען משיח וועט קומען גאנץ בקרוב, הנה זה עומד אחר כתלינו

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 12:09 pm
דורך eller
מוסדות מהרי"י און וויליאמסבורג מאכט היינט צו אלע כיתות אויסער אפשר כיתה א נישט.

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 12:32 pm
דורך nmi
eller האט געשריבן:מוסדות מהרי"י און וויליאמסבורג מאכט היינט צו אלע כיתות אויסער אפשר כיתה א נישט.

אין ווילי? אויף זייער ליין זאגן זיי גארנישט דערוועגן

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 1:23 pm
דורך גיט
nmi האט געשריבן:
eller האט געשריבן:מוסדות מהרי"י און וויליאמסבורג מאכט היינט צו אלע כיתות אויסער אפשר כיתה א נישט.

אין ווילי? אויף זייער ליין זאגן זיי גארנישט דערוועגן

אינטער כתה א ועד בכלל בלייבט אפען

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 1:41 pm
דורך eller
גיט האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
eller האט געשריבן:מוסדות מהרי"י און וויליאמסבורג מאכט היינט צו אלע כיתות אויסער אפשר כיתה א נישט.

אין ווילי? אויף זייער ליין זאגן זיי גארנישט דערוועגן

אינטער כתה א ועד בכלל בלייבט אפען

מ'ווייסט נאך נישט אויף זיכער.

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 3:06 pm
דורך גיי
unnamed.jpg
unnamed.jpg (113.69 KiB) געזעהן 516 מאל

געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 3:06 pm
דורך א גוטן יונה
מהר"א קר"י
0317201501.jpg
0317201501.jpg (359.72 KiB) געזעהן 511 מאל