זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די ״ קואראנע וויירוס״ אויסברויך?

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג מארטש 17, 2020 6:59 pm

יא
88
37%
ניין
137
57%
קיין איינס - זיי מסביר ביי די תגובות
15
6%
 
סך הכול שטימען: 240

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך ארחיקה נדד » מיטוואך מארטש 25, 2020 8:15 pm

איר רעדט פון א יחיד אדער מטעם די רעגירונג?

פאלקאוויטש123
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:38 am

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך פאלקאוויטש123 » מיטוואך מארטש 25, 2020 8:20 pm

די מנהל המוסד

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך ארחיקה נדד » מיטוואך מארטש 25, 2020 8:22 pm

איך מיין צו פרעגן ער פלאנט אויף די אייגענע האנט צו עפענען אדער ער זאגט מטעם די רעגירונג?

נאך איינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך נאך איינער » מיטוואך מארטש 25, 2020 8:26 pm

.
צוגעלייגטע
Screenshot_20200325-202428_WhatsApp-min.jpg
Screenshot_20200325-202428_WhatsApp-min.jpg (137.35 KiB) געזעהן 1035 מאל

פאלקאוויטש123
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:38 am

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך פאלקאוויטש123 » מיטוואך מארטש 25, 2020 8:28 pm

ווייסעכנישט

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך ארחיקה נדד » מיטוואך מארטש 25, 2020 8:30 pm

מטעם די רעגרונג איז נאכנישט פארהאן דערווייל אזא הוה אמינא, קען זיין ער באציהט זיך צום עקזעקעטיוו ארדער וואס זאגט א מינומום צוויי וואכן, און ענדיגט זיך טאקע נעקסטע וואך...

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:18 am

אזעלכע טפשים דא. ממש נישט צום גלייבן.

דא קומט דאך אזעלכע געפערליכע מצבים, איז ס׳איז תסמר שערות אנוש, און מיר זענען נאך אלץ אויבער-חכמים.

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך ארחיקה נדד » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 8:36 am

קיסריה האט געשריבן:אזעלכע טפשים דא. ממש נישט צום גלייבן.

דא קומט דאך אזעלכע געפערליכע מצבים, איז ס׳איז תסמר שערות אנוש, און מיר זענען נאך אלץ אויבער-חכמים.

כבוד הרב קסריה מיט אנטשולדיגונג אבער איך ווייס נישט אויף וואס איר באציהט זיך....
קומט א ניק און פרעגט א שאלה, ער הערט פון א מוסד אז די פלאן איז צו עפענען נעקסטע וואך און פרעגט פאר קאנפירמעישאן, איך פרוביר אים צו זאגן וואס די רעגירונג זאגט און וואס יענער האט מעגליך געמיינט, און איר קומט דא אויפשטעלן די האר פון קאפ?

במחילה, אבער לא זכיתי להבין

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 8:44 am

קיסריה האט געשריבן:אזעלכע טפשים דא. ממש נישט צום גלייבן.

דא קומט דאך אזעלכע געפערליכע מצבים, איז ס׳איז תסמר שערות אנוש, און מיר זענען נאך אלץ אויבער-חכמים.

זאג נאר? וויפיל קינדער האסטו אינדערהיים? און וויפיל פון זיי האבן שוין געדארפט אנקומען צום דאקטאר אין די טעג נישט צוליב קאראנא? (סטיטשעס, שניטן, באל וכדו')
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:48 am

קיסריה האט געשריבן:אזעלכע טפשים דא. ממש נישט צום גלייבן.

דא קומט דאך אזעלכע געפערליכע מצבים, איז ס׳איז תסמר שערות אנוש, און מיר זענען נאך אלץ אויבער-חכמים.

מוסדות פאר די קינדער איז מיליאן מאל וויכטיגער ווי מנין און מקוה. הבל פיהם של תינוקות של בית רבן וואס אויף זיי שטייט די וועלט, תורה איז א דאורייתא און אזוי קענען די עלטערן פסח'דיג מאכן מיט רואיגקייט, די עלטערן כאפן נישט קיין נערווען בראך און די קינדער ווערן נישט עביוזד. דער מצב אין געוויסע שטיבער איז לא יאומן.

חוץ מזה וואס פאר די קינדער שאדט כמעט נישט דער וויירוס, און מ'קען שוין טרעפן גענוג מלמדים וואס האלטן שוין דערנאך און זענען שוין אימיונד. איך זע נישט קיין סיבה מוסדות זאלן בלייבן פארמאכט נעקסטע וואך.

(משא"כ בתי מדרשים און מקוואות, וואס הרג'נען ליידער אוועק די זקני ישראל רח"ל)

אגב איז יעצט א גוטע צייט פטור צו ווערן פון די אלטע מלמדים וואס מ'זוכט שוין לאנג א וועג ארויס פון זיי...

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך סיז מסודר » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:06 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
אגב איז יעצט א גוטע צייט פטור צו ווערן פון די אלטע מלמדים וואס מ'זוכט שוין לאנג א וועג ארויס פון זיי...

;l;p-
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 7:47 pm

ממש צום שטוינען

די אנטי וועקסערס וואס האבן א יאר צוריק געספענד צענדליגער אויב נישט
הונדערטער טויזענטער דאלארן
פאר לויערס, האטליינס, בראשורן, קאנפערענצן, איווענטש אין אלע געגענטער
צו אנזייען א פאניק אז וואקסינען הרג'עט און שעדיגן שרייען יעצט גיוואאאאלד
מ'מאכט א אומזיסטע פאניק ארום קאראנע מ'דערשרעקט דעם עולם מ'טאר עס נישט טון

אויך די זעלבע מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם אדער שולד געפיל
אז די צוויי גרעסטע וויליאמסבור'גע מוסדות -ביידע סאטמאר- מיט טויזענטער
קינדער זענען געווארן
פארשפארט פאר פסח צוליב זייער צודרייטע עקשנות און אומ'אחריות'דיגע שריט נישט
צו געבן וואקסינס
און ווייטער געשיקט די קינדער פארפירן יעצט היתכן אז מ'האט פארשפארט די
מוסדות'ער

(אגב, זענט עטס נישט געווען פארנומען פאראיאר צו זאגן אז "עה! איך האב נישט
קיין שום פראבלעם אז מיינע
קינדער זענען אינדערהיים, זיי שטערן מיר בכלל נישט.."!?)
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:09 pm

Kollel האט געשריבן:ממש צום שטוינען

די אנטי וועקסערס וואס האבן א יאר צוריק געספענד צענדליגער אויב נישט
הונדערטער טויזענטער דאלארן
פאר לויערס, האטליינס, בראשורן, קאנפערענצן, איווענטש אין אלע געגענטער
צו אנזייען א פאניק אז וואקסינען הרג'עט און שעדיגן שרייען יעצט גיוואאאאלד
מ'מאכט א אומזיסטע פאניק ארום קאראנע מ'דערשרעקט דעם עולם מ'טאר עס נישט טון

אויך די זעלבע מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם אדער שולד געפיל
אז די צוויי גרעסטע וויליאמסבור'גע מוסדות -ביידע סאטמאר- מיט טויזענטער
קינדער זענען געווארן
פארשפארט פאר פסח צוליב זייער צודרייטע עקשנות און אומ'אחריות'דיגע שריט נישט
צו געבן וואקסינס
און ווייטער געשיקט די קינדער פארפירן יעצט היתכן אז מ'האט פארשפארט די
מוסדות'ער

(אגב, זענט עטס נישט געווען פארנומען פאראיאר צו זאגן אז "עה! איך האב נישט
קיין שום פראבלעם אז מיינע
קינדער זענען אינדערהיים, זיי שטערן מיר בכלל נישט.."!?)

נישטא מיט וועמען זיך צו טענה'ן... און ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!..
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אביונה
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:22 pm

סיז מסודר האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
אגב איז יעצט א גוטע צייט פטור צו ווערן פון די אלטע מלמדים וואס מ'זוכט שוין לאנג א וועג ארויס פון זיי...

;l;p-

בין כך ובין כך, סיי דו זאגסט זיי אפ יעצט, סיי דו גיבסט זיי קאראנע..., הרגע'סטו זיי בידים, והבן......
[טוה עס מיט דיינע עלטערן קודם ביטע, איר זוכסט דאך 'זכותים' איא?, און נאכדעם עמיר רעדן..]
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך עציץ נקוב » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:41 pm

Kollel האט געשריבן:ממש צום שטוינען

די אנטי וועקסערס וואס האבן א יאר צוריק געספענד צענדליגער אויב נישט
הונדערטער טויזענטער דאלארן
פאר לויערס, האטליינס, בראשורן, קאנפערענצן, איווענטש אין אלע געגענטער
צו אנזייען א פאניק אז וואקסינען הרג'עט און שעדיגן שרייען יעצט גיוואאאאלד
מ'מאכט א אומזיסטע פאניק ארום קאראנע מ'דערשרעקט דעם עולם מ'טאר עס נישט טון

אויך די זעלבע מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם אדער שולד געפיל
אז די צוויי גרעסטע וויליאמסבור'גע מוסדות -ביידע סאטמאר- מיט טויזענטער
קינדער זענען געווארן
פארשפארט פאר פסח צוליב זייער צודרייטע עקשנות און אומ'אחריות'דיגע שריט נישט
צו געבן וואקסינס
און ווייטער געשיקט די קינדער פארפירן יעצט היתכן אז מ'האט פארשפארט די
מוסדות'ער

(אגב, זענט עטס נישט געווען פארנומען פאראיאר צו זאגן אז "עה! איך האב נישט
קיין שום פראבלעם אז מיינע
קינדער זענען אינדערהיים, זיי שטערן מיר בכלל נישט.."!?)

אשאד די צייט צו רעדן פון און צו די משוגעים זיי מאכן אוועק די נאומבערס פון מענטשן וואס שטארבן פון קראונע וואס אפילו אויב פון די סקונדע און ווייטער גייט קיינער שטארבן און מען נעמט די קלענסטע נאומבר וואס איז מעגליך (און איז געטעסטעט און קראנט) און מען נעמט אן אז זייערע נאמבערס אויף וואקסין געשעגיטע איז אמת (וואס איז קלאר געבויט אויף ליפט און נישט סייענטיפיקלי) האלט מען נאך אלס אין די פאר חדשים טויזענטער מאל מער ווי יארן פון זייערע נאומבערס סאו עס איז א פשוטע שיגעון און עס איז נישטא צו וועם צו רעדן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג מארטש 27, 2020 11:17 am

אביונה האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
אגב איז יעצט א גוטע צייט פטור צו ווערן פון די אלטע מלמדים וואס מ'זוכט שוין לאנג א וועג ארויס פון זיי...

;l;p-

בין כך ובין כך, סיי דו זאגסט זיי אפ יעצט, סיי דו גיבסט זיי קאראנע..., הרגע'סטו זיי בידים, והבן......
[טוה עס מיט דיינע עלטערן קודם ביטע, איר זוכסט דאך 'זכותים' איא?, און נאכדעם עמיר רעדן..]

ווער געט זיי קאראנע? שוין יארן וואס מען מוטשעט זיך מיט'ן פראבלעם פון אלטע מלמדים, איך האב געליטן פון דעם אלס קינד און אנדערע ליידן נאך ביז ביינט. די מוסדות ווילן נישט צאלן פענסיע און ס'טוט וויי אפצוזאגן אן אלטן מלמד.

איז יעצט א גוטע געלעגנהייט צו עפענען די מוסדות און זיי הייסן אויסווארטן ביז די וויירוס וועט גענצליך אוועקגיין און נאכדעם וועט מען זען וואס איז געבליבן...

אביונה
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך אביונה » פרייטאג מארטש 27, 2020 11:21 am

הער אויס, כ'גיי דיר זאגן גאנץ קלאר, אבער נישט קלאר בשלימות, נאר דעם רמז זאלסטו אליינס כאפן...

וואס "דו" האסט געליטן איז "מיר" נישט נוגע, ס'אינטרעסירט מיך נישט, אזוי ווי דיך אינטרעסירט נישט מיינע פראבלעמען..
וואס איז "יא" מיר נוגע, איז, אז "מיין" טאטע זז"ג, איז אן עלטערער מלמד צו לאנגע געזונטע יארן,
כ'געדענק מיין זיידע איז אויך געווען א מלמד, עד זקנה ושיבה, און טאקע ווען ער האט רעטייערט, איז ער געגאנגען בארג אראפ ביזן סוף......

אויב זוכסטו יעצט וואס צו טוהן וויכטיג, געב דיינע קינדער די אלע פעטש וואס ביזט זיי שולדיג, פון די אלע וואכן ביז אהער ווען דו האסט נישט געהאט קיין צייט צו זיי....., און "דיינע"עלטערן זעה אז מען זאל זיי שיקן יעצט אויף פענסיע, ווייל זייער באסס, האט שוין אויך נישט קיין געדולד צו זיי, און יעצט איז טאקע זייער א גוטע געלעגנהייט ווען רוב ביזנעסער ארבעטן אינדערהיים, זאלן זיי זיין טאקע די ערשטע וואס זאלן פליען
והנמשל מובן...
האמיר א גוטן שבת, איך בין מיט דיר פערטיג
לעצט פאראכטן דורך אביונה אום פרייטאג מארטש 27, 2020 11:26 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג מארטש 27, 2020 11:26 am

אביונה האט געשריבן:וואס "דו" האסט געליטן איז "מיר" נישט נוגע, ס'אינטרעסירט מיך נישט, אזוי ווי דיך אינטרעסירט נישט מיינע פראבלעמען..
וואס איז "יא" מיר נוגע, איז, אז "מיין" טאטע זז"ג, איז אן עלטערער מלמד צו לאנגע געזונטע יארן,
כ'געדענק מיין זיידע איז אויך געווען א מלמד, עד זקנה ושיבה, און טאקע ווען ער האט רעטייערט, איז ער געגאנגען בארג אראפ ביזן סוף......

אויב זוכסטו יעצט וואס צו טוהן וויכטיג, געב דיינע קינדער די אלע פעטש וואס ביזט זיי שולדיג, פון די אלע וואכן ביז אהער ווען דו האסט נישט געהאט קיין צייט צו זיי.....
והנמשל מובן...

ס'אינטערעסירט מיר יא וואס דו און אנדערע אידן ליידן. אויב ס'וואלט געווען נאר איך החרשתי. אבער ליידער איז עס א גרויס חלק כלל ישראל. איך האב געטוישט מיינע קינדער פאר עטליכע יאר צוריק צו א נייע מוסד ווייל זיי האבן נאר אינגע מלמדים. ב"ה אז די ראטע פון צופרידענע עלטערן איז דארט 100 מאל מער.

אויב דיין טאטע איז א מלמד זאל ער מצליח זיין לאורך ימים ושנים.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובהדורך אביונה » פרייטאג מארטש 27, 2020 11:28 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:וואס "דו" האסט געליטן איז "מיר" נישט נוגע, ס'אינטרעסירט מיך נישט, אזוי ווי דיך אינטרעסירט נישט מיינע פראבלעמען..
וואס איז "יא" מיר נוגע, איז, אז "מיין" טאטע זז"ג, איז אן עלטערער מלמד צו לאנגע געזונטע יארן,
כ'געדענק מיין זיידע איז אויך געווען א מלמד, עד זקנה ושיבה, און טאקע ווען ער האט רעטייערט, איז ער געגאנגען בארג אראפ ביזן סוף......

אויב זוכסטו יעצט וואס צו טוהן וויכטיג, געב דיינע קינדער די אלע פעטש וואס ביזט זיי שולדיג, פון די אלע וואכן ביז אהער ווען דו האסט נישט געהאט קיין צייט צו זיי.....
והנמשל מובן...

ס'אינטערעסירט מיר יא וואס דו און אנדערע אידן ליידן. אויב ס'וואלט געווען נאר איך החרשתי. אבער ליידער איז עס א גרויס חלק כלל ישראל. איך האב געטוישט מיינע קינדער פאר עטליכע יאר צוריק צו א נייע מוסד ווייל זיי האבן נאר אינגע מלמדים. ב"ה אז די ראטע פון צופרידענע עלטערן איז דארט 100 מאל מער.

אויב דיין טאטע איז א מלמד זאל ער מצליח זיין לאורך ימים ושנים.

וואס דאס האט מיט די איצטיגע מצב וויסעך נישט,
אויסער אז דיר דרוקט עפעס...
מיר דרוקט [למשל] מיין לענדלארד, כ'מיין טאקע יעצט איז די צייט ער זאל .......

אנבעליוועבל וואספארא משוגענע דאגות וואס מענטשן האבן יעצט...
דאנק דעם אויבערשטן אז דו אטעמסט אליינס, ווייל אסאך אידן זענען נישט זוכה דערצו יעצט ליידער....,
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שדה ורוד און 7 געסט